ארום 5:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ''ד הגדול. בעל תפלה: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 6:20, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ''ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים. בן הגה''צ ר' הערש אלימלך טייטלבוים שליט"א רב בית מדרשינו תפילה למשה ב"פ. ב"ר שמואל מרדכי ישראל פיש הי"ו. ב"ר זלמן לייב גאלדמאן הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס במנהגי הנחת תפילין בחצרות ראחמיסטריווקא וסקווירא, און סיפורים פון הרה"ק השר שלום מבעלזא זיע''א וואס איז געווען די יארצייט בו ביום.
אויך זענען אריין בקו''פ בחדרו הפרטי רבני וועד המקוואות שע''י בית הוראה דקרית יואל און האבן געצייגט פארן רבי'ן די נייע 'לוח טבילת כלים' וועלכע די רבנים האבן אהערגעשטעלט בעידודו פון רבינו שליט''א, דער רבי האט געגעבן פארשידענע הוראות און ארויסגעברענגט לשבח איבער די געוואלדיגע זיכוי הרבים וואס וועט ארויסקומען און מאציל געווען מברכות קדשו.
נאך שחרית איז רבינו שליט''א אריבער צום 'אשת חיל' קימפעטארין היים ווי עס איז פארגעקומען א קביעות מזוזה פאר א פרישע אפטיילונג פון 16 נייע צימערן אינעם 'בנין פעסיל לאה' אינעם אשת חיל קאמפלעקס, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן פרישן הערליכן שטאק און די רחבות'דיג צימערן און אלע איינריכטונגען וואס איז צוגעשטעלט מיט גרויס הרחבת הדעת, און באגלייטונג פון די אשת חיל אדמיניסטראציע און די הנהלת הקריה וועלכע שטייען בראש פונעם פראיעקט, דאן האט רבינו שליט''א קובע מזוזה געווען אויף איינע פון די נייע שטיבער, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, דערביי האט הרה''ח ר' גדלי' סעגעדין הי''ו ווילידזש אדמיניסטראטער פארגעשטעלט פאר'ן רבי'ן די געוואלדיגע דערגרייכונגען ביז אהער און געצייגט א פונקטליכע רשימה איבער די אקטיוויטעטן ביז אהער און די ציפערן וויפיל קימפעטארינס באניצן זיך מיט אשת חיל איבער'ן יאר, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם מאציל געווען מברכות קדשו.
אויפן וועג ארויס האט די הנהלת הקריה צוגעוויזן פארן רבי'ן די גרויסע שטח רעכטס פונעם בנין וואס ווערט געפלאנט אויפצובויען נאך א ריזיגע בנין אינעם 'אשת חיל' קאמפלעקס, צו קענען אקאמאדירן נאך טויזענטער רעזערוואציעס איבערן יאר.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון נאכמיטאג ארום 6:00 נאכמיטאג ביז 11:50 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים. הרה"ח ר' אברהם יושע גלאנץ הי"ו - הרה"ח ר' חיים אלימלך יאקאב הי"ו. הרה"ח ר' ברוך יצחק ווייס הי"ו - הרה"ח ר' משה לעווינגער הי"ו.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הגאון הגדול דומ''ץ קרית יואל שליט''א לברך ולהתברך בפו"פ לברכת השנים.
אויך איז אריין בקו''פ לברך ולהתברך בברכת השנים הרה''צ ר' חיים מאיר האגער שליט"א ר''י וויזניץ בן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ וומסב''ג שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער פארשידענע מנהגים פון חודש תשרי בחצר וויזניץ, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
תכלה שנה וקללותיה א יאר פון גלות. א יאר פון שרעק. א יאר פון פיין. א יאר פון צער און עגמת נפש. א יאר פון חורבן הבית הקדוש בניני הקהלה והמוסדות הק' אין ירושלים עיה''ק ת"ו.
תחל שנה וברכותיה א יאר פון הרחבת גבולי הקדושה. א יאר פון סייעתא דשמיא. א יאר פון אויפבוי פונדאסניי פונעם בנין האדיר והמפואר תל תלפיות, המרכז הגדול לתורה ולתפילה ד'קהל יטב לב ומוסדות סאטמאר אין הארץ פון ירושלים עיה''ק ת"ו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
News
רייכע אויסגאבע 'היימשטאט' בעיר הגדולה לאלוקים 'קרית יואל' יצ"ו - ראש השנה תשפ"ד לפ"ק.
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביי קביעת מזוזה ומסיבת לחיים פארן נייעם פליגל אין די 'אשת חיל' קימפעטארן היים אין קרית יואל.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
חבורה מצוינים פון תלמידי ישיבה גדולה מהרי"ט אין בני ברק אינאיינעם מיט'ן מנה"ר הרה"ג ר' מרדכי יאזשעף שליט"א באזוכן במעונו פון כ''ק פוסק הדור ומרא דארעא קדישא שליט''א, ווי דער רב שליט''א האט געענטפערט טיפע קשיות וואס די בחורים האבן צוגעגרייט פון שווערע סוגיות נאכ'ן מסיים זיין מסכת בבא מציעא. דאן האבן די בחורים געהאט די זכיה צו דאווענען תפילת מעריב מיטן רב שליט"א, און נאך מעריב האט מען געזינגען עטליכע ניגוני התעוררות לכבוד די ימים הנוראים. דערנאך זענען די בחורים אריבער זיך וואונטשן ביים רב שליט"א וואס האט פאר יעדעם מאציל געווען מברכות קדשו במאור פניו הקדושים א גוט געבענטשט יאר.
ארום 5:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ''ד הגדול. בעל תפלה: הרה"ח ר' אהרן ווערצבערגער הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 6:25, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ''ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר נתן יואל שווארטץ הי"ו. ב"ר יעקב חיים לאנדא הי"ו. נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די נאכמיטאג שעה'ן האט רבינו שליט''א טעלעפאניש מנחם אבל געווען הרה"ג ר' בערל טויבער שליט"א על פטירת אחותו ע"ה אשת הר"ר אהרן דוד ניישטאדט שליט"א.
נאכמיטאג איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה. אין וומסב"ג איז דער רבי קודם אריבער מנחם אבל זיין בבית המנוח הרה"ח ר' שמואל וואסערמאן ע"ה מנכבדי ק"ק פאפא אין וומסב"ג. זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 4:20 נאכמיטאג ביז 10:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 6:50, און מעריב ארום 9:00 אזייגער, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 2Report
מאנטאג האזינו - ב' סליחות
ארום 5:45 איז רבינו שליט''א אריין געקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ''ד הגדול. בעל תפלה: הרה''צ ר' בערל גלאנץ שליט''א מבארדיוב קר''י. מען האט געענדיגט ארום 6:25, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל בר"ד כהן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ''ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר ברוך משה ווייס הי"ו. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, נאכן ליינען האט דער רבי געמאכט א מי שברך ליולדות פאר נכדו הרב יושע מרדכי אלעזר לאבין שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, און נאכן דאווענען געבלאזן שופר, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 6:00 נאכמיטאג ביז 10:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:45.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים: ר' מאיר דוד היילברוין הי"ו - ר' אלי' פארקאש הי"ו. ר' משה הערש האלפערט הי"ו - ר' משה ברוך ענגלענדער הי"ו.
נאך די זמני כניסה איז רבינו שליט''א אריבער בבית מדרשינו בית שמואל אין שכונת דברי חיים אין קר''י צו די שמחת התנאים פון נכדו החתן הרב חיים יחזקאל שרגא טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ רב דביהמ''ד בית ברוך שליט"א, עב''ג הכלה ב"ק תחי' בת הגה''צ רבי יואל האלבערשטאם שליט''א רב שכונת דברי חיים בקר''י, חתן הגה"צ אבד''ק ב''פ שליט''א. דער רבי איז אנגעקומען ארום 10:45 און זיך באגריסט מיט די חשובע זיידעס און רבנים, עס האבן אויפגעטרעטן די מחותנים שליט"א און די זיידעס הגה"צ אבד''ק ב''פ שליט"א און הגה''צ אבד''ק בערטש שליט''א. דער רבי האט מסדר געווען די תנאים, און מכבד געווען גיסו הגה"צ אבד''ק ב''פ שליט"א צו ליינען די תנאים, אלץ עדות האבן געדינט הרה''ח ר' משה דוד פריעדמאן הי"ו און הרה''ח ר' מאיר הכהן גראס הי"ו. העומד מצד החתן: הרה"ח ר' אליעזר רובינשטיין הי"ו. העומד מצד הכלה: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
רבינו שליט''א האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק לכבוד השמחה, דער רבי האט נאכגעזאגט פון מרן הגה"ק מצאנז זי"ע אז א חתונה אין חודש אלול איז א גוטע הכנה צו די הייליגע טעג, און ארויסגעברענגט די שמחה אז מען איז זיך משדך מיט א אייניקל פון מר אביו רביה"ק בעל ברך משה זיע''א, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב. מען האט געזינגען ניגוני שמחה און דער גאנצער ציבור איז אריבער וואונטשן מזל טוב. מען האט געענדיגט ארום 11:45, אויפן וועג ארויס האט דער רבי געוואונטשן פאר די כלה כנהוג.
דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געדאווענט מעריב.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
זונטאג פרשת האזינו א' סליחות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
באשמורת הבוקר ארום 5:20 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ"ד הגדול בקרית יואל. דער ביהמ"ד הגדול מיט אלע אירע היכלים און קארידארן זענען געווען איבערגעפילט מלא על כל גדותיו מיט שווערע טויזענטער אנ''ש פון איבער גרעיטער ניו יארק און ניו דזשורזי. רבינו שליט''א האט יורד געווען לפני התיבה בהתעוררות רב, מעוטף אינעם טלית און קאפל פון רביה''ק בעל דברי יואל זיע''א, מאוצרו פון הרה"ח ר' אברהם משה פאלקאוויטש הי"ו, און פארגעזאגט אין א סליחות פון רביה''ק בעל דברי יואל זיע''א, מען האט געענדיגט ארום 6:20, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' חיים בנימין אליעזר ווערטהיימער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ''ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר שלמה זלמן הורוויץ הי"ו. ב"ר יעקב אליקים פישער הי"ו. ב"ר ליפא טייטלבוים הי"ו. נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר.
נאכמיטאג ארום 3:30 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין די זאלן פון כינור דוד ווי עס איז פארגעקומען א 'סיום סדר בראשית' דורך די נייע אפטיילונג פון כתה ג' במסגרת מוסדות קר"י, עס האבן זיך אויך משתתף געווען די עלטערן און זיידעס פון די קינדער, עס האט אויפגעטרעטן הר"ר שמואל עקשטיין שליט"א און הר"ר יואל אפענהיים שליט"א, די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים, דערנאך איז פארגעקומען א פארהער אויף גאנץ סדר בראשית א לענגערע צייט אנגעפירט דורך הר"ר ישעי' פאנעט שליט"א פון ארה"ק. דער רבי האט משמיע געווען דב"ק וברכה מען זאל זוכה זיין צו מסיים זיין חמשה חומשי תורה און קענען ווייטער ממשיך זיין מיט כל התורה כולה. מען האט געענדיגט ארום 3:50.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 5:45 נאכמיטאג ביז 10:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' יעקב יואל גאלדענבערג הי"ו - ר' נפתלי צבי חיים לאנדא הי"ו (טאהש).
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א ביי די שמחת התנאים פון נכדו החתן הרב חיים יחזקאל שרגא טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ רב דביהמ''ד בית ברוך שליט"א, עב''ג בת הגה''צ רבי יואל האלבערשטאם שליט''א רב שכונת דברי חיים בקר''י, חתן הגה"צ אבד''ק ב''פ שליט''א, היינט אויפדערנאכט אין ביהמ''ד בית שמואל אין שכונת דברי חיים.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Monday25 Elul 57839/11/2023
NoticeNews
מזל טוב לכ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
לרגל אירוסי נכדו למז''ט הבה"ח הרב חיים יחזקאל שרגא טייטלבוים שליט''א בן הגה''צ רב דביהמ''ד בית ברוך שליט''א חתן הגה''צ אבד''ק בערטש שליט''א.
עב"ג הכלה ב''ק תחי' בת הגה''צ ר' יואל האלבערשטאם שליט''א רב ביהמ''ד בית שמואל בשכונת דברי חיים בקר''י בן כ"ק הגה"צ אבד''ק טשאקאווע זצ''ל וחתן הגה"צ אבד''ק ב"פ שליט''א.