אסיפה נחוצה נעכטן מיטוואך בביתו נאוה קודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, אינאיינעם מיט רבני ודייני קהלתינו הק' וחברי וועד החינוך שע''י מוסדותינו הק', איבער די פראבלעמען פון טעקסט מעסעזש ביי פאמיליע סעלפאון'ס.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
מיטוואך האזינו ב' 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 5:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ''ד הגדול. בעל תפלה: הרה"ח ר' אלימלך שמשון שווארטץ הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 6:30, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ברודא הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ''ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר יואל שרייבער הי"ו. ב"ר חיים הערש כ"ץ הי"ו. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאך שחרית האט רבינו שליט''א מנחה אבל געווען משפחת הרה"ח ר' מרדכי הערשקאוויטש ע"ה, און ביי משפחת הרה"ח ר' דוד יושע גאלדבערגער ע"ה.
נאכמיטאג ארום 2:15 איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א אסיפה נחוצה מיט די רבני וועד החינוך שע''י מוסדותינו הק', עס האבן זיך באטייליגט הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, הגואה''צ רבני קהלתינו וומסב''ג און מאנסי שליט''א הגה"צ אבד"ק ציעשנוב שליט"א וראש ישיבתינו בב"פ, הגה''צ ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א רב דביהמ"ד דברי חיים ויו"ר וועד לעניני טעכנעלאגיע, און נאך דייני קהלתינו הק' און די חברי וועד החינוך, מען האט ארומגערעדט א לענגערע צייט איבער פארשידענע מכשולות בעניני טעכנעלאגיע, ובפרט דן געווען איבער די פראבלעמען וואס קומען אויף פון טעקסט מעסעזשעס ביי משפחה טעלפאון'ס.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 6:30 נאכמיטאג ביז 11:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים. ר' חיים לאנדא הי"ו - ר' אברהם מאיר מיללער הי"ו. ר' ליפא האלפערט הי"ו - ר' אהרן שמואל גלאנץ הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:30, און מעריב ארום 10:15, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דינסטאג האזינו ב' 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 5:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ''ד הגדול. בעל תפלה: הרה"ג ר' ארי' דוב קארנבלי שליט"א ר"י שיעור ד'. מען האט געענדיגט ארום 6:30, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ''ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר ברוך מרדכי מאיער הי"ו. ב"ר פנחס גראס הי"ו. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעה'ן איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם שמעון גלאנץ הי"ו בבית אביו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
אין די נאכמיטאג שעה'ן איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה. זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 4:30 ביז 10:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א ברית הינטן אין ביהמ"ד עצי חיים סיגוט לבן הנולד אצל ר' אברהם קלמן אליעזר מאסרי הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל, נאכן ברית האט דער רבי געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:20, און מעריב ארום 9:30, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מאנטאג האזינו ב' צום גדלי' 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 5:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ''ד הגדול. בעל תפלה: הרה"ח ר' משה מאיר גאטליעב הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 6:40, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ''ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר יחיאל שלום גאלדשטיין הי"ו. ב"ר חיים הערש שווארץ הי"ו. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאך שחרית איז רבינו שליט''א אריבער בבית חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א ווי דער רבי האט אנגעוואונטשן פארן נכדתו היולדות אשת הרב יושע מרדכי אלעזר לאבין שליט"א.
נאכמיטאג ארום 4:00 איז רבינו שליט''א אריבער פארענט פון ביהמ''ד הגדול ווי דער רבי האט זיך משתתף געווען ביי די לויה פון הרה"ח ר' מרדכי הערשקאוויטש ע"ה מלמד תשב''ר רבות בשנים.
ארום 7:40 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש, ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי - מפטיר, און ביים זמן ר''ת ארום 8:15 האט דער רבי געדאווענט מעריב.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Video
שלש עשרה מידות בצל הקודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א - רבינו שליט''א ביי תשליך בהשתפכות הנפש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 4
שלש עשרה מידות בצל הקודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א - קריאת הקרבנות.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
שלש עשרה מידות בצל הקודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א - רבינו שליט''א באמירת ווידוי הגדול בבכיות עצומות כבן המתחטא אצל אביו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 4
שלש עשרה מידות בצל הקודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א - אמירת ספר תהילים ברוב עם.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Wednesday5 Tishrei 57849/20/2023
News
מזל טוב לכ"ק רבינו הגה"ק שליט"א
לרגל אירוסי נכדו למז''ט הבה"ח הרב ישראל דושינסקיא שליט''א בן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א בן כ''ק אדמו''ר מדושינסקיא שליט''א.
עב"ג הכלה ב''ק תחי' בת הרה''ג ר' אברהם יושע אייגער שליט''א (ב''פ) בן הרה''ג ר' עזריאל מאיר שליט''א מלובלין וחתן הגה"צ ר' אפרים שטיין שליט''א מפאלטישאן.
שישו ושמחו בשמחת רבינו
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
ליל ב' דיו''ט 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 8:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו מערבית. בעל תפלה איז געווען הר''ר דוד לייב קרויס שליט''א. מען האט געענדיגט ארום 9:15, דער רבי איז ארויף אויפן ארון קודש און געוואונטשן א גוט יו"ט פארן גאנצן ציבור בכלליות.
ארום 11:35 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום שלחה"ט בהיכל השלחנות, מלובש מיט א נייעם קאפטן פאר ברכת שהחיינו. הגבהת הכוס: הרה''ח ר' אלי' ניישטאדט הי''ו. אויפן טיש איז געווען אנגעגרייט די פירות. דער רבי האט געמאכט א ברכה אויף א מילגרוים און טועם געווען פון די פירות, און דערנאך געטיילט שיריים פון די מילגרוים פארן גאנצן עולם.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען הר''ר שמואל מענדל באב''ד שליט''א (ב''פ).
רבינו שליט"א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אתם נצבים היום' און געטייטשט אז ווען עס געפאלט שבת ראש השנה ווערט גערעכנט ע''ב שעות כמנין חסד און מיט דעם כח איז מען זוכה צו חסד ורחמים משמים אינעם יום הדין.
ברכהמ"ז: נכד רבינו הב' ישראל דושינסקיא בן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א. מען האט געענדיגט ארום 12:45.
ונתנה תוקף קדושת היום
נאכן עלות איז דער רבי געגאנגן אין מקוה, און דערנאך צוריק אהיים לביתו נאוה קודש.
כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשני', דעם צווייטן טאג יו"ט אינדערפרי איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 8:15.
פסוקי דזמרה: הרה''צ ר' בערל גלאנץ שליט''א מבארדיוב קר''י, דער רבי האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק. שחרית: הרה"ח ר' בעריש אפפעל הי"ו, מ'האט געענדיגט בערך 11:20
נאך א קורצע הפסקה איז רבינו שליט"א אריינגעקומען מלובש מיטן קיטל און זילבערנע קאפל. הוצאה והכנסה זענען נתכבד געווארן הרה''ג ר' חיים יחזקאל ווערצבערגער שליט''א און הרה"ג ר' זלמן לייב פריעדמאן שליט"א - מו''ץ, פסוקי שמע ישראל: הרה"צ ר' יצחק צבי ווייס שליט"א אב''ד אוהעל ב''פ.
רבינו שליט"א איז געווען בעל קורא, און געליינט בהתעוררות רב ובהשתפכות הנפש. עליות. כהן: הרה''צ ר' יצחק צבי ווייס שליט''א. לוי: הרה"ח ר' יעקב אליעזר ווערצבערגער הי"ו. שלישי: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א. רביעי: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי''ו. חמישי: רבינו שליט"א. הגבה דעם ערשטע ספר: בעל ברית נכד רבינו הרב יושע לאבין שליט"א. גלילה: ר' בנציון לעבאוויטש הי"ו. מפטיר: הרה"ח ר' משה ארי' פריינד הי"ו. הגבה דעם צווייטע ספר: הרה"ח ר' גרשון מענדל ניימאן הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' אברהם פייערשטיין הי"ו. מען האט געענדיגט 12:20.
נאכן ליינען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה לבן הנולד אצל נכד רבינו הרב יושע מרדכי אלעזר לאבין שליט"א חתן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א. סנדק: רבינו שליט"א, מוהל: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, סנדק מעומד: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, ברכות וקריאת השם: רבינו שליט"א, ויקרא שמו בישראל: נפתלי צבי נאכן זיידן האדמו''ר זידיטשוב זצ"ל. אויך איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שלמה אלעזר ניימאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
עס איז געווען פּאָזע. רבינו שליט"א איז געגאנגען אין מקוה און דערנאך אריין בחדרו הפרטי. ארום 1:20 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף אינעם טלית קאפל און קיטל פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע"א, דער רבי איז ארויף אויפן ארון קודש און געזאגט א שטילע תפילה, און אנגעהויבן די פייערדיגע תקיעת שופר דרשה מיטן פסוק 'אשרי העם יודעי תרועה' כדאי צו ניצל ווערן פון די ד' חילוקי כפרה דארף מען האבן תשובה בצירוף תפילה אבער צוצוקומען צום פתיחת שערי הלב דארף עס זיין בצירוף תורה און אזוי באקומט מען צוריק דעם צלם אלוקים אויפן פנים, ובאור פני מלך חיים אז מען וועט מאכן דעם ריכטיגן חשבון הנפש וועט מען זוכה זיין צו השפעות טובות ויאר ה' פניו אלינו, און מסיים געווען בברכות לרוב. נאך די דרשה האט דער רבי געזאגט קדיש דרבנן, מען האט געענדיגט ארום 1:50. עס איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' בנציון לעבאוויטש הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דערנאך איז רבינו שליט"א ארויף אויף די בימה, די ספרי תורה האבן געהאלטן הרה''ח ר' אהרן שפיצער הי"ו און הרה''ח ר' חיים יעקב גוטמאן הי''ו. רבינו שליט''א האט אנגעהויבן למנצח און דערנאך פארגעזאגט מן המצר, און געמאכט די ברכות באש קודש און געבלאזן די תקיעת דמיושב, בעל מקריא איז געווען הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
רבינו שליט''א איז צוגעגאנגען צו תפילת מוסף און געזאגט הנני העני ממעש, קדיש איז געווען 2:35, בעל תוקע ביי די תקיעת דמעומד הרה''ג ר' שלמה זאבעל שליט''א דומ''ץ ביהמ''ד בית דוב. שלוחי עמך בית ישראל העומדים לבקש תפילה ותחנונים, ולהתחנן על עמך ישראל, כמעשהו בראשונה זענען די תפילות זענען געווען איין שטיק רגש דקדושה, מיט בכיות מפעם לפעם און מיט א קול חוצב להבת אש, וואס האט מעורר געווען דעם גאנצן היכל בית המדרש.
פתיחות ביי מוסף זענען נתכבד געווארן הרה"ח ר' אברהם שלום לאנדא הי"ו, הרה"ח ר' מרדכי לאנדא הי"ו, הרה"ח ר' יעקב מיטלעמאן הי"ו, הרה"ח ר' אברהם שמחה פריעדמאן הי"ו, הרה''ח ר' בנציון יושע קרויס הי''ו.
הרה"ח ר' ישראל ארי' פישער הי"ו און הרה''ח ר' וואלף גליק הי''ו זענען מכובד געווען אויפהייבן דער רבי'ן ביי כורעים. צו קוה איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יצחק עהרנפעלד הי"ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' אברהם הערש שעהר הי"ו. מען האט געענדיגט מוסף ארום 5:30.
תיכף נאך מוסף האט מען געדאווענט מנחה. פארן עמוד האט געדאווענט הר''ר שמואל אליעזר ט''ב שליט''א (ב"פ), דער רבי האט געדאווענט מיטן טלית אויפן קאפ. מען האט געענדיגט ארום 5:55.
בביתו נאוה קודש איז פארגעקומען די סעודת יו''ט וסעודת ברית מיט די בני המשפחה.
ארום 7:45 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום סיום שלחן הטהור אין ביהמ"ד הגדול, מען האט געזינגען נגוני ראש השנה וימים נוראים. מען האט אריינגעברענגט קוגל און זיסע מייערן, און דער רבי האט געוואונטשן לחיים.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען. אתה נגלית: נכד רבינו בעל ברית הרב יושע לאבין, יום ליבשה: הר''ר אברהם אהרן לאבין שליט''א בן כ''ק אדמו''ר מזידיטשוב חרדים שליט''א.
רבינו שליט"א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'תקעו בחודש שופר' און געטייטשט אז כביכול קוב"ה איז מחיוב מיט די חיובי בעל לאשה וואס איז פון די חיובי דרבנן, אזוי ווי כלל ישראל אין אזא יאר ווי היי יאר וואס די ערשטע טאג בלאזט מען נישט און די צווייטע טאג יא - ביידע איז א תקנות חז''ל איז מען זוכה צו השפעות טובות בגשמיות וברוחניות, און מסיים געווען בברכות לרוב בכל ענינים.
רבינו שליט"א האט געבענטשט אויפן כוס, און מכבד געווען מיט די הרחמנ'ס נכדו הרב יחזקאל ט''ב שליט''א בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א.
מעריב מוצאי יו"ט: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו, רבינו שליט"א האט געמאכט הבדלה, און ביים זיך אויפשטעלן געוואונטשן 'א גוטע וואך א גוט געבענטשט יאר', און זיך עקסטער באדאנקט פאר די קאפעליע. מען האט געענדיגט ארום 9:00.
מוצאי יו"ט בביתו נאוה קודש איז דער רבי געזעצן א לענגערע צייט און מסדר געווען זיינע פארשידנארטיגע צדקות און גרויסע סכומים וואס ווערט ארויסגעשיקט פאר ת"ח און נצרכים עניים הגונים בקרב אנ"ש שיחי' דאהי און אין ארה"ק אין די יעצטיגע עשרת ימי תשובה.
יהי''ר מען זאל האבן געפויעלט אלעס גוט'ס להפקד בדבר ישועה ורחמים א שנה טובה ומוברכת לנו ולכל ישראל
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
יום תרועה יהיה לכם 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
נאכן עלות איז דער רבי געגאנגן אין מקוה און דערנאך צוריק אהיים לביתו נאוה קודש.
דעם ערשטן טאג יו"ט שב''ק אינדערפרי ביי עטיפת הטלית איז געליגן אויפן טיש די טלית פון רביה''ק בעל דברי יואל זיע''א וואס דער רבי טוהט אן ביי מוסף.
ארום 8:10 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול. רבינו שליט''א האט אפגעראכטן זיינע הייליגע תפילות שחרית בינו לבין קונו בלב קרוע ומרתח ובקש רחמים כעני בפתח, מיט בכיות נוראות וואס האט זיך געהערט אינעם גאנצן ביהמ"ד, ובפרט ביי 'שיר המעלות ממעמקים' און ביים פיוט 'יראתי בפצותי', וואס האט אויפגעציטערט די הערצער פון די טויזענטער מתפללים.
פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' דוד פערל שליט"א, וכרות האט דער רבי געזאגט פסוק בפסוק, שחרית: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, מען האט געענדיגט שחרית ארום 11:15.
נאך א קורצע הפסקה איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אהנגעטוהן מיטן קיטל און זילבערנע קאפל. הוצאה והכנסה זענען נתכבד געווארן הרה"ג ר' יוסף הערש סופר שליט"א - מו''ץ, און הרה"ג ר' יואל מייזליש שליט''א בן הגה''צ אבד''ק מאנטרעאל שליט''א, פסוקי שמע ישראל: הר''ר אלי' גראס שליט''א מבערבעשט ב''פ.
רבינו שליט"א איז געווען דער בעל קורא, און געליינט בקול חינוק בדמעות בהתעוררות רב. עליות. כהן: הרה''ח ר' יצחק אליקים שווארץ הי''ו. לוי: הרה"ח ר' אהרן יוסף בערגער הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לבתו הנולד למז''ט. שלישי: הרה''ג ר' וואלף בראווער שליט"א. רביעי: הרה''ח ר' אברהם ווידער הי''ו. חמישי: הרה''ח ר' ליפא גראס הי''ו. שישי: רבינו שליט"א.
נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל. ר' יואל משה פארקאש הי''ו. ר' יעקב יוסף האפמאן הי''ו. ר' ליפא פארקאש הי''ו. ר' שמואל יודא מאשקאוויטש הי''ו. ר' אלטר הערש וויינגארטן הי''ו. ר' משה ברד''ח ווייס הי''ו.
שביעי: הרה''ח ר' יודא ווייס הי''ו. הגבה דעם ערשטע ספר: הרה"ח ר' וואלף שניצער הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' ארי' האפמאן הי"ו (מאנסי). מפטיר: הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו, הגבה דעם צווייטע ספר: הרה"ח ר' מרדכי הערש פארקאש הי''ו. גלילה: הרה"ח ר' בערל שטיין הי"ו.
מען האט צוריקגעלייגט די ספרי תורה און עס איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' ליפא ברא''נ גאטליעב הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. מען האט געענדיגט ארום 12:15.
ארום 1:10 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף אינעם טלית, קאפל און אינעם קיטל פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א, און אונטער דעם קיטל א ווייסן קאפטן. רבינו שליט''א איז ארויף אויפן ארון קודש און געזאגט א שטילע תפילה, און אנגעהויבן די פייערדיגע דרשה אויפן פסוק 'ובחודש השביעי באחד לחודש שבתון זכרון תרועה' און געטייטשט אז די תכלית פון תקיעת שופר איז לעורר לתשובה אבער שב''ק וואס יעדער איז זוכה צו א התעוררות תשובה פונעם בת קול וואס גייט ארויס יעדן טאג במילא קען מען צוקומען צו תשובה אויך אהן תקיעת שופר, ובדברי כבושין ווייטער מעורר געווען לתשובה ראש השנה איז מען נישט מזכיר קיין חטאים מיטן מויל אבער מחשבה מעג מען און דארף מען מאכן א חשבון הנפש ווי האלט מען אויפן עולם, און מעורר רחמים געווען מיט שטארקע בכיות אויף שמועות מבהילות פון קינדער פון ערליכע שטובער וואס זענען נעבעך פארפאלן פון אידישע דרך, קיינער איז נישט פארזיכערט!, יעצט איז די צייט איינצורייסן רחמי שמים מרובים, ה' יתברך יערה רוח טהרה ממרום ושבו בנים לגבולם און מסיים געווען ברוב ברכות. מען האט געענדיגט ארום 1:35. נאך די דרשה האט דער רבי געזאגט קדיש דרבנן.
רבינו שליט''א איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מוסף און געזאגט הנני העני ממעש, און אנגעהויבן קדיש ארום 1:40.
רבינו שליט"א האט געדאווענט אין א מחזור נוסח תפלה ישרה.
גשים מול ארון הקודש באימה, ועמך מסביבים אותם כחומה, מיטצוהאלטן די עבודת הקודש באימה וביראה בהתעוררות וברגש קודש ביי תפילת מוסף ובפרט ביי די פסוקי מלכיות זכרונות ושופרות, ובקול חוצב ובלב שופך כמים, עיני עמך תליות ועינים לך מיחלות
מיט די פתיחות ביי מוסף זענען נתכבד געווארן הרה"ח ר' יושע ווערצבערגער הי"ו, הרה"ח ר' בערל פאלאטשעק הי"ו, הרה''ח ר' משה גאלדשטיין הי''ו, הרה''ח ר' משה ארי' פריינד הי''ו.
הרה"ח ר' חיים אלי' צוויבל הי"ו, און הרה"ח ר' וואלף גליק הי"ו זענען מכובד געווארן אויפהייבן דער רבי'ן ביי כורעים. צו קוה איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יצחק ערעהנפעלד הי"ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' יודל באסול הי''ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 4:50. רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 7:05. מנחה: הרה"ח ר' אהרן שפיטצער הי"ו, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם יצחק לאנדא הי"ו, כהן: הרה"ח ר' אלי' שאול כ"ץ הי"ו (ב"פ), לוי: הרה"ח ר' נחמי' שלמה ווערצבערגער הי"ו (מאנסי), שלישי: נכד רבינו הרב דוד טייטלבוים שליט"א, הגבה: רבינו שליט''א, גלילה: הר"ר אברהם דוד וואגשאהל שליט"א (מאנסי).
ביי לחיים האט דער רבי געוואונטשן א גוט געבענטשט יאר מען זאל האבן אלעס גוט'ס אויסגעבעהטן. זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. אודה: הר"ר נפתלי צבי בראדי שליט"א (בני ברק), שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן נוסח התפילה 'עוד יזכור לנו אהבת איתן' און געטייטשט אז דער זכות פון די אבות הק' אברהם יצחק און יעקב איז הקב''ה מצרף פאר אידישע קינדער דעם טוב העתיד.
ידיד נפש: הרה"ח ר' ליפא פריעדמאן הי"ו (וומסב''ג), קל מסתתר: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו (ב"פ). נאכן זינגען האט רבינו שליט''א דערציילט דעם סיפור בשם הרה"ח ר' אהרן ט"ב ז"ל פון אוהעל ווען זקינו הרה''ק ר' שמואל גארליצער זיע''א האט געזינגען דעם ניגון ביי הגה''ק הישמח משה זיע''א האט דער ישמח משה געזאגט עס איז א גוטע ניגון זאלסט דאס אוועקלייגן פאר די הייליגע טעג. דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס, און אריין בחדרו הפרטי.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
'תחל שנה וברכותיה'
יו"ט ראש השנה תשפ''ד בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בקרב ק''ק קרית יואל יצ"ו.
פרייטאג ערב יו"ט ארום 5:15 פארטאגס איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו אמירת סליחות 'זכור ברית' אין ביהמ''ד הגדול. רבינו שליט''א האט יורד געווען לפני התיבה בהתעוררות רב מעוטף אינעם טלית און קאפל פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א. מיט די פתיחות זענען נתכבד געווארן הרה"ח ר' עקיבא וויינשטאק הי"ו און הרה"ח ר' אשר ווידער הי"ו (מאנטרעאל). מען האט געענדיגט ארום 7:35, און דער רבי איז אהיים געגאנגן לביתו נאוה קודש.
איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ברח''י ווידער הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
ארום 10:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו תפילת שחרית. בעל תפילה: ר' הערש לייב פאגעל הי''ו. וכרות האט דער רבי געזאגט פסוק בפסוק, און נאכן דאווענען האט מען מסיים געווען תהילים כנהוג בחודש אלול. נאכן אויסטוהן די תפילין האט רבינו שליט''א געמאכט התרת נדרים פאר א מנין און געזאגט די מסירות מודעות, און זיי באדאנקט און אנגעוואונשן א כתיבה וחתימה טובה.
דערנאך איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' מרדכי בר''ח פארקאש הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
ליל יו"ט פארנאכטס ארום 7:40 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה בתעוררות רב, און דערנאך האט מען געזאגט דעם פיוט 'אחות קטנה' כנהוג. נאך מנחה איז פארגעקומען דער יערליכער אפיעל פארן 'מבצר הכוללים', עס האט אויפגעטרעטן דער מנהל הכוללים הרה"ג ר' וואלף אהרן טעלער שליט"א. ארום 8:30 איז רבינו שליט"א צוגעגאנגען צו קבלת שבת ומערבית, ביי לכה דודי האבן די משוררים געזינגען פון די נייע ניגונים, און נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעזאגט כנהוג לדוד מזמור באש קודש.
נאכן דאווענען איז רבינו שליט"א ארויף אויפן ארון הקודש צום 'ברכת הקודש' און געזאגט תורה אויפן פסוק 'ישא ברכה מאת ה'' בהקדם פונעם ייטב לב זיע"א אז דורך דאנקן דעם אייבערשטן אויפן עתיד איז הקב''ה מצרף דעם טוב העתיד, אזוי אויך דורך דעם וואס מען פריידט זיך מיט א חסד ה' בעתיד איז מען מצרף די זכותים און מעשים טובים פונעם מענטש בעתיד, במילא האט מען זיך טאקע יעצט מיט וואס צו פרייען. דער אייבערשטער זאל העלפן דאס יאר תשפ''ד זאל זיין א גוט געבענטשט יאר און געוואונטשן פארן גאנצן ציבור וואס איז דא אין ביהמ"ד ולכל בית ישראל בכל מקומות מושבותיהם, 'לשנה טובה תכתבו ותחתמו לאלתר לחיים טובים ולשלום' א שנה טובה ומבורכת, און מסיים געווען בברכות לרוב. ויענו כל העם בקול 'אמן' ולעומתו ברוך יאמרו, האבן די אלפי ישראל צוריקגעוואונטשן פארן רבי'ן לשנה טובה ואף הוא ענה כנגד המברכים אמן, און דערנאך געוואנטשן 'א גוט שבת א גוט יו''ט'. נאכן אראפגיין האט רבינו שליט"א עקסטער געוואונטשן לשנה טובה פאר הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, און דערנאך איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 11:35 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום שלחה"ט בהיכל השלחנות און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה ביז מודה אני. אשת חיל און הגבהת הכוס: נכד רבינו הרב דוד בן הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א. נאך קידוש האט רבינו שליט"א אויפגעשניטן די חלה מיט א נייעם מעסער און איינגעטונקען די מוציא אין האניג - דבש חי, און דערנאך געמאכט א ברכת העץ אויף עפל, איינגעטונקען אין האניג און געזאגט דעם יהי"ר שתתחדש עלינו שנה טובה ומתוקה, און פארטיילט שריים פון עפל פארן גאנצן ציבור. דערנאך האט מען אריינגעברענגט א ראש כבש, דער רבי האט געזאגט דעם יהי"ר שנהיה לראש ולא לזנב, נאכן טועם זיין האט דער רבי געטרינקן לחיים און געוואונטשן 'לחיים א גוט געבענטשט יאר', נאך די פלייש האט מען אריינגעברענגט זיסע מייערן.
מיט די זמירות לדוד מזמור האט רבינו שליט"א מכבד געווען. הרה''ח ר' משה ארי' פריינד הי''ו (לאנדאן).
רבינו שליט"א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ישא ברכה מאת ה'' און געטייטשט אז דורך שבת ווערט מען דבוק אינעם הייליגן באשעפער, מען קען צוקומען צו תשובה און מען איז זוכה צו ברכות פונעם אייבערשטען.
ברכהמ"ז: נכד רבינו בעל שמחה הרב יושע לאבין שליט''א חתן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א.
נאך די פירות האט מען אריינגעברענגט בונדלעך און ביר לכבוד די שמחת השלם זכר ביי נכד רבינו הרב יושע לאבין שליט''א מען האט געזינגען ניגוני שמחה און גער רבי האט געוואונטשן ברכות קדשו. אויך איז פארגעקומען א שלום זכר ביי ר' אברהם מאסרי הי''ו.
אז ביום השביעי: הרב מענדל גראס הי''ו (ב''פ). מען האט געענדיגט 1:10.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Monday3 Tishrei 57849/18/2023
Video
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים סיום שלחן הטהור, און הבדלה מוצאי ראש השנה אין ביהמ"ד הגדול בקר''י.