דברות קודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים מעמד ברכת הקודש ע''פ רחבת ביהמ"ד הגדול בקרית יואל במעמד אלופי אלפי אנ''ש, וואס איז פארגעקומען אן קיין מוזיק לאור המצב הקשה בארה''ק.
רבינו שליט"א איז אריינגעקומען צום שלחה''ט ושמחת בית השואבה אין די סוכה הגדולה ארום 10:35. נאכ'ן זאגן דעם סדר האושפיזין האט זיך רבינו שליט"א געוואשן צו די סעודת יו"ט.
די בעלי אושפיזא האבן געשטעלט וויין כנהוג. נאך די יום טוב'דיגע מאכלים האט מען אויף געגעבן עטליכע ספעציעלע קוגלן און מעדנים לכבוד יום טוב פון עטליכע בעלי אושפיזא, דער רבי האט טועם געווען און פארטיילט שריים.
מיט די שיר המעלות האט דער רבי מכבד געווען: חדב"ן הגה"צ רבי יוסף רוקח שליט"א רב דביהמ"ד קול אליהו. הר"ר יוסף לייב קאהן שליט"א. הר"ר משה יצחק לעוו שליט"א (לאנדאן).
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'וליוסף אמר מבורכת ה' ארצו' און געטייטשט אז דורך מצוות לולב גיבט הקב''ה השפעות טובות פאר כלל ישראל אפילו מען איז נישט ראוי.
ברכהמ''ז: הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א. נאכן בענטשן האט מען געטאנצן לכבוד שמחת בית השואבה מען האט געענדיגט ארום 11:55.
רבינו שליט"א איז אריינגעקומען צום שלחה''ט ושמחת בית השואבה אין די סוכה הגדולה ארום 10:20. נאכ'ן זאגן דעם סדר האושפיזין האט זיך רבינו שליט"א געוואשן צו די סעודת יו"ט.
די בעלי אושפיזא האבן געשטעלט וויין כנהוג. נאך די יום טוב'דיגע מאכלים האט מען אויף געגעבן עטליכע ספעציעלע קוגלן און מעדנים לכבוד יום טוב פון עטליכע בעלי אושפיזא, דער רבי האט טועם געווען און פארטיילט שריים.
מיט די שיר המעלות האט דער רבי מכבד געווען: הר"ר משה גראס שליט"א מקערעסטיר מאנסי. הר"ר חיים אשכנזי שליט"א חתן הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א. הר"ר נתן דוד אשכנזי שליט"א מ'סטאניסלאוו לינדען.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'בהעלותך את הנירות' און געטייטשט אז דורך מצוות סוכה קען מען שפירן א עריבות און מתיקות התורה.
ברכהמ''ז: הגה''צ ר' משולם נתן שפיגעל שליט"א אדמו''ר מקאלאשין מאנסי. מען האט געענדיגט ארום 11:50.
נאך עטליכע מינוט איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו די מעמד שמחת בית השואבה רבתי ריקודין של מצוה דורך אלפי אנ''ש לרגל שמחת בית השואבה, דער רבי איז געזעצן אויף די בימה און זיך צוגעקוקט מיט שמחה א לענגערע צייט, דער רבי האט פארלאזט דאס ביהמ"ד ארום 12:45. מיטוואך יום ג' דחוה''מ
רבינו שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו שחרית ארום 9:55. בעל תפילה: הרה"ח ר' אלחנן טויב הי"ו. דער רבי האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק, און צוגעגאנגען צו הלל און אפגעראכטן זיין עבודת הקודש בעת די נענועים מיט גרויס ברען און התעוררות, און דערנאך פארגעזאגט די הושענות. מיט פתיחה איז מכובד געווארן הרה"ח ר' וואלף שווארטץ הי"ו (וומסב''ג).
עליות. כהן: נכד רבינו הרב נחמן כהנא שליט"א חתן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א. לוי: הב' הבר מצוה ב"ר אברהם שמחה בר"ע הירש הי"ו. שלישי: הרה"ג ר' אליעזר צבי הורוויץ שליט"א בן הגה"צ אבד''ק מאנטשעסטער שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מבית יצחק דספינקא שליט"א. רביעי: רבינו שליט"א. הגבה: הרה"ג ר' יחזקאל לאקס שליט"א מו"ץ. גלילה: הר"ר יואל ישכר לעוו שליט"א (לאנדאן).
מוסף: נכד רבינו הרב אשר אנשיל אשכנזי שליט"א (מאנטשעסטער) מען האט געענדיגט ארום 12:15.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית'ן. לבן הנולד אצל ר' יואל ברי"ע מארקאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. לבן הנולד אצל ר' גרשון שפילמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק. לבן הנולד אצל ר' יצחק ברוך ברמ"י טייטלבוים הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
נאכמיטאג איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א ברית לבן הנולד אצל ר' משה גאלדבערג הי"ו (וומסב''ג), ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:15, און מעריב ארום 8:00 בביתו נאוה קודש, פאר מעריב האט דער רבי געצינדן 5 ליכט לרגל די יארצייט פון זקנתו הרבנית אשת חבר פון הגה"ק בעל ייטב לב זיע''א.
נאך מעריב איז געווען אויף א ביקור חג ביי רבינו שליט"א אין די סוכה שע"י ביתו נאוה קודש הגה"צ רבי יושע לייפער שליט"א רב דביהמ"ד באר משה פרעמישלאן מאנסי ונשיא מכון עוז והדר, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
דינסטאג יום ב' דחוה''מ 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אהרן סימאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 9:45. בעל תפילה: הרה"ח ר' יואל בר"ע הירש הי"ו, דער רבי האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק, און צוגעגאנגען צו הלל און אפגעראכטן זיין עבודת הקודש בעת די נענועים מיט גרויס ברען און התעוררות, און דערנאך פארגעזאגט די הושענות. מיט פתיחה איז מכובד געווארן הרה"ח ר' יעקב זאפיר הי"ו (וומסב''ג).
עליות. כהן: הגה''צ ר' יחזקאל גלאנץ שליט"א מבארדיוב וומסב''ג. לוי: הרה"ח ר' משה בער לאנדא הי"ו. שלישי: הרה"ג ר' יואל מייזליש שליט"א בן הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א. רביעי: רבינו שליט"א. הגבה: הרה"ג ר' ארי' אשר אינדיג שליט"א דמו"ץ ביהמ"ד מהרש"א. גלילה: הרה"ח ר' משה ישראל פרענקל הי"ו (לאנדאן).
מוסף הרה"ח ר' יוסף משה אונגאר הי"ו (מאנסי). מען האט געענדיגט ארום 12:15.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית'ן. לבן הנולד אצל ר' יושע ברמ"ד ווידער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. לבן הנולד אצל ר' ארי' שמחה קויפמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
נאכמיטאג האט רבינו שליט"א משמיע געווען דברות קודש וברכת החג דורך א לייוו הוק-אפ פאר אנשי שלומינו אין בני ברק, ביי די סעודת אושפיזא דאהרן כהנא קדישא, ושמחת בית השואבה, אין די סוכה הגדולה שע''י בית מדרשינו הגדול אין שיכון, נאך די דברי תורה לכבוד היום האט דער רבי ארויסגעברענגט די הרחבת גבולי הקדושה סיי בכמות און סיי באיכות ווען דאס ביהמ''ד הגדול אין שיכון האט ב''ה באקומען א פנים חדשות, און זיין הנאה פון די גוטע גריסן וואס מען הערט צוריק פון די קהילה, מוסדות און ישיבה, און דערמאנט מיט געגועים זיין עונג רוחני מיט די בחורים בעיר האבות סיגוט, און מסיים געווען בברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
נאכמיטאג ארום 6:15 איז געווען אויף א ביקור חג ביי רבינו שליט"א אין די סוכה שע"י ביתו נאוה קודש הגה''צ רבי מנחם מאיר ווייסמאנדל שליט''א אבד''ק נייטרא מאנסי, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע ידידות'דיגע שמועס בדברי תורה וחסידות ובעניני החג איבער רעגן אום סוכות, און איבער פארשידענע ערפינדונגען אין טעכנעלאגיע ביי כשרות און מקוואות, דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו, און געוואונטשן פאר בנו החתן צו די חתונה נאך יו''ט, און עקסטער געגעבן ברכות קדשו פאר בנו הר''ר מרדכי וועלכע שטייט בראש פון די מערכת השחיטה בבית השחיטה דקהלתינו הק' פאר די גסות אין אייאווע, 'שלא יצא מכשול מתחת ידו'.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:15, און מעריב ארום 8:00 בביתו נאוה קודש.