לרגל הולדת הבן שיחי' אצל נכדו יואל טייטלבוים שליט''א בן הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א וחתן הגה''צ ר' מאיר יצחק הורוויץ שליט''א אב''ד לינסק.
שישו ושמחו בשמחת רבינו
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photo
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 14
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א מפאר בראש ביים שמחת החתונה פון נכד רביה''ק בעל ברך משה זיע''א הכלה בת הגה"צ ר' סיני טייטלבוים שליט"א בן הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דינסטאג פרשת נח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יושע גפן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים שיעור ג'. נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכע תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק י"ח, און די תלמידי הישיבה זענען אריבער שלום נעמען לרגל התחלת הזמן. דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד לרגל התחלת הזמן, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און ארום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה. זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:45 ביז 12:10 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ כ''ק אדמו"ר מאלעסק וומסב''ג שליט"א מקבל זיין ברכות קדשו לרגל די שמחת החתונה פון בתו הכלה, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12.00, נאך מעריב איז דער רבי אריבער צו די זאלן פון כתר ריזל אין וומסב''ג ווי דער רבי האט מפאר געווען בראש שמחת החתונה פון נכד רביה''ק זיע''א, הכלה בת הגה"צ רבי סיני ט"ב שליט"א בן הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א. עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט די חשובע זיידעס, האדמורי''ם ממעליץ און בורשטין שליט"א, און הגה"צ אב''ד באלחוב שליט"א, אויך האט אב''ד באלחוב שליט"א איבערגעגעבן פאר'ן רבי'ן דעם ספר 'אור הנצח' עובדות וסיפורים פון הרה''ק מ'זידיטשוב זיע''א וואס איז ארויסגעקומען לרגל די חתונה. דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, די זיידעס, און פארן גאנצן ציבור, דערנאך האט בדחנא דמלכא הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו אויפגערופן רבינו שליט"א צו די ריקודי קודש, און דער רבי האט אפגעראכטן די געהויבענע מצוה טאנץ א לענגערע צייט, און געטאנצן מיטן חתן און די מחותנים, און מיט די חשובע זיידעס, און עקסטער ארויס אין א פייערדיגע ריקוד מיט אחיו הגה"צ שליט"א, און דערנאך מיט די גאנצע משפחה, אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די כלה. מען האט געענדיגט ארום 1:00, און דער רבי איז אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קר"י.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Tuesday2 Cheshvan 578410/17/2023
Report
מאנטאג פרשת נח ב' דר"ח חשון 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 8:50 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד בוטשאטש צו תפילת שחרית. פאר'ן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר יואל גאלדמאן הי"ו. דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל, און ביים ליינען עולה געווען רביעי. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדר הפרטי, דערנאך האט זיך דער רבי באדאנקט פאר הגה"צ אב"ד בוטשאטש שליט"א און זיין משפחה פאר די אכסניא די לעצטע וואך
אין די פארמיטאג שעה'ן האט זיך רבינו שליט''א אומגעקערט לביתו נאוה קודש אין קרית יואל נאכן וויילן די לעצטע וואך אויף מנוחת הנפש.
אין די נאכמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
פארנאכטס האט רבינו האט מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' יצחק דוד לאנדא הי"ו (מאנסי) - ר' ליפא לעבאוויטש הי"ו, באולם גינת קליין.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:20 ביז 11:20 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' יוסף חביב בר"ש מאסרי הי"ו - ר' יעקב סאאל הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:20.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
זונטאג פרשת נח א' דר"ח חשון 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 8:40 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד בוטשאטש צו תפילת שחרית. פאר'ן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים. תאומים בני הר"ר יואל אשר ווידער שליט"א. ב"ר אפרים פישל פריעד הי"ו. ב"ר יצחק מרדכי ניישטאדט הי"ו. ב"ר הלל כהנא הי"ו. דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל, און ביים ליינען געגאנגען הגבה. מוסף: הרה"ח ר' רפאל פערלמוטער הי"ו. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
נאך שחרית ארום 11:00 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין ביהמ"ד זוועהיל אין מאנסי צו די שמחת הברית מילה לבן הנולד אצל הרב ישראל האגער שליט"א בן הרה"צ ר' ברוך שליט"א חתן גיסו כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ארה"ק שליט"א ווי דער רבי איז מכובד געווארן מיט סנדקאות, נאכן ברית איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, מ'האט געזינגן ניגוני שמחה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו, און דערציילט סיפורי קודש פון הרה"ק ר' מיכל מ'זלאטשוב זצוק''ל פון וועם דער רך הנימול איז אן אייניקל. דער רבי האט פארלאזט דעם ביהמ''ד ארום 11:40.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 6:40 אין ביהמ"ד בוטשאטש.
נאך מנחה האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון בת הרה"ח ר' ישראל שיפף הי"ו מראשי קהלתינו במאנסי, אין די זאלן פון אטריום.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 8.00 אין ביהמ"ד בוטשאטש.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Monday1 Cheshvan 578410/16/2023
Notice
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Sunday30 Tishrei 578410/15/2023
Photos · 2
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים שמחת הברית מילה לנכד גיסו כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ארה"ק שליט"א, היינט נאך תפילת שחרית אין ביהמ"ד זעהוויל אין מאנסי.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 4
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א באזוכט מוצש''ק בבית מדרשינו החדש אין שכונת דזשיל אין מאנסי.
שב''ק פרשת בראשית מברכים חודש חשון 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א - אין פארשעי מאנסי ווי דער רבי וויילט למנוחת הנפש
פרייטאג צונאכטס ארום 6:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד בוטשאטש מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרב יעקב נחמן ווארפמאן הי"ו (וומסב''ג) מען האט געענדיגט ארום 8:05. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת, און דער רבי איז אהיים לבית האכסניא.
רבינו שליט''א האט געפראוועט די שלחה''ט אויף א פריוואטע פארנעם בבית האכסניא. ארום 10:15 האט מען געעפענט די טיר צו די זמירות וד"ת. מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרב נחמן ווארפמאן הי"ו (ב"פ), מנוחה ושמחה: הרב יעקב נחמן ווארפמאן הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויף 'קישור סוף התורה לתחילתה' און געטייטשט בדרך דרוש בענין שבירת הלוחות.
קה אכסוף: הרה"ח ר' הערשל בר"מ ווערטהיימער הי"ו, ברכהמ''ז: הגה"צ ר' מנחם בנציון ווארפמאן שליט"א אב"ד בוטשאטש.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק רבי אליעזר'ל דזיקוב'ער זיע''א.
קה רבון עלם: ר' יואל בר"ל אפפעל הי"ו, נאך די פירות האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה''ק מרוזין זיע''א, וואס די יארצייט געפאלט מיטוואך ג' חשון. אז ביום השביעי: הרה"ח ר' שלמה ברוין הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 11:45.
וביום השבת קודש
שב''ק אינדערפרי איז רבינו שליט''א געגאנגען אין מקוה אין ביהמ"ד לויעוו-טשערנאבל.
רבינו שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:40. פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' יואל וויינבערגער הי"ו, צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען.
הוצאה והכנסה: הרב יצחק אייזיק ווארפמאן הי''ו. בעל קורא: הב' אברהם דוד ווארפמאן ני"ו.
עליות. כהן: הרה"ח ר' יצחק ישעי' שאבערד הי"ו. לוי: הרה"ח ר' אברהם ארזעל הי"ו. שלישי: הרב נחמן ווארפמאן שליט''א. רביעי: הרה"ח ר' משה וויינגארטן הי"ו. חמישי: הרה"ח ר' אברהם יעקב אפמאן הי"ו. שביעי: הרה"ח ר' משה יושע ווייס הי"ו. אחרון: הרה"ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי"ו. מפטיר: הרה"ח ר' מנחם שענקער הי"ו. הגבה: הרה"ח ר' רפאל ראקאווסקי הי"ו. גלילה: הב' המשב"ק חנני' יו"ט ליפא דייטש ני"ו.
רבינו שליט"א האט ראש חודש געבענטשט בהתעוררות רב.
מוסף: הגה"צ אב"ד בוטשאטש שליט"א, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' יצחק ראזענפעלד הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 12:10.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען ארום 6:45. מנחה: הרב משה ברמ"צ כהנא שליט"א. הוצאה והכנסה: ר' שניאור זלמן העכט הי"ו. כהן: הרב שמואל הערש ברא"י כהנא שליט"א. לוי: הרה"ח ר' יואל ברי"צ האפמאן הי"ו. שלישי: הרה"ח ר' יואל ברמ"י פריעדמאן הי"ו. הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הב' ב"ר חיים אליעזר העללער הי"ו (וומסב''ג).
זמירות ביי ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה הרה"ח ר' בנציון קליין הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' שמחה אהרן אשר גאלד הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'בראשית ברא אלקים' און געטייטשט אז דורך לימוד התורה באקומט מען צוריק דעם צלם אלוקים אויפן פנים און די תפילות ווערן נתקבל, ובפרט דערמאנט דרי ארצינו הקדושה וואס זענען בעת צרה און דארפן האבן רחמי שמים מרובים, מען דארף מתפלל און בעטן אז דער שומר ישראל זאל שומר ומציל זיין אידישע קינדער בכל מקומות מושבותיהם. און געפאדערט יעצט בתחלת השנה דארף מען זיך מחזק זיין בלימוד התורה יעדער לפי מדרגתו.
ידיד נפש: הרה"ח ר' רפאל פערלמוטטער הי"ו, קל מסתתר: הרה"ח ר' אברהם יעקב אפמאן הי"ו, דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס.
מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' משה יצחק לאנדא הי"ו, נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך, צווישן אנדערע איז אריבערגעקומען הגה"צ רבי משה פריעדמאן שליט"א דומ"ץ קהלתינו ב"פ לרפו"ש, דער רבי האט אים ווארעם באגריסט און געוואונטשן ברכת קדשו. מען האט געענדיגט ארום 8:45. ארום 11:00 איז רבינו שליט''א אריבער אין ביהמ"ד נייטרא ווי דער רבי האט מפאר געווען ביי די שמחת הפארשפיל פון החתן בן הגה"צ רבי מנחם מאיר ווייסמאנדל שליט"א אבד''ק נייטרא מאנסי, עס האט זיך פארמירט א שיינער שמועס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו, און דערנאך ארויס און א מחול לצדיקים אויפן אויבן אהן און עקסטער מיט ידי"נ הגה"צ מנייטרא מאנסי שליט"א.
דערנאך האט רבינו שליט''א באזוכט בבית מדרשינו החדש אין שכונת דזשיל אין מאנסי, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן גאנצן ביהמ"ד, און זיך אראפגעזעצט צו א מסיבת לחיים מיט די מתפללי הביהמ''ד, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פאר הרה"ג ר' אפרים משה לעווי שליט"א דומ''ץ הביהמ"ד, און הרה"ח ר' יחזקאל לאנדא הי"ו דער בריח התיכון פונעם ביהמ"ד און די אנדערע ראשי הקהילה, און פארן גאנצן ציבור.