ברגשי גיל ויראת הכבוד גרייטן זיך אנשי שלומינו בקרב קהלתינו הק' במאנטרעאל לקבל פני קדשו פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א דעם מיטוואך, ווי דער רבי וועט מופיע זיין אין די שטאט לרגל שמחת הנישואין בבית הנגיד הנכבד בנש"ק מוה"ר יהודא ווייס הי"ו פון קרית יואל ווי דער רבי שליט"א קומט ספעציעל צו פארן און וועט מסדר קידושין זיין ביי די חופה אלס אות הכרת הטוב. וואס אויסער זיינע פולע נדבות פאר כל קדשי קהלתינו הק' ומוסדותי' די בכל אתר ואתר, וועט ער יעצט זיין דער נחשון מיט א פאנטאסטישן סכום צום קרן היסוד פונעם בנין התלמוד תורה החדש שע"י קהלתינו אין מאנטרעאל יצ"ו.
גלייכצייטאג וועט רבינו שליט"א אפשטאטן א קורצן באזוך בקרב אנשי שלומינו בהיכל בית מדרשינו המפואר אין מאנטרעאל יצ"ו.
מעמד ההודאה כ"א כסלו בקרב קהלתינו הק' אין מאנטרעאל יצ"ו, בהשתתפות חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מאנטאגי"ח כסלו תשפ"ג12/12/2022
מודעה
מעמד ההודאה כ"א כסלו יום ה' וישב הבעל"ט, בקרב קהלתינו הק' אין מאנטרעאל יצ"ו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
דינסטאגכ"ח מרחשון תשפ"ג11/22/2022
ווידיאו
הערליכע חרוזים ביים מעמד האדיר חנוכת הבית וכינוס אנ''ש תושבי מאנטרעאל וקאנאדא.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
באריכט ביקור המרומם ומסע הקודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א קיין מאנטרעאל, קאנאדא - חלק ז'
מאנטאג פרשת תולדות
ארום 10:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד הגדול, אינאיינעם מיט די רבני ולומדי כוללינו.
ביים ליינען האבן עולה געווען, כהן: ר' יואל קאהן הי"ו, לוי: ר' לייבוש בר"ח לעווי הי"ו, שלישי: רבינו שליט"א, הגבה: הרה"ח ר' יצחק פרענקל הי"ו, גלילה: ר' הערשל קליין הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען בבית האכסניא א מסיבת 'פת שחרית' פאר די הנהלת הכולל וראשי החבורות, עס האט אויפגעטרעטן דער מנהל הכולל הרה"ג ר' יודל שטערן שליט"א, און ארויסגעברענגט בשבח פון די הנהלת הכולל וואס געבן אוועק פון זיך להצלחת הכולל בגשמיות וברוחניות, די עסקני הכולל האבן איבערגעגעבן פארן רבין אז לאור די קריאת הקודש פונעם רבי'ן צו עפענען א כולל בוקר ללימוד התורה באשמורת הבוקר האט הרבני הנגיד ר' יעקב זוסמאן סופר הי"ו זיך אינטערגענומען די הוצאת הכולל לע"נ אביו הרה"ח ר' שמואל בנימין ע"ה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו, און דערנאך פארטיילט א 'לעדערנע סידור' בחתי"ק פאר די ראשי החבורות און הנהלת הכולל.
פארמיטאג ארום 1:15 איז רבינו שליט''א אנגעקומען צום כולל אברכים בהיכל בית מדרשינו הגדול, דער רבי האט זיך ארומגעדרייט צווישן די לומדים און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים מיט א שטארקע קורת רוח, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ווי דער רבי האט געגעבן א שיעור אין די סוגיא פון עד אחד נאמן באיסורין וואס מען לערנט יעצט אין כולל, און דערנאך ממשיך געווען בדברי הדרכה פאר די כולל אינגעלייט, און צווישן אנדערע ארויסגעברענגט איבער אויפשטיין פארטאגס לערנען פארן דאווענען, און משבח געווען די בשורה מרנינה אז אין א בחינה פון טרם יקראו ואני אענה איז שוין דא א נדבן פאר'ן נייעם כולל בוקר.
נאך די דב"ק האט דער רבי געטרינקן לחיים, און אנגעוואונטשן פאר די רבני ולומדי הכולל. מען האט געענדיגט ארום 2:15.
ביים ארויסגיין איז רבינו שליט''א אראפ אינעם אינטערשטן שטאק פון ביהמ"ד אין באגלייטונג פון הרה"ח ר' אברהם מאיר ווערצבערגער הי"ו בריח התיכון פון קהלתינו הק', דער רבי האט זיך אומגעקוקט אינעם רחבות'דיגע 'היכל התורה' און אינעם פראכטפולע 'מקוה מפוארה'.
דערנאך איז רבינו שליט''א אריבער בבית הנגיד ר' מעכיל ראזענבערג הי"ו, וועלכע האט אוועקגעגעבן זיין שטח אויפצושטעלן דעם ריזן שאטער פאר די דערהויבענע טישן און מעמדים, דערביי האט ר' מעכיל הי"ו געצייגט פארן רבין פארשידענע היסטארישע כתבי ידות פונעם נודע ביהודה און נאך, אין וועלכע דער רבי האט מעיין געוועהן א לענגערע צייט, און געגעבן במתנה פאר רבינו שליט"א א לעדערנע סעט פון פריש געדריקטע חידושי נודע ביהודה, דער רבי האט געטרינקן לחיים ומאציל געווען מברכות קדשו.
נאכמיטאג זענען אריבערגעקומען בקו''פ בבית האכסניא בחורי ישיבה קטנה סקווירא מאנטרעאל, דער רבי האט פארהערט די בחורים אויף די לימודים, און געגעבן א שמועס פאר די בחורים, און מאציל געווען מברכות קדשו. שפעטער זענען אריבערגעקומען די עלטערע כתות פון ת"ת סקווירא מאנטרעאל, די קינדער זענען אריבער שלום נעמען, און דער רבי האט משמיע געווען דברי הדרכה וברכה.
ארום 4:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בבית האכסניא. נאך מנחה איז געווען אויף א ביקור גומלין הגה"צ ר' יונתן בנימין ווייס שליט"א גאב"ד מאנטריאל, עס האט זיך פארמירט א שמועס בדברי תורה וחסידות, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א ביקור גומלין כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנטריאל שליט"א, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו. נאך די זמני כניסה איז פארגעקומען בבית האכסניא אן אסיפה פון הנהלת קהלתינו הק' במאנטרעאל, ווי מען האט דן געווען פארשידענע ענינים, בנוגע התאחדות אברכים, תפקיד הגבאים אין ביהמ"ד, בנוגע די מורי הוראה, און דאס עפענען דעם בית הוראה, און נאך פארשידענע ענינים בנוגע דער עתיד פון קהלתינו הק', רבינו שליט''א האט געגעבן פארשידענע הוראות און הדרכה וכו', און מאציל געווען מברכות קדשו.
דערנאך איז פארגעקומען א ענגע אסיפה מיט די מורי הוראה, וועלכע רבינו שליט"א האט ממנה געווען זיי זאלן עומד זיין לשרת בקודש ולהורות את דבר ה' זו הלכה אינעם נייעם בית הוראה דקהלתינו הק' תחת פיקוח הרה''ג דומ"ץ קהלתינו שליט"א. די חשובע תלמידי חכמים מובהקים ויראי ה', ממובחרי קהלתינו הק', ה"ה הרה"ג ר' יואל אשר פישער שליט"א, הרה"ג ר' אפרים זלמן מרגליות שליט"א, הרה"ג ר' חיים אלעזר הירשפעלד שליט"א. רבינו שליט"א האט דערביי געגעבן פארשידענע הוראות און הדרכה און מאציל געווען מברכת קדשו פאר די נייע דיינים שליט''א.
איידערן פארלאזן דעם בית האכסניא האט רבינו שליט''א זיך באדאנקט פארן בעל אכסני' הרבני הנגיד ר' משה ישעי' ווערצבערגער הי''ו מראה''ק, ובני ביתו, און אים ווארעם געווינטשן ברכות לרוב.
ארום 9:10 האט רבינו שליט''א פארלאזט בית האכסניא אויפן וועג צום לופטפעלד, און באגלייטונג בשירה ובזמרה פון אנ''ש תושבי מאנטרעאל וועלכע האבן זיך שווער געזעגענט, מיטנעמענדיג די געהויבענע טעג מלא חיזוק והדרכה, וואס וועט וועט לאנג געדענקט ווערן און באגלייטן אנ''ש תושבי מאנטרעאל.
אינטערוועגענס צום עירפארט האט זיך רבינו שליט''א אפגעשטעלט אינעם ביוראו פון הנגיד בנש''ק הר''ר יואל יודא רובינפעלד הי"ו (וומסב''ג), דער רבי האט קובע מזוזה געווען, און דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט אויפגעטרעטן הר''ר יואל יודא הי"ו און דער רבי האט משמיע געווען קורצע דברי הדרכה פאר די ארבייטער, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
בעת די זמני כניסה איז אריבערגעקומען דער מעיאר פון שטאט מאנטרעאל וועלכע האט שטארק ארויסגעהאלפן צו באקומען די פערמיטן פארן ביהמ"ד, דער רבי האט זיך שטארק באדאנקט און געווינטשן ברכת קדשו.
נאך די זמני כניסה האט רבינו שליט''א געדאווענט מנחה בבית האכסניא. ארום 4:15 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין קרית טאהש אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס בסיפורי צדיקים און איבער די הרחבת גבולי הקדושה אין קרית טאהש, האדמו"ר מטאהש שליט"א האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו, און דערנאך האט האדמו''ר מטאהש שליט''א געבעטן רבינו שליט''א צו רעדן פריוואט פאר עטליכע מינוט, אויפן וועג ארויס האט דער טאהשער רבי שליט"א באמערקט פאר רבינו שליט"א אז אויף דעם מקום פונעם באזוך פראוועט דער טאהשער רבי שליט"א שוין די לעצטע צוויי יאר די סעודות ליל ויום שב"ק מיט די תלמידי הישיבה, און דערנאך האט דער טאהשער רבי שליט"א ארויסבאגלייט דעם רבי'ן ביזן קאר.
ארום 5:15 איז רבינו שליט''א צוריק אנגעקומען אין מאנטרעאל און תיכף צוגעפארן צום בנין בית מדרשינו הגדול צו די גרויסארטיגע חגיגת הכנסת ס''ת אריינגעגעבן דורכ'ן בונה ומקים הביהמ''ד הרבני הנגיד ר' יעקב זוסמאן סופר הי"ו לע"נ אביו הרה"ח ר' שמואל בנימין ע"ה מיקירי תושבי מאנטרעאל, דער רבי האט איבערגענומען די ס''ת פונעם נדבן און אפגעראכטן די ריקודי קודש בהתלהבות אש פאר א לענגערע צייט, און מכבד געווען דעם נדבן אריינצולייגן די ס''ת אין ארון קודש, און דערנאך פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג. נאכן מעמד האט דער רבי געדאווענט מעריב בהיכל הביהמ"ד.
נאך מעריב איז רבינו שליט''א אריבער בבית הרה"ח הישיש ר' מאיר יודא פעלזן הי"ו וועלכע האט מנדב געווען א גרויסע סכום פארן ביהמ"ד, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער זכרונות פון הרה"ק ר' שלום אליעזר מראצפערט זיע"א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער אויף א באזוך ביי הרה"ג ר' מענדל ווערצבערגער שליט"א דומ"ץ קהלתינו הק', עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער שאלות בהלכות עירובין, און ארומגערעדט איבער די נסים וואס מען האט געהאט דעם פארלאפענעם זומער במחנה הקיץ קרית ברך משה קאנאדא, און נאך, דער דיין שליט"א האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.
בבית האכסניא זענען אריין בקודש פנימה די עסקנים פון התאחדות אברכים ווי מען איז איבערגעגאנגען די פילצאליגע פעולות פאר די פרישע אינגעלייט להגדיל תורה ולהאדירה, און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו. ארום 9:30 איז רבינו שליט''א אנגעקומען צו די זאלן פונעם קראון פלאזא האטעל, ווי עס איז פארגעקומען דער גרויסארטיגער 'מעמד חנוכת הבית - וכינוס אנ''ש תושבי קאנאדא' אויף א גאר פראכטפולע און עלעגאנטער פארנעם, און איז געפראוועט געווארן אינאיינעם מיט די סעודה לגומרה של תורה, בהשתתפות פון די הונדערטער אנשי שלומינו תושבי מאנטרעאל און קרית טאהש, און פילצאליגע געסט וועלכע זענען זיך געקומען מיטפרייען בשמחת קהלתינו הק' ובשמחת פונעם חשובן בונה ומקים הביהמ''ד ונדבן הס"ת הרבני הנגיד ר' יעקב זוסמאן סופר הי"ו.
עס האט אויפגעטרעטן דער יושב ראש הרה''ג ר' יוסף משה אונסדארפער שליט"א מגי''ש בקהלתינו מאנטרעאל בן הגה"צ אבד''ק ראשית חכמה שליט"א, וועלכע האט ארויסגעברענגט די שמחה און התרגשות פון אנ''ש ווען מען איז זוכה צו דעי מאמענט, און ארומגערעדט בשבח קהלתינו הק' מיום הווסדה.
לזכרון פון הרה"ח ר' שמואל בנימין סופר ז"ל האט אויפגעטרעטן זיין שוואגער הרה"ג ר' וואלף לאנדא שליט"א מנהל ישיבה קטנה סניף רב טוב בקר"י, און עס איז פארגעזינגען געווארן דורך ר' בנציון וועבערמאן הי"ו באגלייט מיט די זמרה קווייער, ספעציעלע חרוזים לכבוד המאורע איבער די השתלשלות פון 'סאטמאר מאנטרעאל'.
ביים מעמד האבן זיך משתתף געווען - צווישן די פילע רבנים ודיינים פון קאנאדא -, כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנטריאל שליט"א און כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א, דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו און ארויסבאגלייט.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען לענגערע דברות קודש הדרכה וחיזוק פאר אנ"ש תושבי מאנטרעאל, און נאך די דברי תורה מעורר געווען אויף אסאך ענינים הצרכים חיזוק, און ארומגערעדט בשבח קהלתינו הק' במאנטרעאל א קהלה נאה וחסידה, ובפרט פונעם ביהמ"ד הגדול וואס איז אויסגעשטיגן א צענטער לתורה ולתפילה, און מסיים געווען בברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
נאך די דב''ק האט דער רבי געטרינקן לחיים און אנגעווינטשן פארן גאנצן ציבור, און עקסטער פאר הרבני הנגיד ר' יעקב זוסמאן סופר הי''ו. מען האט געענדיגט ארום 11:40, אויפן וועג ארויס האט זיך רבינו שליט"א באדאנקט פאר הרבני הנגיד הנכבד ר' מיכל ראזענבערג הי"ו דער בעה"ב פונעם עלעגאנטן האטעל וועלכער איז אויך דער בעה"ב פונעם 'קראון' האטעל אין קאנעטיקוט, ווי מערערע חבורות פון חסידישע אידן אין ניו יארק פארן צו פראווען א 'שבת התוועדות', פארן אהער שטעלן א מקוה כשירה אינעם האטעל אין קאנעטיקוט אויף די פערזענדליכע בקשה פון רבינו שליט"א, דער רבי האט אים מאציל געווען ברכות לרוב, און איז אהיימגעפארן לבית האכסניא.
שפעטער איז רבינו שליט"א אריבער אויף א באזוך בבית משפ' הרה"ח ר' שמואל בנימין סופר ז"ל, ס'האט זיך פארמירט א הערליכע שמועס בקורות ימי מאנטרעאל מימי קדם, במנהגי שב"ק פון מרן החת"ס ז"ל און מנהגי רביה"ק זיע"א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו פאר אלע בני המשפחה, און ספעציעל פאר'ן נדבן הס"ת הרה"ח ר' יעקב זוסמאן הי"ו און פאר זיין מאמע תחי', און דער רבי איז צוריק געפארן לבית האכסניא.