די 4 שטאקן בבנין מבצר הכוללים אין קרית יואל איבערגעפילט מיט די נאענט צו טויזענט לומדי הכולל.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 10
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים מעמד קביעות מזוזוה ומסיבת לחיים פונעם נייעם היכל המפואר 'היכל גאלדשטיין' אויפן הינטערשטן שטאק בבנין מבצר הכוללים.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 10
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים ארומגיין זיך אומקוקן אויף די לימודים צווישן די נאענט צו טויזענט לומדי הכולל, נעכטן מאנטאג במבצר הכוללים אין קרית יואל.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
מאנטאג פרשת לך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שלמה אהרן סופר הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר אליעזר יואל ראזענבערג הי"ו. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק כ"א, די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען לרגל התחלת הזמן, און עס איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי, דערנאך האט דער רבי פארטיילט א מתנה א תהילים פאר אלע בחורים וואס האבן אריינגעברענגט גרעסערע סכומים לטובת קופת זכרון משה פאר מוסדות עטה"ק בארה"ק.
ארום 1:15 איז רבינו שליט''א אנגעקומען צום בנין מבצר הכוללים לרגל די חנוכת הבית פונעם נייעם היכל המפואר אופן הינטערשטן שטאק אינעם בנין, דער רבי איז צום ערשט ארום אין אלע פיר שטאקן און זיך ארומגעדרייט צווישן די נאענט צו טויזענט רבני הכולל און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים מיט א שטארקע קורת רוח, און דערביי געהערט א באריכט פונעם מנהל הכולל הרה"ג ר' וואלף אהרן טעללער שליט"א. דערנאך איז דער רבי אראפ צום נייעם היכל ווי דער רבי האט קובע מזוזה געווען אויפן הויפט אריינגאנג, דאן איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אינעם נייעם היכל, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די ראשי ולומדי הכולל און פאר די הנהלת הכולל, און משמיע געווען דברות קודש דברי אגדה אויפן פרשה, און ממשיך געווען בשבח פון די לומדי הכולל, דברי הדרכה ועוד און מסיים געווען ברכות לרוב פאר די ראשי ולומדי הכולל, ובפרט פון די הנהלת הכולל וואס האבן אהערגעשטעלט דעם נייעם שטאק און זייער עבודת הקודש פון א גאנץ יאר, בפרט האט דער רבי מדגיש געווען הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו וואס ער איז סיי א נדבן און סיי א עסקן צו שאפן גרויסע געלטער.
נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל השיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים. הר"ר יוסף עמרם מארקאוויטש שליט"א - ר' יוסף לייב קויפמאן הי"ו, באולם כינור דוד. ר' משה מענדל ווערטהיימער הי"ו - ר' יצחק יעקב כ"ץ הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:15 ביז 12:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים. הר''ר אביגדור הערשקאוויטש שליט''א - ר' יקותיאל ישראל פריעד הי"ו. ר' יודא שניצער הי"ו - ר' יואל בר"י שטויבער הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
מעמד הנהדר 'חנוכת הבית בנין בית מדרשינו הגדול אין לעיקוואד - בנין משה זושא ניישטאדט - אינאיינעם מיט די סעודה לגמרה של תורה' בראשות כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א.
צווישן די פולע רבני העיר זעהט זיך אן: הגאון רבי מלכיאל קאטלער שליט''א ראש ישיבה בית מדרש גבוה. הגאון רבי דוד שוסטאל שליט''א מראשי בית מדרש גבוה. כ''ק אדמו''ר מראחמיסטריווקא לעיקוואד שליט''א. כ''ק אדמו''ר מסקולען לעיקוואד שליט''א. הגה''צ ר' אברהם שפיצער שליט''א דומ''ץ סקווירא.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 5
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א אויף א באזוך ביי הגה''צ ר' אברהם שמואל ענגלענדער שליט''א דומ"ץ קהלתינו לעיקוואד.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 4
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א אויף א באזוך ביי הגאון ר' מלכיאל קאטלער שליט"א ראש ישיבה בית מדרש גבוה דלעיקוואד.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 4
הגאון ר' ירוחם אלשין שליט"א מראשי בית מדרש גבוה נעמט שלום פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א נאכן חגיגת הכנסת ספר תורה.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 7
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביי די ריקודי קודש און ביים פארזאגן לדוד מזמור.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 10
פייערדיגע ריקודין ברחובה של עיר ובבית מדרשינו הגדול אין לעיקוואד, אין שפיץ פון הגה''צ ר' אברהם שמואל ענגלענדער שליט''א דומ"ץ קהלתינו לעיקוואד.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים מעמד סיום כתיבת האותיות פארן ס''ת וואס איז אריינגעגעבן געווארן דורך הרה"ח ר' משה זושא ניישטאדט הי"ו בבית מדרשינו הגדול אין לעיקוואד, פארגעקומען אינעם שאטער הגדול אויפגעשטעלט בחצר הביהמ"ד.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
זונטאג פרשת לך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן: לבן הנולד אצל ר' נפתלי הירצקא שווארטץ הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. לבן הנולד אצל ר' אברהם יוסף פליישמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים: ב"ר אייזיק ליפא מארקאוויטש הי"ו. ב"ר יהודה פרידמאן הי"ו. ב"ר מנחם נייהויזער הי"ו. ב"ר אברהם חיים היילברוין הי"ו. ב"ר מנחם גרשון אינדיג הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק כ"ב. די תלמידי הישיבה זענען אריבער שלום נעמען לרגל התחלת הזמן, און עס איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג ארום 3:30 האט זיך רבינו שליט''א ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין לעיקוואד ווי עס איז פארגעקומען די מעמד חנוכת הבית פאר בית מדרשינו הגדול אינאיינעם מיט א חגיגת הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן דורכן נדבן הביהמ''ד הרה"ח ר' משה זושא ניישטאדט הי"ו פון קרית יואל.
ארום 5:30 איז רבינו שליט''א אנגעקומען צום שאטער וואס איז אויפגעשטעלט געווארן נעבן דעם בנין ביהמ"ד ווי עס איז פארגעקומען דער מעמד סיום כתיבת האותיות, דער רבי האט זיך באגריסט מיט די רבנים אויפן אויבנאן, מען האט געזינגען ניגוני התעורורות. דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות, געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן נדבן און פארן גאנצן ציבור, דער רבי איז געגאנגען הגבה און געטאנצן מיט די אפענע ספר תורה. גלילה: דער נדבן הרה"ח ר' משה זושא הי"ו, דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען מיט די רקודין א לענגערע צייט, און מכבד געווען דעם נדבן צו טאנצן. מען האט געענדיגט ארום 6:00.
פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער לבית האכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' יעקב הערש טייטלבוים הי"ו, ווי דער רבי האט געדאווענט מנחה.
ארום 7:00 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו די הכנסת ס''ת, דער רבי האט איבערגענומען די ס''ת פונעם נדבן און אפגעראכטן די ריקודי קודש א לענגערע צייט, און דערנאך פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג.
נאך לדוד מזמור האט זיך רבינו שליט''א באגריסט מיט הגאון רבי ירוחם אולשין שליט"א מראשי בית מדרש גבוה דלעיקוואד וועלכער איז געקומען מיטהאלטן די געהויבענע שמחה, דער רבי האט דורש געווען בשלומו און מאציל געווען מברכות קדשו, און ער האט איבערגעגעבן פארן רבי'ן זיין נייעם ספר אויף חג הפסח.
פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער אויף א באזוך בבית הגאון רבי מלכיאל קאטלער שליט"א ראש ישיבה בית מדרש גבוה דלעיקוואד, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס בקורות ימי אמעריקע נאך די קריג, און די פעולות פון רביה"ק זיע''א און פון הגאון ר' אהרן קאטלער זצ"ל צו מחזק זיין אידישקייט אין אמעריקע. דער רבי האט געפרעגט איבער די סדרי הלימודים בבית מדרש גבוה, און איז אריין אין א שמועס במסכת בבא מציעא וואס מ'לערנט יעצט דארט און אויך בהיכל המתיבתא אין קרית יואל. דער ראש ישיבה האט דערנאך מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.
פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער אויף א באזוך אין שטוב פון הגה''צ ר' אברהם שמואל ענגלענדער שליט"א דומ"ץ דבית מדרשינו און לעיקוואד, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער די מצב פון אידישקייט אין אייראפע צווישן די ערשטע און צווייטע וועלט מלחמה, און די מצב פון אחינו בני ישראל אין ארה"ק יעצט בעת צרה, דער דיין שליט"א האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים, און דער רבי האט אים ווארעם מאציל געווען מברכות קדשו.
פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער אויף א באזוך ביי הגה"צ ר' מרדכי בצלאל קליין שליט"א רב ודומ"ץ קהלתינו לעיקוואד, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די היסטאריע פון חסידות אין לעיקוואד, ער האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.
דערנאך ארום 9:00 איז דער רבי צוריק לבית האכסניא ווי עס איז אריין בקו"פ הגה"צ ר' שאול שמחה פריעדמאן שליט"א רב דקהל שמן למנחה דנאדיפאל אין לעיקוואד. עס האט זיך פארמירט א לענגערע הלכה'דיגע שמועס בעניני סת"ם אינאיינעם מיט הגה"צ דומ"ץ בית מדרשינו שליט"א וועלכער איז אויך אנוועזנד געווען, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו. דערנאך האט דער רבי געדאווענט מעריב און נאך מעריב געמאכט קידוש לבנה פארענט פון די אכסניא.
ארום 9:50 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין בית מדרשינו הגדול צום מעמד חנוכת הבית איינאיינעם מיט די סעודה לגמרה של תורה, ביים אנקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט. במשך די סעודה האבן זיך אנגעזען פילצאליגע רבני ודייני העיר צווישן אנדערע, הגאון רבי מלכיאל קאטלער שליט''א ראש ישיבה בית מדרש גבוה, הגאון ר' דוד שוסטאל שליט"א מראשי בית מדרש גבוה, כ''ק אדמו''ר מראחמיסטריווקא לעיקוואד שליט''א, כ''ק אדמו''ר מסקולען לעיקוואד שליט"א, הגה''צ ר' אברהם שפיטצער שליט''א דומ''ץ סקווירא, און נאך פילע רבנים און דיינים.
עס האט אויפגעטרעטן די יושב ראש המעמד הרה"ח ר' יעקב הערש טייטלבוים הי"ו און האט אויפגערופן דעם ראה''ק הרה"ח ר' ישראל וועלץ הי"ו וועלכע האט משמיע געווען דעם דבר הקהילה, דערנאך האט דער יו''ר מקדם געווען בברכה הגאון רבי מלכיאל שליט"א וועלכע האט דערנאך משמיע געווען דברי תורה וברכה לכבוד המעמד, דערנאך האט דער יושב ראש מכבד געווען הרה"ח ר' אהרן וועלץ הי"ו מנהל מוסדותינו הק' ב"פ, אפצונעמען א מתנה פון רבינו שליט"א אלץ הכרת הטוב פאר זיינע פילע פעולות פאר קהלתינו הק' אין לעיקוואד. עס האט אויפגעטרעטן הגה"צ ר' מרדכי בצלאל קליין שליט"א וועלכע האט ארומגערעדט בשבח קהלתינו הק' אין לעיקוואד, הרה"ח ר' יצחק מרדכי ניישטאדט הי"ו, הגה''צ ר' אברהם שמואל ענגלענדער שליט"א דומ"ץ דקהלתינו הק' וועלכע האט ארויסגעברענגט די שמחה פון קהלתינו הק' מיט די באזוך פון רבינו שליט"א, און די הכרת הטוב פון אנ"ש פארן נדבן הביהמ"ד הרה"ח ר' משה זושא הי"ו, דערביי האט דער רבי איבערגעגעבן פארן חשובן נדבן א מתנה א פראכטפולע געשטעל פונעם ביהמ"ד, און דערנאך האט דער נדבן אויפגעטרעטן לכבוד המעמד.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן נדבן און פארן גאנצן ציבור אנ"ש, און משמיע געווען לענגערע דברות קודש, צום ערשט ארויסגעברענגט די שמחה אז מען איז מחנך אזא שיין ביהמ"ד אין לעיקוואד, און משמיע געווען א לענגערע דרוש אויף די פרשה, און ממשיך געווען בשבח הביהמ"ד, און געזאגט דאס איז א התחלה און צעביסלעך וועט מען בויען נאך בנינים פאר קהלתינו הק' און פאר מוסדות הק' וואס מען וועט מייסד זיין בקרוב, דער רבי האט ארומגערעדט בשבח הנדבן, און פונעם ראה"ק הרה"ח ר' ישראל וועלץ הי"ו ואתו עמו אלע עסקנים וואס האבן ארויסגעהאלפן סיי מיטן בויען דעם ביהמ"ד און פאר אלע אנדערע פעולות פאר קהלתינו הק', און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
נאך די דב"ק האט דער רבי זיך אויפגעשטעלט טאנצן א לענגערע צייט, און מכבד געווען מיט ברכת המזון דער נדבן הביהמ"ד הרה''ח ר' משה זושא ניישטאדט הי''ו.
נאכן בענטשן איז געווען א געלעגענהייט פאר אנ"ש אריבערצוגיין שלום נעמען פון רבינו שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 12:00, און דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין קרית יואל.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Monday8 Cheshvan 578410/23/2023
Report
צהלו ורוני יושבת עיר מאנטרעאל
ברגשי גיל ויראת הכבוד גרייטן זיך אנשי שלומינו בקרב קהלתינו הק' במאנטרעאל לקבל פני קדשו פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א דעם מיטוואך, ווי דער רבי וועט מופיע זיין אין די שטאט לרגל שמחת הנישואין בבית הנגיד הנכבד בנש"ק מוה"ר יהודא ווייס הי"ו פון קרית יואל ווי דער רבי שליט"א קומט ספעציעל צו פארן און וועט מסדר קידושין זיין ביי די חופה אלס אות הכרת הטוב. וואס אויסער זיינע פולע נדבות פאר כל קדשי קהלתינו הק' ומוסדותי' די בכל אתר ואתר, וועט ער יעצט זיין דער נחשון מיט א פאנטאסטישן סכום צום קרן היסוד פונעם בנין התלמוד תורה החדש שע"י קהלתינו אין מאנטרעאל יצ"ו.
גלייכצייטאג וועט רבינו שליט"א אפשטאטן א קורצן באזוך בקרב אנשי שלומינו בהיכל בית מדרשינו המפואר אין מאנטרעאל יצ"ו.
בזמן שהצדיק בעיר היא הודה היא זיוה היא הדרה
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 12
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים סיום מסכת קידושין דורך יוצאי תלמידי כתה ט' מכינה לישיבה במוסדותינו הק' בוומסב''ג, פארגעקומען נעכטן מוצש''ק אין די זאלן פון עידן פעלעס אין וומסב''ג.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
שב''ק פרשת נח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ערש''ק נאכמיטאג האט רבינו שליט''א אנגעטוהן די שטריימל פאר די חתנים. החתן מנחם זאב ב"ר אברהם משה לעבאוויטש הי"ו. החתן מנחם גרשון ב"ר נפתלי משה ווייס הי"ו.
פרייטאג צונאכטס ארום 6:40 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה"ח ר' נפתלי משה ווייס הי"ו. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 8:10, נאכן דאווענען איז פארגעקומען א אפיעל פאר ת"ת תפארת יעקב עטה"ק בירושלים ובני ברק, דערנאך איז מען אריבער זאגן גוט שבת, און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 8:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה''ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה. אשת חיל: נכד רבינו הב' החתן מאיר אליעזר ט"ב בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, הגבהת הכוס: הרה"ח ר' משה רוזנאי הי"ו (ביתר).
פאר די פיש האט רבינו שליט''א געזאגט תורה פאר די בחורים אויפן פסוק 'אלה תולדות נח' און געטייטשט אז די דריי מאל נח אינעם פסוק איז מרומז אויף די דריי סעודת שבת, וואס דורך זינגען שירות ותשבחות ציברעכט מען די קליפות און מען אין צוקומען צו תשובה, און מעורר געווען די בחורים צו פראווענען די סעודת שבת כראוי בשירות ותשבחות לכבוד שבת קודש.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה"ג ר' יוסף שמואל בערקאוויטש שליט"א מו"ץ, מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' משה רוזנאי הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אלה תולדות נח' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא צו עשה לפני דיבור איז דוחה א לא תעשה לאחר הדיבור.
קה אכסוף: הרה''ג ר' אהרן יקותיאל בערקאוויטש שליט"א (מאנסי), ברכהמ''ז: הרה''ג ר' אברהם וואלף פריעדמאן שליט"א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק המאור עינים זיע''א, וואס די יארצייט געפאלט דאנערשטאג י"א חשון.
קה רבון עלם: הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א מו"ץ, די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. אז ביום השביעי: הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 11:25.
וביום השבת קודש
שב''ק אינדערפרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:40. פסוקי דזמרה: הר"ר שלום ווייס שליט"א רב דביהמ"ד קירמע וומסב''ג, וכרות האט דער רבי פארגעזאגט פסוק בפסוק, שחרית: הרה"ח ר' יוסף לייב ברש"ז כהנא הי"ו.
הוצאה והכנסה: הרה''ג מאיר לייב קטינא שליט"א, פסוקי שמע ישראל: הרה''צ ר' חיים אלעזר ווייס שליט"א מ'חמעלניק מאנסי. עליות. כהן: ר' אפרים פישל גלאנץ הי"ו. לוי: הרה"ח ר' יואל ברמ"ד לעווי הי"ו. שלישי: החתן ב"ר נפתלי משה ווייס הי"ו - באווארפען. רביעי: החתן ב"ר יודא ווייס הי"ו - באווארפען. חמישי: החתן ב"ר יוסף עמרם מארקאוויטש הי"ו - באווארפען. שישי: רבינו שליט''א.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: ר' יואל זאב שעהר הי"ו. ר' ישראל מענדל שווארץ הי"ו. ר' שלמה מנשה לעבאוויטש הי"ו. ר' לייבוש בר"י קראוס הי"ו. ר' יוסף מארקאוויטש הי"ו. ר' הלל מאיר פריעדמאן הי"ו. ר' אהרן ברמ"מ וויינשטאק הי"ו. ר' אהרן בר"ב קליין הי"ו.
שביעי: הרה"ח ר' יודא ווייס הי"ו. אחרון: הרה"ח ר' שמואל חיים בראך הי"ו (ב"פ). מפטיר: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו. הגבה: הר"ר יוסף עמרם מארקאוויטש שליט"א. גלילה: הרה"ח ר' יוסף לייב קויפמאן הי"ו. נאכן ליינען האט מען געמאכט דעם מי שברך לבה"ב.
מוסף: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' זלמן לייב אינדיג הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אפרים פישל גלאנץ הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. מען האט געענדיגט ארום 12:40. רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען ארום 6:35. מנחה: הרה"ח ר' גרשון מענדל טויב הי"ו (מאנסי). הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יואל זאב שעהר הי"ו. כהן: הרה"ח ר' אברהם שלמה כ"ץ הי"ו (לאנדאן). לוי: ר' שלמה ברז"ד ווערצבערגער הי"ו. שלישי: הרה"ג ר' משה שווארץ שליט"א (בני ברק). הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה"ח ר' שמואל ווירצבערגער הי"ו (ב"פ).
זמירות ביי של''ש האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'את האלקים התהלך נח' און געטייטשט אז די אידן זענען בטבע בענוה אבער מען דארף האבן אין זיך גאוה דקדושה ויגבה לבו בדרכי ה', טראכטן ביי זיך איך קען יא אנקומען און יא ראוי און נישט האבן א ענווה פסילה, דאס צו האבן קען מען נאר דורך לימוד התורה, יעצט דעם נייעם ווינטער זמן דארף מען זיך מחזק זיין בלימוד התורה אזוי וועט מען האבן דעם ריכטיגן דעת לעבודת ה'.
ידיד נפש: הרה"ח ר' שמואל חיים בראך הי"ו, קל מסתתר: הרה"ח ר' אברהם שלמה כ"ץ הי"ו, דער רבי האט געבענטשט על הכוס און געזאגט שבע ברכות.
מוצש''ק ארום 10:15 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אויף עטליכע מינוט אין די זאלן פון גינת קליין צו די מסיבת מלוה מלכה צוגעשטעלט דורך מוסדות קרית יואל פאר די אינגעלייט וואס האבן חתונה געהאט די לעצטע דריי יאר, לטובת די מוסדות, דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען דב"ק איבער די זכי' צו קענען שטיצן די מוסדות, און מסיים געווען בברכת קדשו, דער רבי האט פארלאזט די זאל ארום 10:30.
פון דארט האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט קיין וומסב''ג צו די מעמד סיום מסכת קידושין דורך יוצאי תלמידי כתה ט' מכינה לישיבה במוסדותינו הק' אין וומסב''ג, אין די זאלן פון עידן פעלעס.
רבינו שליט''א איז אנגעקומען ארום 11:50, די בחורים האבן געזינגען עטליכע ניגונים, דערנאך האט נכד רבינו הב' זלמן לייב בן הרה"ג ר' יואל הכהן גלאנץ שליט"א געמאכט דעם סיום און דערביי אויפגעטרעטן לכבוד המעמד מיט קורצע דברי אגדה, דערנאך האט איינע פון די תלמידים פארגעזינגען הערליכע חרוזים לכבוד המאורע. דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען קורצע דברות קודש, התחזקות והדרכה פארן נייעם זמן, דערנאך האט דער רבי פארטיילט פאר די בחורים א מתנה ספר 'שמעתתא דמר"א ט"ב' על סדר הפרשיות משולב עם סוגיות שונות ממסכת קידושין. ארום 12.35 האט דער רבי פארלאזט די זאל אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש קיין קרית יואל.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Sunday7 Cheshvan 578410/22/2023
Notice
מזמור שיר חנוכת הבית
מעמד חנוכת הבית וחגיגת הכנסת ספר תורה בבית מדרשינו הגדול בלעיקוואד בראשות כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Friday5 Cheshvan 578410/20/2023
Report
פרייטאג ערש''ק פרשת נח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה גדולה עסק התורה מאנסי, אין ביהמ''ד מהרש''א אין קר''י.
נאכן דאווענען זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען לרגל התחלת הזמן, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ''ד, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן פארן מנהל און אלע בחורים, און משמיע געווען קורצע דב''ק בשבח הישיבה און מסיים געווען מיט ווארימע ברכות הקודש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דאנערשטאג פרשת נח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' לייב הערשקאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר דוד אבערלענדער הי"ו. ב"ר מנחם מענדל גרינפעלד הי"ו. ב"ר יואל בכור סרוגא הי"ו. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק כ"ב, די תלמידי הישיבה זענען אריבער שלום נעמען לרגל התחלת הזמן, און עס איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאך שחרית האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' אלי' שאול כ"ץ הי"ו ע"פ אחיו ע"ה, און משפחת הרה"ח ר' אורי שווארץ ע"ה.
נאכמיטאג ארום 6:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:15 ביז 12:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים. ר' יצחק אליקים שווארץ הי"ו - ר' יוחנן מאנן הי"ו. ר' אברהם גאלדבערגער הי"ו - ר' מאיר העכט הי"ו.
נאכן תנאים האט דער רבי געדאווענט מעריב, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגה"צ ר' ישראל יעקב לאנדא שליט"א גאב"ד קהילת חרדים באר שבע, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בעניני שחיטה וכשרות, ער האט איבערגעגעבן פארן רבי'ן ספרו שו"ת באר ישראל, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
מיטוואך פרשת נח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר שלמה יעקב ניישטאדט הי"ו. ב"ר יואל בר"י לעווי הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק י"ח, דערנאך זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען לרגל התחלת הזמן, און עס איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט רבינו האט מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים. ר' מיכל פריעדמאן הי"ו (טאהש) - ר' יוסף צבי ראטענבערג הי"ו, באולם כינור דוד. ר' שלמה דוב ווידער הי"ו (וומסב''ג) - ר' מענדל הערש ראזענבערג הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:30 ביז 11:40 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים הר"ר שרגא גאנדעל שליט"א - ר' אהרן הערש טויב הי"ו.
נאכן תנאים האט דער רבי געדאווענט מעריב, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ די עסקנים פון די צדק ארגאנאזאציע אין שפיץ פון הרה''ח ר' משה מארגרעטן הי"ו, זיי האבן איבערגעגעבן א באריכט פון די פולע פעולות, און אהנגעפרעגט דעם רבי'ן דעת קדשו איבער פארשידענע נושאים העומדים על הפרק, און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Thursday4 Cheshvan 578410/19/2023
News
רייכע אויסגאבע 'היימשטאט' בעיר הגדולה לאלוקים 'קרית יואל' יצ"ו - פרשת נח תשפ"ד לפ"ק.