בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Kehilos HaKodesh

← Show all

Thursday11 Cheshvan 578410/26/2023

Report
מיטוואך פרשת לך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שמעון ישראל ליכטענשטיין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר חיים זלמן ווייסבערג הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק כ"א, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז רבינו שליט''א געווען אויף א באזוך אינעם בית האופה המוהדרת דקרית יואל ווי מען האט שוין אנגעהויבן די פארגאנגענע וואך די מאסיווע פראדוקציע צוצושטעלן די גאר מהודר'דיגע מצות לקראת חג הפסח הבעל"ט פאר אנשי שלומינו פון קרית יואל און איבעראל, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אין די בעקעריי איבער אלע אירע אפטיילונגען א לענגערע צייט און דערביי געהערט א באריכט פונעם מנהל בית האופה הרה"ח ר' יואל שלמה זאלדאן הי"ו איבער די פרישע הידורים און תיקונים וואס זענען איינגעשטעלט געווארן די יאר עפ"י הוראת רבינו שליט"א.

ארום 2:50 האט זיך רבינו שליט''א ארויסגעלאזט אויפן וועג צום סטוארט עירפארט בשכינות קרית יואל פון ווי דער רבי האט אפגערייזט אויף א בליץ באזוך אין מאנטרעאל קאנאדע לרגל שמחת הנישואין בבית הנגיד הנכבד בנש"ק מוה"ר יהודא ווייס הי"ו פון קרית יואל אלס אות הכרת הטוב פאר זיינע פולע נדבות פאר כל קדשי קהלתינו הק' ומוסדותי' די בכל אתר ואתר, ובפרט זיין פאנטאסטישן סכום צום קרן היסוד פונעם בנין התלמוד תורה החדש שע"י קהלתינו אין מאנטרעאל יצ"ו.

די פריוואטע פליגער האט זיך געהויבן ארום 3:50, און געלאנדעט ארום 4:35 אינעם ארטיגן לופטפעלד אין מאנטרעאל.

פונעם לופטפעלד איז רבינו שליט''א צוגעפארן אויף א קורצע באזוך אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' חיים הערש פריעדמאן הי"ו אלס אות הכרת הטוב פאר זיין אסטראנאמישן סכום מנדבת לבו לטהרתן של ישראל, צום בנין האדיר פון די מקוה טהרה אין קרית יואל יצ"ו, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו פאר'ן חשוב'ן נדבן וכל משפחתו שיחיו.

פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער בבית מדרשינו הגדול והמפואר, דער רבי איז אנגעקומען ארום 6:15, צום ערשט איז דער רבי אריין בהיכל הכולל ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט מיט א קורת רוח אויף די לימודים, דערנאך האט דער רבי געדאווענט מנחה בהיכל הביהמ"ד, בעל תפילה: ר' בנימין זאב מארקאוויטש הי"ו.

נאך מנחה איז דער גאנצער ציבור אנ"ש און די ילדי תשב"ר אריבער שלום נעמען, דערביי האבן אויך שלום גענומען א משלחת פון ראשי קהילת בעלזא מאנטרעאל און קהלת סקווירא ובראשם הגאון הצדיק רבי יוחנן וואזנער שליט"א ראב"ד סקווירא.

דערנאך איז רבינו שליט''א אריבער אין די ארמון זאלן אין מאנטרעאל צו די שמחת החתונה, דער רבי איז אנגעקומען ארום 7:15, מלובש בבגדי שבת אלס קרוב משפחה, א אייניקל פון זקינו הרה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זיע''א.
ביים אנקומען האט זיך דער רבי באגריסט מיט גיסו הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א, דער רבי האט מסדר געווען די כתובה און געמאכט דעם קנין, געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור, דערנאך איז דער רבי אריבער צום באדעקן, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט גיסו הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א, דערנאך איז דער רבי ארויס צום חופה ווי דער רבי האט מסדר קידושין געווען, און נאך די חופה האט דער רבי ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן און מחותנים און בפרט פארן מחותן הנגיד ר' יודא הי"ו.

דערנאך ארום 8:05 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג צום לופטפעלד,
אינעם לופטפעלד האבן זיך געזעגענט ראשי ונכבדי קהלתינו הק' און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו, ובמיוחד פאר הרה"ח ר' משה ישעי' ווערצבערגער הי"ו מראה"ק.

די פליגער האט זיך געהויבן ארום 8:45 און געלאנדעט ארום 9:30 אינעם טוטער-בארא לופטפעלד פון ווי דער רבי איז אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קרית יואל.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:00 בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Wednesday10 Cheshvan 578410/25/2023

News
מיטוואך פ' לך 9:28 אויפדערנאכט ברוך הבא בשם ה' אין די יעצטיגע מינוטען האט בשעטו''מ געלאנדעט די פריוואטע פליגער פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א אינעם טוטער-בארא עירפארט, נאכן קורצן באזוך אין מאנטרעאל קאנאדע.

רבינו שליט"א וועט אהיימפארן לביתו נאוה קודש בקר"י, ווי דער רבי וועט דאווענען תפילת מעריב ארום 10:45.

בזמן שהצדיק בעיר הוא הודה הוא זיוה והוא הדרה

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
News
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א פארלאזט יעצט די שטוב פון הרבני הנגיד ר' חיים הערש פריעדמאן הי''ו ווי דער רבי האט באזוכט אלס אות הכרת הטוב פאר זיין פאנטאסטישע אסטראנאמישן סכום לטהרתן של ישראל, צום בנין האדיר פון די מקוה טהרה אין קרית יואל יצ"ו.

יעצט איז כ"ק רבינו שליט''א אויפן וועג צו בית מדרשינו הגדול ווי דער רבי וועט דאווענען תפילת מנחה בקרב אנשי שלומינו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
News
ברוך הבא בשם ה'

מיטוואך פר' לך 4:37 נאכמיטאג, אין די יעצטיגע מינוטען האט בשעטו''מ געלאנדעט די פריוואטע פליגער פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א אין שטאט מאנטרעאל קאנאדע.

רבינו שליט''א וועט תיכף צופארן בהיכל כוללינו אין שטאט, און דערנאך דאווענען תפילת מנחה ברוב עם בבית מדרשינו הגדול והמפואר.

בזמן שהצדיק בעיר היא הודה היא זיוה והיא הדרה

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Notice
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Tuesday9 Cheshvan 578410/24/2023

Photos · 6
די 4 שטאקן בבנין מבצר הכוללים אין קרית יואל איבערגעפילט מיט די נאענט צו טויזענט לומדי הכולל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
מעמד הנהדר 'חנוכת הבית בנין בית מדרשינו הגדול אין לעיקוואד - בנין משה זושא ניישטאדט - אינאיינעם מיט די סעודה לגמרה של תורה' בראשות כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א.

צווישן די פולע רבני העיר זעהט זיך אן:
הגאון רבי מלכיאל קאטלער שליט''א ראש ישיבה בית מדרש גבוה.
הגאון רבי דוד שוסטאל שליט''א מראשי בית מדרש גבוה.
כ''ק אדמו''ר מראחמיסטריווקא לעיקוואד שליט''א.
כ''ק אדמו''ר מסקולען לעיקוואד שליט''א.
הגה''צ ר' אברהם שפיצער שליט''א דומ''ץ סקווירא.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 10
פייערדיגע ריקודין ברחובה של עיר ובבית מדרשינו הגדול אין לעיקוואד, אין שפיץ פון הגה''צ ר' אברהם שמואל ענגלענדער שליט''א דומ"ץ קהלתינו לעיקוואד.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים מעמד סיום כתיבת האותיות פארן ס''ת וואס איז אריינגעגעבן געווארן דורך הרה"ח ר' משה זושא ניישטאדט הי"ו בבית מדרשינו הגדול אין לעיקוואד, פארגעקומען אינעם שאטער הגדול אויפגעשטעלט בחצר הביהמ"ד.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Monday8 Cheshvan 578410/23/2023

Report
צהלו ורוני יושבת עיר מאנטרעאל

ברגשי גיל ויראת הכבוד גרייטן זיך אנשי שלומינו בקרב קהלתינו הק' במאנטרעאל לקבל פני קדשו פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א דעם מיטוואך, ווי דער רבי וועט מופיע זיין אין די שטאט לרגל שמחת הנישואין בבית הנגיד הנכבד בנש"ק מוה"ר יהודא ווייס הי"ו פון קרית יואל ווי דער רבי שליט"א קומט ספעציעל צו פארן און וועט מסדר קידושין זיין ביי די חופה אלס אות הכרת הטוב. וואס אויסער זיינע פולע נדבות פאר כל קדשי קהלתינו הק' ומוסדותי' די בכל אתר ואתר, וועט ער יעצט זיין דער נחשון מיט א פאנטאסטישן סכום צום קרן היסוד פונעם בנין התלמוד תורה החדש שע"י קהלתינו אין מאנטרעאל יצ"ו.

גלייכצייטאג וועט רבינו שליט"א אפשטאטן א קורצן באזוך בקרב אנשי שלומינו בהיכל בית מדרשינו המפואר אין מאנטרעאל יצ"ו.

בזמן שהצדיק בעיר היא הודה היא זיוה היא הדרה

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Sunday7 Cheshvan 578410/22/2023

Notice
מזמור שיר חנוכת הבית

מעמד חנוכת הבית וחגיגת הכנסת ספר תורה בבית מדרשינו הגדול בלעיקוואד בראשות כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Thursday4 Cheshvan 578410/19/2023

Show older news