בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

שבת קודשי"ג מרחשון תשפ"ד10/28/2023

בילדער · 4
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים פוקד זיין דעם פרייטאג ערש''ק די ציונים פון רבותינו הק' זיע''א לרגל די שמחת החתונה די וואך פון נכדתו הכלה בת חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
פרייטאג פרשת לך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר ברוך ווידער הי"ו.
ב"ר יצחק אייזיק שטערן הי"ו.
ב"ר יחיאל דוב פריעדמאן הי"ו.
ב"ר שבתי אבערלענדער הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

נאך שחרית ארום 11:50 איז רבינו שליט''א אריבער צום ציון פון רבותינו הק' איינצולאדענען צו די שמחת החתונה קומענדיגע וואך פון נכדתו הכלה בת חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א, ביים אנקומען צום ביה"ח האט דער רבי געמאכט די ברכה און דערנאך אריין אין אוהל און געצינדען 5 ליכט ביי די ציונים פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א און רביה"ק בעל ברך משה זיע''א און ביים ציון פון אמו הרבנית ע"ה, דער רבי האט געזאגט די תפילה פונעם ישמח משה זיע''א און פארגעזאגט די קאפיטלעך פון ספר רביעי כנהוג, נאך קדיש האט דער רבי געליינט די קוויטלעך בשעת מען האט געזינגען ניגוני התעורורות, דערנאך האט זיך דער רבי משתטח געווען אויף די ציונים פון רבותינו הק' און פון אמו הרבנית ע"ה. מען האט געענדיגט ארום 12:30.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג פרשת לך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל בר"ב הערשקאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
בן הרה"ג ר' ארי' אשר אינדיג שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד מהרש"א.
ב"ר חיים הערש כהנא הי"ו.
ב"ר יואל מאשקאוויטש הי"ו.
ב"ר יואל יצחק ראטה הי"ו.
ב"ר ראובן פאלאטשעק הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק כ"ו, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.

נאכמיטאג ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט רבינו האט מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' אברהם משה לעבאוויטש הי"ו - ר' מאיר פאלקאוויטש הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' משה פנחס ווידער הי"ו - ר' אלקנה יעקב הערש מאיראוויטש הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
ר' ציון עבדי' מאסרי הי"ו (וומסב''ג) - ר' אלי' יואל סאלאמה הי"ו, באולם גינת קליין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:15 ביז 11:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' יואל בר"א קויפמאן הי"ו - ר' אברהם שמואל בראך הי"ו.
ר' ארי' ברמ"א הערשקאוויטש הי"ו - ר' משה יעקב יודא ווערצבערגער הי"ו.

נאכן תנאים האט דער רבי געדאווענט מעריב, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

דאנערשטאגי"א מרחשון תשפ"ד10/26/2023

פייל
גליון "קול התאחדותינו"
פרשת לך לך, שנת תשפ"ד לפ"ק.

(מהדורת ארה"ב)

יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו

גם רצו"פ מדור משולחן מלכים

עם:
- מאמר נפלא 'פינת יקרת' בענין:
גר שנתגייר כקטן שנולד דמי
מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א.

- מאמר נפלא 'ממעיין הפרשה' בענין:
מצות סנדקאות וסגולתה
מאת הג"ר ברוך שטערן שליט"א.

ועם מדור מעשה חש"ב החדש 'שבחי רמב"ן'
ביאורים בדברי הרמב"ן בפרשתן

▫ סאטמאר'ע נייעס 🌴
📄 לך לך תשפ''ד חו''ל3.5 MB
בילדער · 2
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א אין עירפארט נאכן קורצן באזוך אין מאנטרעאל קאנאדע.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 10
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים שמחת החתונה בבית הנגיד הנכבד בנש"ק מוה"ר יהודא ווייס הי"ו, אין די ארמון זאל אין מאנטרעאל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
הגאון הצדיק רבי יוחנן וואזנער שליט"א ראב"ד סקווירא נעמט שלום פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א נאך תפילת מנחה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 8
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביי תפילת מנחה בבית מדרשינו הגדול אין מאנטרעאל, נאך מנחה זענען אנ"ש אריבער שלום נעמען.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 2
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א באזוכט בהיכל כוללינו המפואר בבית מדרשינו הגדול אין מאנטרעאל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 8
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א באזוכט אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' חיים הערש פריעדמאן הי''ו אין מאנטרעאל קאנאדע, אלס אות הכרת הטוב פאר זיין פאנטאסטישע אסטראנאמישן סכום לטהרתן של ישראל, צום בנין האדיר פון די מקוה טהרה אין קרית יואל יצ"ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 5
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים אנקומען צום קורצן באזוך נעכטן מיטוואך אין מאנטרעאל קאנאדע.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך פרשת לך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שמעון ישראל ליכטענשטיין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר חיים זלמן ווייסבערג הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק כ"א, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז רבינו שליט''א געווען אויף א באזוך אינעם בית האופה המוהדרת דקרית יואל ווי מען האט שוין אנגעהויבן די פארגאנגענע וואך די מאסיווע פראדוקציע צוצושטעלן די גאר מהודר'דיגע מצות לקראת חג הפסח הבעל"ט פאר אנשי שלומינו פון קרית יואל און איבעראל, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אין די בעקעריי איבער אלע אירע אפטיילונגען א לענגערע צייט און דערביי געהערט א באריכט פונעם מנהל בית האופה הרה"ח ר' יואל שלמה זאלדאן הי"ו איבער די פרישע הידורים און תיקונים וואס זענען איינגעשטעלט געווארן די יאר עפ"י הוראת רבינו שליט"א.

ארום 2:50 האט זיך רבינו שליט''א ארויסגעלאזט אויפן וועג צום סטוארט עירפארט בשכינות קרית יואל פון ווי דער רבי האט אפגערייזט אויף א בליץ באזוך אין מאנטרעאל קאנאדע לרגל שמחת הנישואין בבית הנגיד הנכבד בנש"ק מוה"ר יהודא ווייס הי"ו פון קרית יואל אלס אות הכרת הטוב פאר זיינע פולע נדבות פאר כל קדשי קהלתינו הק' ומוסדותי' די בכל אתר ואתר, ובפרט זיין פאנטאסטישן סכום צום קרן היסוד פונעם בנין התלמוד תורה החדש שע"י קהלתינו אין מאנטרעאל יצ"ו.

די פריוואטע פליגער האט זיך געהויבן ארום 3:50, און געלאנדעט ארום 4:35 אינעם ארטיגן לופטפעלד אין מאנטרעאל.

פונעם לופטפעלד איז רבינו שליט''א צוגעפארן אויף א קורצע באזוך אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' חיים הערש פריעדמאן הי"ו אלס אות הכרת הטוב פאר זיין אסטראנאמישן סכום מנדבת לבו לטהרתן של ישראל, צום בנין האדיר פון די מקוה טהרה אין קרית יואל יצ"ו, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו פאר'ן חשוב'ן נדבן וכל משפחתו שיחיו.

פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער בבית מדרשינו הגדול והמפואר, דער רבי איז אנגעקומען ארום 6:15, צום ערשט איז דער רבי אריין בהיכל הכולל ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט מיט א קורת רוח אויף די לימודים, דערנאך האט דער רבי געדאווענט מנחה בהיכל הביהמ"ד, בעל תפילה: ר' בנימין זאב מארקאוויטש הי"ו.

נאך מנחה איז דער גאנצער ציבור אנ"ש און די ילדי תשב"ר אריבער שלום נעמען, דערביי האבן אויך שלום גענומען א משלחת פון ראשי קהילת בעלזא מאנטרעאל און קהלת סקווירא ובראשם הגאון הצדיק רבי יוחנן וואזנער שליט"א ראב"ד סקווירא.

דערנאך איז רבינו שליט''א אריבער אין די ארמון זאלן אין מאנטרעאל צו די שמחת החתונה, דער רבי איז אנגעקומען ארום 7:15, מלובש בבגדי שבת אלס קרוב משפחה, א אייניקל פון זקינו הרה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זיע''א.
ביים אנקומען האט זיך דער רבי באגריסט מיט גיסו הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א, דער רבי האט מסדר געווען די כתובה און געמאכט דעם קנין, געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור, דערנאך איז דער רבי אריבער צום באדעקן, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט גיסו הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א, דערנאך איז דער רבי ארויס צום חופה ווי דער רבי האט מסדר קידושין געווען, און נאך די חופה האט דער רבי ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן און מחותנים און בפרט פארן מחותן הנגיד ר' יודא הי"ו.

דערנאך ארום 8:05 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג צום לופטפעלד,
אינעם לופטפעלד האבן זיך געזעגענט ראשי ונכבדי קהלתינו הק' און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו, ובמיוחד פאר הרה"ח ר' משה ישעי' ווערצבערגער הי"ו מראה"ק.

די פליגער האט זיך געהויבן ארום 8:45 און געלאנדעט ארום 9:30 אינעם טוטער-בארא לופטפעלד פון ווי דער רבי איז אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קרית יואל.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:00 בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 7
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א ביי די שמחת התנאים פון נכדו החתן הרב ישראל דושינסקיא שליט"א בן חדב''ן הגה"צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט"א, דעם דינסטאג אין די ספינקא זאלן אין ב"פ.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מיטוואךי' מרחשון תשפ"ד10/25/2023

נייעס
מיטוואך פ' לך 9:28 אויפדערנאכט ברוך הבא בשם ה' אין די יעצטיגע מינוטען האט בשעטו''מ געלאנדעט די פריוואטע פליגער פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א אינעם טוטער-בארא עירפארט, נאכן קורצן באזוך אין מאנטרעאל קאנאדע.

רבינו שליט"א וועט אהיימפארן לביתו נאוה קודש בקר"י, ווי דער רבי וועט דאווענען תפילת מעריב ארום 10:45.

בזמן שהצדיק בעיר הוא הודה הוא זיוה והוא הדרה

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א פארלאזט יעצט די שטוב פון הרבני הנגיד ר' חיים הערש פריעדמאן הי''ו ווי דער רבי האט באזוכט אלס אות הכרת הטוב פאר זיין פאנטאסטישע אסטראנאמישן סכום לטהרתן של ישראל, צום בנין האדיר פון די מקוה טהרה אין קרית יואל יצ"ו.

יעצט איז כ"ק רבינו שליט''א אויפן וועג צו בית מדרשינו הגדול ווי דער רבי וועט דאווענען תפילת מנחה בקרב אנשי שלומינו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
ברוך הבא בשם ה'

מיטוואך פר' לך 4:37 נאכמיטאג, אין די יעצטיגע מינוטען האט בשעטו''מ געלאנדעט די פריוואטע פליגער פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א אין שטאט מאנטרעאל קאנאדע.

רבינו שליט''א וועט תיכף צופארן בהיכל כוללינו אין שטאט, און דערנאך דאווענען תפילת מנחה ברוב עם בבית מדרשינו הגדול והמפואר.

בזמן שהצדיק בעיר היא הודה היא זיוה והיא הדרה

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג פרשת לך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב יושע אפפעל הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה גדולה שיעור ד'. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל התחלת הזמן, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די ראשי והנהלת הישיבה און אלע תלמידים.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:20 ביז 10:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

נאך די זמני כניסה איז רבינו שליט''א אריבער געפארן קיין ב"פ צו די שמחת התנאים פון נכדו החתן הרב ישראל דושינסקיא שליט"א בן חדב"ן הגה''צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א בן כ''ק אדמו''ר מדושינסקיא שליט''א, עב"ג הכלה בת הרה''ג ר' אברהם יושע אייגער שליט''א (ב''פ) בן הרה''ג ר' עזריאל מאיר שליט''א מלובלין וחתן הגה"צ ר' אפרים שטיין שליט''א מפאלטישאן, וואס איז פארגעקומען אין די ספינקא זאל אין ב"פ.
דער רבי איז אנגעקומען ארום 10:50 און זיך באגריסט מיט די זיידעס און רבנים, עס האבן אויפגעטרעטן די מחותנים שליט"א, דער רבי האט מסדר געווען די תנאים, און מכבד געווען דעם זיידן הגה"צ אב"ד לובלין שליט"א צו ליינען די תנאים, עדי תנאים: הרה"ח ר' אלכסנדר נחום גאטליעב הי"ו און הרה"ח ר' אהרן מאיר פריעדמאן הי"ו, ערב קבלן מצד החתן: הרה"ח ר' נחמן פיש הי"ו, ערב קבלן מצד הכלה: הרה"ח ר' יחיאל אייזיק וויינשטאק הי"ו.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק בעניני שמחת חתן וכלה, און אויסגערעכענט די גרויסע יחוס, און די קשר פון מר אביו רביה"ק זיע''א צו די זיידע פון די כלה הגה"צ אבד''ק פאלטישאן זצ"ל, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.

מען האט געזינגען ניגוני שמחה און דער ציבור איז אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 11:30, אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די כלה כנהוג.

פון דארט איז דער רבי אריבער בבית מדרשינו הגדול ווי דער רבי האט געדאווענט תפילת מעריב, און נאך מעריב ארום 12:00 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין קרית יואל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג