בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Sunday6 Kislev 578411/19/2023

Report
שב''ק פרשת תולדות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ערש''ק נאכמיטאג האט דער רבי אנגעטוהן דעם שטריימל פאר החתן וואלף ב"ר אהרן יוסף בערגער הי"ו.

פרייטאג צונאכטס ארום 5:05 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה''ג ר' יעקב פעלדמאן שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 6:40.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען אן אפיעל פאר תלמוד תורה משאת בנימין אין קוממיות עטה"ק, דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 8:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה''ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' החתן מאיר אליעזר ט"ב בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, הגבהת הכוס: הרה"ח ר' צבי עקיבא ברייטשטיין הי"ו יו''ר קהלתינו ומוסדותינו הק' בבית שמש.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה"ח ר' צבי עקיבא ברייטשטיין הי"ו, מנוחה ושמחה: נכד רבינו הרה''ג ר' זלמן לייב טייטלבוים שליט"א ר"מ בישיבת דרך התורה.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'וירח את ריח בגדיו' און געטייטשט בדרך אגדה אז די אבות הק' האבן געקענט מיט זייער לעכטיגע אויגן דערקענען אויף א זאך צו עס איז כשר דורכ'ן זען צו עס לייכט אויף דעם די שם הוי"ה.

קה אכסוף: הר"ר נתנאל מנחם דייטש שליט"א, ברכהמ''ז: הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט צום ערשט א עובדא פון הגה''ק הישמח משה זיע''א בשייכות מיט די תורה, און דערנאך פון הרה"ק ר' אהרן מ'טשערנאבל זיע''א וואס די יארצייט געפאלט מיטוואך ט' כסלו.

קה רבון עלם: הרה"ח ר' פסח עקשטיין הי"ו (ירושלים), די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרב יחיאל מיכל גאלדשטיין שליט"א. מען האט געענדיגט די טיש ארום 11:20.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:30. פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' בערל שטיין הי"ו, צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם ציממערמאן הי"ו, פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' שלום מאיר קעסטענבוים הי"ו (ב"פ).

עליות. כהן: ר' צבי אביגדור הערמאן הי"ו - וומסב''ג. לוי: החתן ב"ר שמואל אפרים גאלד הי"ו - באווארפען. שלישי: החתן ב"ר מענדל יאנקאוויטש הי"ו - באווארפען. רביעי: החתן ב"ר דוד חיים מאשקאוויטש הי"ו - באווארפען. חמישי: החתן ב"ר יחיאל אלטר טויב הי"ו. שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
הר"ר מעכיל בערקאוויטש שליט"א בן הגאון הגדול הדומ''ץ שליט''א.
ר' קלמן אליעזר פעקעטע הי"ו.
ר' אברהם יושע העשיל גראס הי"ו.

שביעי: החתן ב"ר נחום שמשון שווארטץ הי"ו. אחרון: החתן ב"ר אהרן יוסף בערגער הי"ו - באווארפען. מפטיר: הרה"ח ר' צבי עקיבא ברייטשטיין הי"ו. הגבה: הרה"ח ר' דוד חיים מאשקאוויטש הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' מענדל יאנקאוויטש הי"ו.

מוסף: הרה"ח ר' אליעזר ווייס הי"ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' שמואל יוסף עקשטיין הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 12:15.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 5:05. מנחה: ר' יואל ברש"צ פעלדמאן הי"ו (וומסב''ג). הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' משה יעקב בוקסבוים הי"ו. כהן: הרה"ח ר' חיים טורנהיים הי"ו. לוי: הרה''ג ר' שמואל אפרים גאלד שליט"א. שלישי: הרה"ח ר' נתן יוסף גרין הי"ו (וומסב''ג). הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה"ח ר' אליעזר דוד גליק הי"ו.

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'וירח את ריח בגדיו ויברכהו' און געטייטשט אז יצחק אבינו האט געזעהן ברוח קדשו אז עס וועט זיין א בלבול המוחות אין די עננים פון גלות וגאולה, אמונה בביאת המשיח, האט ער מרמז געווען מען זאל גלייבן אז נאר דער איין איינציגער באשעפער ער קען און ער וועט אונז אויסלייזן און צוריק געבן ארץ ישראל, און נאר ער וועט נקמה נעמען אויף די פארגאסענע אידיש בלוט.

ידיד נפש: הרה"ח ר' אברהם שווארץ הי"ו (לאנדאן), קל מסתתר: הרה"ח ר' משה דוד רייך הי"ו (וומסב''ג), דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.

מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' אליעזר ווייס הי"ו. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 7:30.
מוצש''ק ארום 11:15 איז רבינו שליט''א אריבער אין די זאלן פון כינור דוד צו די סיום הלכות שבת דורך 'כולל קנין שבת' שע"י מבצר הכוללים קר''י, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק איבער די חשיבות און וויכטיגקייט פון לערנען הלכות שבת, און מסיים געווען בברכת קדשו פאר אלע לומדים און די הנהלת הכולל. דער רבי האט פארלאזט די זאל ארום 11:30.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Shabbos Kodesh5 Kislev 578411/18/2023

Photos · 7
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א מפאר בראש ביים שמחת החתונה פון נכד רביה''ק בעל ברך משה זיע''א החתן נכד אחיו הגה"צ רב דקהלתינו ב"פ 15 שליט"א, דעם דינסטאג אין די זאלן פון עטרת חינקא אין ב"פ.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 3
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים שמחת החתונה פון נכד גיסו כ''ק אדמו''ר מוויזניץ ארה''ק שליט''א, ונכד כ''ק אדמו''ר מוויען שליט''א, דעם דינסטאג אין די זאלן פון עידן פעלעס אין וומסב''ג.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
פרייטאג פרשת תולדות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים:
ב"ר יואל גראס הי"ו.
ב"ר יואל פאסטערנאק הי"ו.
ב"ר יואל משה מאלח הי"ו.
ב"ר יואל משה מאשקאוויטש הי"ו.
ב"ר חיים בעריש שפילמאן הי"ו.
ב"ר יואל ווערצבערגער הי"ו (מאנסי).
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

בביתו נאוה קודש האבן זיך געשטעלט צום פארהער ביי רבינו שליט"א יוצאי תלמידי ישיבה קטנה סניף היכל התורה וומסב''ג אויף די לימודים פון די פארגאנגענע דריי יאר, דער רבי האט פארהערט די בחורים א לענגערע צייט און דערנאך פארטיילט פאר אלע בחורים א מתנה א זילבערנע בעכער און מאציל געווען מברכת קדשו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דאנערשטאג פרשת תולדות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' לייבוש קעסלער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים:
ב"ר יחזקאל שרגא גלאנץ הי"ו.
ב"ר מענדל בער ווידער הי"ו.
ב"ר דוד זאב עקשטיין הי"ו.
ב"ר שמואל פארגעס הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט א שיעור סוגיא בשיעורי הישיבה, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.

נאכמיטאג ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים:
ר' יחיאל אלטר טויב הי"ו - הר"ר יעקב פעלדמאן שליט"א, באולם כינור דוד.
ר' אליעזר זוסיא פליישמאן הי"ו (וומסב''ג) - ר' יואל יצחק ראטה הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 7:45 ביז 12:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:00 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הגה''צ ר' משולם נתן שפיגעל שליט"א רב דביהמ''ד תפילה למשה קאלאשין מאנסי אינאיינעם מיט זיין שווער הר''ר משה גראס שליט"א מ'קערעסטיר, מקבל זיין ברכת הקודש לרגל נשואי נכדתו למז"ט, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

אזוי אויך איז אריין בקו"פ הגה"צ רב דביהמ"ד צאנז קרית יואל שליט"א און געברענגט דעם נייעם איבערגעדריקטן ספה"ק דברי חיים לחנוכה, דער רבי האט מעיין געווען אינעם ספר א לענגערע צייט און דערנאך אריין אין א לענגערן שמועס בקורות ימי זקה"ק מצאנז זיע"א.

אויך האט דער רבי פארהערט הבה"ח יוסף מאיר בן הרה"ג ר' וואלף אהרן טעלער שליט"א אויף הלכות שבת.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מיטוואך פרשת תולדות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב הערש ניישטיין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים:
ב"ר משה יוסף פריעדלענדער הי"ו.
ב"ר יוסף פנחס קעניגסבערג הי"ו.
ב"ר יוסף דוב הלוי ראטה הי"ו.
ב"ר ראובן אליעזר שווארץ הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק ל"ה, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און אום 5:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים:
ר' אברהם מאיר ראזענפעלד הי"ו - ר' יואל בר''מ אינדיג הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' יושע פנחס שעהנפעלד הי"ו - ר' חיים טורנהיים הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:00 ביז 11:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:15, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

Thursday3 Kislev 578411/16/2023

File
גליון "קול התאחדותינו"
פרשת תולדות, שנת תשפ"ד לפ"ק.

(מהדורת ארה"ב)

יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו

גם רצו"פ מדור משולחן מלכים

עם מאמר נפלא 'פינת יקרת' בענין:
עלי קללתך בני
מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א.

ועם מדור מעשה חש"ב החדש 'שבחי רמב"ן'
ביאורים בדברי הרמב"ן בפרשתן

▫ סאטמאר'ע נייעס 🌴
📄 תולדות חו''ל7.4 MB

Wednesday2 Kislev 578411/15/2023

Report
דינסטאג פרשת תולדות ר"ח כסלו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר אפרים העכט הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל, און ביים ליינען עולה געווען רביעי, נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד ווי דער רבי האט פארציילט סיפורים פון הרה"ק רבי ר' הערש מרימנוב זיע''א.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און אום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין די ישיבה.

נאך מנחה איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה.

ביים אנקומען אין וומסב''ג ארום 7:10 האט זיך דער רבי משתתף געווען ביים קבלת פנים בשמחת החתונה פון נכד גיסו כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ארה"ק שליט"א, החתן בן חתנו הרה"ג ר' משה מרדכי כ"ץ שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א, וואס איז פארגעקומען אין די זאלן פון עידן פעלאס. מ'האט געזונגען ניגוני התעוררות, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און די זיידעס. דער רבי האט פארלאזט דעם זאל ארום 7:25.

דערנאך האט דער רבי מנחם אבל געווען ביי משפחת הרה"ח ר' אהרן בלייך ע"ה ע"פ אמם ע"ה.

פון דארט איז דער רבי אריבער אין די זאלן פון קאנטינענטל ווי דער רבי האט מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' צבי מאיר גאטליעב הי"ו - הרה"ח ר' שלום יצחק יאקאבאוויטש הי"ו מראשי קהלתינו הק'.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 7.45 ביז 12:10 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הגה"צ אב"ד סעליש שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל נשואי בנו למז"ט, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
אזוי אויך איז אריין בקודש פנימה הגה"צ ר' יוסף הורוויץ שליט"א ראה"כ מונקאטש חתן כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א, מקבל זיין ברכת הקודש לרגל נשואי בתו למז"ט, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
אזוי אויך איז אריין בקודש פנימה הגה"צ ר' אליעזר זוסיא פארטיגאל שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל נשואי בתו למז"ט, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

בעת די זמני כניסה איז אויך פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל דעם גמר המקח פונעם גרויסן שטח ווי עס וועט בקרוב אויפגעבויט ווערן בית מדרשינו החדש 18טע עוו. אין ב"פ, דער רבי האט איבערגעקוקט די סקיצעס פונעם ביהמ"ד און פון די היכל התורה, געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן דומ''ץ הביהמ''ד הגה"צ ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א, פאר די מתפללים, און עקסטער פאר די נדבנים.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

נאך די זמני כניסה איז רבינו שליט''א אריבער געפארן קיין ב"פ ווי דער רבי האט מפאר געווען בראש השמחה ביי די שמחת החתונה פון נכד רביה''ק בעל ברך משה זיע''א, החתן בן הרה"ג ר' יואל העניך הורוויץ שליט"א חתן הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א, וואס איז פארגעקומען אין די זאלן פון עטרת חינקא.
דער רבי איז אנגעקומען ארום 12:40, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט די חשובע זיידעס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, די זיידעס, און פארן גאנצן ציבור, דערנאך האט בדחנא דמלכא הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו אויפגערופן רבינו שליט"א צו די ריקודיןמשל מצוה און דער רבי האט אפגעראכטן די געהויבענע מצוה טאנץ א לענגערע צייט, און דערנאך געטאנצן מיטן חתן, מחותנים, די זיידעס, און ארויס אין עקסטערע ריקוד מיט אחיו הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א, און דערנאך מיט די גאנצע משפחה, דער רבי איז דערנאך פארבליבן צו די מצוה טאנץ פון אחיו שליט"א און דערנאך געטאנצן מיט די בני המשפחה.
אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די כלה כנהוג. מען האט געענדיגט ארום 1:15, און דער רבי איז אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קר"י.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
מאנטאג פרשת תולדות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים:
ב"ר שלמה ברוך טייטלבוים הי"ו.
ב"ר יואל זאב שעהר הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק ל"ג, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און אום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
הר''ר נחום שמשון שווארטץ שליט''א - ר' שמואל יוסף עקשטיין הי"ו, באולם כינור דוד.
הרה"ג ר' ארי' אשר אינדיג שליט"א מו"ץ ביהמ"ד מהרש"א - ר' משה שמחה קויפמאן הי"ו, באולם גינת קליין.
ר' יואל בר''נ יאקאבאוויטש הי"ו - ר' יואל ברי''צ גליק הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

נאך די חופות האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' אהרן שאול סאנדעל ע"ה.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:00 ביז 1:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' יואל מרדכי גוטמאן הי"ו (ב''פ) - ר' שלום ברוך מרדכי גאלדבערגער הי"ו.
ר' אברהם ישכר כייעם הי"ו (וומסב''ג) - ר' מענדל שלמה ראזענפעלד הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
זונטאג פרשת תולדות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר ברוך מרדכי רובין הי"ו.
ב"ר יואל וואלף שווארטץ הי"ו.
ב"ר יואל ברד"ש גאלדבערגער הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק ל"ד, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז רבינו שליט''א געווען אויף א באזוך אין די מצה בעקעריי דקרית יואל, ווי דער רבי האט זיך צווישן אנדערע אומגעקוקט אינעם נייעם פארגרעסערטן סטארעדזש, און די פארברייטערטע רחיים של יד אפטיילונג, און דערביי אנגעוויזן פארשידענע הוראות.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:00 ביז 9:20 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

נאך די זמני כניסה האט רבינו שליט''א געליינט די תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים הרה"ג ר' אלכסנדר יקותיאל לאנדא שליט"א מו"ץ ביהמ''ד ליזענסק - ר' יואל ברא"ש שווארטץ הי"ו.
נאכן תנאים האט דער רבי געדאווענט מעריב.

פארנאכטס איז פארגעקומען די מעמד כינוס הלומדים וסיום מסכת נזיר במסגרת חבורת יסודי התורה דורך די אלפי לומדי החבורה אין קרית יואל, פארגעקומען אין די פראכטפולע גינת קליין זאלן.
אלץ יו''ר המעמד האט געדינט הרה''ג ר' דוד שלמה לאוב שליט''א מגי''ש בקהלתינו הק' במאנסי, עס האבן אויפגעטרעטן דער נואם הכבוד הרה''ג ר' שלום שרגא פאפלנאש שליט''א, און דער מנהל קביעות עתים הר''ר יואל וויינבערגער שליט''א.

ארום 10:00 האט מען מקבל פנים געווען דער מייסד ונשיא החבורה כ''ק רבינו שליט''א, דער יושב ראש האט ממשיך געווען און אויסגערופן הר"ר יחזקאל געלבשטיין שליט"א זאל אויפטרעטן לכבוד חמיו פטרון החבורה בקר''י הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש קליין הי"ו.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און עקסטער פארן פטרון החבורה הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש הי"ו, און דערנאך משמיע געווען דברות קודש אויפן פסוק 'ויתן לך אלקים משמני הארץ' און ארויסגעברענגט אין המצוה נקראת אלא ע"ש גומרה, די געוואלדיגע שמחה פון תושבי קר"י און אלע אנ"ש די בכל אתר ואתר וואס האבן מסיים געווען די מסכת, און מעורר געווען ווייטער צו לערנען בקביעות גמור יעצט ווען מען הייבט אן מסכת סוטה וואס איז א גרינגערע מסכת, און ממשיך געווען בשבח פונעם חשובן פטרון החבורה הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש הי"ו און אים געוואונטשן ברכות לרוב, און מסיים געווען בברכות קדשו פאר אלע מסיימים און מתחילים.
דער רבי האט געמאכט די סיום און געזאגט די הדרן, מיט קדיש איז מכובד געווארן הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו, דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א פייערליכן טאנץ א לענגערע צייט. מען האט געענדיגט ארום 11:20.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

Tuesday1 Kislev 578411/14/2023

Video
חגיגת 'סיום מסכת נזיר' במסגרת חבורת יסודי התורה בקרית יואל, נעכטן זונטאג אין די זאלן פון גינת קליין בראשות כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Monday29 Cheshvan 578411/13/2023

Photos · 15
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים מסיבת מלוה מלכה נאכן דערהויבענעם שבת דורך חבורת 'ותלמודו בידו' שע"י ישיבות קטנות במוסדות קרית יואל, מוצש''ק אין די נייטרא קעמפ אין וואדבערן.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Sunday28 Cheshvan 578411/12/2023

Report
שב''ק פרשת חיי שרה מברכים חודש כסלו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ערש''ק נאכמיטאג האט רבינו שליט''א אנגעטוהן די שטריימל פאר די חתנים.
החתן משה משולם ב"ר יחיאל אלטר טויב הי"ו.
החתן משה מנחם ב"ר נחום שמשון שווארץ הי"ו.
החתן יעקב משה ב"ר אהרן דוד יצחק רובינשטיין הי"ו.

פרייטאג צונאכטס ארום 5:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה"ח ר' יושע שמואל ווידער הי"ו.

מען האט געענדיגט ארום 6:50, דער עולם איז אריבער זאגן גוט שבת, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 8:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה''ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' החתן מאיר אליעזר ט"ב בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, הגבהת הכוס: הרה"ח ר' אליעזר דוב ענגעל הי"ו (ירושלים).

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרב נחמן כהנא שליט"א (בני ברק), מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' אליעזר דוב ענגעל הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויקח העבד נזם זהב בקע משקלו' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון שיעורים ביי א בן נח.

קה אכסוף: הרה"ג ר' יחזקאל בראך שליט"א (בני ברק), ברכהמ''ז: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד קול אליהו שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק רבי ר' הערש מ'רימנוב זיע''א וואס די יארצייט געפאלט ל' חשון ר"ח כסלו.

קה רבון עלם: נכד רבינו הרב חיים הערש טייטלבוים שליט"א מראצפערט (ב"פ), די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרה"ח ר' אביגדור שישא הי"ו (בית שמש). מען האט געענדיגט ארום 11:15.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:25. פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' מנחם שלמה ראזענבערגער שליט"א אבד"ק נעשכיז (וומסב''ג), צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שמואל בערגער הי"ו (וומסב''ג). פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' ברוך יודא קליין הי"ו.

עליות. כהן: ר' יושע הערש גליק הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. לוי: ר' אברהם ארי' העללער הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. שלישי: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד קול אליהו שליט"א - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט ויקרא שמה בישראל 'הינדא' ע"ש הרבנית הצ' אשת חבר כ"ק בעל אהבת ישראל מ'וויזניץ זצ"ל. רביעי: החתן בן הר"ר איתמר מייזליש שליט"א - באווארפען. חמישי: החתן ב"ר יחיאל אלטר טויב הי"ו - באווארפען. שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' יעקב מרדכי פנחס עקשטיין הי"ו.
ר' אברהם שעהר הי"ו.
ר' יצחק אלימלך וויינבערגער הי"ו.
ר' יו"ט לעווי הי"ו.
ר' מרדכי יוסף הערשקאוויטש הי"ו.
ר' ישראל זאב גאנדל הי"ו.

שביעי: הרה"צ ר' דוד דוב מייזליש שליט"א אבד"ק ווייטצען. הוספות: החתן ב"ר הלל ראזענבערג הי"ו. הרה"ג ר' נתן דוד ראזענבערגער שליט"א אב"ד גמזו. אחרון: הר"ר מרדכי אהרן מייזעלס שליט"א (וומסב"ג). מפטיר: הרה"ג ר' ישראל שלום טויב שליט"א אב"ד באלטימאר. הגבה: הרה"ח ר' רפאל עקשטיין הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' הלל ראזענבערג הי"ו (וומסב''ג).

נאכן ליינען האט רבינו שליט"א ראש חודש געבענטשט בהתעוררות רב.

מוסף: משב''ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה''ג ר' יואל ראזענבערגער שליט"א (טאהש).

נאכן דאווענען איז פארגעקומען בהיכלי הפאליש די שמחת הקידושא רבה בחצרות קדשינו בת הנולד אצל חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד קול אליהו שליט"א, דער רבי האט קידוש געמאכט, מען האט געזינגען ניגוני שמחה און עס האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב''ק אויפן פסוק 'ואברהם זקן בא בימים' און געטייטשט אז אברהם אבינו האט זיך משתמש געווען מיט מידות פון יראה און ענווה צו קענען מצמצם זיין די אהבה, און מסיים געווען בברכה. מען האט געענדיגט ארום 12:45.
רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען ארום 5:15. מנחה: הרה"ח ר' יואל בר"ע הירש הי"ו. הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אורי יודא קויפמאן הי"ו. כהן: הרב נחמן כהנא שליט"א. לוי: הרה"ח ר' יואל בר"ש בערגער הי"ו. שלישי: נכד רבינו הרב חיים הערש ט''ב שליט"א מראצפערט (ב"פ). הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה"ח ר' יחיאל קליין הי"ו (מאנטרעאל).

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' אנטשיל ליכטענשטיין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ואברהם זקן בא בימים' און געטייטשט אז דורך עוסק זיין בתורה ווערט געעפענט דעם כח השמועה מען זאל קענען הערן דעם בת קול משמים און איז מעורר דאס הארץ צום אייבערשטען.

ידיד נפש: הרה"ח ר' יודא משה געלב הי"ו (מאנטרעאל), קל מסתתר: הרה"ח ר' שמואל בערגער הי"ו. דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.

מעריב מוצש''ק: משב''ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 7:40.

נאך הבדלה זענען אריין בקודש פנימה בביתו נאוה קודש א קבוצה בחורים תלמידי ישיבת באבוב ב"פ וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש, דער רבי האט אויסגעפרעגט די לימודים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.

ארום 10:40 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין נייטרא קעמפ אין וואודבארן צום מסיבת מלוה מלכה נאכן דערהויבענעם שבת בראשות הרה"ג המשפיע ר' יוסף חיים גרינוואלד שליט"א, פאר די חבורת 'ותלמודו בידו' שע"י ישיבות קטנות במוסדות קרית יואל.
עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א ראש המנהלים בקר"י, דערנאך איז פארגעקומען די סיום ווי די צענדליגע בחורים האבן מסיים געווען די פילע מסכת הש"ס, און הרה''ג ר' חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א מנהל ישיבה קטנה סניף אבני צדק האט געזאגט קדיש, דערנאך האט די בוחן הרה"ג ר' אברהם שווארץ שליט"א פון בני ברק פארהערט די בחורים א לענגערע צייט בע"פ בשעת דער רבי קוקט זיך צו מיט א שטארקע קורת רוח.

דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די ראשי החבורה און אלע בחורים, ובפרט פארן פטרון החבורה הרה"ח ר' יצחק שווארטץ הי"ו, און אים געוואונטשן אן עקסטערן מזל טוב לרגל נישואי בנו החתן ני"ו.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען דב"ק איבער דאס חשיבות פון עוסק זיין בתורה אין די פרייע צייטן, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע בחורים און די ראשי החבורה. מען האט געענדיגט ארום 11:20, און דער רבי איז אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קר"י.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Friday26 Cheshvan 578411/10/2023

Report
פרייטאג ערש''ק חיי שרה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שלמה מיכאל מארקאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר שלמה סופר הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן די בר מצוה בחור און דער בעל ברית בהיכל הביהמ"ד.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דאנערשטאג פרשת חיי שרה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם מנחם ווערטהיימער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יושע הערש גליק הי"ו.
ב"ר חיים דוב יעקב ניימאן הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.

תיכף נאך שחרית איז רבינו שליט''א אריבער פארענט פון ביהמ''ד הגדול ווי דער רבי האט זיך משתתף געווען ביי די לויה פון הרה"ח ר' אהרן שאול סאנדעל ע"ה.

דערנאך איז רבינו שליט''א צוריק ארויף אין ישיבה ווי דער רבי האט פארגעלערנט א שיעור סוגיא בשיעור השבוע, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אויך האט דער רבי פארטיילט א לעדערנע זמירות פאר די תלמידי הישיבה וואס האבן זיך געשטעלט צום פארהער אויף גאנץ מסכת כתובות וואס מען האט געלערנט פארגאנגענע יאר.

נאכמיטאג ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:00 ביז 12:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' יואל ברש''י שעהר הי"ו - ר' הערשל זאבעל הי"ו.

נאכן תנאים האט דער רבי געדאווענט מעריב, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ תלמידי ישיבה תורה תמימה פון לעיקוואד בראשות הר"ר בנימין מרגליות שליט"א ווי דער רבי האט זיי פארהערט מסכת גיטין, און דערנאך מאציל געווען מברכות קדשו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Show earlier days