בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Wednesday16 Kislev 578411/29/2023

Report
דינסטאג פרשת וישלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים:
תאומים בני ר' יקותיאל מנשה ווערצבערגער הי"ו.
ב"ר זלמן לייב פעלבערבוים הי"ו.
ב"ר יוסף טובי' גדלי' זיכערמאן הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק ח', דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה.

ביים אהנקומען אין וומסב"ג איז דער רבי צוגעפארן צום בנין הבית רחל בנין ריספלער אויף סענפארד סטריט, און איז אריינגעגאנגן באאבאכטן די ארבייט וואס ווערט אריינגעלייגט צו פארעענדיגן דעם נייעם פראכטפולן חתונה זאל 'גינת אסתר' וואס שטייט יעצט אין די לעצטע פאזע פון דעקאראציע און וועט עווענטועל בעז"ה דינען פאר א הערליכע חתונה זאל לשמחת אנשי שלומינו אויף א בעלבתי'שן אבער ביליגן סטאנדארט.

דער רבי האט באטראכט דעם גאנצן היכל האולם און די ארבייט וואס ווערט אריינגעלייגט און דערביי באקומען א באריכט פונעם ענערגישן אדמיניסטראטאר הר"ר יואל וועלץ הי"ו אינאיינעם מיטן בוי מייסטער הר"ר יצחק בערקאוויטש הי"ו וויפיל ארבייט עס פעלט נאך אויס צו פארענדיגן ברוב פאר והדר ביז צום קומענדיגן חתונה סעזאן אויף ווען מ'נעמט שוין אהן רעזערוואציעס בס"ד, און דערביי מאציל געווען ברכת קדשו לברכה ולהצלחה.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:30 ביז 12:05 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:55, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

נאך די זמני כניסה איז רבינו שליט''א אריבער אויף א מסיבת לחיים בבית הרב הגאון רבי מאיר האלבערשטאם שליט"א אבד''ק קשאנוב ומו"ץ בבית מדרשינו המפואר בנין בראך, לרגל שמחת נישואי בתו למז"ט.
עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם מאציל געווען מברכות קדשו פארן חתן, מחותנים, און די גאנצע משפחה.

דערנאך ארום 12:30 איז רבינו שליט''א אריבער געפארן קיין בארא פארק צו די שמחת החתונה פון ש"ב החתן בן הנגיד החסיד הרב מנשה הורוויץ שליט"א רב ביהמ"ד ריגליץ נכד רביה"ק העצי חיים זיע''א.

ארום 12:50 איז דער רבי אנגעקומען צו די שמחת החתונה אין די זאלן פון עטרת חי', דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעווינטשן פאר די חתן און מחותנים און אלע זיידעס, דערנאך האט דער בדחן הרה"ח ר' פנחס מרדכי וועבער הי"ו אויסגערופן דער רבי צום מצוה טאנץ, דער רבי האט געטאנצן מצוה טאנץ לפני הכלה, און דערנאך געטאנצן מיטן חתן זיידעס און מחותנים.

ארום 1:10 איז רבינו שליט"א אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קרית יואל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
מאנטאג פרשת וישלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים:
בן הר"ר נטע מאשקאוויטש שליט"א (וומסב''ג).
ב"ר אברהם חיים לאוב הי"ו (ב"פ).
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק ג', און ארומגערעדט איבער די 7 דרכים וואס די רעגירונג אין ניו יארק האט ארויסגעשטעלט צו אויספירן דעם גזירת החינוך, זאגנדיג אז דאס זענען די 7 שמות פונעם יצר הרע, און עס איז א געוואלדיגע סכנה יעדע דרך, און פייערדיג אויסגעשריגן 'מיר, אונזערע מוסדות גייען נישט ענטפערן, שב ואל תעשה עדיף', און צו די זעלבע צייט גערופן צו אלע ערליכע מוסדות 'איך רוף כל אחד אשר יראת ה' בלבו, הנהלות פון אנדערע מוסדות נישט זיך לאזן צורעדן פון דעי עסקנים וואס האבן זיך געלאזט פארקויפט פארן שטן און פאפן ארום די מנהלים', אז אלע חסידישע מוסדות וועלן נעמען די זעלבע שטעלונג פאר די רעגירונג אז מען ענטפערט נישט און מען לאזט זיי נישט אריין, וועט מען מיטן כח הרבים בעז''ה מצליח זיין.

דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און ארום 5:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

אין די נאכמיטאג שעה'ן איז רבינו שליט''א אריבער בביתו החדש פון נכדו הרה"ג ר' זלמן טייטלבוים שליט"א רב דביהמ"ד בית מנחם זאב בשכונת ויואל משה, דער רבי האט קובע געווען א מזוזה, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט זיך פארמירט א שיינער שמועס און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים:
הרה"ג ר' וואלף אהרן טעללער שליט"א - ר' משה גאלדבערגער הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' מרדכי יצחק מאשקאוויטש הי"ו (וומסב''ג) - ר' יצחק פאלאטשעק הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
ר' אפרים ווייס הי"ו - ר' יוסף יואל כהן הי"ו, באולם גינת קליין.

נאך די חופות ארום 8:00 איז רבינו שליט''א אריבער אין די זאלן פון קרן ויואל משה צו די שמחת השבע ברכות צוגעשטעלט דורך הנהלת ק''ק קרית יואל לכבודו פונעם משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי''ו אלץ הכרת הטוב פאר זיינע פילע לייסטונגען פאר קהלתינו הק', עס איז געלאדענט געווארן די חשובי ופני העדה נגידים וחברי הנהלת הקהילה און גדולי עסקני הקהילה, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו מראה"ק, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען קורצע דברי ברכה איבער די חשיבות פון עוסק זיין בצרכי ציבור, און מסיים געווען בברכת קדשו, דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן. מען האט געענדיגט ארום 8:25.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:30 ביז 11:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' יואל ברא''מ ראזענבערג הי"ו - ר' ישראל פריינד הי"ו.
ר' יואל ברפ''נ גלויבער הי"ו (מאנסי) - ר' שי שלום וואלבערג הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
זונטאג פרשת וישלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים:
בן הרה"ג ר' נפתלי צבי קאהן שליט"א, מו"ץ.
ב"ר אלי' מאיר גאלדבערגער הי"ו.
ב"ר יואל עקשטיין הי"ו.
ב"ר חיים הערש פישער הי"ו (וומסב''ג).
ב"ר בנציון צאהלער הי"ו (וומסב''ג).
ב"ר משה שלום ראזענצווייג הי"ו (ב"פ).

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק א', דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און ארום 5:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
הר''ר משה אברהם שעהנברוין שליט''א - הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו משב"ק, באולם כינור דוד.
ר' משה באסול הי"ו - ר' משה נסים מזרחי הי"ו, באולם גינת קליין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 7:50 ביז 10:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
הר"ר אנטשיל קארפען שליט"א - הרה"ג ר' שלמה הערש סופר שליט"א.
ר' יצחק אייזיק שווארטץ הי"ו - ר' יודא פריעדמאן הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:45.

נאך מעריב איז רבינו שליט''א צוריק אריבער צו די שמחת החתונה פון הכלה בת משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו, און נאכן בענטשן געזאגט די שבע ברכות, און דערנאך געטאנצן מצוה טאנץ לפני הכלה, און געטאנצן מיטן חתן און מחותנים.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 6
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים שמחת החתונה פון החתן בן הרב מנשה הורוויץ שליט''א נכד רביה''ק בעל עצי חיים זיע''א, אין די זאלן פון עטרת חי' אין ב''פ.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 5
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א אויף א באזוך בבית הרב הגאון רבי מאיר הלבערשטאם שליט"א אבד"ק קשאנוב ומו"ץ בבית מדרשינו המפואר בנין בראך, לרגל נישואי בתו שתחי'.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Tuesday15 Kislev 578411/28/2023

Photos · 13
שמחת החתונה פון הכלה בת הרה''ח ר' חיים שלמה פישער הי''ו - משב''ק כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 5
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים שמחת השבע ברכות פון נכדת כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א, דעם מוצש''ק אין בארא פארק ַ

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Sunday13 Kislev 578411/26/2023

Photos · 12
דינער השנתי 'הבן יקיר לי' לטובת מוסדותינו הק' בבארא פארק, נעכטן מוצש''ק אין די זאלן פון עטרת חי' בראשות נשיא המוסדות כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
שב''ק פרשת ויצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ערש''ק נאכמיטאג האט רבינו שליט''א אנגעטוהן דעם שטריימל פאר החתן ישראל מאיר בן הר''ר יואל עקשטיין שליט''א.

פרייטאג צונאכטס ארום 5:05 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה''ח ר' משה ישראל שווארץ הי''ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 6:40.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען אן אפיעל פאר תלמוד תורה בת עין אין צפת עטה"ק, דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 8:35 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה''ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' החתן מאיר אליעזר ט"ב בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרב אורי האלבערשטאם שליט''א (מאנסי), מנוחה ושמחה: הרה''ח ר' בצלאל טוסיג הי''ו (ירושלים).

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ותאמר אסף אלוקים את חרפתי' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון קנין פירות כקנין הגוף.

קה אכסוף: הרה''ח ר' אנטשיל אילאוויטש הי''ו (בני ברק), ברכהמ''ז: הרה"ח ר' צבי עקיבא ברייטשטיין הי"ו יו''ר קהלתינו ומוסדותינו הק' בבית שמש.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט א עובדא אויף די סדרה פון הרה''ק ר' מאיר מ'פרעמישלאן זיע''א, ומענין לענין נאך סיפורים פון הרה''ק ר' מאיר'ל זיע''א.

קה רבון עלם: הרה"ח ר' זלמן לייב קליין הי"ו (לאנדאן), די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרה"ח ר' יואל יאקאב הי"ו (ירושלים). מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 11:30.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:20. פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' ישראל קנאפלער הי"ו, צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' זלמן לייב קליין הי"ו, פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' אהרן עקשטיין הי"ו (אנטווערפן).

עליות. כהן: הרה''ח ר' אליעזר דוד הכהן גליק הי"ו. לוי: החתן ב"ר אהרן יוסף הלוי בערגער הי"ו. שלישי: החתן ב"ר יואל עקשטיין הי"ו - באווארפען. רביעי: החתן ב"ר חיים הערש קאהן הי"ו - באווארפען. חמישי: החתן ב"ר דוד חיים מאשקאוויטש הי"ו. שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' יודא אשר בר''א ראטה הי''ו.
ר' יצחק נפתלי קנאפלער הי''ו.
ר' משה יעקב אהרן בוקסבוים הי''ו.
ר' בנימין שאלאמאן הי''ו.
ר' יואל בר''ל האלפערט הי''ו.
ר' מרדכי בר''י שווארץ הי''ו.
ר' מאיר הערש זאלדאן הי''ו.

שביעי: החתן ב"ר יואל ב''ר מיכל ווייס היו. הי"ו. הוספה: החתן ב''ר לוי יצחק לאנדא הי''ו. אחרון: החתן ב"ר יו''ט ליפא וויינבערגער הי"ו. מפטיר: הרה''ג ר' יוסף לייב קאהן שליט''א. הגבה: הרה"ח ר' ארי' ראטה הי"ו (וומסב''ג) גלילה: הרה"ח ר' יצחק מנחם בערגער הי"ו.

מוסף: הרה"ג ר' מאיר אליעזר פריעדמאן שליט''א, פתיחה לאנעים זמירות: הר''ר אליעזר ניסן פרידריך שליט''א. מען האט געענדיגט ארום 12:20.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 5:00. מנחה: הרה''ח ר' ישראל שפיצער הי"ו. הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' בנימין הירש הי"ו. כהן: הרה"ח ר' הירצקא קאהן הי"ו. לוי: הרה''ח ר' שמואל בערגער הי''ו (וומסב''ג). שלישי: הרה"ח ר' דוד שלמה בערגער הי"ו. הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה"ח ר' בנציון זאלדאן הי"ו.

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויצא יעקב מבאר שבע' און געטייטשט אז יעקב אבינו האט צום ערשט געהאלטן אז אויב מען איז חלילה פארטינקן אין די נ' שערי טומאה האט מען נישט קיין תקומה, איז אים נתגלה געווארן אז ניין, אכן יש ה' במקום הזה אפילו מען איז אין די גרעסטע חשכות קען מען דורך די תורה הקדושה ארויסגיין פון דארט און מען טאר נישט פארלירן די האפענונג.

ידיד נפש: הרה"ח ר' זלמן לייב גליק הי"ו (וומסב''ג), קל מסתתר: הרה"ח ר' ישעי' סנדר גליק הי"ו (מאנסי), דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.

מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' משה גאלדבערגער הי"ו. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 7:25.

תיכף נאך הבדלה האט רבינו שליט''א מנחם אבל געווען הרה''ח ר' זלמן לייב קאפל הי''ו, ע''פ אמו ע''ה.
בקרב קהלתינו הק' אין בארא פארק איז פארגעקומען דער יערליכער דינער 'הבן יקיר לי' לטובת מוסדותינו הק' מיט אירע טויזענטער קינדער בליעה''ר וואס איז פארגעקומען אין די זאלן פון עטרת חי' אין שטאט.
ארום 10:55 האט מען מקבל פנים געווען נשיא המוסדות כ''ק רבינו שליט''א, דער נואם הכבוד הגה''צ ר' אברהם שמואל ענגלענדער שליט''א דומ"ץ בית מדרשינו המפואר לעיקוואד האט פארענדיגט זיין דרשה, עס האבן אויפגעטרעטן הגה''צ אבד''ק ב''פ שליט''א, און דער מנהל המוסדות הרה''ח ר' אהרן וועלץ הי''ו.

דערנאך האט רבינו שליט"א משמיע געווען דברות קודש, און נאך די דברי תורה ארומגערעדט בשבח המוסדות אין ב''פ, און ארומגערעדט איבער די הרחבת גבולי הקדושה וואס ווערט נתרבה בכמות ובאיכות סיי די ת''ת, בית רחל, די כולל, און די גאנצע קהילה, די בשורה איבער די גמר המקח פארן ביהמ''ד, מקוה, היכל התורה, און א בית הוראה אויפן גיגאנטישע שטח אויף 18'טע עוו. און אויך מבשר געווען די בשורה טובה אז ס'וועט זיך עפענען א דריטע ישיבה קטנה דורך הנהלת מוסדותינו הק' בבארא פארק וואס וועט זיין סטאנציאנירט מיט א דארמיטארי און אש''ל מלא אין לעיקוואד און וועט געפירט ווערן דורך הגה''צ דומ''ץ קהלתינו לעיקוואד שליט''א.
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט דברי הכנה צו יו''ט חנוכה זיך צוצוגרייטן צו א יו''ט מיט א ווארימקייט עוסק זיין אין די ספרי קודש, בפרט דורך לערנען ביז חנוכה דעם ספר הק' קדושת לוי אלס הכנה צום יו''ט, און מסיים געווען בברכות קדשו. מען האט געענדיגט ארום 12:05.

נאכן דינער איז רבינו שליט''א אריבער צו די שמחת השבע ברכות פון נכדת כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א הכלה בת חתנו הרה''ג ר' יוסף הורוויץ שליט"א ראה"כ חיים ושלום מונקאטש, פארגעקומען בבית הרבני הנגיד ר' אלטר אשר ישראל פרענקל הי''ו מנהל ת"ת מונקאטש, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס בסיפורי צדיקים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו, און דערנאך ארויס אין א ריקוד קודש מיט האדמו''ר ממונקאטש שליט''א און דערנאך מיטן חתן ומחותנים.

אינטערוועגנס ארויס פון די שבע ברכות האט דער רבי באגריסט הגה"צ רבי מרדכי געלבער שליט"א רב דביהמ"ד מונקאטש אין בני ברק וואס געפינט זיך דאהי לכבוד די שמחה בחצר הקודש מונקאטש, ווי ער האט געגעבן א ווארימע גרוס פון קהלתינו הק' אין בני ברק און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 12:45 האט דער רבי פארלאזט די שבע ברכות אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין קרית יואל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Show earlier days