בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Tuesday7 Teves 578412/19/2023

News
מזל טוב לכ"ק רבינו הגה"ק שליט"א

לרגל הולדת הבן שיחי'
אצל נכדו הרב ברוך טייטלבוים שליט''א
בן הגה''צ ר' יואל ט''ב שליט''א וחתן הגה''צ רב דביהמ''ד בית ברוך שליט''א.

שישו ושמחו בשמחת רבינו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
מאנטאג פרשת ויגש 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן 5 ליכט לרגל די יומדהל"ק פון הגה''ק מ'שינאווא זיע''א, און ביים ליינען עולה געווען שלישי. נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק ח'.

נאכמיטאג ארום 4:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש, און פארן דאווענען געצינדן 5 ליכט לרגל די יומדהל"ק פון הגה''ק משינאווא זיע''א.

נאך מנחה ארום 5:20 איז רבינו שליט''א אריבער אין בנין הבית רחל בנין לאה אסתר ווי דער רבי האט מאריך געווען שלחנו הטהור לרגל די יומדהל"ק פון הגה''ק משינאווא זיע''א אינאיינעם מיט תלמידי ישיבתינו הק' ישיבה גדולה בב"פ, במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני התעורורות, דער רבי האט מכבד געווען דער ראש ישיבה הגה"צ רבי חיים יעקב רובין שליט"א אבד''ק ציעשנוב נכד בעל ההילולא צו דערציילן סיפורים פון זקינו בעל הילולא זי"ע, און דערביי האט דער רבי מוסיף געווען פארשידענע סיפורי קודש א לענגערע צייט.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש במשנתו פונעם בעל הילולא אז מען דארף זען אז אידישקייט זאל נישט ווערן באקוועם נאר מען דארף זיך פלאגן און אנשטרענגן פאר א מצוה, און מסיים געווען בברכת קדשו.
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אבד''ק ציעשנוב שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 7:10.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותניםַ
ר' עמרם נתן פעלבערבוים הי"ו - ר' משה ברוך כ"ץ הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' אשר לעמיל גלויבער הי"ו (מאנסי) - ר' חיים הערש גאלדבערגער הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
ר' שמעון ישראל ברויער הי"ו - ר' משה יוסף עהרנפעלד הי"ו, באולם קרן ויואל משה.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:15 ביז 12:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים הר"ר בנציון ליכטענשטיין שליט"א - הר"ר יוסף הערש בנעט שליט"א.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
Report
זונטאג פרשת ויגש 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו הגה''ק האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יעקב יהודה מיטטעלמאן הי"ו.
ב"ר משה לענעראוויטש הי"ו.
ב"ר יואל פרענקל הי"ו.
ב"ר חיים בנימין בראך הי"ו.
ב"ר אלי' גאלדבערגער הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור, און ארומגערעדט בדברים העומדים על הפרק. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

פארמיטאג איז געווען אויף א באזוך בקו''פ בביתו נאוה קודש הגה''צ ר' חיים אלעזר ראבינאוויטש שליט''א ראש ישיבת מונקאטש בן כ''ק אדמו''ר ממונקאטש שליט''א, מקבל זיין ברכות קדשו לרגל די חתונה פון בנו הצעיר, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' יואל ברי"א לעווי הי"ו - ר' יצחק הכהן פריעדמאן הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' יעקב קלעפנער הי"ו (וומסב''ג) - ר' משה יצחק ראזענפעלד הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

נאך די חופות ארום 7:40 איז רבינו שליט''א אריבער אין די זאלן פון קרן ויואל משה צו די סיום מסכת ברכות דורך חבורת עזר התורה שע"י קהלתינו הק', דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען דברי ברכה מען זאל זוכה זיין להגדיל תורה ולהאדירה און קענען מסיים זיין גאנץ ש"ס, און מסיים געווען בברכת קדשו פאר אלע לומדים ובמיוחד פאר הר"ר שלמה הערש קארנבלי שליט"א מנהל החבורה, און הר"ר יואל וויינבערגער שליט"א מנהל קביעות עתים.

דערנאך ארום 8:00 איז רבינו שליט''א אריבער אין שכונת שאגת אריה צו די נייע 'לאנדא'ס שאגת אריה סופערמארקעט' אונטערן אייגנטומערשאפט פון הרה"ח ר' מרדכי לאנדא הי"ו ובנו הרה"ח ר' שמואל אהרן הי"ו, דער רבי איז ארום אינעם געשעפט און דערנאך קובע מזוזה געווען אויפן הויפט אריינגאנג, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט זיך פארמירט א שיינער שמועס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בעלי בתים פונעם געשעפט און פאר הגה"צ ר' יואל האלבערשטאם שליט"א רב דביהמ"ד בית שמואל בשכונת דברי חיים, און פארן גאנצן ציבור.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:30 ביז 1:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' וואלף ברי"ד לאנדא הי"ו - ר' הערש אלימלך קליין הי"ו.
ר' ישראל העניך קרויס הי"ו - ר' אברהם יצחק מערץ הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:50 און פארן דאווענען געצינדן 5 ליכט לרגל די הילולא קדישא פון הגה"ק בעל דברי יחזקאל מ'שינאווא זיע''א, און נאך מעריב ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

Monday6 Teves 578412/18/2023

Report
שב''ק פרשת מקץ 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ערש''ק נאכמיטאג האט רבינו שליט''א אנגעטוהן די שטריימל פאר די חתנים:
הב' החתן יצחק ב"ר יואל שרייבער הי"ו.
הב' החתן מאיר ב"ר יודא הערש בערגער הי"ו.

פרייטאג צונאכטס ארום 5:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה"ח ר' יושע נחמן בר"א שרייבער הי"ו (לאנדאן).
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 6:25, עס איז פארגעקומען א אפיעל פאר די חברה הצלה דקרית יואל, דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 8:35 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה''ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' החתן מאיר אליעזר ט"ב בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען: כל מקדש: הרה"ג ר' יוסף שמואל בערקאוויטש שליט"א מו"ץ. מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א מו"ץ.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויהי מקץ שנתים ימים' און געטייטשט בדרך דרוש בעניני חנוכה אין די סוגיא פון אין עושין מצוות חבילות חבילות.

קה אכסוף: הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א מו"ץ ביהמ"ד דינוב ק"י. ברהמ''ז: נכד רבינו הרה''ג ר' משה מייזליש שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק הדברי יחזקאל מ'שינאווא זיע"א וואס די יארצייט געפאלט מאנטאג ו' טבת.

קה רבון עלם: הרה"ח ר' רפאל פערלמוטער הי"ו (מאנסי), די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, אז ביום השביעי: נכד רבינו הרב חיים שלמה הורוויץ שליט"א חתן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 11:10.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:20. פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' עמרם נתן פעלבערבוים הי"ו, צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אביגדור פרענקל הי"ו (וומסב''ג), פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' יונה בערנאטה הי"ו.

עליות. כהן: הרה"ח ר' ישראל מאיר פריעדמאן הי"ו (וומסב''ג). לוי: החתן ב"ר יודא הערש בערגער הי"ו - באווארפען. שלישי: החתן ב"ר זלמן לייב בערנאטה הי"ו - באווארפען. רביעי: החתן ב"ר עמרם נתן פעלבערבוים הי"ו - באווארפען. חמישי: החתן יצחק ב"ר יואל שרייבער הי"ו - באווארפען. שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל הר"ר יואל ברשא"מ גרובער שליט"א.

שביעי: החתן ב"ר דוד משה ניישטאדט הי"ו - באווארפען. אחרון: החתן ב"ר יואל ברי"א לעווי הי"ו - באווארפען. מפטיר: הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו. הגבה: הרה"ח ר' אלי' ניישטאדט הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' יואל ברי"א לעווי הי"ו.

מוסף: הר"ר חיים בנימין כהנא שליט"א מספינקא קר"י, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' יודל האלענדער הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 12:20.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 4:55. מנחה: הר"ר הערשל כהנא שליט"א (ב"פ). הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אהרן זאב גלויבער הי"ו (וומסב''ג). כהן: הרה"ח ר' יודל כ"ץ הי"ו. לוי: הרה"ח ר' שמואל בערגער הי"ו (וומסב''ג). שלישי: הרה"ח ר' ברוך אילאוויטש הי"ו (בני ברק). הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הר"ר יוסף בנימין שטערן שליט"א (ב"פ).

מיט די זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'כלנו בני איש אחד נחנו' און געטייטשט אז די כח פון נר חנוכה איז אז עס שיינט אריין אין הארץ די אור התורה, נר מצוה ותורה אור אפילו נאך די ימי החנוכה בלייבט איבער א רשימא דקדושה אויף שפעטער.

ידיד נפש: הרה"ח ר' אביגדור פרענקל הי"ו, קל מסתתר: הרה"ח ר' ברוך אילאוויטש הי"ו. דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס.

מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' חיים יאקאב הי"ו (וומסב''ג), נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 7:15.

נאך הבדלה זענען אריין בביתו נאוה קודש די בחורים מזמרים וואס העלפן ארויס מיט די ניגונים ביים שלחה''ט ליל שב"ק און דער רבי האט פארטיילט מטבעות און מאציל געווען מברכת קדשו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
פרייטאג פרשת מקץ זאת חנוכה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה גדולה שיעור ד'. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים:
ב"ר יוסף יאקאב הי"ו.
ב"ר דוד יששכר פארקאש הי"ו.
ב"ר בנימין הלל נאווע הי"ו.
ב"ר אליעזר דוד האפפמאן הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל ברגש ונעימה, און ביים ליינען געגאנגען הגבה.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ''ד.

דערנאך איז פארגעקומען דער מעמד שריפת הפתילות אינעם חצר פון די ישיבה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, דער רבי האט אריינגעלייגט די קנויטן אין די מדורה און געטאנצן ריקודי קודש פאר עטליכע מינוט.

עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס אינאיינעם מיט הרה"ג ר' וואלף אהרן טעלער שליט"א און הרה"ג ר' יואל קאהן שליט"א איבער דעם נייעם 'קאסטום עירוב טראק' וואס דער וועד העירובין דקרית יואל האט געקויפט פאר די פאנטאסטישע סומע פון העכער צוויי הונדערט טויזנט דאלאר לצורך פון די עירובין אין אלע שכונות בעיר הגדולה לאלוקים קרית יואל יצ''ו, און האבן איבערגעגעבן פארן רבי'ן א באריכט פון די פולע פעולות פונעם וועד העירובין און דערביי אנגעוויזן אויפן נייעם עירוב טראק וואס איז דארט אנוועזנד געווען, און דער רבי האט זיי מאציל געווען מברכת קדשו, און עקסטער אנגעוואונטשן פאר הר"ר ישראל הערש רייך שליט"א מרמ"י הישיבה וואס האט זיך אינטערגענומען און עוסק געווען צוזאמצושטעלן דאס גאנצע געלט פארן נייעם טראק.

דערנאך איז דער רבי צוריק אריין אין ביהמ"ד ווי דער רבי האט מעריך געווען שלחנו הטהור לכבוד זאת חנוכה, דער רבי האט אויפגעריסן די חלה אהן קיין מעסער כנהוג אים עש"ק, מען האט געזינגען ניגוני חנוכה, און עס האט אויפגעטרעטן דער ראש ישיבה הרה"ג ר' ארי' דוב קארנבלי שליט"א, מיט מזמור שיר חנוכת האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' יצחק יעקב ראזענפעלד שליט"א מראשי הישיבה.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברי ברכה און געזאגט אז חנוכה איז מסוגל פאר אלע השפעות בפרט פאר שידוכים, און מאציל געווען מברכות קדשו.
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני הלל והודאה, מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' ארי' דוב קארנבלי שליט"א, דערנאך האט דער רבי פארטיילט מטבעות פאר די תלמידי רמ"י והנהלת הישיבה. מען האט געענדיגט ארום 1:10.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים שלחן הטהור זאת חנוכה בהיכל ישיבה גדולה שיעור ד'.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 6
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביי שריפת הפסילות דעם פרייטאג זאת חנוכה נאך תפילת שחרית בהיכל ישיבה גדולה שיעור ד'.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Sunday5 Teves 578412/17/2023

News
מזל טוב לכ"ק רבינו הגה"ק שליט"א

לרגל הולדת הבת שיחי'
אצל נכדו הרב דוד טייטלבוים שליט''א
בן הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א, וחתן הגה"צ אב''ד תפארת אליעזר שליט''א.

שישו ושמחו בשמחת רבינו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Friday3 Teves 578412/15/2023

Report
ליל זאת חנוכה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מעריב, פאר מעריב האט הב' המשב"ק חנני' יו"ט ליפא דייטש נ"י אנגעצינדן די מנורה.

ארום 9:20 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו הדלקת נירות חנוכה במעמד אלפי אנ''ש, דער רבי האט אריינגעגאסן די אויל און געזאגט די ברכות ההדלקה.
דערנאך האט דער רבי געזאגט די זמירות און מען האט געזונגען נגוני התעוררות, און די קאפעליע האט געזונגען די פיוטים כנהוג, און ביים סוף האט הרה"ח ר' שלמה הערש עקשטיין הי"ו פארגעזינגען מזמור שיר חנוכת כנהוג, דערנאך האט דער רבי פארטיילט מטבעות פאר די קינדער פון די קאפעליע, און מען האט ממשיך געווען צו זינגען ניגוני התעורורות.

דאן האט רבינו שליט''א משמיע געווען דב''ק דברי דרוש ופלפול אין די סוגיא במס' שבת פון כבתה זקוק לה, און דערנאך ממשיך געווען מיט לענגערע דברי אגדה וחסידות אז דער נס חנוכה איז געווען דורך די אש של מעלה וואס ווערט נישט פארברענט, און געטייטשט מיט פארשידענע אופנים, און נאכגעזאגט אז ועתה יגדל נא כ''ח ה' כח במילוי איז בגימטריא 'להדליק נר חנוכה', די כח פונעם אש של מעלה קומט אראפ ביי יעדן איד ווען מען צינדט די מנורה חנוכה עס דארף זיין ויגבה לבו בדרכי ה' מיט א אש של מעלה, און נאכגעזאגט אז להדליק נר חנוכה איז בגימטריא 'מלך רופא נאמן' ווען מען צינדט אהן די נרות חנוכה איז עס משפיע רפואת וישועות פאר יעדעם סיי רפואת הגוף און סיי רפואת הנפש, און ממשיך געווען מען איז מתפלל ואזכה לראות בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות אין די קומענדיגע וואכן געפאלט די גויאישע חגאות ווען דער עולם ארבעט נישט זאל מען מייחד זיין די טעג אויף לימוד התורה אבות ובנים, און מסיים געווען בברכת קדשו.

דערנאך איז פארגעקומען די דערהויבענע מסיבת לחיים בשירה ובזמרה, מען האט געזינגען מערערע ניגוני התעוררות וניגוני שמחה והודאה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דברי ברכה נאכזאגענדיג פונעם רוקח אז די אכט טעג חנוכה איז מרומז קעגן די אכט טעג סוכות וואס דאס קומט אויס שמיני עצרת ווען מאיז מתפלל אויף גשם קעגן זאת חנוכה, און פארדעם קומט זאת חנוכה אויך אראפ א שפע פון פרנסה און געוואונטשן ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור, דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני הלל והודאה, דערנאך האט דער רבי פארטיילט מטבעות פאר די בחורים מזמרים פון די קאפעליע. מען האט געענדיגט ארום 11:40.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דאנערשטאג פרשת מקץ ז' דחנוכה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געליינט פארן בר מצוה בחור ב"ר יואל עזרא פריעדמאן הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל, און ביים ליינען געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Video
מעמד מרומם מסיבת לחיים בשירה וזמרה נאך די הדלקת הנירות פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
Video
בזא''ת יבא אהרן אל הקודש

כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביי הדלקת הנירות ואמירת דברות קודש נעכטן ליל זאת חנוכה במעמד אלפי אנ''ש אין ביהמ''ד הגדול אין קרית יואל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️

Thursday2 Teves 578412/14/2023

File
גליון "קול התאחדותינו"
פרשת מקץ, שנת תשפ"ד לפ"ק.

(מהדורת ארה"ב)

יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו

גם רצו"פ מדור משולחן מלכים

עם מאמר נפלא 'פינת יקרת' בענין:
שֹׁמֵר פִּיו וּלְשׁוֹנוֹ שֹׁמֵר מִצָרוֹת נַפְשׁ"וֹ
(המשך).
מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א.

ועם מדור מעשה חש"ב החדש 'שבחי רמב"ן'
ביאורים בדברי הרמב"ן בפרשתן

▫ סאטמאר'ע נייעס 🌴
Report
ליל ז' דחנוכה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש, פאר מעריב האט הב' מענדל ב"ר געציל פרענקל הי"ו אנגעצינדן די מנורה.

פארנאכטס איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט. די יערליכע סעודת חנוכה פאר די יתומים ויתומות פון קהלתינו הק' אויף די פערזענדליכע איינלאדענונג פונעם אב ורועה נאמן כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א.
א גאר רייכע סעודה איז אהערגעשטעלט געווארן עקסטער פאר די יתומים בראשות רבינו שליט''א, און עקסטער פאר די יתומות דורך הרבנית הצדיקת תליט''א.

הנירות הללו קודש הם

ארום 9:20 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אינעם זאל שע"י ביתו נאוה קודש צו הדלקת נירות חנוכה פריוואט מיט די יתומים, רבינו שליט''א האט אריינגעגאסן די אויל און געזאגט די ברכות באש קודש.
דערנאך האט דער רבי געזאגט די זמירות און מען האט אינאיינעם געזונגען די ניגונים, נגוני התעוררות והלל והודאה.
נאך די הדלקת הנירות איז פארגעקומען די מסיבה מיט גאר א רייכע פראגראם פאר די אלע באטייליגטע, מיט די השתתפות פון רבינו שליט"א, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' יונתן שווארץ הי"ו און מהנה געווען בפרקי חזנות, און משמח געווען די קינדער מיט אינטערעסאנטע קונצן לכבוד היום. דער רבי האט פערזעדליך פארברענגט מיט די קינדער א לענגערע צייט, און ס'איז געווען א געלעגנהייט פאר יעדן צו פרעגן שאלות פון רבינו שליט"א אויף וואס דער רבי האט געענטפערט במאור פנים און אויסגעשמועסט בטוב טעם ודעת, דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען רירענדע דברות קודש א לענגערע צייט פול מיט חיזוק און געפיל, און דערביי געוואונטשן ברכות קדשו.

דערנאך האט דער רבי פערזעדליך געטיילט מתנות און חנוכה געלט פאר יעדן איינעם לויט די יארגאנג.
רבינו שליט''א האט זיך הארציג באדאנקט פאר די חשובע עסקנים וועלכע טוען יאר יערליך אהערשטעלן און צושטאנד ברענגען די רייכע נאכט צווישן אנדערע העסקנים החשובים ר' ארי' הערשקאוויטש הי"ו, ר' אליעזר ראטה הי"ו, ר' מרדכי שעהר הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 12:00.

▫ סאטמאר'ע נייעס 🌴
Report
מיטוואך פרשת מקץ ו' דחנוכה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
לבן הנולד אצל ר' שלמה חיים כהן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' אלעזר לעווי הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים:
ב"ר יעקב יושע פאלאטשעק הי"ו.
ב"ר יואל בראך הי"ו.
ב"ר לוי יואל שווארטץ הי"ו.
ב"ר אברהם יעקב מאשקאוויטש הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל, און ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

Wednesday1 Teves 578412/13/2023

Report
ליל ו' דחנוכה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ביים זמן ר''ת האט דער רבי געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש, פאר מעריב האט הב' אלימלך ב"ר יושע לייב שטיין הי"ו אנגעצינדן די מנורה.

ארום 9:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו הדלקת נירות חנוכה ברוב עם הדרת מלך, דער רבי האט אריינגעגאסן די אויל און געזאגט די ברכות ההדלקה.
דערנאך האט דער רבי געזאגט די זמירות און מען האט געזונגען נגוני התעוררות, און די קאפעליע האט געזונגען די פיוטים כנהוג.
דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דב''ק דברי דרוש ופלפול אין די סוגיא במס' שבת פון כבתה זקוק לה, און דערנאך ממשיך געווען בדרך אגדה אז אפילו אויב א איד האט ח"ו נישט קיין זכותים, אז מען איז באחדות גיסט זיך איבער די השפעות פון די אנדערע אידן און מען ווערט געבענטשט בכל מילי דמיטב, און מסיים געווען בברכת קדשו.
נאך די דב''ק האט מען ממשיך געווען צו זינגען ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו. מען האט געענדיגט ארום 10:25.

דערנאך איז רבינו שליט''א אריבער אין מבצר הכוללים צו די יערליכן כינוס התחזקות דורך 'חבורת ליל שישי', מען האט געזינגען עטליכע ניגוני התעורורות און עס האט אויפגעטרעטן הר"ר הערשל קאהן שליט"א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דברות קודש והתחזקות אז פון חנוכה זעט מען די גרויסקייט פון א אמת'ע השתוקקות לדבר מצוה, און דער רבי האט ארומגערעדט בשבח החבורה, און מסיים געווען בברכת קדשו. מען האט געענדיגט ארום 10:55.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
ליל ה' דחנוכה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ביים זמן ר''ת האט דער רבי געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש, פאר מעריב האט הב' שמשון ב"ר מאיר פייערשטיין הי"ו אנגעצינדן די מנורה.

ארום 9:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו הדלקת נירות חנוכה ברוב עם הדרת מלך, דער רבי האט אריינגעגאסן די אויל און געזאגט די ברכות ההדלקה.
דערנאך האט דער רבי געזאגט די זמירות און מען האט געזונגען נגוני התעוררות, און די קאפעליע האט געזונגען די פיוטים כנהוג.

דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דב''ק דברי דרוש ופלפול אין די סוגיא במס' שבת פון כבתה זקוק לה, און דערנאך ממשיך געווען בדרך אגדה אז עס איז גענוג אז איין איד זאל צינדן די נירות חנוכה מיט די ריכטיגע כוונות און דאס איז משפיע אלע השפעות פאר גאנץ כלל ישראל, און מסיים געווען בברכת קדשו.
נאך די דב''ק האט מען ממשיך געווען צו זינגען ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו. מען האט געענדיגט ארום 10:25.

בביתו נאוה קודש איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די קישור החיתון פון החתן בן הרה"ח ר' יואל ווידער הי"ו מנאמני בית רבינו, עב"ג הכלה בת הרה"ח ר' שבתי יצחק ראזענבערג הי"ו, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און די זיידעס.

דינסטאג ה' דחנוכה

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים. דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל, און ביים ליינען עולה געווען שלישי.

ארום 5:15 דער רבי האט געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
ליל ד' דחנוכה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ביים זמן ר"ת האט דער רבי געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש, פאר מעריב האט הב' שלום אליעזר ב"ר בערל שטיין הי"ו אנגעצינדן די מנורה.

ארום 9:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו הדלקת נירות חנוכה ברוב עם הדרת מלך, דער רבי האט אריינגעגאסן די אויל און געזאגט די ברכות ההדלקה.
דערנאך האט דער רבי געזאגט די זמירות און מען האט געזונגען נגוני התעוררות, און די קאפעליע האט געזונגען די פיוטים כנהוג, און הרה"ח ר' משה לוי ברוין הי"ו האט מהנה געווען מיט פרקי חזנות אויף יונים.

דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דב''ק דברי דרוש ופלפול אין די סוגיא במס' שבת פון כבתה זקוק לה, און דערנאך ממשיך געווען בדרך אגדה אז דורך די נרות חנוכה איז מען זוכה צו הערן די בת קול און מען דארף נישט צוקומען צו 'הכישה במקל', און עס געט אריין א עריבות ומתיקות התורה, און מסיים געווען בברכת קדשו.
נאך די דב''ק האט מען ממשיך געווען צו זינגען ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו. מען האט געענדיגט ארום 10:35.

מאנטאג ד' דחנוכה

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים:
בן הרה"ג ר' יוסף משה שטויבער שליט"א, מו"ץ.
ב"ר יואל פיש הי"ו.
ב"ר יוסף לעבאוויטש הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל, און ביים ליינען געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף א באזוך אין די בית אופה המוהדרת דקהלתינו הק'.

ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
זונטאג פרשת מקץ ג' דחנוכה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
לבן הנולד אצל ר' מאיר ברי"ה שפיטצער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' אהרן ברח"ש ווערצבערגער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול ברוב עם. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר נחמן כהנא הי"ו.
ב"ר מיכאל עג'מי הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל, און ביים ליינען געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

Monday28 Kislev 578412/11/2023

Photos · 8
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביי הדלקת נר א' דחנוכה בבית מדרשינו הגדול אין וומסב''ג.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Show earlier days