שב''ק פרשת ויחי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ערש''ק נאכמיטאג האט דער רבי אנגעטוהן דעם שטריימל פאר די חתנים: החתן בנימין זיידא ב"ר אברהם שמואל פריעדלענדער הי"ו. החתן מנחם מענדל ב"ר יעקב קעלנער הי"ו.
פרייטאג צונאכטס ארום 5:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה"ג ר' הערשל פריעדמאן שליט"א דומ"ץ שארמאש וומסב"ג. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 6:45, דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 8:35 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחה''ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה. אשת חיל: נכד רבינו הב' החתן מאיר אליעזר ט"ב בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, הגבהת הכוס: הרה"ח ר' זלמן לייב קאפפעל הי"ו.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה"ג ר' דוד הירש שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק' וומסב''ג, מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' הערשל שטיינבערג שליט"א (לעיקוואד).
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויחי יעקב בארץ מצרים' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פארוואס די מספר ימי יעקב איז מכפר.
קה אכסוף: הרה"צ ר' דוד משה ראזענבוים שליט"א רב דביהמ"ד קרעטשניף, ברהמ''ז: הרה"ח ר' זלמן לייב קאפפעל הי"ו.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הגה''ק הארי' דבי עילאי זיע''א וואס די יארצייט איז געווען פרייטאג י"ז טבת.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' יואל כף הי"ו (בני ברק), די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרה"ח ר' משה טאבאק הי"ו (מאנסי). מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 11:20.
וביום השבת קודש
שב''ק אינדערפרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:20. ברכות: הרה"ח ר' משה טאבאק הי"ו, פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' שמואל עקשטיין הי"ו, צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יעקב הערש ניישטאדט הי"ו (וומסב''ג), פסוקי שמע ישראל: הרה''ג ר' יודא בער טעללער שליט"א (וומסב''ג).
עליות. כהן: הר"ר עמרם כהן שליט"א. לוי: החתן ב"ר נפתלי יעקב ווערצבערגער הי"ו. שלישי: החתן ב"ר יעקב קעלנער הי"ו - באווארפען. רביעי: החתן ב"ר אברהם שמואל פריעדלענדער הי"ו - באווארפען. חמישי: החתן ב"ר יצחק יקותיאל ביקעל הי"ו - באווארפען. שישי: רבינו שליט''א
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: ר' גרשון אקער הי"ו. ר' זיידא משה אליעזר גרובער הי"ו. ר' חיים ברי"ש פריעדמאן הי"ו. ר' שלום זאלדאן הי"ו.
שביעי: החתן ב"ר נחמי' ניימאן הי"ו - באווארפען. הוספות: הרה"ח ר' אברהם שלום לאנדא הי"ו. החתן ב"ר ישעי' סאקס הי"ו. החתן בן הר"ר יודא בער טעללער שליט"א. החתן ב"ר שמעון ישראל הורוויץ הי"ו. החתן ב"ר שלמה דוד גרינפעלד הי"ו. הרה"ג ר' נפתלי הערש קאהן שליט"א מו"ץ. אחרון - חזק: הגה''צ ר' שמואל דוד סאקס שליט"א דומ"ץ בית מדרשינו המפואר בנין געלבשטיין וומסב''ג. מפטיר: הרה"ח ר' אלישע הורוויץ הי"ו. הגבה: הרה"ח ר' יעקב קעלנער הי"ו. גלילה הרה"ח ר' ישראל ברא"ש שווארץ הי"ו.
מוסף: הרה"ח ר' מרדכי יושע גראסמאן הי"ו (ב"פ), פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' יואל ברי"ב רייך הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' חיים אלישע גראסמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק. מען האט געענדיגט ארום 12:25.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז דער רבי איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 5:15. מנחה: ר' יעקב משה מיטטעלמאן הי"ו. הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' נפתלי יעקב ווערצבערגער הי"ו. כהן: הרה"ח ר' שמואל בנימין לאנדא הי"ו (וומסב''ג). לוי: הרה"ח ר' משה ווערצבערגער הי"ו (מאנטרעאל). שלישי: הרה"ח ר' אנטשיל ליכטענשטיין הי"ו (וומסב''ג). הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה"ח ר' יואל משולם זושא שווארץ הי"ו (מאנסי).
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו. שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה בהתעוררות רב אויפן פסוק 'ויקרא יעקב לבניו ויאמר האספו ואגידה לכם את אשר יקרא אתכם באחרית הימים' און געטייטשט בדברי כיבושין אז יעקב אבינו האט ממשיך געווען אלע נשמות בני ישראל עד ימינו אלה און גערעדט צו זיי דברים היוצאים מן הלב, עס דארף אבער זיין א הארץ עס זאל קענען זיין נכנסים אל הלב, דורך טבילה במקוה ווערט באשאפן א נייע הארץ אזוי קען מען זיך שטעלן דאווענען און עוסק זיין בתשובה, בפרט יעצט בימי השובבי''ם וואס איז מתוקן געווארן לתשובה ותיקון המעשים.
ידיד נפש: הרה"ח ר' משה ווערצבערגער הי"ו, קל מסתתר: הרה"ח ר' יעקב הערש ניישטאדט הי"ו. דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות. פאר מעריב האט זיך רבינו שליט''א באגריסט מיט הגה"צ רבי שמואל בנימין קרויס שליט"א נשיא ישיבת תורת חסד לאנדאן וועלכע וויילט אין די יעצטיגע טעג אין קר"י.
נאך הבדלה איז רבינו שליט''א ארויף אין שטוב פון הרה"ח ר' יואל לעווינגער הי"ו לרגל נישואי בתו למז"ט, ווי עס איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' יואל הי"ו האט אפגעקויפט די זכות פון א שטאק אינעם נייעם בנין פון ישיבת קנין תורה אין מאנסי פארן ריזן סכום פון 360 טויזענט דאלער, דער רבי האט אונטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיט'ן נדבן, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
בביתו נאוה קודש זענען אריין בקו''פ א קבוצה בחורים תלמידי ישיבה גדולה דבאבוב 45, וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש, דער רבי האט אויסגעפרעגט איבער די לימודים און מאציל געווען מברכות קדשו.
ארום 9:30 איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א התחלת כתיבת ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' אברהם שלום לאנדא הי"ו ובניו לע"נ בנו /אחיהם הרה"ח ר' ליפא ע"ה, דער רבי האט אריינגעשריבן די ערשטע אות, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
דערנאך איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש די ערשטע פון א רייע אסיפות וואס דער רבי האט פאררופן מיט נגידי אנשי שלומינו לחיזוק קהלותינו הק' יטב לב ומוסדותי' הק' בארה"ק ת"ו ווי דער רבי האט אוועק געשטעלט א יסוד פון גרויסע תומכים וועלכע וועלן זיין שותפים אין א קרן 'לב אהרן' פאר א יסוד בסיס פאר די הייליגע מוסדות און אלע אירע פראיעקטן אין ארץ ישראל.
▫ סאטמאר'ע נייעס 🌴
באריכט
פרייטאג פרשת ויחי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן: לבן הנולד אצל ר' משה יודא שפילמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. לבן הנולד אצל ר' יעקב שמעון קויפמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים: ב"ר שמואל בראך הי"ו. ב"ר מאיר שפיטצער הי"ו. ב"ר אפרים וויינפעלד הי"ו. ב"ר מרדכי וועבערמאן הי"ו. ב"ר מענדל עקשטיין הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
באריכט
דאנערשטאג פרשת ויחי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן: לבן הנולד אצל ר' אהרן בר"י עקשטיין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק. לבן הנולד אצל ר' יונה ראטענבערג הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי, און נאכן דאווענען פארגעלערנט א שיעור סוגיא בשיעורי הישיבה.
נאכמיטאג ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים. ר' גבריאל אברהם באבור הי"ו (ארגענטינע) - ר' אלי' שבתי שמעא ע"ה, באולם כינור דוד. הרה''ג ר' יודא בער טעללער שליט"א (וומסב''ג) - ר' ישראל ברא"ש שווארטץ הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:00 ביז 12:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ תלמידי ישיבה גדולה קראלי פון וומסב''ג, דער רבי האט פארהערט די בחורים הלכות שחיטה און עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס ווי דער רבי האט ארומגערעדט בעניני שחיטה נאך וואס די בחורים האבן אפגעשטאט א באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת, דערנאך זענען די בחורים אריבער אפנעמען ברכת קדשו.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים. ר' מאיר בערגער הי"ו - ר' חיים זלמן שעהר הי"ו. ר' געציל פרענקל הי"ו - ר' שלום משה פעלדמאן הי"ו.
נאכן תנאים האט דער רבי געדאווענט מעריב, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך פרשת ויחי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
נאכמיטאג ארום 5:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים. הר"ר שמעון ישראל הורוויץ הי"ו (וומסב''ג) - הר"ר חיים יחזקאל בר"מ ווערצבערגער שליט"א, באולם כינור דוד. ר' נפתלי יעקב ווערצבערגער הי"ו - ר' יואל ברי"ב רייך הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס. ר' ארי' ראטה הי"ו - ר' יואל ברש''י לעווינגער הי"ו, באולם גינת קליין.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:00 ביז 11:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א דומ"ץ ביהמ''ד דינוב קר"י - הר"ר איתמר טובי' ווידער שליט"א.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:45.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
פרייטאגי"ז טבת תשפ"ד12/29/2023
מודעהמודעה
דאנערשטאגט"ז טבת תשפ"ד12/28/2023
פייל
גליון "קול התאחדותינו" פרשת ויחי, שנת תשפ"ד לפ"ק. (מהדורת ארה"ב)
יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו
גם רצו"פ מדור משולחן מלכים
עם מאמר נפלא 'פינת יקרת' בענין: שִׁמְעוֹן וְלֵוִי אַחִים מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א.
ועם מדור מעשה חש"ב החדש 'שבחי רמב"ן' ביאורים בדברי הרמב"ן בפרשתן