Photos
← Show allWednesday29 Teves 57841/10/2024
הגה"צ רבי נחום ארי' סאפרין שליט''א אדמו"ר מקאמארנא ירושלים ונשיא מכון פתח ההיכל בקו''פ ביי כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בביתו נאוה קודש אין וומסב''ג.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
הרה"ג ר' חיים אהרן אונגאר שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד דקהלתינו סאוט 8 אינאיינעם מיט עסקני בנין ביהמ"ד החדש, בקו''פ ביי כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א מקבל זיין ברכת קדשו לרגל התחלת הקאמפיין.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Tuesday28 Teves 57841/9/2024
נאך א חלק פון די קבוצה פון 48 תלמידי המתיבתא סניף קדושת יואל אויף א פארהער אויף גאנץ מסכת כתובות גפ''ת בע''פ ביים ראש ישיבה כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Monday27 Teves 57841/8/2024
מעמד 'בבנותינו נלך' פאר די קרוב צו טויזענט מחנכת אינערהאלב אלע אפטיילונגען פון בית רחל שע''י מוסדות קרית יואל, פארגעקומען נעכטן זונטאג אינעם בית רחל אודיטאריום בבנין לאה אסתר, בראשות כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
רייכע נגיד'ישע באנקעט נעכטן מוצש''ק אין שכונת דברי חיים אין קרית יואל בהשתתפות פונעם מרא דאתרא כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א.
עס איז געשאפן געווארן דורך די תושבי השכונה די פאנטאסטישע סכום פון אריבער 5 מיליאן דאלער פאר די איבערבוי פון בית מדרשינו גדול ומפואר בית שמואל אין שכונת דברי חיים און פאר די מקוה טהרה וואס ווערט געבויט אין די שכונה.
דער מעמד איז געווען א וועג ווייזער פאר אלע נייע שכונות און געגנטער, אז ווען מען בויט אידישקייט און מיט'ן איינציגן רצון ממשיך צו זיין די כוח המייסד פון רביה''ק מייסד העיר זיע''א וועט מען מצליח זיין, און ווערט באגלייט און געשטיצט פון קהלתינו הק' וואס איז א שטארקע ריקנביין פאר אלע געגנטער צו בויען קדושה וטהרה אין די גאנצע פארברייטערטע עיר הגדולה לאלוקים קרית יואל יצ''ו.

Wednesday22 Teves 57841/3/2024
Tuesday21 Teves 57841/2/2024
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א ביים מסיבת לחיים היינט נאך תפילת שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים, לרגל הנחת תפילין פאר נכד הגאון הגדול דומ''ץ קרית יואל שליט''א בן לבנו הר''ר שלמה בערקאוויטש שליט''א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים זיך אומקוקן אויף די פראכטפולע גינת קליין זאלן, און ביי די בוי ארבייט פונעם גיגאנטישן בנין הבית רחל החדש בנין קליין.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א - נאכן מעמד התחלת לימוד משניות - ביים פארהערן איינע פון די כתות, און ביים אנווייזן אויף א מאפע פון אייראפע די שטעט ווי רביה''ק בעל דברי יואל זיע''א איז אדורך בשעת די מלחמה ביז צום נס הצלה כ"א כסלו שנת תש"ה.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
מעמד התחלת לימוד משניות דורך די אריבער 400 תלמידי כתה ג' פון די פיר סניפים פון מוסדות קרית יואל, פארגעקומען נעכטן בבנין התלמוד תורה בנין קליין, בראשות נשיא המוסדות כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️