בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

דאנערשטאגט"ו שבט תשפ"ד1/25/2024

פייל
גליון "קול התאחדותינו"
פרשת בשלח-שירה, שנת תשפ"ד לפ"ק.

(מהדורת ארה"ב)

יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו

גם רצו"פ מדור משולחן מלכים

עם מאמר נפלא 'פינת יקרת' בענין:
אסור להסתכל בפני אדם רשע (ב).
מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א.

ועם מדור מעשה חש"ב החדש 'שבחי רמב"ן'
ביאורים בדברי הרמב"ן בפרשתן

▫ סאטמאר'ע נייעס 🌴
📄 בשלח חו''ל תשפ''ד7.2 MB

מיטוואךי"ד שבט תשפ"ד1/24/2024

דינסטאגי"ג שבט תשפ"ד1/23/2024

נייעס
מזל טוב לכ"ק רבינו הגה"ק שליט"א

לרגל הולדת הבן שיחי'
אצל נכדו הר"ר דוד אלימלך האלבערשטאם שליט''א
חתן חדב''נ הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א
ובן הגה''צ אבד''ק טארטיקוב שליט''א

שישו ושמחו בשמחת רבינו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מאנטאגי"ב שבט תשפ"ד1/22/2024

זונטאגי"א שבט תשפ"ד1/21/2024

באריכט
שב''ק פרשת בא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, בעיר הנופש פאלם ספרינגס קאליפארניע

פרייטאג נאכמיטאג ארום 4:00 ווען סאיז די שקיעת החמה הנראית האט רבינו שליט''א כמנהגו זיך פורש געווען ממלאכה.

פרייטאג צונאכטס ארום 5:40 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אינעם ארטיגן ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: נכד רבינו הרב ישראל יעקב יוקל ט''ב שליט"א פון וומסב"ג.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 7:00. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת, און דער רבי האט אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש.

ביים ערשה''ט בביתו נאוה קודש האט מען געעפענט פארן ציבור ארום 9:30.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה''ח ר' דוד עקשטיין הי''ו, מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' משה ברוך זילבער שליט''א מח"ס ברכת משה בן הגה''צ גאב''ד פריימאן שליט''א.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'קהל עדת ישראל בין הערבים' און געטיישטש בדרך דרוש אין די סוגיא פון שנים שעשהו.

קה אכסוף: הרה"צ ר' יצחק הערש ווייס שליט''א אב''ד אוהעל ב''פ.
ברכהמ''ז: הגה"צ אבד''ק ראשית חכמה מאנטרעאל שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הגה"ק הפני יהושע זיע"א, וואס די יארצייט געפאלט מיטוואך י''ד שבט.

קה רבון עלם: הר''ר אברהם דוד וואגשאהל שליט''א (מאנסי), נאך די פירות האט מען אריינגעברענגט בונדלעך לרגל די שמחת השלום זכר ביי נכד רבינו הרב יחזקאל שרגא ט''ב שליט''א בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א, און מען האט געזינגען לכבוד די שמחה.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' שמחה וויזענפעלד הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 11:10.

וביום השבת קודש

שב''ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד ארום 9:30. פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' מיכל פעלדמאן הי"ו, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה ופסוקי שמע ישראל: הרה''ח ר' יוסף פנחס סטראלאוויטש הי"ו. בעל קורא: משב''ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו.
עליות. כהן: הרה"צ ר' יצחק הערש ווייס שליט''א מאיהעל. לוי: הרה''ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו. שלישי: הגה"צ אבד''ק ראשית חכמה שליט"א. רביעי: הרה"ח ר' משה אליעזר ראזענפעלד הי"ו. חמישי: הרה''ח ר' וואלף שניצער. שישי: רבינו שליט''א.

דעם רבינס עלי' איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו, דער רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן א מי שברך.

שביעי: הרה"ח ר' יודא משה געלב הי"ו (מאנטרעאל). אחרון: הר''ר אברהם דוד וואגשאהל שליט''א. מפטיר: הב' צבי ריינער (לאס אנדזשעלעס). הגבה: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו (ב"פ). גלילה: הרה''ח ר' חיים מאיר גרינפעלד הי"ו.

מוסף: הגה''צ אבד''ק ראשית חכמה שליט''א. פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ג ר' משה ברוך זילבער שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 12:20.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד ארום 5:40.
מנחה הרה"ח ר' יצחק מענדלאוויטש הי"ו (מאנסי).
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יודל שטערן הי"ו (מאנטרעאל). בעל קורא: הרה''ח ר' דוד עקשטיין הי''ו. כהן: הרה"ח ר' יואל ברמ''ח פריעדמאן הי"ו. לוי: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו. שלישי: הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו. הגבה: רבינו שליט''א, גלילה: הרה"ח ר' יעקב יוסף אונגאר הי"ו (שיכון סקווירא).

זמירות ביי של''ש האט רבינו שליט''א מכבד געווען. אודה: משב"ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' שלמה קלאגסברוין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'והגדת לבנך ביום ההוא', און געטיישטש אז תשובה העלפט מיט כח האמונה, אבער אז מען איז פוגם בעניני קדושה פארלירט מען אמונה אינעם בוכ''ע, דעי וואכן וואס מען ליינט די קריאה פון יציאת מצרים ווערט נתרבה די אמונה ביי אידישע קינדער קען מען צוקומען צו תשובה פאר אלע ענינים.

ידיד נפש: הרה''ח ר' דוד עקשטיין הי''ו, קל מסתתר: הרה''ח ר' יצחק דוד לאנדא הי''ו (וומסב''ג). רבינו שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס.

מעריב מוצש''ק: הרה''ח ר' יעקב יוסף אונגאר הי''ו. נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 7:40.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
פרייטאג 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:00 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת שחרית בעל תפילה: הרה"ח ר' עקיבא צבי געשטעטנער הי"ו (קר"י).
נאכן דאווענען האבן שלום גענומען די געסט וועלכע זענען געקומען וויילן אויף שבת בצל הקודש.

▫ סאטמאר'ע נייעס 🌴
באריכט
דאנערשטאג 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:00 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת שחרית. בעל תפילה: הרה"ח ר' אברהם צבי מנחם אונגער הי"ו.
פתיחה: הרה"ח ר' משה מנחם דאסקאל הי"ו (מאנסי). כהן: הרה"צ ר' יצחק צבי ווייס שליט"א אב"ד איהעל ב"פ. לוי: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו (קר"י). שלישי: רבינו שליט"א. הגבה: הרה"ח ר' וואלף שניטצער הי"ו (קר"י). גלילה: הרה"ח ר' יעקב דוד האפמאן הי"ו (לאנדאן).

נאך שחרית האט דער רבי אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש, עס איז פארפירט געווארן א שיינע שמועס איבער די לעצטיגע שערורי' פון די פסול'ע ספרי תורה.

פארנאכטס ארום 5:40 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת מנחה. בעל תפילה: הרה"ח ר' וואלף שניטצער הי"ו, צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו, און ביים זמן ר"ת האט מען געדאווענט מעריב, און נאך מעריב האט דער רבי מחדש געווען די לבנה פארנט פון ביהמ"ד.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:00 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת שחרית. בעל תפילה: הרה"ח ר' אברהם צבי מנחם אונגער הי"ו.

נאך שחרית האט דער רבי אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש, עס איז פארפירט געווארן א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה אין פארשידענע געגענטער.

פארנאכטס ארום 5:40 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת מנחה, צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו, און ביים זמן ר"ת ארום 6:15 האט מען געדאווענט מעריב.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג ו' שבט יומדהל''ק של מרן הגה''ק העצי חיים זיע''א 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:00 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת שחרית, דער רבי האט געצינדן 5 ליכט און צוגעגאנגען צום עמוד, נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די יומדהל''ק דער רבי האט געטרינקן לחיים און דערציילט עובדות וסיפורים פונעם בעל הילולא זיע''א א לענגערע צייט.

אין די נאכמיטאג שעה'ן האט זיך דער רבי טעלעפאניש פארבינדן מיט הרבני הנגיד ר' אברהם יודא גאלדבערגער הי"ו ווי דער רבי האט אים אנגעוואונטשן לרגל שמחת נשואי בתו למז"ט און דערביי זיך באדאנקט פאר די גרויסע תמיכה וואס ער האט געגעבן לכבוד זיין שמחה פאר אלע מרביצי תורה פון מוסדות קר''י און אלע רמ''י המתיבתא, און דער רבי האט אים ווארעם אנגעוואונטשן ברכות לרוב.

פארנאכטס ארום 4:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה בבית הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו, דער רבי האט געצינדן 5 ליכט און איז צוגעגאנגען צום עמוד.
נאך מנחה האט דער רבי מעריך געווען שלחנו הטהור לרגל די יומדהל''ק, דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה, במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגונים וואס מען האט געזינגען ביים בעל הילולא זיע''א מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אבד''ק ראשית חכמה שליט"א.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען לענגערע דב"ק אויפן פסוק 'וגם מקנינו ילך עמנו וכו' כי ממנו נקח לעבוד את ה' און ארומגערעדט במשנתו פונעם בעל הילולא זיע''א, און דערנאך ממשיך געווען מיט סיפורי קודש א לענגערע צייט.
דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס, מען האט געענדיגט ארום 6:30.
דערנאך האט מען געדאווענט מעריב, בעל תפילה: הרה"ח ר' אברהם צבי מנחם אונגער הי"ו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
פרשת בא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, בעיר הנופש פאלם ספרינגס קאליפארניע

מאנטאג


ארום 8:00 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת שחרית. בעל תפילה: הרה"ח ר' אברהם צבי מנחם אונגער הי"ו (שיכון סקווירא).
פתיחה: הרה"ח ר' יעקב דוד האפמאן הי"ו (לאנדאן), בעל קורא: משב"ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו.
ראשון: רבינו שליט"א. שני: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו (קר"י). שלישי: הגה"צ אבד''ק ראשית חכמה מאנטרעאל שליט"א. הגבה: הרה"ח ר' משה מנחם דאסקאל הי"ו (מאנסי). גלילה: הרה"ח ר' יצחק דוד לאנדא הי"ו (וומסב''ג).

נאך שחרית האט דער רבי אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש, עס איז פארפירט געווארן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים און פארשידענע מנהגים בחצרות הצדיקים.

פארנאכטס ארום 5:40 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת מנחה, בעל תפילה: הרה"ח ר' אברהם צבי מנחם אונגער הי"ו, צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו,
און ביים זמן ר"ת ארום 6:15 געדאווענט מעריב, דער רבי האט געצינדן 5 ליכט און איז צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די הילולא קדישא פון זקינו הגה"ק העצי חיים זיע''א.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
מזל טוב לכ"ק רבינו הגה"ק שליט"א

לרגל הולדת הבן שיחי'
אצל נכדו הר"ר יחזקאל שרגא ט''ב שליט''א
בן חדב''נ הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א
וחתן הרה"צ ר' יחזקאל האלבערשטאם שליט"א אב''ד קנעניטש.

שישו ושמחו בשמחת רבינו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

שבת קודשי' שבט תשפ"ד1/20/2024

נייעס
שובו בנים שובבי"ם

דער זמן מוצש"ק אין פאלם ספרינגס קאליפארניע איז 6:18 - 9:18 ניו יארקער צייט.

אהנגעהויבן בערך אום 9:30 וועט מען קענען מיטהאלטן, דורך א הוק-אפ, דעם סדר פון של"ס און די דברות קודש לימי השובבי"ם פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א.

קול סאטמאר 8459511110 #311
בעקאפ נאמבער 3518887117

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגט' שבט תשפ"ד1/19/2024

דאנערשטאגח' שבט תשפ"ד1/18/2024

פייל
גליון "קול התאחדותינו"
פרשת בא, שנת תשפ"ד לפ"ק.

(מהדורת ארה"ב)

יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו

גם רצו"פ מדור משולחן מלכים

עם מאמר נפלא 'פינת יקרת' בענין:
אסור להסתכל בפני אדם רשע
מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א.

ועם מדור מעשה חש"ב החדש 'שבחי רמב"ן'
ביאורים בדברי הרמב"ן בפרשתן

▫ סאטמאר'ע נייעס 🌴

מיטוואךז' שבט תשפ"ד1/17/2024

בילדער · 4
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים אהיימשפאצירן נאך תפילת שחרית לביתו נאוה קודש בעיר הנופש פאלם ספרינגס קאליפארניע.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דינסטאגו' שבט תשפ"ד1/16/2024

בילדער · 2
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביי תפילת מעריב נאכן שלחה''ט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 10
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים שלחן הטהור לרגל די הילולא קדישא פון זקינו מרנא ורבנא הגה''ק העצי חיים זיע''א, בבית הרה''ח ר' משה פאלאקאוויטש הי''ו בעיר הנופש פאלם ספרינגס קאליפארניע.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 2
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביי תפילת מנחה לפני התיבה לרגל די הילולא קדישא פון זקינו מרנא ורבנא הגה''ק העצי חיים זיע''א, בבית הרה''ח ר' משה פאלאקאוויטש הי''ו בעיר הנופש פאלם ספרינגס קאליפארניע.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 5
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים מסיבת לחיים נאך תפילת שחרית לרגל די הילולא קדישא פון זקינו מרנא ורבנא הגה''ק העצי חיים זיע''א, בעיר הנופש פאלם ספרינגס קאליפארניע.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג