בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Tuesday27 Shevat 57842/6/2024

Sunday25 Shevat 57842/4/2024

Photos · 7
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביי של''ש מעריב והבדלה בעיר הנופש פאלם ספרינגס קאליפארניע.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 8
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בעיר הנופש פאלם ספרינגס קאליפארניע.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
שב''ק פרשת יתרו מברכים חודש אדר א' 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בעיר הנופש פאלם ספרינגס קאליפארניע

פרייטאג נאכמיטאג ארום 4:05 ווען ס'איז געווען די שקיעת החמה הנראית האט רבינו שליט''א כמנהגו זיך פורש געווען ממלאכה.

פרייטאג צונאכטס ארום 5:55 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הר"ר יואל הערש ראטענבערג שליט"א מסאלקא מאנסי.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 7:20, דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת, און דער רבי האט אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש.

ביים שלחה''ט בביתו נאוה קודש האט מען געעפנט פארן ציבור ארום 9:45.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הר"ר אברהם משה גראס שליט"א מקערעסטיר (שיכון סקווירא), מנוחה ושמחה: הנגיד ר' בערל ווייס הי"ו (לאס אנדזשעלעס).

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויספר משה לחותנו' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון אין שליח לדבר עבירה.

קה אכסוף: הרה"ח ר' משה מנחם שלעזינגער הי"ו (קר"י), ברכהמ''ז: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון זקינו מרנא ורבנא הגה''ק הקדושת יו"ט זיע''א, וואס די יארצייט געפאלט דאנערשטאג כ"ט שבט.

קה רבון עלם: הר"ר אברהם דוד וואגשאהל שליט"א, אז ביום השביעי: הרה"ח ר' יוסף משה אונגאר הי"ו (מאנסי). מען האט געענדיגט ארום 11:30.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:25. פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' אברהם חיים ליכטענשטיין הי"ו (וומסב''ג), צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הר"ר אברהם משה גראס שליט"א מקערעסטיר, פסוקי שמע ישראל: הגה"צ ר' יוסף מרדכי וואגשאהל שליט"א ראה"כ ורב דביהמ"ד כולל ערב שבת.
בעל קורא: הרה"ח ר' יוסף משה אונגאר הי"ו.

עליות. כהן: הרה"ח ר' לוי יצחק שלאף הי"ו (לאס אנדזשעלעס). לוי: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו. שלישי: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א. רביעי: הרה''ח ר' בערל ווייס הי"ו. חמישי: הרה"ח ר' מענדל בערקאוויטש הי"ו (וומסב''ג). שישי: רבינו שליט''א.

דעם רבינס עלי' איז געקויפט געווארן דורך הנגיד ר' בערל ווייס הי"ו, דער רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן א מי שברך.
אויך האט רבינו שליט''א געהייסן מאכן א מי שברך פאר הגאון הגדול דומ''ץ קרית יואל שליט''א רבי שלום אליקים געציל בן דבורה חנה לרפו''ש וועלכע געפינט זיך אין שפיטאל צוליב א שווערע אנטצינדונג.

שביעי: הגה"צ ר' יוסף מרדכי וואגשאהל שליט"א. אחרון: ר' צבי יואל פרייזלער הי"ו (וומסב''ג). מפטיר: הרה''ג ר' יודא בער טעלער שליט"א (וומסב''ג). הגבה: הרה"ח ר' משה מנחם שלעזינגער הי"ו (קר"י). גלילה: ר' יעקב שלום מאשקאוויטש הי"ו (קר"י).

נאכן ליינען האט רבינו שליט"א ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעורורות, און צוגעגאנגען צו תפילת מוסף לרגל די הילולא קדישא די וואך פון זקינו הגה"ק הקדושת יו"ט זיע''א, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' ציון עובדי מאסרי הי"ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 12:30.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 5:45. מנחה: הרה"ח ר' יואל בר"מ פאלקאוויטש הי"ו (קר"י). הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' הערש אלימלך קליין הי"ו (קר"י). כהן: הרה"ח ר' חיים שאול קאהן הי"ו (קר"י). לוי: הרה"ח ר' יוסף משה אונגאר הי"ו. שלישי: הרה"ח ר' יואל ברז"ל לאנדא הי"ו (קר"י). הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הב' אברהם ב"ר שלמה לוריא הי"ו (לאס אנדזשעלעס).

זמירות ביי של''ש האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'והזהרתה אתהם את החקים ואת התורת' און געטייטשט מיט שטארקע דברי התעוררות אז מען גייט שוין אריין אין די זעקסטע וואך פון די ימי השובבי"ם, אפילו עס איז עבר ושנה ניצט אלעמאל תשובה 'מה מקוה מטהר את הטמאים' אפילו הונדערט מאל 'אף הקב"ה מטהר את הטמאים' אן קיין גבול, נאר מען דארף זיך מקבל זיין בקבלה טובה און זיך מחזק זיין כחומה בצורה אויף ווייטער.

ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק דוד לאנדא הי"ו, קל מסתתר: הרה"ח ר' יושע מרדכי ווערצבערגער הי"ו, שושנת יעקב: הרה"ח ר' הערשל ברוק הי"ו (ב"פ). דער רבי האט געבענטשט אויפ'ן כוס.

צו מעריב מוצש''ק איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יארצייט די וואך, נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 8:00.

מוצש"ק אין די שפעטע נאכט שעות האט רבינו שליט"א טעלעפאניש מנחם אבל געווען הגאון הגדול רבי שמעון יצחק שלעזינגער שליט"א חבר בי דינא רבא בעיה"ק ירושלים ת"ו, ע"פ אמו ע"ה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Shabbos Kodesh24 Shevat 57842/3/2024

News
שובו בנים שובבי"ם

דער זמן מוצש"ק אין פאלם ספרינגס קאליפארניע איז 6:30 - 9:30 ניו יארקער צייט.

אהנגעהויבן בערך אום 9:40 וועט מען קענען מיטגעהאלטן, דורך א הוק-אפ, דעם סדר פון של"ס און די דברות קודש לימי השובבי"ם פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א.

קול סאטמאר 8459511110 #311
בעקאפ נאמבער 3518887117

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Friday23 Shevat 57842/2/2024

Report
פרייטאג 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת שחרית.
נאך שחרית האבן שלום גענומען די געסט וועלכע זענען געקומען אויף שבת בצל הקודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דאנערשטאג 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:00 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת שחרית אינעם שטאטישן ביהמ"ד. בעל תפילה: ר' הלל ראובן האלפערט הי"ו (קר"י).
פתיחה: הרה"ח ר' אברהם חיים ליכטענשטיין הי"ו (וומסב''ג), בעל קורא: הר"ר יואל הערש ראטענבערג שליט"א מסאלקא.
עליות. כהן: הרה"ח ר' יואל בר"א ראזענבערג הי"ו (קר"י). לוי: הר"ר יואל הערש ראטענבערג שליט"א. שלישי: רבינו שליט"א. הגבה: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א. גלילה: הרה"ח ר' טובי' זאב שווארטץ הי"ו (ב"פ).

פארנאכטס ארום 5:45 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה. בעל תפילה: הרה"ח ר' יואל יאקאבאוויטש הי"ו (וומסב''ג). צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו, און ביים זמן ר"ת האט מען געדאווענט מעריב, בעל תפילה: ר' דוד פארקאש הי"ו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מיטוואך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:00 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת שחרית. בעל תפילה: ר' יצחק ליפשיץ הי"ו.

פארנאכטס ארום 5:45 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה אינעם שטאטישן ביהמ"ד, בעל תפילה: הרה"ח ר' שלמה צבי ברש"י שעהר הי"ו (קר"י). צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו, און ביים זמן ר"ת האט מען געדאווענט מעריב.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
דינסטאג 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:00 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת שחרית. בעל תפילה: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו.

פארנאכטס ארום 5:45 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה, צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו, און ביים זמן ר"ת האט מען געדאווענט מעריב.
פאר מעריב האט שלום גענומען הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א וועלכע וויילט אין די יעצטיגע טעג אויף אפרוה אין די דערנעבענדיגע האט ספרינגס געגענט, עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער די לעצטיגע שערורי' פון די פסולים וואס מען טרעפט ביי די ספרי תורה און די נייע מהלך עס בודק צו זיין.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מאנטאג 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:15 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת שחרית. בעל תפילה: הרה"ח ר' משה יושע שפילמאן הי"ו (וומסב''ג).
פתיחה: הרה"ח ר' אהרן ישראל מאסרי הי"ו, בעל קורא: הרה"ח ר' יואל וויינבערגער הי"ו.
עליות. כהן: ר' נפתלי הירצקא גראס הי"ו. לוי: הרה"ח ר' ליפא קליין הי"ו. שלישי: רבינו שליט"א. הגבה: הרה"ח ר' חיים ווייס הי"ו (קר"י). גלילה: הרה"ח ר' אברהם מאסרי הי"ו (קר"י).

פארנאכטס ארום 5:45 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה. בעל תפילה: הרה"ח ר' יושע מרדכי ווערצבערגער הי"ו, צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו, און ביים זמן ר"ת האט מען געדאווענט מעריב.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
פרשת יתרו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, בעיר הנופש פאלם ספרינגס קאליפארניע

זונטאג


ארום 8:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת שחרית.

פארנאכטס ארום 5:45 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה.ַבעל תפילה: ר' משה הערש פאנעט שליט"א (וומסב''ג), צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו, און ביים זמן ר"ת ארום 6:25 האט מען געדאווענט מעריב, בעל תפילה: ר' יצחק ברש"מ ליפשיץ הי"ו (וומסב''ג).
נאך מעריב האט הב' החתן משה ארי' ב"ר שלמה זלמן ברוין הי"ו (וומסב''ג) איבערגעגעבן א תירוץ אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט אין ישיבה.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

Thursday22 Shevat 57842/1/2024

File
גליון "קול התאחדותינו"
פרשת יתרו, שנת תשפ"ד לפ"ק.

(מהדורת ארה"ב)

יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו

גם רצו"פ מדור משולחן מלכים

ועם מדור מעשה חש"ב החדש 'שבחי רמב"ן'
ביאורים בדברי הרמב"ן בפרשתן

▫ סאטמאר'ע נייעס 🌴
📄 יתרו חו''ל תשפ''ד4.3 MB

Wednesday21 Shevat 57841/31/2024

Photos · 2
הגה''צ אבד''ק מאנסי שליט''א נעמט שלום פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בעיר הנופש פאלם ספרינגס קאליפארניע.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Show earlier days