בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Reports

← Show all

Monday27 Teves 57811/11/2021

Report
א גאר הערליכע מלוה מלכה וכינוס חברים איז פארגעקומען דעם פארגאנגענעם מוצש''ק דורך מפעל בית נאמן דקהלתינו הק' קרית יואל פאר די הונדערטער אינגעלייט וואס האבן חתונה געהאט אין די פארגאנגענע 2 יאר ווי מ'האט פארברענגט צוזאמען בשבת אחים גם יחד,
גע'עפענט די מעמד האט די יושב ראש הרה''ח ר' הערשל פריעדמאן ני"ו וואס האט מיט זיין געשמאקן שפראך אנגעפירט די מעמד.

צום ערשט האט די יו''ר אויסגערופן הגה''צ ר' יואל האלבערשטאם שליט''א רב דקהלתינו הק' בלומינגראוו וראש המדריכים וואס האט ארום גערעדט דברי הדרכה פאר די יונגעלייט, און האט ארויסגעברענגט אז בית נאמן איז אייביג גרייט צו העלפן, סיי וועלכע זאך מען וויל זיך אויסשמועסן, קען מען אייביג מאכן אן אפוינטמענט, וואס דאס איז די עיקר מטרה פון בית נאמן.

ביים מעמד האבן זיך אויך באטייליגט די חשובע הנהלה פונעם מפעל בית נאמן וואס געבן זיך אוועק במשכן יאר יומם ולילה בלב ובנפש למען הצלחת המפעל, במשך דעם גאנצען מסיבה האט געהערשט א געשמאקע אטמאספערע ווי די יונגערלייט האבען פארברענגט מיט די חברים און געשלונגען מיט דארשט די אינהאלסטרייכע דרשות, ביים הויכפונקט פונעם מעמד איז פארגעקומען א גאר רייכע אינפארמאטיווער פאנעל פיל מיט וויכטיגע ידעות פארן טאג טעגליכן לעבן דורך מוה''ר יצחק אליקים הכהן שווארץ נ''י מחברי הנהלת בית נאמן דקהלתינו הק' צוזאמען מיטן באקאנטען עסקן מוה''ר משה דייטש נ''י מנהל קרן עזר ווי זיי האבן אויסגעשמוסט מיט א געוואלדיגע קלארקייט ווי אזוי צו פירן א בודשעט און וואס ס'איז וויכטיג אדער נישט און נאך וויכטיגע נושאים ווי אינוועסטמענטס / קויפן א דירה / קרעדיד קארד / בארגן אדער פארבארגן און נאך, דערנאך איז געגעבן געווארן א געלעגענהייט פאר די יונגעלייט אריינצושיקן שאלות, ווי אלעס איז פארענטפערט געווארן בטוב טעם ודעת.
מיט בהמ"ז איז מכובד געווארן הר"ר הערשל קאהן הי"ו מהנהלת המפעל. ווי אויך איז פארטיילט געווארן א מזכרת פאר די יונגעלייט רעקארדירטע דרשות דורך ר' יצחק אליקים שווארטץ הי"ו איבער ווי אזוי צו פירן ריכטיג א בודשעט.
דער עולם איז אהיים מיט פולע באגאזשן אנגעפילט מיט וויכטיגע ידיעות, לדעת את המעשה אשר יעשון פארן טאג טעגליכן לעבן.
Report
הרצים יצאו דחופים:
לעגאלע עקספערטן איבעראשט פון אפיציעלע אנטווארט דורכ'ן בארד אוו רידזשענטס געציילטע טעג נאך אפעקטיווע קאנפערענס מיט אר-פעק
אומגעראכטענע פאזיטיווע אנטווארט ווארפט האפענונגספולע ערווארטונגען
אויפצומישן א נייעם בלאט אין די מערכה להצלת החינוך
רידזשענטס: מיר האבן געהערט און געזען פאקטן וואס מיר האבן קיינמאל ביז היינט נישט געהערט אדער געזען – אר-פעק: אלע אפציעס זענען גרייט, אריינגערעכנט א שטארקע לעגאלע קאמף, מיט די האפענונג נישט צו דארפן צוקומען דערצו

שטייענדיג בלויז איין וואך נאך וואס עס איז פארגעקומען דער היסטארישער קאנפערענס אין וועלכע די עסקנים פונעם אר-פעק ארגאניזאציע האבן געהאט אן ערשטמאליגע געלעגנהייט פארצושטעלן די פעסטע אומצוויידייטיגע שטעלונגען פון די פילע טויזענטער הורי המוסדות איבערן גרעיטער ניו יארק, איז שוין דא פרישע און גינסטיגע נייעס צו באריכטן פארן ציבור וועלכע קוקן ארויס מיט שפאנונג אויף אנטוויקלונגען אין דעם נושא.

אר-פעק באריכטעט פריידיג די ערשטע באריכטן איבער די אינסטינטיווע רעזולטאטן וואס דער קאנפערענס האט געברענגט בס"ד, נאך וואס עס אנגעקומען צו די באורד פונעם אר-פעק ארגאניזאציע א דירעקטער מעסעדזש פון די באורד אוו רידזשענטס, וועלכע האט זיך באצויגן צום ווירטואלן קאנפערענס פון דער פארגאנגענע וואך.

דער ערשטער רעאקציע פון די אר-פעק עסקנים זעענדיג צו וואס דער מעסעדזש באציהט זיך און וויאזוי דאס איז געווארן אפגעלערנט, איז ווי פארשטענדליך געווען גאר א פאזיטיווע. ס'האט ארומגענומען פריידיגע געפילן פון התרגשות זעענדיג ווי שטארק עס איז געווען דער אימפאקט פונעם סוקסעספולן קאנפערענס, ברענגענדיג דעם באורד אוו רידזשענטס צו פילן פאר וויכטיג צוריקצוקומען מיט א קלארער תשובה אזוי פלינק.

זייער מעסעדזש איז געווען גאר א קלארער, באציענדיג זיך דירעקט צו דעם געלונגענעם קאנפערענס וואס מען האט אפגעהאלטן דעם פארגאנגענעם וואך, און דער באורד אוו רידזשענטס שרייבט מיט זייער קלארע ווערטער אז דער קאנפערענס האט געעפנט קוק ווינקלען פון גענצליך נייע פרעספעקטיוון וועלכע מען האט ביז היינט נישט געוואוסט, און אז אין זייערע קארידארן האט זיך געעפנט א פרישער בלאט מיט א גענצליך נייעם אויסבליק אויף די היימישע חינוך, געבנדיג א פאזיטיווע שטימונג אויף דעם גאנצן נושא.

עס איז זעלבסט פארשטענדליך אז דא איז נישט דער פלאץ אריינצוגיין אין די פולע אינהאלטן פונעם מעסעדזש, נאך וואס דאס נעמט אריין אין זיך אסאך סענסיטיווע אינפארמאציע וועלכע זענען נאכנישט ראוי לפרסום נעמענדיג אין באראכט די הייקלקייט פון די נושא און די כוחות הטומאה מיט וועמען מען פארמעסט זיך ליידער, אבער דער אויספיר פונעם מעסעדזש און דער תמצית איז געווען דאס, אז דער קאנפערענס איז זיי געווען ווי אן "אויגן-עפענער", עס האט זיי געגעבן חומר וואס זיי האבן ביז היינט נישט געהאט דאס מינדעסטע השגה דערין, און האט זיי געגעבן צו הערן און זעהן פילע חידושים וועלכע האבן בס"ד באוויזן שטארק צו טוישן די בליק וואס דער באורד אוו רידזשענטס האט אויף אונזער חינוך, ווי קיינמאל פריער.
די עסקנים און באורד מעמבערס פונעם אר-פעק ארגאניזאציע האבן אויפגענומען דעם מעסעדזש מיט א דאפעלטער באדייט, ערשטנס נעמענדיג דאס ווי א באשטעטיגונג פונעם 'בעל כרחו יענה אמן' אז די ארבעט וואס מען האט אריינגעלייגט אינעם אינהאלט פון די צוגעגרייטע רעדעס ביים קאנפערענס האט זיך שוין אויסגעצאלט שטייענדיג בלויז עטליכע טעג דערנאך, ברענגענדיג שוין אזא גאר איבערראשענדער שנעלער ענטפער וואס צייגט ארויס ווי מאכטפול דער אויסקום פון דער אסיפה איז געווען.
גלייכצייטיג, און מער וויכטיג, איז אבער דער מעסעדזש א שטארקער דערגרייכונג פארן עתיד פונעם מערכה. נעמענדיג אין באטראכט דאס אז דער ערשטער גרויסער טריט מטעם דעם רעלאטיוו-נייעם ארגאניזאציע האט אזוי שטארק אויסגענומען ביי די באאמטע און אזוי סוקסעספול געצילט שארף אין פונקט בסייעתא דשמיא, גיבט דאס א גרויסער דאזע פון חיזוק און באשטעטיגונג אז מען האט ב"ה צוגעטראפן צום ריכטיגן מהלך וויאזוי צו שטעלן א ווידערשטאנד קעגן די וועלכע ווילן צושטערן אונזער הייליגע חינוך, נישט דורך זוכן וואס מ'דארף 'פארבעסערן' דעם 'בעסטן חינוך סיסטעם', נאר דורך איבערווייזן פאר די רעגירונגס באאמטע אז די אלע השמצות פון די ביליגע מוסרים זענען דורכאויס פאלש און פארפירעריש, זיי טראגן נישט קיין דעקונג אויף זייערע ווערטער, און עס זאל דעריבער נישט עולה זיין על הדעת אז מיר גייען טוישן סיי וועלכע פונקט פון אונזער חינוך אדאנק די עלעמענטן.

באזונדער האבן די עסקני אר-פעק פריידיג אויפגענומען די פאקט, אז צווישן די ווערטער פון די רידזשענטס הערט זיך קלאר די וויליגקייט צו פארזעצן מיט די תכלית'דיגע אינפארמאציע-אויסטוישן און קלארשטעלונגען, און דאס זאגאר
נעמען צו ווייטערדיגע שטאפלען מיט'ן צולייגן פארשידענע חומר און פרישע פונקטן צו איבערצייגן און אראפשטעלן די קראנטע מציאות אז דער היימישער חינוך איז דער בעסטער וואס איז פארהאן. לויט ווי די רידזשענטס דרוקן זיך אויס אינעם מעסעדזש האט זיי דאס אזוי שטארק געכאפט אין התפעלות אז עס איז זיי פשוט א כבוד צו קענען זיך ווידעראמאל צוזאמזעצן און הערן מער איבער דעם, וואס ווי פארשטענדליך אז איינמאל דער נושא איז אויפגענומען געווארן פאזיטיוו, האט מען איבער-גענוג חומר צוצולייגן וועלכע קענען זיכער באווייזן צו נאכמער פארשטארקערן דעם אויפגעבויעטן בנין, און נעמען בעז"ה דעם מערכה צו ווייטערדיגע שטאפלען ביז'ן אינגאנצן מבטל זיין די שווערע גזירות בס"ד.

די עסקנים פון אר-פעק זיצן ווייטער מיט די גרויסע אדוואקאטן און ארבעטן אויס דעם ריכטיגן מהלך צו נעמען אין די ווייטערדיגע שריט, ארויפבצורענגען די הייליגע מערכה ווייטער אויפן לייטער פון סוקסעס, צו די האפענונגספולע פרייד פון די צענדליגער טויזענטער הורי המוסדות אין ניו יארק, וועלכע נעמען אויף די נייע שטאפלען פונעם מערכה מיט גרויס פארלייכטערונג זעענדיג צום ערשטן מאל אזעלכע ערנסטע קראנטע פראגרעס אינעם מערכה, און דאס גיסט אריין האפענונג אויף ווייטער אויך האפנדיג אז מען זעהט שוין אט אט די ליכטיגקייט ביים ענדע פונעם פארצויגענעם ביטערן מערכה. מי יתן והי'.
אין די זעלבע צייט איז זעלבסטפארשטענדליך אז א פאזיטיווע מעסעדזש מיינט נישט אז דער מלחמה איז א פארטיגער, דער אר-פעק קאמיטע איז ווייטער פול אקטיוו שטייענדיג גרייט מיט אלע פלענער וועלכע לויפן אין 'יעדן' דירעקציע וואו מען קען זיך אויסמאלן אז די ווייטערדיגע אנטוויקלונגען וועלן ברענגען, און דינענדיג אלס די אקטיווע פארטרעטערס פון אלע עלטערן פון קינדער אין מוסדות התורה איבערן גרעיטער ניו יארק, טראגט מען די פולע אחריות ארויסצוברענגען – און זיכערמאכן אז עס זאל אפקלינגען דארט וואו עס דארף – דער מיינונג פון אלע עלטערן, און נישט לאזן פארוואסערט ווערן אונזער קול צווישן די בערג פון השמצות און פאלשע הסתה וועלכע שטראמען אומאויפהערליך פון אלע פיינטליכע דירעקציעס.

דער מעסעדזש וואס אר-פעק האט געלאזט הערן און לאזט כסדר הערן איז זייער קלאר, אז מען שטייט גרייט מיט אלע תכסיסי מלחמה, נישט אויסשליסענדיג ערנסטע לעגאלע קאמפן דורך די אמת'ע עקספערטן און לעגאלע ריזן אויב וועט זיך דאס ח"ו אויספעלן, ביז ווילאנג מען וועט זעהן ווי די שווערע גזירה ווערט בטל און די בייזע אויגן טוען זיך אפ פון אונזער הייליגער חינוך. אין די צייט וואס מען צייגט שעצונג און אנערקענונג פאר די פאליטישע באאמטע וועלכע ברענגען אונז פאזיטיווע פארשריט, טוט מען אויף א געניטער וועג אראפשטעלן א פרעצעדענט אז מיר רוקן זיך נישט פון אונזער אומבויגזאמער מיינונג קיין זיז כל שהוא.

עס איז צום האפן און צום ערווארטן פרישע פאזיטיווע פארשריט אין דעם הינזיכט אין די קומענדיגע טעג בס"ד.

על משמר חינוך בנינו.

Wednesday22 Teves 57811/6/2021

Report
היינט ליל ניטל וועט ווערן צוגעשטעלט א גאר רייכע פראגראם אנגעהויבן פון 6:00 ביז חצות הלילה צוגעשטעלט דורך מערכת "קול סאטמאר"

6:00 אינטערסאנטע ענינים איבער די בריאה און וועטער מיטן וועטער עקספערט ר' יואל ראלניצקי.

7:00 א גאר רייכע שמוס איבער די "היסטאריע פון סאטמאר" בפרט פון די יארן תש"מ /מ"א ראשית ממלאכתו פון רביה"ק זי"ע בעל ברך משה, דורך הרה"ח ר' יעקב ישראל פריינד חבר הנהלת הקריה ק"י.

7:45 אינטערסאנטע שמוס מיטן גראפילאג ומחנך נפלא הר"ר יושע הענדלער.

9:15 שמוס וואס איז נוגע פאר אידן 'מיט די אמעריקאנע פאליטיק' דורכן שריפט-שטעלער וידען נפלא הרה"ח ר' משה יודא יואל ווייס.

10:00 א קורצע שמוס דורך הר"ר אהרן קאהן.

10:15 רייכע פאנעל "מעמבערס צום ציבור" ווי די גאנצע ציבור וועט קענען הערן פון די רבנים /משפיעים /ידענים /היסטאריקער, וואס מען הערט מדי יום ביומו ביי די מעמבערס אפטיילונג אויף "קול סאטמאר", אנגעפירט דורך הר"ר שמואל שלמה טעלער און הרה"ח ר' הערשל פריעדמאן.

נאכן פאנעל וועט זיין א המשכה מיטן וועטער עקספערט.

פארצייכענט אייך די נומערן
339-207-8688
727-731-5958

Monday20 Teves 57811/4/2021

Report
ברוך הבא בשם ה'

היינט נאכט 8:10 (קאליפארנע זייגער) האט קאליפארניע זוכה געווען מקבל זיין פני קדשו פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ווען די פריוואטע פליגער האט געלאנדעט בשטו"מ. פון עריפארט איז די רבי תיקף צוגעפארן צו ביתו נאוה קודש וועלעכע געפונט זיך און שטוב פון הרה"ח ר' הערשל שפיץ הי"ו, ארום 8:45 איז די רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד בית חב"ד פאל"ם ספרינג"ס ביים אנקומען האט די רבי געגעבן שלום פאר די ארטיגע תושבים, צווישן אנדערע האט די רבי עקסטער באגריסט הרבני הנגיד ר' בערל ווייס פון לא"ס אנזשעלע"ס וועלעכע וויילט דארט אין דעי טעג, נאכן דאווענען האט זיך די רבי אומגעקוט אינעם ביהמ"ד און עקסטער ארויסגעברענט לשבח פון די הנהלת ביהמ"ד וועלעכע האבן הערליך רענאווירט דעם ביהמ"ד ווי ספאסט זיך פאר א בית ה'
בזמן שהצדיק בעיר הוא הודה הוא זיוה והוא הדרה!

Sunday19 Teves 57811/3/2021

Report
נעכטן מוצ"ש האט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א באזוכט אין מאנסי אין שטוב פון הרה"ח ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער מנהל מוסדותינו הק' מאנסי לרגל די שמחת החתונה פון בנו, אלס אות הכרת הטוב פאר זיינע פילע לייסטונגען לטובת המוסדות, צווישן אנדערע האט זיך אויך באטייליגט הגה"צ אב"ד ור"מ מאנסי שליט"א,
צווישן אנדערע האט מען געוויזן פארן רבין די פלענער פון די בוי ארבעט ביי די בניני המוסדות פון בית רחל ביים גיגאנטישן קאמפלעקס אין עירמאנט, ווי די רבי האט געווינטשן ברכות קדשו.

דערנאך האט די רבי באזוכט ביי הרבני הנגיד ר' רפאל פערלמוטער מראשי קהלתינו הק' מאנסי וועלעכע האט אפגעקויפט עטליכע זכותים אינערהאלב מוסדותינו הק' אומעטום, ווי די רבי האט געפראוועט א מסיבת לחיים און געווינטשן ברכות קדשו.

Friday17 Teves 57811/1/2021

Report
ועתה כתבו לכם את השורה הזאת!
פארגאנגענעם דינסטאג איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אין וומ"ס די מעמד התחלת כתיבת ס"ת וואס ווערט געשריבן דורך נכדו הרה"ג חיים הערש ט"ב רב דביהמ"ד מהרש"א ראצפערט איאיינעם מיט מתפללי הביהמ"ד לע"נ הרה"ק ר' שלום אליעזר מראצפערט זי"ע

ווי עס איז פארצויגן געווארן א שמוס איבער די ס"ת פון ראצפערט וואס איז אנגעקומען קיין ניו יארק, און איז אריינגעגעבן געווארן דורך רביה"ק זי"ע בעל ברך משה צום ביהמ"ד הגדול קרית יואל שבועות תש"נ,
דערנאך האט די רבי געווינטשן ברכות קדשו פאר מתפללי הביהמ"ד און פאר נכדו הרב שליט"א.

Sunday12 Teves 578112/27/2020

Report
נעכטן מוצ"ש איז פארגעקומען א רייכע מלוה מלכה מצדיקי הרבים "אסיפת מלמדים" פאר אלע מלמדי מוסדותינו הק' בקרית יואל אין די זאלן פון בית רחל פארדייס בראשות די נשיא המוסדות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, צום ערשט האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' בערל גורעלניק שליט"א דערנאך האט די רבי משמיע געווען דב"ק שטארקע דברי הדרכה פאר די מלמדים ודברי שבח פון די קרית יואל'ע מוסדות און אירע פירות און די שבח פון די מלמדים -צווישן אנדערע האט די רבי דערמאנט א מעשה פון הרה"ג הישיש ר' מרדכי הערשקאוויטש מלמד תשב"ר במוסדותינו הק' ק"י ווען מען האט אים געפרעגט וואס ער טיט, האט ער געזאגט אז ער איז א דימאנט שלייפער, ער האט 25 דימאנטען!! און דאס דארף יעדע מלמד וויסן ער האט 25 דימאנטען אין חדר!! דאס מיינט אז אין תלמיד תורה אין ק"י איז דא 5,000 דימאנטען!!!- און געווינטשן שטארקע ברכות קדשו.
"ומצדיקי הרבים כוכבים"

Thursday9 Teves 578112/24/2020

Report
נעכטן ביים גרויסן מעמד חנוכת הבית פונעם בנין החדש והמפואר בנין גאלדשטיין במוסדותינו הק' קרית יואל האט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א געהייסן בעפארן מעמד פארן נדבן הבנין הרבני הנגיד המפורסם ר' משה גאלדשטיין אז ער זאל ברענגן א נייע בגד -בבגדי שבת- און מאכן א שהחיינו ווי ר' משה האט ביים אנהייב פונעם מעמד זיך אויפגעשטעלט און געמאכט די ברכה שהחיינו בשם המלכות.

ביי די דב"ק האט די רבי געווינטשן לענגערע ברכות הקודש פארן נדבן הרבני הנגיד ר' משה גאלדשטיין און זיך אויסגעדריקט צווישן אנדערע אז "ער זאל זיין א גביר אדיר".
Report
ערשטמאליגער קאנפערענס מיט "באורד אוו רידזשענטס"


ערשטמאָליגער קאָנפערענס צווישן 'אַר-פּעק' און 'בּאורד אוו רידזשענטס' שטעלט אַראָפּ קלאָרע ליניעס
ערשטע גרויסע טריט פון 'אר-פעק'
איז בלויז א הכנה צו א
מאסיווער אונטערנעמונג
יהדות ניו יארק פאלגט נאָך מיט שפאנונג

ניו יארק – א קאלירפולער קאנפערענס וואס איז פארגעקומען דעם דינסטאג ויגש צווישן עטליכע 'אר-פעק' פארשטייער בשם די עלטערן פון רבבות תינוקות של בית רבן, און די ניו יארק סטעיט 'בארד אוו רידזשענטס',
איז אריבער מיט א אויסטערלישע שטארקייט און קלארקייט, און האט געעפנט א נייע וועלט פון שטאנדהאפטע און קלארע סטעיטמענט'ס צו די רעגירונג איבער די גאנצע נושא פון אונזער "רעליגיעזע עדיוקעישן".
ווי שוין געמאלדן פארגאנגענע וואך, האט דער יהדות החרדית איבער ניו יארק אויפגענומען מיט גרויס פרייד דעם עפענונג פונעם וויכטיגן אר-פעק ארגאניזאציע, דער ארגאניזאציע וועלכע פארטרעט די עלטערן וואס שיקן די טייערע קינדערלעך אין די מוסדות התורה איבער ניו יארק, וועלנדיג ערציען ערליכע אידישע דורות על דרך ישראל סבא מיט די חינוך וואס מיר האבן מקובל מאבותינו ורבותינו מדור דור.

די נייעס איבערן עפענען פון אר-פעק איז אויפגענומען געווארן מיט שטורעמישע פרייד ביי אלע הורי רבבות התשב"ר, נאך וואס איז די לעצטערע עטליכע יאר טאפט מען אין די פינסטער זיך ספראווענדיג מיט א שווערע גזירה וואס איז אנגעברענגט געווארן אויף אונז דורך נידערטרעכטיגע מוסרים ומלשינים, און די זארג איבערן עתיד פון די הייליגע מוסדות התורה לאזן נישט נאך, פארשטערנדיג יעדעס ברעקל מנוחה פון די גדולי הדור וועלכע האבן אן אחריות'דיגער בליק אויפ'ן כלל, או אוודאי די באזארגטע עלטערן וועמען עס אינטערסירט נישט גארנישט אויף דער וועלט העכער ווי דער חינוך פון די צאן קדשים.

ווי געזאגט האט זיך 'אר-פעק' געגרינדעט דורך גאר ענערגישע עסקנים און כלל טוער, ארייננעמענדיג אין די באורד עלטערן פון קינדער וועלכע שטייען גרייט מיט א פולן מאס ענערגיע זיך ארויסצושטעלן אויפן פראנט און קעמפן פאר אונזער חינוך מיט אלע תכסיסי מלחמה וואס עס וועט זיך אויספעלן, נאכפאלגנדיג מיט א שטאב פון געניטע אדוואקאטן וועלכע געבן גאר פראפעסיאנאלע אנווייזונגען, און שטייען שוין אויך וואַך, גרייט צו א מעגליכע לעגאלע קאמף אין די העכסטע געריכטן.

שטייענדיג בלויז איין וואך נאכ'ן ספאנטאניש מעלדן די נייעס, קומט שוין די פרישע נייעס איבער דער ערשטער רינגעלע אינעם קייט פון פאקטישע פעולות דורך אר-פעק, א שריט וועלכע פארשפרעכט נאכצוברענגען נאך זיך פילע גרעסערע לייסטונגען.

אצינד איז געקומען די בשורה איבער א נארוואס פארגעקומענער היסטארישער ווירטואלע-צוזאמטרעף צווישן עטליכע באורד מיטגלידער פונעם פריש געגרינדעטן אר-פעק ארגאניזאציע, און די באורד אוו רידזשענטס וועלכע פארפיגט אויף די ניו יארק סטעיט עדיוקעישאן דעפארטמענט.
נאכפאלגענדיג א גאר פראדוקטיווער ווירטואלער מיטינג וואס איז פארגעקומען מיט צוויי וואכן צוריק מיט די באורד אוו רידזשענטס, איז געקומען א באגער פון די לאקאלע סטעיט רידזשענט, אז זי וויל זיך פערזענליך טרעפן מיט די פארשטייער און עדיוקעיטערס פון די היימישע מוסדות אין אפסטעיט, און זיך נענטער באקענען מיט די חינוך וואס מען געבט ביי אונז, און דורכגיין פארשידענע פרטים וואס וועט העלפן ארויסקומען מיטן קלארן בילד איבערן היימישן חינוך.

די עסקנים האבן גענומען דעם באגעגעניש גאר ערנסט, זעענדיג דערין א געלעגנהייט צו קלארשטעלן אונזער אנטווארט צו די רידזשענט'ס איבער אונזער רעליגיעזע עדיוקעישן וועלכע איז אומבויגזאם, שטייענדיג אין די צייט וואס זיי גרייטן זיך אויסצושטעלן די נייע גיידליינס פאר אונזערע היימישע געגנטער. עס זענען געקליבן געווארן א צאל פארשטייערס וועלכע זאלן רעפרעזענטירן און פארשטעלן וואס מיר האבן צו זאגן.

מאנטאג איבערן טאג, א טאג איידער דער אסיפה האט געדארפט פארקומען, זענען די עסקנים אריבער צו גדולי ישראל און איבערגעשמועסט די פרטי הדברים וואס עס איז געפלאנט ארויפצוברענגען און וויאזוי עס איז געפלאנט פארצושטעלן דעם אמת איבער אונזער חינוך, און מען איז בכובד ראש אדורכגעגאנגען די פרטים, זיכער צו מאכן אז דער מעסעדזש קומט ארויס אפעקטיוו, קלאר און אויסגעהאלטן אויף הונדערט פראצענט.

נאך אפאר מינוט וואס מען איז געזעצן און אויסגעשמועסט געוויסע נושאים און געענטפערט אויף אלע שאלות וואס דער סטעיט רידזשענט האט געהאט פארצולייגן, אויסקלארענדיג דערביי מערערע דעטאלן וואס זענען ביז היינט נישט געווארן קלארגעשטעלט מיטן גאנצן קלארקייט פאר די פאליטישע פערזענליכקייטן, האבן די עסקנים אויפגעוויקלט א שלל מיט דאקומענטארישע חומר וואס איז פון פאראויס צוגעגרייט געווארן ווירטואל, דאקומענטן און פאלדער'ס וועלכע שטעלן פאר אויף א
גאר רייכע פארנעם אלעס ארום אונזער חינוך, מיט פאקטישע קלארע באווייז וואס און וויאזוי אונזערע קינדער ווערן ערצויגן און וויאזוי די סדרי הלימוד גייען צו ביי אונז, און פארוואס מיר זענען נישט אפן פאר קיין שום טויש.

צום ערשט האט מען פארגעשטעלט פארן סטעיט רידזשענט די פאקטן און די מהלך וויאזוי אונזערע לימודים זענען אויסגעבויט, און אן אריינגיין אין קיין הייקעלע ווערטער-אויסטוישן איבער די לעגאלע שטאנדפונקט פון אונזערע לימודי קודש – וועלכע קענען ציען א שטריך צו פשרות און געהער נישט צו לאזן הערן פאר דעם בארד בעת כזאת – האט מען גאר שיין און שטארק אראפגעשטעלט דאס אז אונזער חינוך איז אזוי אויך גאר גוט, און איז אייגנטליך אפילו נאך בעסער ווי דאס וואס דער רעגירונג פארמאגט.

דאס אויסשמועסן אליינס האט געהאט גאר א טיפער אפקלאנג, ווען מען האט גענומען א נייעם שארפן דירעקציע פון 'אריינגיין אין די פרטי פרטים', און עפענען זייערע אויגן אז דער גאנצער גזירה איז געבויט אויף א לופטיגער באלון נאך וואס ביי אונז ווערן די קינדער גאר גוט נתחנך אפילו אָן אלע לימודי חול, און עס האט זיך קלאר אנגעזען אָן קיין צווייפל אז דער שפראך, און קלארקייט וואס האט איר באגלייט, האט 'גערעדט ווערטער' און איז דערהערט געווארן אזויווי מען האט געוואלט עס זאל דערהערט ווערן.

דערנאך האט מען פארגעשטעלט דעם 'אינו דומה שמיעה לראיה', ווען מען האט ארויפגעברענגט ווירקליכע מאטריאל ווי בחינות, רעפארט קארדס, צעטלעך פון לימודים, און נאך פארשידענע דאקומענטן פון אלע אספעקטן וואס ווערן באנוצט אינערהאלב אונזערע מוסדות התורה, און מיט דעם איז גאר קלאר און רייך ארויסגעברענגט געווארן וואס ווערטער קענען נישט אויפקלערן, ווי שטארק, און ווי מלא תוכן און יסודות פארן לעבן, אונזער חינוך איז.
ווי ערווארטעט האבן די אויפקלערונגס רייד – אין צוגאב צו די בייגעלייגטע מאטריאל – גאר שטארק איבערגענומען די סטעיט רידזשענטס באאמטע, וועלכע האבן זיך דערויף אויסגעדרוקט מיט אויסטערלישע התפעלות, זאגנדיג אז דער מיטינג איז פאר זיי געווען אן אויסנאם פראדוקטיווער, צולייגנדיג קלאר אז 'דא זענען געווארן ארויסגעברענגט זאכן וואס אין די פאליטישע קארידארן איז עס נאך קיינמאל נישט געהערט געווארן'(!).

דורכאויס דעם גאנצן מיטינג זענען די עסקנים געזעצן געשפאנט איינזעענדיג פון מינוט צו מינוט אלס מער און מער דעם וויכטיגן נחיצות וואס האט געשטעקט אינעם אפירקומען מיט דעם מהלך פון איבערוויייזן אז אונזער חינוך איז גאר גוט, ווען ביי יעדע פרישע נושא אדער דאקומענט וואס מען האט ארויפגעברענגט אויפן טיש האט זיך קלאר דערקענט אז דאס ווערט אויפגענומען ווי א אויפבליצנדער חידוש, ווערנדיג דורכגעקוקט גרונטליך און גאר דעטאלירט, און די אימפאקט דערפון האט געשיינט צו זיין גאר א שטארקער און ווירקזאמער, בס"ד.

שטייענדיג יעצט גלייך נאך וואס דער אסיפה האט זיך פארענדיגט, הערט מען צוריק פון אלע באטייליגטע און פון די ראשי עסקנים וועלכע זענען געשטאנען אונטער דעם, די גרויס צופרידנהייט און גוטער געפיל ארויסקומענדיג מיט אזא פראדוקטיווער הצלחה, ווען אלע געבן אן אז די סוקסעס פונעם צוגאנג איז געווען למעלה מן המשוער, און מיט פרייליכע געמיטער מעלדן די געטרייע שליחים פון כלל ישראל פאר שלומי שמוני ישראל, אז מיר זענען אויפן וועג צו ברענגען ווייטערדיגע פארשריט גאר אינגיכן.

ובשם ה' נעשה ונצליח.
Report
פארגאנגענעם מוצ"ש האט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א קובע מזוזה געווען אינעם נייעם ביהמ"ד סלאטפינא אינעם הויז פון הרב בנש"ק אשר ישעי' הורוויץ נכד הגה"ק מ'סלאטפינא זצ"ל. די רבי האָט געפּראַוועט אַ לחיים, און עס איז פאַרפירט געוואָרן אַ שמועס פון הגה"ק בעל עצי חיים זי"ע און זיין איידעם דער סלאטפינער רב. און געגעבן ברכת הקודש.

אויך האָט די רבי קובע מזוזה געווען אינעם נייעם הויפּטקוואַרטיר פון "ביקור חולים", אינעם בלומינגגראוו געגענט בגלילות קרית יואל. אויך דינט דער לאָקאַל פאר אַ רעהאַביליטאַציע היים. די רבי האָט זיך אומגעקוקט אינעם לאָקאַל און געהערט אַ באַריכט פון די עסקנים, און געגעבן ברכת הקודש.
Show earlier days