פרעזידענט פון מאונט - סיני שפיטאל אינאיינעם מיט די ראשי חברה הצלה פון קר"י און וומסב''ג אויף א באזוך בקו''פ ביי כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א, נאכן מנחם אבל זיין הרבנית הצדיקת תחי'.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
פייל
גליון "קול התאחדותינו" פרשת תצוה, שנת תשפ"ד לפ"ק. (מהדורת ארה"ב)
יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו
גם רצו"פ מדור משולחן מלכים
עם מאמר נפלא 'פינת יקרת' בענין: הכון לקראת אלוקיך ישראל מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א.
ועם מדור מעשה חש"ב החדש 'שבחי רמב"ן' ביאורים בדברי הרמב"ן בפרשתן
אין די נאכמיטאג שעה'ן איז געווען אויף א באזוך בקו''פ ביי רבינו שליט"א גיסו הגה"צ רבי מנחם ערנסטער שליט"א ראש ישיבת ישיבת וויזניץ ב"ב וועלכע איז געקומען מנחם אבל זיין הרבנית הצדיקת תחי', עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
אויך איז געווען אויף א באזוך האדמו"ר משבט הלוי שליט''א פון ארה"ק, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
נאכמיטאג ארום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים. ר' מאיר משה שפיטצער הי"ו - ר' יוסף קדיש פילאפף הי"ו, באולם כינור דוד. ר' יוסף אלי' לעבאוויטש הי"ו (ב''פ) - ר' וואלף מענדלאוויטש הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:00 ביז 1:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו האט מוסיף געווען א ריזן סכום און אפגעקויפט דעם זכות פונעם שם הבנין פונעם צוגעבויטן פליגל פון בית מדרשינו 'ביהמ"ד בית שמואל' בשכונת דברי חיים, עס האט אויפגעטרעטן הגה"צ רבי יואל האלבערשטאם שליט"א רב הביהמ"ד, דער רבי אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיט'ן נדבן געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
אויך איז אריין בקודש פנימה הגה"צ רבי שלמה רובין שליט"א אב"ד ציעשנוב קר"י ובנו החתן ני"ו מקבל זיין ברכת הקודש און איינלאדענען צו די חתונה. רבינו שליט"א האט צום שמחת החתונה פון בנו החתן וועלכע קומט פאר קומענדיגן דינסטאג כי תשא אין ב"פ.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' ניסים סאאל הי"ו - ר' רפאל דוד ג'ברא הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג פרשת תצוה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד נועם אלימלך ליזענסק אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה גדולה סניף עסק התורה מאנסי. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר מאיר דוד מרדכי גלאנץ הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק ט'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד.
אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בבית אופה המהודרת דקהלתינו הק'. אויך האט רבינו שליט''א טעלעפאניש מנחם אבל געווען גיסו כ''ק אדמו''ר מוויזניץ ארה''ק שליט''א וועלכע זיצט שבעה נאך די פטירה פון הרבנית מסקווירא ע''ה.
נאכמיטאג ארום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
פארנאכטס איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה. אויפן וועג האט זיך רבינו שליט''א אפגעשטעלט אין מאנהעטן אין מאונט - סיני שפיטאל ווי דער רבי איז ארויף אויף א ביקור חולים באזוך ביי ביי ידידו הגאון האדיר דומ''ץ קרית יואל שליט''א - וועלכע איז שוין נעכטן מיטוואך ב''ה באפרייט געווארן פון שפיטאל - עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט ווארעם מאציל געווען מברכות קדשו אויף א גענצליכע רפואה ושיתחדש כנשר נעוריו.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:45 ביז 12:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א התחלת כתיבת ספר תורה געשריבן דורך הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו יו"ר קרן מלמדים, דער רבי האט באטראכט דעם הערליכן כתב פונעם סופר, און האט אריינגעשריבן די אותיות, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פאר ר' אהרן צבי וכל בני משפחתו שיחי'.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:15, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
מיטוואךי"ב אדר א' תשפ"ד2/21/2024
בילדבילד
ברכת הקודש פאר חתנו האברך היקר ר' ישראל מרדכי פריעדמאן הי''ו לרגל זיין סיום הש''ס.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 10
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביי התחלת כתיבת ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה''ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי''ו, בביתו נאוה קודש אין וומסב''ג.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
דינסטאגי"א אדר א' תשפ"ד2/20/2024
ווידיאובילדער · 4
אסיפה בביתו נאוה קודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א מיט די הנהלה פון די איגוד הסופרים בנוגע די לעצטיגע פראבלעמען פון בדיקת ספרי תורה.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג פרשת תצוה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם הערש געלבשטיין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים. בן הרה"ג ר' יצחק אייזיק פוקס שליט"א - מו"ץ. ב"ר אברהם העכט הי"ו. ב"ר יחזקאל בערגער הי"ו. ב"ר משה סורקיס הי"ו. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק ח'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג ארום 3:50 איז רבינו שליט''א אריבער אין די זאלן פון גינת קליין צום יערליכן 'יום האיחוד' פון די קרוב צו טויזענט תלמידי כתה ט' מכינה לישיבה פון מוסדותינו הק' פון איבער גרעיטער ניו יארק, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און איינע פון די בחורים האט פארגעזינגען חרוזים, דערנאך האבן די מנהלים איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א מנחת ביכורים א קוויטל כוללת מיט די נעמען פון אלע בחורים מיט די טויזענטער שעות רציפות וועלכע זענען געלערנט געווארן במשך די ימי השובבים. רבינו שליט''א האט משמיע געווען דברות קודש והדרכה, דברי התחזקות ללימוד התורה, און וויאזוי א חסידישע בחור דארף זיך פירן און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך האט דער רבי געדאווענט מנחה אינאיינעם מיט די בחורים, נאך מנחה איז דער רבי אריין אין א זייטיגע שטוב ווי דער רבי האט פארטיילט מטבעות קודש פאר די בחורים וואס האבן געלערנט די שעות רציפות. מען האט געענדיגט ארום 5:15.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותניםַ ר' יושע יודא פריעדמאן הי"ו (וומסב''ג) - ר' משה יצחק זילבערשטיין הי"ו, באולם כינור דוד. הר''ר ישראל יודא ווערצבערגער שליט''א - ר' יושע וואלף מיטטעלמאן הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 8:50 בביתו נאוה קודש.
ארום 9:10 איז רבינו שליט''א אריבער אין די זאלן פון קרן ויואל משה צו די שמחת השבע ברכות בחצרות קדשנו, צוגעשטעלט דורך רבינו שליט"א ווי עס זענען ספעציעל געלאדענט געווארן די עמלי התורה לומדי כוללינו פון איבער גרעיטער ניו יארק וועלכע זענען שוין באהלה של תורה פאר אריבער אכצן יאר קע"ה. דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודה, במשך די שבע ברכות האבן עטליכע ת"ח מלומדי הכוללים אנגעפרעגט רבינו שליט"א פארשידענע הדרכות און ענינים וואס איז נוגע פאר לומדי תורה בעבר ובהוה אויף וואס דער רבי האט געענטפערט און אויסגעשמועסט בטוב טעם ודעת, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק בדברי דרוש בעניני שמחת חתן כלה און ארויסגעברענגט דאס חשיבות פון די לומדי תורה ובני ביתם, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור. דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן פאר א לענגערע צייט, מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, ברכות ראשונות: הרה"ג ר' אברהם שלום פריעדמאן שליט"א מראשי מבצר הכוללים בקר"י, ברכה אחריתא: הגה''צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ וומסב''ג. מען האט געענדיגט ארום 11:30.
בביתו נאוה קודש איז פארגעקומען דערנאך א אסיפה מיט די הנהלה פון איגוד הסופרים בנוגע די לעצטיגע פראבלעמען פון בדיקת ספרי תורה דורכן קאמפיוטער, און די פלענער און סערוויסעס וואס דער איגוד הסופרים וועט צושטעלן פארן ציבור אויף דעם געביט. דער רבי איז איבערגעגאנגן מיט זיי אלע פרטי הדברים א לענגערע צייט און מאציל געווען מברכת קדשו שלא יצא מכשול מתח"י.