היינט אויפדערנאכט קומט פאר די שמחת החתונה הגדולה בחצרות קדשינו, הבה"ח הרב יואל שליט"א בן הגה"צ אב''ד סיגוט שליט"א חתן הגה"צ אבד"ק בית אהרן שליט"א. מיט הכלה ב"ק תחי' בת הגה"צ ר' שלום האלבערשטאם שליט"א (ב"פ), בן הגה"צ ר' בערל האלבערשטאם זצ"ל מבארדיוב - דאמבראוו, וחתן כ"ק אדמו"ר מנאסויד שליט"א.
אום 4:45 נאכמיטאג וועט רבינו שליט''א אריינקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ''ד הגדול אין וומסב''ג, און דערנאך וועט דער ציבור אריבערגיין אין א שורה להתברך ביום החופה, תיכף דערנאך וועט רבינו שליט''א ערשיינען צום מעמד הקבלת פנים בביהמ''ד הגדול, די חופה וועט פארקומען פארענט פון ביהמ"ד הגדול, הופעת רבינו תיכף נאך די חופה, ברכהמ''ז אום 11:00, און דערנאך וועט רבינו שליט''א אפרעכטן די געהויבענעם מצוה טאנץ.
שישו ושמחו בשמחת רבינו
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
זונטאג פרשת כי תשא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר משה יצחק איצקאוויטש הי"ו. ב"ר יואל שיף הי"ו. ב"ר שלמה יעקב שווארץ הי"ו. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאך שחרית ארום 12:00 איז דער רבי אנגעקומען צום ציון פון רבותינו הק' זיע''א לרגל די שמחת החתונה בחצרות קדשנו היינט מאנטאג אין ביהמ"ד הגדול אין וומסב''ג, ביים אנקומען אין ביה"ח האט דער רבי געמאכט די ברכה, דער רבי האט געצינדען 5 ליכט ביי די ציונים פון רביה"ק בעל דברי יואל ובעל ברך משה זיע''א און ביים ציון אמו הרבנית ע"ה, דער רבי האט געזאגט די תפילה פונעם ישמח משה זיע''א און פארגעזאגט די קאפיטלעך פון ספר רביעי כנהוג, דערנאך האט דער רבי געזאגט קדיש און געליינט קוויטלעך א לענגערע צייט בשעת מען האט געזינגען ניגוני התעורורות, דערנאך האט זיך דער רבי משתטח געווען אויף די ציונים פון רבותינו הק' און פון אמו הרבנית ע"ה. מען האט געענדיגט ארום 1:00.
נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' משה שלמה קאליש הי"ו (מאנסי) - ר' ברוך יודא דרעזדנער הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 7:50 ביז 12:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' אברהם שמואל אליעזר גאנדל הי"ו - ר' אלחנן שלמה זלמן שווארטץ הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:40 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
שב''ק פרשת תצוה - שבת של שמחה שבת עלי' לתורה של החתן נכד רבינו הרב יואל טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א - בקרב קהלתינו הק' בוומסב''ג
ערש''ק נאכן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר נכדו החתן הרב יואל ט"ב שליט"א, און דער רבי איז געגאנגען אין ביהמ"ד מיטן חתן און מחותנים און מען האט באגלייט בשירה ובזמרה.
ארום 6:05 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 7:40, דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת, און דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען די איידעמער פון הגה"צ אבד''ק בית אהרן שליט"א. כל מקדש: הרה"ג ר' שמעון ישראל מייזליש שליט"א, מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' שלמה פריעדמאן שליט"א.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ונשמע קולו בבואו אל הקודש' און סגעטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון טענת מודעא.
קה אכסוף: הרה"ג ר' לייבוש טייטלבוים שליט"א, ברהמ''ז: הגה"צ אבד''ק בית אהרן שליט"א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הגה"ק ר' שמעון סופר זצ"ל, וואס די יארצייט געפאלט מאנטאג י"ז אדר.
קה רבון עלם: הר"ר יחיאל בן הגה''צ יחזקאל שרגא הכהן גלאנץ שליט"א, די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, און עס איז פארגעקומען א שלום זכר ביי ב''ר חיים מארמארשטיין הי"ו, אז ביום השביעי: הרב חיים מאיר בן הרה"ג ר' יואל משה מרדכי כ"ץ שליט"א נכד כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ארה"ק שליט"א, מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 12:40.
וביום השבת קודש
שב''ק אינדערפרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:20. פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' זושא רובין הי"ו, צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען.
הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' דוד הירש שליט"א מו"ץ, פסוקי שמע ישראל: הגה''צ ר' הערש אלימלך טייטלבוים שליט"א רב בית מדרשינו תפילה למשה ב"פ. בעל קורא: הרה"ח ר' יואל ראזענפעלד הי"ו.
עליות. כהן: ר' יצחק הכהן פריעדמאן הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. לוי: הרה"ח ר' עקיבא סג"ל הירש הי"ו. שלישי: הגה"צ אבד''ק בית אהרן שליט"א. רביעי: נכד רבינו החתן הרב יואל ט"ב שליט"א מען האט באווארפן און געזינגען ניגוני שמחה כנהוג. חמישי: החתן ב"ר שלמה זלמן ברוין הי"ו - באווארפען. שישי: רבינו שליט''א.
נאכ'ן עולה זײַן האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: ר' יחיאל מיכל לאנדא הי"ו. ר' שלמה מנשה בערקאוויטש הי"ו. ר' בעריש גאלדשטיין הי"ו.
שביעי: החתן ב"ר יואל יצחק לעוו הי"ו - באווארפען. הוספות: החתן ב"ר משה יודא רובינשטיין הי"ו - באווארפען. הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א. הרה"ח ר' יוסף מרדכי כהנא הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. הרה"ח ר' ישראל ראזנער הי"ו. הרה"ח ר' יחיאל מיכל פריעדמאן הי"ו (ב"פ). החתן ב"ר יוסף יואל ווייס הי"ו. החתן ב"ר יעקב ווידער הי"ו. החתן ב"ר יואל פריינד הי"ו. אחרון: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א. מפטיר: הרה"ח ר' אליעזר לעוו הי"ו (לאנדאן). הגבה: הרה"ח ר' משה דוד גאלדשטיין הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' שלמה זלמן ברוין הי"ו.
מוסף: הגה"צ אבד''ק בית אהרן שליט"א, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' חיים מרדכי פערלמוטער הי"ו.
עטליכע מינוט נאכן דאווענען איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין היכל מאיר זעליג צו די שמחת הקידושא רבא לרגל שמחת העלי' לתורה, דער רבי האט קידוש געמאכט, מען האט געזינגען ניגוני שמחה, און עס האט אויפגעטרעטן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א. דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן מחותנים און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'ויקחו אליך שמן זית זך' און געטייטשט אז כדי די אבות זאלן אראפקומען פון עולם העליון צו די שמחות דארף מען זיך אויפפירן ווי עס פאסט ס'זאל זיין שמן זית זך בלי שמרים, אז די זיידעס זאלן זיך נישט מצער זיין, און מסיים געווען בברכת קדשו. מען האט געענדיגט ארום 12:45.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 6:15. מנחה: הרה"ח ר' אלי' משה ראטה הי"ו. בעל קורא: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו. כהן: הר"ר ישעי' יצחק רובין שליט"א. לוי: הרה"ח ר' מענדל קלאגסברוין הי"ו. שלישי: הרה"ח ר' מעכיל פריינד הי"ו. הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה"ח ר' ליפא בר''מ פריעדמאן הי"ו.
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו (קר"י). שיר המעלות: הרה"ח ר' אליעזר לעוו הי"ו. רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ואתה תצוה את בני ישראל' און געטייטשט אז כדאי די תשובה זאל נתקבל ווערן דארף עס גיין צוזאמען מיט תורה ותפילה כראוי וכיאות לפני אדון כל.
ידיד נפש: הרה"ח ר' אייזיק הערש בערקאוויטש הי"ו. קל מסתתר: הרה"ח ר' יחיאל מיכל פריעדמאן הי"ו. שושנת יעקב: הרה"ח ר' אברהם שמואל פייפער הי"ו. מען האט ממשיך געווען מיט ניגונים לכבוד די שמחה. דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.
מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' דוד שמעון פראמאוויטש הי"ו. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 8:40.
בביתו נאוה קודש איז געווען אויף א באזוך בקו''פ כ''ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא וומסב''ג שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער עובדות וסיפורים פון צדיקי בית טשערנאבל און די רדיפות וואס די רעגירונג האט אויסגעטיילט פאר די צדיקים, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו לרגל דאס אננעמען די אדמור"ת ראחמיסטריווקא אין וומסב''ג.
ארום 10:40 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין ב"פ בבית מדרשינו קדושת יו"ט צו די שמחת השבע ברכות צוגעשטעלט דורך די מתפללי הביהמ"ד לכבודו פונעם רב הביהמ"ד הגה''צ ר' אלטר אליעזר הורוויץ שליט"א, עס האט אויפגעטרעטן בדברי בדחנות הרה"ח ר' נחמן ליווי הי"ו. דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור, און דערנאך האט זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיטן חתן און מחותנים, אויפן וועג ארויס האט זיך דער רבי באגריסט מיטן זיידן כ''ק אדמו''ר מקיוויאשד שליט''א וועלכער איז דעמאלטס אהנגעקומען.
פון דארט האט זיך רבינו שליט''א ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין שיכון סקווירא אויף ניחום אבילים ביי גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, דער רבי איז אנגעקומען ארום 12:20 אין ביהמ"ד הגדול אין שיכון סקווירא, עס האט זיך פארצויגן א שמועס בסיפורי צדיקים, און ארום 12:45 איז דער רבי אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קר"י.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
פרייטאג תצוה - פורים קטן 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' הערשל בר"ה ווייס הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר קלמן אליעזר סאאל הי"ו. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דאנערשטאג פרשת תצוה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן. לבן הנולד אצל הרה"ג ר' אפרים פישל בערקאוויטש שליט"א מו"ץ, ווי דער רבי איז געווען סנדק. לבן הנולד אצל ר' שמואל מאיר דייטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר חנני' יו"ט ליפא גרויס הי"ו. ב"ר יואל רובין הי"ו. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק י'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די נאכמיטאג שעה'ן זענען אריין בקו''פ בביתו נאוה קודש דער פרעזידענט פון מאונט סיני שפיטאל דעוויד רייך - וועלכער איז געקומען אויף ניחום אבילים צו הרבנית הצדיקת תחי' וועלכע האלט אן א נאנטע קשר מיטן פרעזידענט ארויסצוהעלפן חולי ישראל - אינאיינעם מיט די ראשי חברה הצלה פון קר"י און וומסב''ג און נאך עטליכע עסקנים בעניני רפואה, מען האט אויסגעשמועסט פארשידענע ענינים למען חולי ישראל, דער רבי האט זיך באדאנקט פארן פרעזידענט פאר זיינע פילע הילף לטובת די חולי ישראל.
נאכמיטאג ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים. ר' משה בנימין יצחק כהן הי"ו (וומסב''ג) - ר' אברהם שעהנברוין הי"ו, באולם כינור דוד. ר' יחזקאל שרגא פערל הי"ו - ר' אברהם יושע לאנדא הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 8:45 בביתו נאוה קודש.
ארום 9:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום שלחן הטהור לכבוד פורים קטן בתופים ובמחולות במעמד אלפי אנ''ש, דער רבי האט געטאנצען אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט אויפן פלאץ, און זיך דערנאך געוואשן צו די סעודה לכבוד היום. במשך די סעודה האט מען מאריך געווען בשירות ותשבחות ברנה ובצהלה נגוני התעוררות ונגוני שמחה וריקוד, נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן לחיים פארן גאנצן ציבור, און געמאכט דעם סיום אויף מסכת חולין וואס איז געלערנט געווארן במסגרת חבורת תורתך שעשועי און דערנאך געזאגט קדיש, און מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחת התורה.
במשך דעם טיש האט דער רבי משמיע געווען דריי מאל דברות קודש. ערשטע דב''ק אויפן פסוק 'ובבואה לפני המלך אמר עם הספר' און געטייטשט אז בזכות וואס אברהם אבינו האט נישט געפרעגט קיין קשיות ביי די עקידה פרעגט הקב''ה אויך נישט קיין קשיות אויף כלל ישראל און אין דעם זכות איז געווען די נס פורים, און ארויסגעברענגט אז אין בין אדר ראשון לאדר שני אלא מקרא מגילה בלבד, במילא קומט אראפ אלע השפעות פורים קטן די זעלבע וואס קומט אראפ אדר שני און מסיים געווען ברוב ברכות.
צווייטע דב"ק אויפן פסוק 'והשתי' כדת אין אונס' און געטייטשט בדרך דרוש לכבוד היום און ארויסגעברענגט אז הקב"ה איז מחויב צוצושטעלן אלע חיובי בעל לאשה לרפאותה ולפרקונה וכדו', און דערנאך ארומגערעדט די שמחה פון די חברי החבורה תורתך שעשועי וועלכע האבן מסיים געווען מסכת חולין און מען גרייט זיך בקרוב צו מסיים זיין גאנץ ש"ס, און ארויסגעברענגט די הכנה דרבה וואס מען דארף זיך צוגרייטן צו א יו"ט, און מעורר געווען צו לערנען דעם ספר הק' קדושת לוי אויף פורים אזוי ווי מען האט געלערנט פאר חנוכה. דערביי האט דער רבי מכבד געווען די מנגנים צו זינגען די ניגון 'אום אני חומה' פון הגה''ק הקדושת לוי זיע''א. נאכן זינגען האט דער רבי ממשיך געווען איבער די עבודה וואס צדיקים האבן געהאט מיט די כח הנגינה אזוי ווי מען האט געזען ביים ייטב לב זיע''א אז ער האט גענומען די הייליגע ניגון פונעם קדושת לוי זיע''א און עס ארויפגעלייגט אויף די ווערטער פון וכך היה מונה יום ביי די עבודה יום הקדוש, די זעלבע האט מען געזען ביי רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א וואס פלעגט זיך אינטערזינגען הייליגע תנועות אין פארשידענע צייטן, דער רבי האט ארויסגעברענגט די ווייטאג אז מען נעמט היינט הייליגע ניגונים און מען פארגרעבט עס און מען זינגט עס אראפ ווילד און גויאיש, און געבעטן הרה''ח ר' עמרם אקער הי''ו ראש המשוררים מסביר צו זיין פארן ציבור די חילוק פון זינגען א ניגון ערליך און גויאיש, און מען האט אויפגעשפילט עטליכע ניגונים געזינגען אויף ביידע אופנים. דער רבי האט מסיים געווען זאגענדיג 'אם אין דעת הבדלה מנין' אבער אז מען ווייסט יא דארף מען זען אנצוהאלטן די הבדלה אויף אלע אופנים סיי מיט די לבוש און סיי מיט די מוזיק, און מסיים געווען בברכת קדשו. די דריטע דב"ק האט דער רבי דערציילט א מעשה אז הרה"ק החוזה מלובלין זיע''א האט אמאל פרייטאג צונאכטס און שבת אינדערפרי געוואלט זאגן תורה אבער געזאגט אז מען לאזט אים נישט זאגן און ביי של''ס יא געזאגט, און געטייטשט אויפן פסוק 'ועשית משבצות זהב' מען זאל מאכן קעסטעלעך פון גאלד פאר אידישע קינדער און אנגעוואונטשן גרויס שפע פארן ציבור, האט דער רבי מסביר געווען אז די דריטע סעודה איז אנטקעגן יעקב אבינו וואס האט באקומען די ברכה צו משפיע זיין פרנסה במילא האט דער רבי פון לובלין געקענט משפיע זיין פרנסה ביי של''ס, דער אריה"ק זאגט אז מרדכי הצדיק איז געווען א גלגול פון יעקב אבינו, במילא פורים איז זיכער אז מרדכי הצדיק איז משפיע גרויס שפע פאר יעדעם איינעם, און דער רבי האט מכבד געווען די אלע וואס הייסן יעקב ארויפצוגיין אויפן טיש און צוזאמענעמען געלט פאר א וויכטיגע הכנסת כלה צוועק, און דערנאך מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
דערנאך איז פארגעקומען א פורים שפיל בדברי בדחנות דורך הרה''ח ר' יעקב הערש צין הי"ו און הרה''ח ר' יוסף מאיר סאאל הי"ו. מיט ברהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' יעקב ווייס שליט"א מרבני קהלתינו במאנסי. מען האט געענדיגט ארום 12:00 און מען האט ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 8
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים שמחת השבע ברכות אין בית מדרשינו קדושת יו"ט אין ב"פ לכבודו פונעם רב הביהמ''ד הגה''צ ר' אלטר אליעזר הורוויץ שליט"א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Sunday16 Adar I 57842/25/2024
Photos · 3
הגה"צ רבי מנחם ערנסטער שליט"א ראש ישיבת וויזניץ ב"ב אויף א באזוך ביי גיסו כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א פארגאנגענעם מיטוואך נאכן מנחם אבל זיין הרבנית הצדיקת תחי'.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
News
רייכע אויסגאבע 'היימשטאט' בעיר הגדולה לאלוקים 'קרית יואל' יצ"ו - פרשת תצוה תשפ"ד לפ"ק.