בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Sunday30 Adar I 57843/10/2024

Video
ערשטע בילדער כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים די רקידון ביים שמחת החתונה בחצרות קדשנו החתן הרב מאיר אליעזר ט''ב שליט''א בן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א, אין ביהמ''ד הגדול אין קרית יואל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
ערשטע בילדער כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים קבלת פנים און חופה ביים שמחת החתונה בחצרות קדשנו החתן הרב מאיר אליעזר ט''ב שליט''א בן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א, אין ביהמ''ד הגדול אין קרית יואל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 2
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביי די סיום כתיבת האותיות נעכטן מוצש''ק בביתו נאוה קודש דורך הנהלת מוסד הק' רעים אין קרית יואל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
קול רנה וישועה באהלי צדיקים

היינט אויפדערנאכט קומט פאר די שמחת החתונה הגדולה בחצרות קדשינו, הבה"ח הרב מאיר אליעזר ט''ב שליט"א בן חדב''ן הגה"צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט"א בן הגה"צ אבד"ק וואלאווע שליט"א.
מיט הכלה בת הרה''ג ר' יחיאל שרגא גרינפעלד שליט''א ראה''כ סעמיהאי שליט"א, בן הרה''ג ר' משה שליט''א אב''ד סעמיהאי, וחתן הגה''צ ר' זושא בעער שליט"א אדמו''ר מראצפערט.

אום 4:45 נאכמיטאג וועט רבינו שליט''א אריינקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ''ד הגדול דקרית יואל, און דערנאך וועט דער ציבור אריבערגיין אין א שורה להתברך ביום החופה, תיכף דערנאך וועט רבינו שליט''א ערשיינען צום מעמד הקבלת פנים בביהמ''ד הגדול, די חופה וועט פארקומען פארענט פון ביהמ"ד הגדול, הופעת רבינו תיכף נאך די חופה, ברכהמ''ז אום 11:00, און דערנאך וועט רבינו שליט''א אפרעכטן די געהויבענעם מצוה טאנץ.

שישו ושמחו בשמחת רבינו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Friday28 Adar I 57843/8/2024

Report
פרייטאג פרשת ויקהל 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
לבן הנולד אצל ר' חיים הערש גלאנצער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' מאיר מענדל פישער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר חיים אליעזר ווייס הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דאנערשטאג פרשת ויקהל 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר קלמן אליעזר עקשטיין הי"ו.
ב"ר יואל פרענקל הי"ו.
ב"ר מאיר פאלקאוויטש הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק י"ב, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאך שחרית ארום 12:25 איז דער רבי אנגעקומען צום ציון פון רבותינו הק' זיע''א לרגל די שמחת החתונה בחצרות קדשנו קומענדיגן זונטאג פקודי אין ביהמ"ד הגדול אין קר''י, דער רבי האט געצינדען 5 ליכט ביי די ציונים פון רביה"ק בעל דברי יואל ובעל ברך משה זיע''א און ביים ציון אמו הרבנית ע"ה, דער רבי האט געזאגט די תפילה פונעם ישמח משה זיע''א און פארגעזאגט די קאפיטלעך פון ספר רביעי כנהוג, דערנאך האט דער רבי געזאגט קדיש און געליינט קוויטלעך א לענגערע צייט בשעת מען האט געזינגען ניגוני התעורורות, דערנאך האט זיך דער רבי משתטח געווען אויף די ציונים פון רבותינו הק' און פון אמו הרבנית ע"ה. מען האט געענדיגט ארום 1:10.

מיטאג צייט ארום 1:35 איז פארגעקומען בקו''פ בביתו נאוה קודש א אסיפה מיט די רבנים פון OU צווישן אנדערע הרב מנחם גענאק שליט''א און הרב משה עלפאנט שליט''א, און דער טשערמאן פון די OU ארגעניזאציע הרב נובערגער הי"ו פון באלטימאר, און הרב בנימין ארי' גליק הי"ו פון די אקטיווע מיטגלידער אינעם וועד הכשרות פון די OU, אינאיינעם מיט די הנהלה און רבני 'איגוד הסופרים' אין קרית יואל, אויסצוארבייטן מיט רבינו שליט"א א מהלך איבער די פראבלעמען פון די זיופים און פסולים בכל עניני סת''ם און בעיקר פון מזוזות, און איבער די נייע אופנים פון בדיקת הקאמפיוטער, די פעולות הסברה וועלכע דארפן געטון ווערן אינעם ענין אז יעדער זאל קויפן פונעם סופר דירעקט און נישט דורך קיין סוחרים, און איבער די מעגליכקייט צוצושטעלן א השגחה מעולה אויף סופרות, מען האט דן געווען א לענגערע צייט איבער אלע פרטים, די רבנים האבן איבערגעגעבן פאר'ן רבי'ן זײערע ספרים און דער רבי האט צוריקגעגעבן פאר די רבנים ספרו לב אהרן אויף ויקרא אגדה ודרושים און מאציל געווען מברכות קדשו.

נאך די אסיפה בערך אום 2:45 האט רבינו שליט''א געלאדענט די רבנים מיטצוקומען אויף א באזוך אינעם נייעם בנין המקוה טהרה דקרית יואל ווי דער רבי האט פאר א לענגערע צייט אנגעוויזן די פילע הידורים און חומרות מיט וואס די מקוה איז געבויעט געווארן.

נאכמיטאג ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:45 ביז 11:50 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' יואל בהר''ש זאבעל הי"ו - ר' יואל ברי"א לעווי הי"ו.
ר' ליפא עפשטיין הי"ו (מאנטרעאל) - ר' פישל פריינד הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:50.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

Thursday27 Adar I 57843/7/2024

News
רייכע אויסגאבע 'היימשטאט' בעיר הגדולה לאלוקים 'קרית יואל' יצ"ו - פרשת ויקהל תשפ"ד לפ"ק.

מעלדט מיט עקסטאז די גראנדיעזע דורכברוך פלאן פון 870 פרישע אפארדעבל ביליגע חתן כלה דירות אין קרית יואל אויפן פרעזענליכע פארלאנג פונעם מרא דאתרא כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א נאך מערערע אסיפות בביתו נאוה קודש מיט די הנהלת הקרי'.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

preview.heimshtut.com/heimshtut032…
preview.heimshtut.comHeimshtut 0325 Vayakheil
Video
נאך פון די אסיפה בקו''פ היינט מיטאג בביתו נאוה קודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, מיט די רבנים פון OU אינאיינעם מיט די הנהלה און רבני 'איגוד הסופרים' אין קרית יואל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
אסיפה בקו''פ היינט מיטאג בביתו נאוה קודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, מיט די רבנים פון OU צווישן אנדערע הרב מנחם גענאק שליט''א און הרב משה עלפאנט שליט''א, און דער טשערמאן פון די OU ארגעניזאציע הרב נובערגער הי"ו פון באלטימאר, אינאיינעם מיט די הנהלה און רבני 'איגוד הסופרים' אין קרית יואל. אויסצוארבייטן מיט רבינו שליט"א א מהלך איבער די פראבלעמען פון די זיופים און פסולים בכל עניני סת''ם און בעיקר פון מזוזות, און איבער די נייע אופנים פון בדיקת הקאמפיוטער.
נאך א לענגערע אסיפה ווי מהאט דן געווען אלע פרטים האט זיי רבינו שליט''א גענומען אויף א באזוך ביי די מקוה טהרה אין קרית יואל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים פוקד זיין די ציונים פון רבותינו הקדושים זיע''א לקראת די שמחת החתונה בחצרות קדשנו קומענדיגן זונטאג פקודי אין ביהמ"ד הגדול אין קר"י.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
מיטוואך פרשת ויקהל 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק י"ב.
בחדרו הפרטי האט דער רבי פארטיילט מטבעות פאר די בחורים וועלכע האבן געלערענט שעות רציפות במשך ימי השובבים העעל"ט.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס ארום 7:50 איז רבינו שליט''א אריבער אין שטוב פון הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א אויף א ביקור חולים באזוך נאכן אהיימקומען פון שפיטאל, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס בדברי תורה און מען האט דן געווען פארשידענע שאלות וואס האבן זיך לעצטענס געמאכט כדת של תורה, דער דיין שליט"א האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט ווארעם מאציל געווען מברכת קדשו.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:15 ביז 1:10 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' עקיבא יוסף ניישטאדט הי"ו (וומסב''ג) - ר' יוסף פעלבערבוים הי"ו.
ר' יואל קליין הי"ו (מאנטרעאל) - ר' יואל דוד ווייס הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דינסטאג פרשת ויקהל 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר ישראל שלמה ווערצבערגער הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק י', דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד, ווי דערביי האט הב' אברהם יצחק ב"ר יודא טרייטל פרענקל הי"ו מתלמידי הישיבה געמאכט א סיום מסכת און מסיים געווען סדר מועד, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. ארום 5:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:15 ביז 11:40 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה זענען געווען אויף א באזוך בקו''פ הגה"צ אבד''ק לאנדאן שליט''א, און הגה''צ ר' אברהם צבי פריעדמאן שליט"א דומ"ץ גאלאנטא ומח"ס אוצר הלכות, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די היסטאריע פון ישיבות אמאל און היינט, און איבער די נייע ישיבה גדולה דקהלתינו אין לאנדאן וואס וועט געעפענט ווערן קומענדיגן זמן הקיץ הבעל"ט, דערנאך האט דער לאנדאנאר רב אויפגעברענגט עטליכע שאלות בהלכה אין וואס דער רבי האט נו"נ געווען און מכריע געווען, דער רבי האט זיי מאציל געווען מברכות קדשו, און הגה''צ דומ"ץ גאלאנטא שליט"א האט איבערגעגעבן פארן רבי'ן די נייע בענדער פון ספרו אוצר הלכות.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:40 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

נאך די זמני כניסה איז רבינו שליט''א אריבער געפארן קיין סיגעיט אויף ניחום אבילים ביי משפחת מחותנו כ''ק הגה"צ גאב"ד סיגעיט זצ"ל, דער רבי איז אנגעקומען אין ביהמ"ד קהל יראים סיגעיט ארום 12:15, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס בסיפורי צדיקים לבית סיגוט און איבער פארשידענע מנהגים פון אבילות, דער רבי האט מנחם געווען חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א און די גאנצע משפחה.
ארום 1:00 איז רבינו שליט''א אהיימגעפארן לבית נאוה קודש אין קר''י.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מאנטאג פרשת ויקהל 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם יעקב מאשקאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יואל ברד"ש בערגער הי"ו.
ב"ר נחום שווארטץ הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק י"ב, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

תיכף נאך שחרית אין ישיבה ארום 12:30 האט זיך רבינו שליט''א ארויסגעלאזט אויפן וועג צו די לויה פון מחותנו כ''ק הגה"צ גאב"ד סיגעיט זצ"ל וואס איז פארגעקומען בבית מדרשו קהל יראים אין סיגעיט.
דער רבי איז אנגעקומען ארום 1:50 און משמיע געווען ווארימע דברי הספד ארויסברענגענדיג בשבחו פונעם חשוב'ן נפטר אן ענף עץ אבות פונעם זיידן דער הייליגער ייטב לב זיע"א, נאכן רבי'נס הספד האט מספיד געווען חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א זוהן פונעם נפטר זצ''ל וועלכע האט זיך ביים סוף באדאנקט פאר רבינו שליט''א פארן אויפפאדערן די חברה קדישא אז מען זאל צושטעלן דאס בעסטע וואס מעגליך לויטן רצון פון זיין טאטן דער נפטר זצ''ל.

נאך די הספדים האט דער רבי מלוה געווען די מטה, און דערנאך איז דער רבי אריבער מנחם אבל זיין גיסו הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א בבית האכסניא, און דערנאך זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים אין קר"י.

ביים אנקומען אין קר"י ארום 5:20 איז דער רבי אריבער אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס ווי עס זענען געווען פארזאמעלט די היי סקול תלמידות פון מוסדותינו הק' אין וומסב''ג, דער רבי האט צום ערשט איבערגעקוקט די קבלות טובות פון די תלמידות בעניני צניעות און טעכנעלאגיע, און דערנאך משמיע געווען דב''ק והדרכה איבער די אחריות וואס עס ליגט אויף זיי, זייענדיג בעז"ה די מאמעס פון די קומענדיגע דורות און ארויסגעברענגט לשבח פון די תלמידות וואס האבן זיך מקבל געווען קבלות טובות, און מסיים געווען בברכת קדשו.

נאכמיטאג ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:20 ביז 12:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים הר''ר ברוך עקשטיין הי"ו - ר' יואל בר"מ גראס הי"ו.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגה"צ רבי יושע לייפער שליט"א אב"ד באר משה מאנסי ונשיא מכון עוז והדר, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
זונטאג פרשת ויקהל 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל בר"מ פערל הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר שלמה יואל בלומענפעלד הי"ו.
ב"ר שלמה סינאי הי"ו.
ב"ר אנטשיל זאלדאן הי"ו.
ב"ר אברהם יושע הערשקאוויטש הי"ו.
ב"ר יואל חיים פילעפף הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק י', דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און ארום 5:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

נאך מנחה איז רבינו שליט''א אריבער אין בית החיים צו די הקמת המציבה פון ידיד נעוריו להבחל"ח הרה"ג ר' לייבוש וויינפעלד ז"ל, דער רבי האט משמיע געווען ווארימע דברי הספד און ארויסברענגענדיג אז טראץ וואס ער איז געווען א נהנה מיגיע כפו דאך איז ער געליגן אין תורה און מעורר געווען דעם ציבור מיט זיין ווארימע קול תפילה.

פארנאכטס איז רבינו שליט''א אריבער אויף א ביקור חולים באזוך ביים משב"ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו נאכן דורכגיין א אפעראציע, עס האט זיך פארצויגן א שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו א רפואה שלימה.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:20 ביז 11:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ כ''ק אדמו"ר מצאנז גריבוב שליט''א פון ב"פ לרגל שמחת נשואי בנו למז"ט, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' שלמה קליין הי"ו - ר' יואל דוד דרעזדנער הי"ו.
ר' משה דאנא הי"ו (וומסב''ג) - ר' מרדכי יעקב סאאל הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:45.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

Wednesday26 Adar I 57843/6/2024

Video
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א אויף א ביקור חולים באזוך ביי הגאון הגדול דומ''ץ קרית יואל שליט''א, נאכן אהיים קומען פון שפיטאל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
File
גליון "קול התאחדותינו"
פרשת ויקהל-שקלים, שנת תשפ"ד לפ"ק.

(מהדורת ארה"ב)

יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו


גם רצו"פ מדור משולחן מלכים

עם מאמר נפלא 'פינת יקרת' בענין:
הכון לקראת אלוקיך ישראל (ג)
מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א.

ועם מדור מעשה חש"ב החדש 'שבחי רמב"ן'
ביאורים בדברי הרמב"ן בפרשתן

▫ סאטמאר'ע נייעס 🌴
📄 ויקהל חו''ל תשפ''ד4.8 MB
Video
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביי ניחום אבלים ביי משפחת מחותנו כ''ק הגה"צ גאב"ד סיגעיט זצ"ל, אין ביהמ"ד קהל יראים סיגעיט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 5
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביי ניחום אבלים נעכטן ביי משפחת מחותנו כ''ק הגה"צ גאב"ד סיגעיט זצ"ל, אין ביהמ"ד קהל יראים סיגעיט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 2
הגה''צ אבד''ק לאנדאן שליט''א און הגה''צ דומ''ץ גאלאנטא שליט''א בביקור בקו''פ אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, בביתו נאוה קודש אין וומסב''ג.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Show earlier days