הרב פנחס שטערנבוך שליט"א מנכדי כ"ק מרן פוסק הדור ומרא דארעא קדישא שליט"א מיט העסקן הדגול הרב שמעון דאווידאוויטש שליט''א יו"ר וועד הפעולה שע"י העדה החרדית, אינאיינעם מיט עסקני וועד הפעולה פון ארה"ב, בקו''פ אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל דעם מגבית מיוחדת אנצושליסן אנשי שלומינו אינעם וועד הפעולה.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 4
הגאון הגדול רבי שמעון יצחק שלעזינגער שליט"א חבר בדי''צ העדה החרדית בירושלים עיה"ק בביקור בקו''פ אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
מיטוואך פרשת פקודי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן: לבן הנולד אצל ר' אברהם שפילמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. לבן הנולד אצל ר' מנחם משה גאלד הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק י"ב, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת, און דערנאך אינעם בית אופה המהודרת דקהלתינו הק'.
נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 6:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין די ישיבה.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים: ר' יעקב קאפל סימאן הי"ו - ר' יואל ברא"י לאנדא הי"ו, באולם כינור דוד. ר' ירחמיאל זאב פריעד הי"ו - ר' אברהם ישעי' קויפמאן הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס. ר' בעריש שעהנברוין הי"ו - ר' גדלי' אפפעל הי"ו, באולם גינת קליין.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:00 ביז 12:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה די עסקנים פון 'קרית זית רענן' בניו דזשערסי בראשות המייסד הר"ר משה לאנדא שליט"א מיאמפולע, אויף הדרכה ויעוץ וברכת הקודש צום נייעם ישוב, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, דער רבי האט זיך פאראינטערסירט איבער די פרטים פון די מוסדות החינוך אין שטאט און איבער די פרייזן פון די דירות, און איבערגעגאנגען א לענגערע צייט פארשידענע פרטים פונעם פראיעקט און ווארעם מאציל געווען מברכות קדשו פאר הר"ר משה שליט"א, פאר הרה"ג ר' ישעי' גדלי' קויפמאן שליט"א דומ"ץ קראלי וומסב''ג ומרבני הקריה, און הר"ר משה שליט"א האט איבערגעגעבן פארן רבי'ן ספרו רצון משה.
אויך איז פארגעקומען א סיום כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' יעקב פנחס פריעדמאן הי"ו, און ווערט אריינגעגעבן דעם קומענדיגן זונטאג ויקרא אין ביהמ"ד דברי יואל, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
עס איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגאון הגדול רבי שמעון יצחק שלעזינגער שליט"א חבר בדי''צ העדה החרדית בירושלים עיה"ק, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בדברי תורה איבער שמות אנשים ביי גיטין און פארשידענע הלכות פון יו"ט פורים, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו און ארויסבאגלייט ביז צו די גאס.
אויך זענען אריין בקו''פ הרב פנחס שטערנבוך שליט"א מנכדי כ"ק מרן פוסק הדור ומרא דארעא קדישא שליט"א מיט העסקן הדגול הרב שמעון דאווידאוויטש שליט''א יו"ר וועד הפעולה שע"י העדה החרדית, אינאיינעם מיט עסקני וועד הפעולה פון ארה"ב, מקבל זיין ברכת הקודש לרגל דעם מגבית מיוחדת אנצושליסן אנשי שלומינו אינעם וועד הפעולה, עס האט זיך פארצויגן א שמועס איבער די פולע פעלות פונעם וועד און איבער די פלענער אנצושליסן אנשי שלומינו אלץ מעמבערס אויפצוטרייבן גרעסערע געלטער צו קענען מער אויפטוהן, און ארומגערעדט איבער די מצב פון גיוס בארה"ק, דער רבי האט אנגעוואונטשן הצלחה פאר הר"ר פנחס שליט"א און אלע עסקנים און עקסטער פאר הרה"ח ר' יצחק אליקים שווארטץ הי"ו יו"ר וועד הפעולה בארה"ב, און הר"ר פנחס שליט"א האט איבערגעגעבן פארן רבי'ן בשליחות הקודש פון זקינו כ''ק מרא דארעא קדישא שליט''א די נייע באנד פון ספרו הליכות והנהגות.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
עסקנים פון 'קרית זית רענן' בניו דזשערסי בראשות המייסד הר"ר משה לאנדא שליט"א מיאמפולע, בקודש פנימה ביי כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א אויף הדרכה ויעוץ וברכת הקודש צום נייעם ישוב.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים: ב"ר ברוך יודא מרדכי אקערמאן הי"ו. ב"ר ישראל ארי' האללענדער הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק י"א, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 6:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה. זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:20 ביז 12:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הרה''ג ר' הערשל אונסדארפער שליט"א ראה''כ פאפא ב''פ בן הגה"צ אבד''ק ראשית חכמה מאנטרעאל שליט"א וחתן כ''ק אדמו''ר מפאפא ב''פ שליט"א, מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נשואי בנו למז"ט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:00 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
מאנטאג פרשת פקודי - ב' דר"ח אדר ב' 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ברי"מ פערל הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים: ב"ר יקותיאל יצחק כהנא הי"ו. ב"ר משה דוד פריעדמאן הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום צו הלל, און ביים ליינען עולה געווען רביעי, נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג ארום 6:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים. ר' יצחק דוד שווארטץ הי"ו - ר' אברהם שלמה אליעזר בערקאוויטש הי"ו, באולם כינור דוד. ר' מאיר מענדל ווייס הי"ו - ר' משה הערש בראך הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס. ר' אברהם שמואל גוטמאן הי"ו - ר' בערל מיטטעלמאן הי"ו, באולם גינת קליין.
נאך די חופות ארום 8:00 איז רבינו שליט''א אריבער אין די זאלן פון קרן ויואל משה צום מעמד כבוד התורה וחלוקת המעות פאר הונדערטער לומדי כוללינו פון איבער גרעיטער ניו יארק און קאנאדא וועלכע האבן זיך פארהערט אויף פארשידענע מקצועות התורה נדבת הרבני הנגיד ר' משה יעקב יוסף בראך הי"ו, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חשוב'ן נדבן און פאר די רבני ולומדי הכולל, און משמיע געווען דב"ק אז דורכן שטיצן תורה קומט ארויף רחמים, און ארויסגעברענגט בשבח פונעם חשוב'ן נדבן וועלכע איז מנדב אזעלכע חשוב'ע סכומים פאר די לומדים, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר די רבני ולומדי הכולל פארן נדבן און עקסטער פאר הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א וועלכע האט זיך אנגעשטרענגט און געקומען צום מעמד לכבוד התורה, דערנאך האט דער רבי פארטיילט די גרויסע סכומים פאר אלע רבני ולומדי הכולל, מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן, מען האט געענדיגט ארום 8:40.
נאך מעריב ארום 9:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין די זאלן בביתו נאוה קודש צו די פריוואטע שבע ברכות צוגעשטעלט דורך רבינו שליט"א ווי דער רבי האט געלאדענט אלס הכרת הטוב די נגידים וואס האבן בייגעשטייערט די פאנטאסטישע סכומים פאר'ן בנין הגדול והמפואר תל תלפיות בעיה''ק ירושלים. דער רבי האט באגריסט די חשובע געסט הנגידים החשובים, און זיך געוואשן צו די סעודת שבע ברכות. במשך די סעודה איז פארטיילט געווארן א קובץ כתבי ידות עתיק יומין, היסטארישע כתבי ידות פון גדולי ישראל נבג"מ מאוצרו פון הרבני הנגיד ר' אברהם יודא מאנדל הי"ו און הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו. הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א מרבני קהלתינו הק' בוומסב''ג האט פארגעליינט און אויסגעשמועסט די היסטאריע ארום די כתבי ידות, און דערביי האט רבינו שליט"א מגיב געווען איבער די אלע היסטארישע מאורעות און פארשידענע פרשיות וועלכע ווערן אראפגעברענגט אין די כתבי ידות און מוסיף געווען מיט פארשידענע אינטערסאנטע ענינים בקורות ימי רבותינו הק' זיע''א אין דער אלטער היים. דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק בדברי דרוש בעניני שמחת חתן כלה, און ארויסגעברענגט אז ווען משיח וועט קומען וועלן אלע בתי מדרשות ארויפגיין א דרגא, פון חו"ל וועלן גיין קיין ארץ ישראל, פון ארץ ישראל קיין ירושלים, און די פון ירושלים וועלן גיין צום ביהמ"ק, קומט אויס אז מיטן ארויסהעלפן בויען דעם בנין הגדול אין ירושלים עיה"ק בויעט מען מיט דעם דאס ביהמ"ק, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע חשוב'ע נדבנים, דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן א לענגערע צייט. מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען דער מחותן הרה"ג ר' יחיאל שרגא גרינפעלד שליט"א, ברכות ראשונות: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, ברכה אחריתא: הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 11:30.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 13
שמחת נישואי נכד כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, החתן הרב מאיר אליעזר ט''ב שליט''א בן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א, יום א' פקודי בביהמ''ד הגדול דקרית יואל יצ''ו - מצוה טאנץ פון די זיידעס און אבי החתן און אבי הכלה שליט''א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 5
שמחת נישואי נכד כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, החתן הרב מאיר אליעזר ט''ב שליט''א בן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א, יום א' פקודי בביהמ''ד הגדול דקרית יואל יצ''ו - רבינו שליט''א טאנצט מיט'ן חתן און הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א ובני משפחתו און די גאנצע משפחת המלוכה נכדי רביה''ק זיע''א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 9
שמחת נישואי נכד כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, החתן הרב מאיר אליעזר ט''ב שליט''א בן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א, יום א' פקודי בביהמ''ד הגדול דקרית יואל יצ''ו - ברכהמ''ז ומצוה טאנץ.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 16
שמחת נישואי נכד כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, החתן הרב מאיר אליעזר ט''ב שליט''א בן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א, יום א' פקודי בביהמ''ד הגדול דקרית יואל יצ''ו - סעודת החתונה.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 4
שמחת נישואי נכד כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, החתן הרב מאיר אליעזר ט''ב שליט''א בן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א, יום א' פקודי בביהמ''ד הגדול דקרית יואל יצ''ו - מעמד החופה. ווערט געזעהן הגה''צ ר' שמואל בנימין קרויס שליט''א נשיא ישיבת תורת חסד לאנדאן.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 18
שמחת נישואי נכד כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, החתן הרב מאיר אליעזר ט''ב שליט''א בן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א, יום א' פקודי בביהמ''ד הגדול דקרית יואל יצ''ו - מעמד קבלת פנים.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
זונטאג פרשת פקודי א' דר"ח אדר ב' 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א - שמחת החתונה בחצרות קדשנו החתן הרב מאיר אליעזר ט''ב בן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א בן הגה''צ אבד''ק וואלאווע שליט''א, עב''ג הכלה בת הרה''ג ר' יחיאל שרגא גרינפעלד שליט''א ראה''כ סעמיהאי שליט"א, בן הגה''צ ר' משה שליט''א אב''ד סעמיהאי וחתן הגה''צ ר' זושא בעער שליט"א אדמו''ר מראצפערט
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם לייב לאנדא הי"ו, ווי דער רבי איז געווען מוהל און סנדק.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים: ב"ר נתן קארפעל מרגליות הי"ו. ב"ר יואל זאבעל הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל און ביים ליינען עולה געווען רביעי, און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי ווי עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט הגה"צ אב"ד אהל משה שליט"א פון וויען, א זיידע פון א בר מצוה בחור.
ארום 5:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין חדר שמואל חיים אין ביהמ"ד הגדול צו תפילת מנחה, נאך מנחה איז די גאנצער ציבור זקנים עם נערים אריבער להתברך ביי רבינו שליט"א ביום החופה.
רבינו שליט"א איז אריינגעקומען צום קבלת פנים בהיכל הביהמ"ד ארום 6:00, במשך די קבלת פנים האט מען געזינגען ווארימע ניגוני התעוררות, און דער בדחן האברך ר' שמעון עסטרייכער הי"ו האט אויפגעטרעטן מיט דברי כיבושין און אויסגערעכנט די גרויסע יחוס פון די חתן כלה. דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור, און דערנאך משמיע געווען ווארעמע דברות קודש לעורר זכות אבות און אז דורך די תענית פונעם חתן ביום החופה און דערנאך די ריקודין איז מען מכניע די קליפות און מען איז זוכה צו כל טוב, און מסיים געווען בברכות לרוב.
מען האט מסדר געווען די כתובה, עדי כתובה: הרה"ח ר' יעקב משה גאלדבערגער הי"ו און הרה"ח ר' אלימלך רייך הי"ו, דערנאך איז מען אריבער צום באדעקן אין די זאלן פון קרן ויואל משה.
ביי די חופה האט רבינו שליט''א מכבד געוועהן מיט סידור קידושין דעם זיידן הגה"צ אבד"ק וואלאווע שליט"א. קריאת הכתיבה: הגה"צ אבד''ק ב"פ שליט"א. ברכות ראשונות: זיידע פון די כלה הגה"צ אב''ד סעמיהאי שליט"א. ברכה אחריתא: זיידע פון די כלה האדמו"ר מראצפערט שליט"א. עדי קידושין: הרה"ג ר' יוסף משה שטויבער שליט"א מו"ץ, און הרה"ג ר' יוסף שמואל ראטענבערג שליט"א מו"ץ וחבר בדי''צ קר''י. נאך די חופה האט רבינו שליט"א געוואונטשן ברכות הקודש פארן גאנצן ציבור, און זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט די זיידעס און רבנים שליט''א.
עטליכע מינוט נאך די חופה ביים זמן ר''ת ארום 8:10 האט דער רבי געדאווענט מעריב בחדר שמואל חיים אין ביהמ"ד הגדול. תיכף נאך מעריב אום 8:25 איז רבינו שליט''א ערשינען בהיכל הביהמ''ד צו די סעודת החתונה דער רבי האט געטאנצען עטליכע מינוט אויפן פלאץ און דערנאך זיך געוואשן צו די סעודה, נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן לחיים לכל העם הנאספים. ארום 9:30 איז דער חתן אריינגעקומען, דער רבי האט געטאנצען מיטן חתן א לענגערע צייט, און דערנאך מכבד געווען די זיידעס און די מחותנים צו טאנצען מיטן חתן, און דערנאך געטאנצן מיט די גאנצע אויבנאן, דערנאך איז דער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א, דער רבי האט פארלאזט דאס ביהמ"ד אום 9:45.
ארום 11:20 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו ברהמ''ז ומצווה טאנץ, מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הר"ר נפתלי טייטלבוים שליט"א (בני ברק), ברכות ראשונות: הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א, ברכה אחריתא: הגה"צ ר' מרדכי גרינפעלד שליט"א אב"ד סעמיהאי אנטווערפן.
בדחנא דמלכא הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו האט אויסגערופן רבינו שליט"א צו די ריקודין לפני הכלה מיט ווארעמע חרוזים און מעורר געווען זכות אבות, מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני התעורורות, און דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן ריזן ציבור הנאספים.
דערנאך האט רבינו שליט''א אפגעראכטן די ריקודי קודש לפני הכלה בהתלהבות אש א לענגערע צייט, און דערנאך געטאנצען מיטן חתן, מיט חדב"ן הגה"צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט"א ובני משפחתו, און דערנאך ממשיך געווען מיט די גאנצע משפחת המלוכה נכדי רביה"ק בעל ברך משה זיע''א ברגש קודש א לענגערע צייט. דערנאך איז דער רבי ארויס אין א עקסטערע טאנץ מיט אחיו הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א. דערנאך האט מען אויסגערופן צום מצוה טאנץ די זיידעס הגה"צ אבד"ק וואלאווע שליט"א, הגה"צ אב''ד סעמיהאי שליט"א, און האדמו"ר מראצפערט שליט"א, דעם אבי החתן און אבי הכלה שליט''א, דערביי האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיט יעדע פון די זיידעס און מחותנים באזונדער. דערנאך האט דער בדחן געזאגט דברי בדחנות און אויפגערופן דעם חתן, מען האט געטאנצען אשת חיל, אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר חתן כלה. דער רבי האט פארלאזט דאס ביהמ"ד אום 2:45.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
שב''ק פרשת ויקהל, שבת שקלים, מברכים חודש אדר ב' - שבת של שמחה שבת עלי' לתורה של החתן נכד רבינו הרב מאיר אליעזר ט''ב שליט"א בן חדב''ן הגה"צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א
ערש''ק נאכן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן דעם שטריימל פאר נכדו החתן הרב מאיר אליעזר ט"ב שליט"א. אויך האט דער רבי אנגעטוהן דעם שטריימל פאר די חתניםַ: החתן שלמה מנשה ברמ''ד היילברוין הי''ו. החתן שמואל ב"ר מאיר מענדל ווייס הי"ו.
דער רבי איז געגאנגען אין ביהמ"ד מיטן חתן און די מחותנים און מען האט באגלייט בשירה ובזמרה.
ארום 6:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: דער מחותן הרה''ג ר' יחיאל שרגא גרינפעלד שליט''א ראה''כ סעמיהאלי. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 8:00, עס איז פארגעקומען אן אפיעל פאר מוסדותינו הק' אין לינדען, דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת, און דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי.
ארום 8:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה''ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה. אשת חיל: נכד רבינו הב' החתן ישראל דושינסקיא בן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א, הגבהת הכוס: נכד רבינו הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א רב דביהמ"ד רב טוב.
נאך די פיש האט רבינו שליט''א דערציילט פאר די בחורים איבער אידישע נייעס וואס איז אינטערעסאנט אז די בחורים זאלן וויסן, אז מען האט געטראפן אין א שטארק באנוצטע תיקון סופרים פארשידענע טעותים חסרות ויתרות פתוחות וסתומות און בנוגע מקדש זיין די שם, און אויסגעשמועסט באריכות פארשידענע דקדוקי הלכות וואס א סופר דארף אלץ אינזין האבן, און איבער די פראבלעמען פון די קאמפיוטער בדיקות.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה"ג ר' לייבל טויבער שליט"א (מאנטשעסטער), מנוחה ושמחה: הרה''ח ר' דוד מאיר ווייס הי''ו (ירושלים).
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויקהל משה את כל עדת בני ישראל' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון מצות עשה שהזמן גרמא.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק ר' ברוך מגארליץ זיע''א, וואס די יארצייט געפאלט מאנטאג א' אדר.
קה רבון עלם: הרה''צ ר' ישעי' קאהן שליט"א בן כ''ק אדמו''ר מתולדות אהרן שליט''א, מען האט ממשיך געווען מיט ניגונים לכבוד די שמחה, דער רבי האט מכבד געווען דעם מחותן הרה''ג ר' יחיאל שרגא גרינפעלד שליט''א צו זינגען 'אור פניך' וואס דער רבי האט געזינגען בהתעורורות ובהשתפכות הנפש. די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרב הערשל אשכנזי שליט''א בן האדמו''ר מסטאניסלאוו לאנדאן שליט''א, מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 11:55.
וביום השבת קודש
שב''ק אינדערפרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:30. פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' דוד פערל שליט''א, צו שחרית ויוצר איז דער רבי צוגעגאנגען, מען האט געזינגען ביי ממקומך כנהוג.
הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' מנחם זאב שטערן שליט"א מו"ץ בקהלתינו וומסב''ג, און הרה''ח ר' דוד שמואל גאלדבערגער הי''ו, פסוקי שמע ישראל: הגה''צ ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט''א רב דביהמ''ד דברי חיים.
עליות. כהן: החתן ב''ר מאיר מענדל ווייס הי''ו - באווארפן לוי: החתן ב''ר יואל אפעל הי''ו - באווארפן. שלישי: נכד רבינו החתן הרב מאיר אליעזר ט"ב שליט"א מען האט באווארפן און געזינגען ניגוני שמחה כנהוג. רביעי: החתן ב''ר ירחמיאל זאב פריעד הי''ו - באווארפן. חמישי: החתן ב"ר חיים אלעזר ווערצבערגער הי"ו - באווארפען. שישי: הגה''צ אבד''ק וואלאווע שליט''א. שביעי: החתן ב"ר מאיר דוד היילברוין הי"ו - באווארפען. הוספות: חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א. הרה''ג ר' יחיאל שרגא גרינפעלד שליט"א. אחרון: החתן ב''ר גבריאל ווייס הי''ו - באווארפן. הגבה דעם ערשטן ספר: הרה"ח ר' בעריש אפפעל הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' אליעזר היילברוין הי"ו. מפטיר - שקלים: רבינו שליט''א, דער רבי האט געזאגט די לשם יחוד און געליינט די קריאה.
נאכ'ן עולה זײן האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: ר' נתן נטע מרדכי קויפמאן הי''ו. ר' יואל הערש ליכטנשטיין הי''ו. ר' יואל ברח''י ווערצבערגער הי''ו. ר' אברהם שמעון ווידער הי''ו.
הגבה אויפן צווייטן ספר: הרה''ח ר' יצחק ענגלענדער הי''ו. גלילה: הרה''ח ר' גבריאל ווייס הי''ו.
ביי די הפטורה האט דער רבי אויך געזאגט די ערשטע און די לעצטע פסוק פון מחר חודש, און דער רבי האט ראש חודש געבענטשט בהתעורורות רב.
מוסף האט רבינו שליט''א געדאווענט פארן עמוד און מען האט געזינגען ביי די פיוטים כנהוג, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' אברהם ישעי' קויפמאן הי"ו. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם בנימין גאלד הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
עטליכע מינוט נאכן דאווענען איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צד צפון צו די שמחת הקידושא רבא לרגל שמחת העלי' לתורה, דער רבי האט קידוש געמאכט, מען האט געזינגען ניגוני שמחה. דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן מחותנים און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק אויף די ווערטער פון רש"י 'הקדים אזהרת שבת למלאכת המשכן' און געטייטשט אז בשעת מנדב זיין די מלאכת המשכן איז אראפגעקומען משמים השפעות טובות, און עס איז געווען בזכות שבת, אזוי אויך ווען מען שטעלט אויף א אידישע שטוב וואס איז א מקדש מעט קומט שבת אראפ אלע השפעות טובות, און מסיים געווען בברכת קדשו. מען האט געענדיגט ארום 1:35.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 6:30. מנחה: הרה"ח ר' יעקב יוסף פילאפף הי"ו. הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' דוד מאיר ווייס הי"ו. כהן: הרה"ח ר' ישראל מאיר קאהן הי"ו. לוי: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו (וומסב''ג). שלישי: הרה"ח ר' שמואל דוד מארקאוויטש הי"ו (וומסב''ג). הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה"ח ר' אהרן משה שלאגער הי"ו (וומסב''ג).
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה הרה"ח ר' נח גפן הי''ו. שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק אין די קריאה פון פרשת שקלים 'כל העובר על הפקודים מחצית השקל' און געטייטשט אז די מחצית השקל איז 10 גרה וואס ווייזט אויף די י' פון די שם הוי''ה, אז מען איז חלילה פוגם אין די מחשבה מאכט עס א פגם אין די י' פון די שם הוי''ה, און דאס דארף מען מתקן זיין אין דעי טעג, און וויסן דעם חומר הענין פון א מחשבה.
ידיד נפש: הרה"ח ר' אייזיק הערש בערקאוויטש הי"ו (וומסב''ג), קל מסתתר: הרה"ח ר' מרדכי שבתי שימאן הי"ו (ב"פ). שושנת יעקב: הרה"ח ר' נחמן דוב העללער הי"ו (וומסב''ג). מען האט ממשיך געווען מיט ניגונים לכבוד די שמחה. דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס.
פאר מעריב האט זיך דער רבי באגריסט מיט הגה"צ רבי שמואל בנימין קרויס שליט"א נשיא ישיבת תורת חסד לאנדאן, וועלכע וויילט אין קר"י אין די יעצטיגע טעג. מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' חיים ידידי' פישער הי"ו. נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 8:50.
ארום 11:30 איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א סיום כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך מוסד הק' רעים אין קרית יואל, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פאר די הנהלת המוסד הרה"ח ר' יעקב ישראל פריינד הי"ו און הרה"ח ר' ישראל העניך קרויס הי"ו, און פארן גאנצן אנוועזנדן ציבור.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Tuesday2 Adar II 57843/12/2024
Video
שמחת השבע ברכות בחצרות קדשנו צוגעשטעלט דורך כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, ווי דער רבי האט געלאדענט אלס הכרת הטוב די נגידים וואס האבן בייגעשטייערט די פאנטאסטישע סכומים פאר'ן בנין הגדול והמפואר תל תלפיות בעיה''ק ירושלים.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 13
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים מעמד כבוד התורה וחלוקת המעות פאר הונדערטער לומדי כוללינו פון איבער גרעיטער ניו יארק און קאנאדא, נדבת הרבני הנגיד ר' משה יעקב יוסף בראך הי"ו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Monday1 Adar II 57843/11/2024
Video
ערשטע בילדער כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים מצוה טאנץ לפני הכלה ברשפי אש קודש, ביי די חתונה הגדולה בחצרות קדשנו במעמד אלפי אנ''ש, בביהמ''ד הגדול דקרית יואל יצ''ו.