בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

קהילות הקודש

← ווייזט אלעס

פרייטאגה' אדר ב' תשפ"ד3/15/2024

מודעה
הרחבת גבולי הקדושה בבנין בית רחל במוסדותינו הק' אין מאנטשעסטער.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דאנערשטאגד' אדר ב' תשפ"ד3/14/2024

דאנערשטאגכ"ז אדר א' תשפ"ד3/7/2024

נייעס
רייכע אויסגאבע 'היימשטאט' בעיר הגדולה לאלוקים 'קרית יואל' יצ"ו - פרשת ויקהל תשפ"ד לפ"ק.

מעלדט מיט עקסטאז די גראנדיעזע דורכברוך פלאן פון 870 פרישע אפארדעבל ביליגע חתן כלה דירות אין קרית יואל אויפן פרעזענליכע פארלאנג פונעם מרא דאתרא כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א נאך מערערע אסיפות בביתו נאוה קודש מיט די הנהלת הקרי'.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

preview.heimshtut.com/heimshtut032…
preview.heimshtut.comHeimshtut 0325 Vayakheil

דינסטאגכ"ה אדר א' תשפ"ד3/5/2024

באריכט
כינוס אנ”ש ומעמד ח"י וקיים לטובת קהילתינו הק’ אין מאנסי, פארגעקומען פארגאנגענעם מוצש''ק בהיכל הגדול אינעם בנין הת"ת בנין גאלדשטיין אינטער בית מדרשינו הגדול, בהשתתפות פון הונדערטער אנ''ש ובראשם הגה''צ אבד''ק מאנסי שליט''א.

אלס יו''ר המעמד האט געדינט הרה''ג ר' שלמה זלמן גראס שליט"א מנה"ר במוסדותינו הק', וועלכע האט ארויסגעברענגט די בלי און וואוקס בליעה''ר פון קהלתינו הק' און וויאזוי סאיז אויסגעשטיגן פון א קליינער שטיבל צו א ריזן אימפעריע אין בלוז 18 יאר.
סיום מס' חולין במסגרת חבורת תורתך שעשועי: הרה"ג ר' ראובן אליעזר קרויס שליט"א מרבני מכון להוראה.
אויך האט אויפגעטרעטן הרה''ח ר' מרדכי אלעזר הירש הי''ו חבר הנהלת מוסדותינו בוומסב''ג.
דערביי איז פארגעקומען א מעמד הכרת הטוב פאר די 11 גבאים פון די 5 בתי מדרשינו איבער די שטאט.
דבר המעמד: הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א.

ביים מעמד האט מען געמאלדן די הרחבת גבולי הקדושה ווען אויף יו''ט פסח וועט זיך שוין עפענען די צוויי נייע בתי מדרשינו ביהמ''ד המפואר בשכונת רעמסען און די פארגרעסערטע ביהמ"ד ברך משה בשכונת טווין, און די פרייליכע בשורה צו עפענען נאך צוויי נייע בתי מדרשים איבער די שטאט בשכונת רידזש און בשכונת וועסט מעיפל, אזוי אויך איז געמאלדן געווארן אז אין די קומענדיגע חדשים וועלן אי"ה פארטיג ווערן די פלענער צו פארגרעסערן און פארשענערן בית מדרשינו הגדול וואס איז שוין לאנג אויסגעוואקסן די געברויך פונעם ציבור.

אויך איז פארגעקומען א פאנעל דורך הרה"ח ר' שלמה מנשה פאלקאוויטש הי"ו מגדולי עסקני למען החינוך מיט ר' משה קארקאלסקי א געלערנטע עדזשוקעיזשען פראפעסאר און הרה"ג ר' משה שוואב שליט"א ראש ישיבת דגל התורה ומתיבתא מאמר מרדכי, איבער די גאנצע השתדלות פונעם אנהייב פון די ביטערע גזירה ביז ווי מען שטייט היינט און ארויסגעברענגט די הייליגע מהלך פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א זיך נישט צו לאזן פון די רעגירונג אויף קיין שום אופן און נישט מאכן קיין שום פשרות.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

זונטאגכ"ג אדר א' תשפ"ד3/3/2024

ווידיאו
מעמד הכנסת ספר תורה בקרב קהלתינו הק' אין אנטווערפן אריינגעגעבן דורך אנ''ש לע''נ רבותינו הקדושים בעל דברי יואל ובעל ברך משה זיע''א, בהשתתפות הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א, ווערט אויך געזעהן הגה''צ ר' אהרן שיפף שליט''א גאב''ד אנטווערפן.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
סאטמאר בארא פארק הרחיבי מקום גבוליך!

בברכת הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א זענען עסקני קהלתינו הק' בס"ד אריין אין קאנטראקט אפצוקויפן דעם גיגאנטישן בנין פון "פאראדייס מענאר" אויף די ברייט פונעם ניו יוטריק גאס ביים ווינקל פון די 58'סטע סטריט, פאר א נייעם פראכטפולן ביהמ"ד החדש והמפואר ד'קהלתינו הק', וואס וועט אי"ה דינען אלס תל תלפיות פאר די גאנצע אומגעגענט.

דער בנין מפואר וועט אי"ה אנהאלטן א גרויסן היכל ביהמ"ד לתפילה, א מקוה מפוארה, חדרי תפילה, בית הוראה און א היכל התורה.

פרטים יבואו!

השלם זה הבנין!

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דאנערשטאגכ' אדר א' תשפ"ד2/29/2024

מודעה
דעם מוצש''ק קומט פאר בקרב קהלתינו הק' אין מאנסי א כינוס אנ”ש ומעמד ח"י וקיים לטובת קהילתינו הק’, אינאיינעם מיט א סיום מס' חולין במסגרת חבורת תורתך שעשועי, בהיכל הגדול אינעם בנין הת"ת בנין גאלדשטיין אינטער בית מדרשינו הגדול.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

זונטאגט"ז אדר א' תשפ"ד2/25/2024

דאנערשטאגי"ג אדר א' תשפ"ד2/22/2024

בילדער · 2
פרעזידענט פון מאונט - סיני שפיטאל אינאיינעם מיט די ראשי חברה הצלה פון קר"י און וומסב''ג אויף א באזוך בקו''פ ביי כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א, נאכן מנחם אבל זיין הרבנית הצדיקת תחי'.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

זונטאגט' אדר א' תשפ"ד2/18/2024

מיטוואךה' אדר א' תשפ"ד2/14/2024

בילדער · 4
מסיבת לחיים בבית הגה"צ אבד"ק לאנדאן שליט"א לרגל פתיחת ישיבה גדולה בלאנדאן תחת נשיאת הקודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווייזט עלטערע נייעס