בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Thursday11 Adar II 57843/21/2024

File
גליון "קול התאחדותינו"
פרשת ויקרא-פורים, שנת תשפ"ד לפ"ק.

(מהדורת ארה"ב)

יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו

גם רצו"פ מדור משולחן מלכים

עם מאמר נפלא 'פינת יקרת' בענין:
להיות עושים את שני הימים האלה.
מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א.

ועם מדור מעשה חש"ב החדש 'שבחי רמב"ן'
ביאורים בדברי הרמב"ן בפרשתן

▫ סאטמאר'ע נייעס 🌴
📄 ויקרא חו''ל תשפ''ד6.3 MB

Wednesday10 Adar II 57843/20/2024

Report
דינסטאג פרשת ויקרא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים - שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געליינט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר יחזקאל ווערצבערגער הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק י"ב, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד.

נאכמיטאג ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

פארנאכטס איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:30 ביז 12:20 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הרה"ג ר' שמחה אהרן שטראהלי שליט"א רב דק"ק שערי איש בשכונת ראויעל-גראוו, דזשעקסאן ניו דזשערזי, מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די שמחת החתונה פון בתו הכלה און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

אזוי אויך איז אריין בקו''פ הרה"ג ר' אברהם וואלף שנעבאלג שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' ווי ער האט איבערגעגעבן פארן רבי'ן ספרו החדש 'שו"ת פתחי בינה' ב"כ על ד' חלקי שו"ע, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איהער פארשידענע שאלות לויט די היינטיגע טעכנאלאגישע ערפינדונגען און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך האט דער רבי געבענטשט מטבעות וואס וועלן פארטיילט ווערן פאר די תלמידי מוסדותינו הק' אין וומסב"ג, וועלכע האבן אריין געברענגט גרעסערע סכומים לטובת מוסדותינו הק'.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:00, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Tuesday9 Adar II 57843/19/2024

Photos · 6
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים באזוך פארגאנגענעם דאנערשטאג אינעם בית השחיטה המהודרת קרית יואל, אינאיינעם מיט הגאון הגדול רבי שמעון יצחק שלעזינגער שליט"א חבר בדי''צ העדה החרדית.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
מאנטאג פרשת ויקרא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר מרדכי בערגער הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק י"ב ווי דער רבי האט ארומגערעדט דברי הדרכה ליו"ט פורים הבעל"ט, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
הר"ר יעקב שלום ווייס שליט"א - ר' שלמה זלמן יצחק עפשטיין הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' עזריאל מאיר קאהן הי"ו (וומסב''ג) - ר' שלום יוסף לעווינגער הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
ר' אברהם יושע גלאנץ הי"ו - ר' חיים אלימלך יאקאב הי"ו, באולם גינת קליין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:15 ביז 12:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
הר"ר אלי' הערשקאוויטש שליט"א - הר"ר אביגדור דניאל פיש שליט"א.
הר''ר אליעזר זוסיא סופר שליט''א - הר"ר דוד חנני' ווייס שליט"א.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
זונטאג פרשת ויקרא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם מאיר וויינבערגער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר טובי' ליפא גראס הי"ו.
ב"ר שלום גאלדמאן הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק י"ב, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

ארום 7:00 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין ביהמ"ד דברי יואל צו די הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן דורך הרה"ח ר' יעקב פנחס פריעדמאן הי"ו, דער רבי האט איבערגענומען די ס''ת פונעם נדבן און אפגעראכטן די ריקודי קודש, און דערנאך פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג און מאציל געווען מברכות קדשו פארן נדבן.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' דניאל שמעון אלטמאן הי"ו (וומסב''ג) - ר' יואל משה מאלח הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' פנחס ישעי' וויינשטאק הי"ו - ר' ישראל ברוך פאגעל הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
ר' יעקב שלום שטיינבערג הי"ו (וומסב''ג) - ר' ארון לייב קעניגסבערג הי"ו, באולם גינת קליין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:15 ביז 12:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15, און נאך מעריב מחדש געווען די לבנה פארנט פון ביתו נאוה קודש.

נאך די זמני כניסה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. איז אריין בקו''פ הגה"צ רבי שמואל בנימין קרויס שליט"א לרפו''ש נשיא ישיבת תורת חסד לאנדאן, דער רבי האט דורש געווען בשלומו און ווארעם מאציל געווען מברכת קדשו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
שב''ק פרשת פקודי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ערש''ק נאכמיטאג האט רבינו שליט''א אנגעטוהן די שטריימל פאר די חתנים:
החתן יחיאל שלמה ב"ר אברהם יושע גלאנץ הי"ו.
החתן יודא לייב בהר"ר יעקב שלום ווייס שליט"א.

פרייטאג צונאכטס ארום 7:35 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה"ח ר' יחזקאל יואל סאמעט הי"ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 9:05.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען אן אפיעל פאר די ישיבה קטנה במוסדותינו הק' אין אנטווערפען, דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת, און דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי.

ארום 9:35 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה''ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: הב' יואל האלבערשטאם בן הגה''צ ר' אברהם מאיר שליט"א דומ"ץ בית מדרשינו 18טע עוו. ב"פ, הגבהת הכוס: הרה"ג ר' ליפא טייטלבוים שליט"א דומ"ץ בקהלתינו הק' באנטווערפען.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה"ח ר' אהרן אייזען הי"ו (ירושלים), מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' ישראל יאקאב הי"ו (ירושלים).

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אלה פקודי המשכן' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון יש אם למקרא או למסורת.

קה אכסוף: נכד רבינו הרה''ג ר' זלמן לייב טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א, ברכהמ''ז: הרה"ג ר' ליפא טייטלבוים שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק ר' אייזיק'ל קאלוב'ער זיע''א וואס די יארצייט איז געווען זונטאג ז' אדר.

קה רבון עלם: הרה"ח ר' יואל פאגעל הי"ו (אנטווערפען), די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרה"ג ר' שמעון יואל בראך שליט"א מו"ץ לעניני סת"ם ב"ב. מען האט געענדיגט די טיש ארום 12:15.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:35. פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' משה גאלדבערגער הי"ו, צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען, און צוגעשיקט צו חזרת הש"ץ הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א.

פארן ליינען האט הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א אויפגעטרעטן מיט א ווארימע דרשת החתזקות והתעוררות בנוכחתו פון רבינו שליט''א זיך מחזק זיין בעניני טעכנעלאגיע.
אויך איז פארגעקומען בפקודת רבינו שליט''א דרשות דעם שבת 'שבת חזק' אין אלע בתי מדרשים אין קרית יואל דורך די רבנים אין דיינים זיך מחזק זיין אין דעם ענין.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שמואל יודא קליין הי"ו, פסוקי שמע ישראל: הרה"צ ר' בערל גלאנץ שליט"א מבארדיוב קר''י.

עליות. כהן: החתן ב"ר אברהם יושע גלאנץ הי"ו - באווארפען. לוי: החתן ב"ר אלי' יודא ראטה הי"ו. שלישי: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א. רביעי: הרה"ג ר' ליפא טייטלבוים שליט"א. חמישי: החתן ב"ר שמעון שווארטץ הי"ו. שישי: רבינו שליט''א.

נאכ'ן עולה זײן האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
הר''ר שלמה אליעזר ברא''ה שפילמאן שליט''א.
ר' איתמר טובי' רובינשטיין הי"ו.
ר' שלמה מנשה פארגעס הי"ו.

שביעי: החתן ב"ר אברהם שמואל גוטמאן הי"ו. הוספה: החתן ב"ר יעקב קאפיל סימאן הי"ו. אחרון: הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו. מפטיר: הרה"ח ר' שמואל חיים בראך הי"ו (ב"פ). הגבה: הרה"ח ר' סיני ראטה הי"ו (מאנטרעאל). גלילה: הרה"ח ר' מרדכי פייערשטיין הי"ו.
מען האט געזאגט די הפטורה פון פרשת ויקהל און די ערשטע צוויי פסוקים פון פקודי כנהוג.

מוסף: הרה"ח ר' יעקב מיטטעלמאן הי"ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' שמעון שווארטץ הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 12:45.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 7:35. מנחה: הרה"ח ר' ישכר בצלאל יאקאב הי"ו מנהל מוסדותינו הק' בירושלים. הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ישראל נחמן שימענאוויטש הי"ו. כהן: הרה"ח ר' שלמה ברז"ל גליק הי"ו. לוי: הרה"ח ר' אברהם יצחק לאנדא הי"ו. שלישי: הגאון הגדול רבי שמעון יצחק שלעזינגער שליט"א חבר בדי''צ העדה החרדית בירושלים עיה"ק. הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה"ח ר' חיים הערש גאנדל הי"ו (וומסב''ג).

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה שווארטץ הי"ו (וומסב''ג).

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אלה פקודי המשכן' און געטייטשט אז מען האט דעם רצון צו תשובה און מען קען נישט טרעפן דעם פתח כחודו של מחט, איז די עצה אויף דעם תפילה וואס דעיס העלפט אז מען זאל קענען כאטש אנהייבן צו תשובה טוהן.

ידיד נפש: הרה"ח ר' אהרן משה שווארטץ הי"ו (מאנטרעאל), קל מסתתר: הרה"ח ר' חיים הערש גאנדל הי"ו, שושנת יעקב: הרה"ח ר' זלמן לייב גליק הי"ו (וומסב''ג).

רבינו שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס, און געזאגט שבע ברכות.
מעריב מוצש''ק: הגאון הגדול רבי שמעון יצחק שלעזינגער שליט"א, נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 10:00.

במוצאי יום גילה

ארום 12:00 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין ב"פ אין שטוב פון הר"ר חיים מאיר האגער שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ירושלים שליט"א צו די שמחת השבע ברכות פון בתו הכלה מיט החתן נכד גיסו הגה"צ רבי מנחם ערנסטער שליט"א ראש ישיבת וויזניץ, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט די חשובע זיידעס הרבנים האדמורי"ם שליט"א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, פאר כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ירושלים שליט"א און פאר גיסו הגה''צ ראש ישיבת וויזניץ שליט''א און פארן גאנצן ציבור, דערנאך איז מען ארויס אין א רקידה לכבוד די שמחה.

פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער אויף ניחום אבלים בבית הרה''ח ר’ יואל זינגער הי''ו ומשפחתו ע''פ אשתו ע''ה, ווי דער רבי האט מנחם געווען די משפחה און די יתומים א לענגערע צייט.

דערנאך ארום 1:00 איז רבינו שליט''א אריבער בבנין בית מדרשינו 18 עוו. ווי עס איז פארגעקומען א שבע ברכות צוגעשטעלט דורכ'ן ביהמ''ד לרגל די שמחת החתונה בבית תומכי ונדיבי בנין ביהמ"ד החדש.
הרה"ג ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א דומ"ץ הביהמ"ד האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די חתנים, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור און משמיע געווען קורצע דב"ק וברכה.
ארום 1:20 האט דער רבי זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין קר''י.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Monday8 Adar II 57843/18/2024

Sunday7 Adar II 57843/17/2024

Photos · 5
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים שמחת השבע ברכות נעכטן מוצש''ק אין בארא פארק בבנין בית מדרשינו 18 עוו. צוגעשטעלט דורכ'ן ביהמ''ד לרגל די שמחת החתונה בבית תומכי ונדיבי בנין ביהמ"ד החדש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביי ניחום אבלים אין בארא פארק בבית הרה''ח ר’ יואל זינגער הי''ו ומשפחתו ע''פ אשתו ע''ה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 4
כ"ק רבינו הגה''ק שליט"א היינט מוצש''ק אין בארא פארק ביים שמחת השבע ברכות פון א אייניקל ביי גיסו הגה"צ רבי מנחם ערנסטער שליט"א ראש ישיבת וויזניץ, און א אייניקל ביי האדמו"ר מוויזניץ ירושלים שליט"א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Friday5 Adar II 57843/15/2024

Report
פרייטאג ערש''ק פקודי

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' נסים בר"י שווארטץ הי"ו (וומסב''ג), ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר הערש יוסף לעווי הי"ו.
ב"ר יואל ברמ"י גאלדבערגער הי"ו.
ב"ר יחזקאל לאנדא הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דאנערשטאג פרשת פקודי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
לבן הנולד אצל ר' יחזקאל שרגא בר"ב ווערצבערגער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' שלמה ברי"י היימליך הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר דוד משה שאמועל הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק י"ב, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז רבינו שליט''א אריבער אויף א באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת אינאיינעם מיט הגאון הגדול רבי שמעון יצחק שלעזינגער שליט"א חבר בדי''צ העדה החרדית, דער רבי איז ארומגעגאנגען און אנגעוויזן אויף די פילע הידורים און חומרות וואס אחז איינגעפירט אינעם בית השחיטה המהודרת.

נאכמיטאג ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' גבריאל שמואל ווייס הי"ו - ר' חיים אלי' פעלבערבוים הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' יואל בר''ב רובין הי"ו - ר' אברהם דוד לאקס הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:00 ביז 10:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' שאול ראטה הי"ו, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' אברהם שמואל שווארטץ הי"ו - ר' יואל יצחק ראטה הי"ו.

ארום 10:30 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה צום שמחת השבע ברכות בחצרות קדשינו צוגעשטעלט דורך די מתפללי הביהמ"ד לכבודו פון רבינו שליט"א און הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א, דער רבי האט געטאנצט אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט, געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פאר די גאנצע ציבור, און משמיע געווען דב"ק בעניני שמחת חתן וכלה און דערנאך ארומגערעדט א לענגערע צייט בדברים העומדים על הפרק, איבער פארשידענע ענינים וואס איז נוגע פאר א סופר ווען ער שרייבט ספרי תורה און די אחריות וואס ליגט אויפן סופר, און ממשיך געווען איבער די פרישע שערוריה איבער די פראבלעמען מיט די באקאנטע תיקון סופרים - תיקון הורוויץ וואס א גרויסע פראצענט סופרים ניצן, און צוליב וואס מען האט געטראפן אין דעם פילע טעותים דארף מען איבערקוקן יעדע ס''ת וואס איז געווארן נאכגעשריבן פון די תיקון הורוויץ, און דערביי אויפגעפאדערט אלע גבאי בתי מדרשינו די בכל אתר ואתר נזהר זיין און זיכער מאכן נאכצוגיין און פרעגן די בעלי ספרי תורה וועלכע תיקון סופרים מען האט געניצט ביים שרייבן און זיכער מאכן נאר צו ניצן כשר'ע ספרי תורה ביז מען פאררעכט די פסולים, און מסיים געווען בברכת קדשו פאר הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א און פארן גאנצן ציבור.

עס איז פארגעשטעלט געווארן א פורים שפיל דורך די ילדי הביהמ"ד, און הרה"ח ר' ישראל אהרן קלעצקין הי"ו האט אויפגעטרעטן בדברי בדחנות, מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א און דער רבי האט געזאגט די שבע ברכות. מען האט געענדיגט ארום 12:00.

דערנאך איז דער רבי אריבער צו די נייע צוגעבויעטע פליגל אין ביהמ''ד ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די פרישע חדרי התפילה וועלכע ווערן פארענדיגט אין דעי טעג, אין באגלייטונג פון הרה"ח ר' גדלי' סעגעדין הי"ו חבר הנהלת הביהמ"ד, און דערנאך האט דער רבי געדאווענט מעריב דארט אינעם נייעם עקסטענשן.

פון דארט ארום 12:30 איז רבינו שליט''א אריבער אויף ביקור גומלין ביי הגאון הגדול רבי שמעון יצחק שלעזינגער שליט"א חבר בדי''צ העדה החרדית אין שטוב פון הרה"ח ר' מרדכי שבתי ווערצבערגער הי"ו אין שכונת חתם סופר, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בדברי תורה איבער פארשידענע פסקים פונעם חתם סופר זיע''א פון וועם דער רב שליט"א איז אן אייניקל, דער רב שליט"א האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט אים ווארעם מאציל געווען מברכת קדשו, און פאר הרה"ג ר' שלמה יוסף יאזעפאוויטש שליט"א רב דביהמ"ד אור משה בהשכונה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Notice
הרחבת גבולי הקדושה בבנין בית רחל במוסדותינו הק' אין מאנטשעסטער.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 4
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים זיך אומקוקן און ביי תפילת מעריב אין די נייע צוגעבויעטע פליגל פון די חדרי התפילה אין ביהמ"ד ברך משה, וועלכע ווערט פארענדיגט אין דעי טעג.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים שמחת השבע ברכות בחצרות קדשינו צוגעשטעלט דורך מתפללי ביהמ"ד ברך משה לכבודו פון רבינו שליט"א און הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Show earlier days