בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Friday2 Shevat 57811/15/2021

News
און די יעצטיגע טעג וועלן אנ"ש קויפן די ראפל לטובת די "קופת הצדקות" פון ישיבתינו "מתיבתא הקדושה" און דערמיט העלפן צענדליגע חתנים אנ"ש גיין אינטער די חופה גרינגערהייט, און גלייכצייטיג אריין גיין אינעם גרול אויף צוואנציג אלפים קעש ריפט שוין:
845-286-1010
Photo
דעם מוצ"ש וועלן זיך אנ"ש תושבי ק"י משתתף זיין בגוף ובממון ביים גאר רייכע דינער רפאני לטובת דעם וועלט בארימטן "גמ"ח הצלה -קרית יואל" וועלעכע קומט פאר אין די זאלן פון בית רחל פארדייס.

צאו בהמוניכם למען חולי ישראל
News
היינט נאך שחרית אין פאלם ספרינגס האט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א געפראוועט א מסיבת לחיים לרגל ההילולא קדישא של הרה"ק הרבי רבי זישע זי"ע, ווי די רבי האט דערציילט לענגערע סיפורי קודש.
Photos · 4
הרחבת גבולי הקדושה ביים צובויען נאך א גרויסן פליגל צום ביז יעצטיגען שוין פארגרעסערטען ביהמ"ד ברך משה דקהלתינו הק' קרית יואל

די יעצטיגע פלענער נעמען אריין צו צולייגן צוויי נייע שטיבלעך / כלים מקוה / לאנדערי רום און נאך.
Photos · 7
די ווייטערדיגע ארבעט ביים מולטי מיליאן דאלאר'דיגע פאריעקט 'לפאר ולרומם בית אלוקינו' דעם בית גדול וקדוש "בית מדרשינו הגדול בקרית יואל"

די ארבעט ביים דאך אינעם צענטראלן קארידאר אינעם אינטערשטן שטאק אין בית המדרש הגדול.

/די מאנטלען איבערגעדעקט עס זאל נישט ווערן שטויביג.

-ביים לייגן די פאדלאגע אין חדר עקשטיין אינעם אינטערשטן שטאק אין בית המדרש הגדול.
Photos · 3
כי הם חיינו וארך ימינו

כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א עוסק בלימוד התורה מיט'ן חברותא הגה"צ אבד"ק ראשית חכמה שליט"א, וויילענדיג אויף אפרוה

צווישן אנדערע די רבי ביים מברר זיין די הלכות פון שקיעת החמה הנראית אין די געגנט

ובהם נהגה יומם ולילה
Photos · 4
נאכן פראווענען א געהויבענע שבת אין פאלם ספרינגס.
Photos · 4
וקוי ה' יחליפו כח

אויפן וועגן אהיים פון תפילת שחרית
/ביי איינע פון די טעגליכע שפאצירן בנאות דשא. ווי עס ווערט הערליכע שמועסען מיט חסידים ואנשי מעשה, פון פארשידענע אינטערסאנטע נושאים בדברי תורה וחסידות, משולב בסיפורי צדיקים.
Photos · 2
וקוי ה' יחליפו כח

כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אויף מנוחת הנפש במקום הנופש פאלם ספרינגס, קאליפארניע

ביי קריאת התורה, און ביי תפילת מנחה /מעריב.
Photos · 4
מסיבת לחיים פארגאנגענעם פרייטאג שמות נאך שחרית ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א במקום הנופש פאלם ספרינגס, לרגל הילולת זקינו הרה"ק הבעל התניא זי"ע
Photo
מסיבת לחיים פארגאנגענעם דאנערשטאג שמות נאך שחרית ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א במקום הנופש פאלם ספרינגס, לרגל סיום סדר זרעים במסגרת חבורת אהבת קדומים ביים שיעור וואס ווערט פארגעלערנט דורך נכדו הרב יוקל טייטלבוים שליט"א

Thursday1 Shevat 57811/14/2021

News
בפקודת הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א קומט פאר אין די יעצטיגע ימי השובבי"ם "שיעורי אבן העזר" און אלע גרעסערע בתי מדרשינו איבער די גארער וועלט.

"לדעת את האסור ואת המותר, 'ואת המעשה אשר יעשון"!
News
היינט ר"ח שבט וועט מען קענען מיטהאלטן די פייערדיגע 'הלל' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א במקום הנופש פאל"ם ספרינג"ס, קומט אויס ניו יארק'ע זייגער ארום 11:45, אויף קול סאטמאר
845-951-1110
#311 פון די מעין מעניו.
News
קול רנה וישועה באהלי צדיקים
היינט קומט פאר די שמחת הברית מילה פאר נכד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בן הנולד לנכדו הרב חיים הערש ט"ב בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה - ויואל משה שליט"א -חדב"ן, וחתן הגה"צ אב"ד אוסטילא שליט"א. קומט פאר אין ביהמ"ד אוסטילא אין בארא פארק.
שישו ושמחו בשמחת רבינו

Wednesday29 Teves 57811/13/2021

News
מודעה מטעם "בית האופה" דקהלתינו הק' קרית יואל /וויליאמסבורג
News
היינט קומט פאר די חתונה פון די כלה בת הגה"צ ר' מענדל וועצבערגער שליט"א דומ"ץ דקהלתינו הק' מאנטריאל, מיט החתן בן הרה"ג ר' יוסף דוד לעווי שליט"א ר"מ בישיבתינו "מתיבתא הקדושה" -סניף דברי יואל, קומט פאר באולם קרן ויואל משה בקרית יואל.
סימן טוב ומזל טוב יהא לנו ולכל ישראל
News
עד היכן הגעתם??? די אייגענע הויז בחור, אין א זאל וואס איז געבויעט געווארן צו טרינקן די בלוט פון די אייגענע טאטע!! און מען שעמט זיך עס נישט צו באריכטן!!
ישראל כשהן יורדין יורדין עד...

cutt.ly/KjmxQer
Twitterסאטמאר'ע נייעס 🌴עד היכן הגעתם??? די אייגענע הויז בחור, אין א זאל וואס איז געבויעט געווארן צו טרינקן די בלוט פון די אייגענע טאטע!! און מען שעמט זיך עס נישט צו באריכטן!! ישראל כשהן יורדין יורדין עד... https://t.co/QkmMdhdKUr
Show earlier days