בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

מיטוואךי"ד אייר תשפ"ד5/22/2024

באריכט
דינסטאג פרשת בהר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יואל גלאנצער הי"ו.
ב"ר יואל רעטעק הי"ו.
ב"ר אלימלך פריעדמאן הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ' פסוק ד'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:15 און געציילט ספירה פארן עמוד, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג פרשת בהר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
לבן הנולד אצל ר' חיים בערקאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' יואל משה כהנא הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
בן הר"ר חיים יעקב הערשקאוויטש שליט"א.
ב"ר אברהם שמואל יצחק שווארטץ הי"ו.
ב"ר מנחם מנלי בראך הי"ו.
ב"ר קלמן מאיר לאנדא הי"ו.
ב"ר יואל סאאל הי"ו.
ב"ר שלמה זלמן בערנאטה הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ' פסוק ד'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.

ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה בקו''פ ביז 1:00 אויפדערנאכט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון החתן משב"ק חנני' יו"ט ליפא דייטש ני"ו בן הרה"ח ר' ישראל יעקב הי"ו מיט הכלה בת הרה"ח ר' זלמן לייב פאלקאוויטש הי"ו, דער רבי האט געליינט די תנאים געטרינקן לחיים און ווארעם מאציל געווען מברכות קדשו און דערנאך מכבד געווען דעם חתן צו זאגן דאס פשעטיל ווי מ'האט אריינגעזינגן כנהוג.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:20 און געציילט ספירה פארן עמוד, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
זונטאג פרשת בהר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה קטנה סניף זרע קודש בהנהלת הרה''ג ר' יואל אשר ווידער שליט"א לרגל די יומדהל"ק פון הרה"ק בעל זרע קודש מראפשיץ זיע''א.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר ישראל מרדכי בראך הי"ו.
ב"ר מאיר מנחם בראך הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געצינדן 5 ליכט לרגל די הילולא קדישא.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר אלע בחורים, און דערנאך משמיע געווען דב"ק והדרכה און מסיים געווען בברכת קדשו.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.

ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש, אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה בקו''פ ביז 12:40 אויפדערנאכט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל פעלבערבוים הי"ו (וומסב''ג) - הרה''ח ר' שמואל מאיר הירש הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:40 און געציילט ספירה פארן עמוד.


▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

דינסטאגי"ג אייר תשפ"ד5/21/2024

בילדער · 6
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים שמחת התנאים באולם שע''י בביתו נאוה קודש פון הב' החתן המשב''ק חנני יו''ט ליפא דייטש ני"ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

זונטאגי"א אייר תשפ"ד5/19/2024

באריכט
שב''ק פרשת אמור 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פרייטאג צונאכטס ארום 8:45 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה"ח ר' יואל בר"מ עקשטיין הי"ו, און דער רבי האט געציילט ספירה פארן עמוד.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:15, עס איז פארגעקומען אן אפיעל פאר מתיבתא ברסלב עטה"ק בירושלים און בית שמש, דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.

ארום 10:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' החתן ישראל דושינסקיא ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א, הגבהת הכוס: נכד רבינו הרב מאיר יודא אשכנזי שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה''ג ר' יוסף לייב קאהן שליט"א, מנוחה ושמחה: הרב נחמן בן הרה"ג ר' מענדל הערש כהנא שליט"א (ב"פ).

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק אין הפטורה 'נבילה וטריפה מן הבהמה לא יאכלו הכהנים' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון אין עשה דוחה ב' לא תעשה.

קה אכסוף: הרב יחיאל מיכל גאלדשטיין שליט"א, ברכת המזון: נכד רבינו הרה''ג ר' זלמן לייב טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק בעל זרע קודש מראפשיץ זיע''א וואס די יארצייט געפאלט היינט זונטאג י"א אייר. קה רבון עלם: הרה"ח ר' יקותיאל בראנדוויין הי"ו (ב"פ), די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרה"ח ר' ישראל לאנדא הי"ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 1:25.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:40. ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר משה טייטלבוים שליט"א בן האדמו"ר מסאסוב שליט"א, צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' לייזער שפיטצער הי"ו (מאנטרעאל), פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' יקותיאל בראנדוויין הי"ו.

עליות. כהן: הב' ב"ר שלום ברעכער הי"ו. לוי: ר' משה יצחק בערגער הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. שלישי: ר' יקותיאל מנשה פריעדמאן הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. רביעי: בעל ברית ר' שלמה ברא"ל מארקאוויטש הי"ו. חמישי: בעל ברית ר' שמואל בר"מ טייטלבוים הי"ו. שישי: רבינו שליט''א. שביעי: הב' החתן המשב"ק חנני' יו"ט ליפא דייטש ני"ו. אחרון: הרה"ג ר' יושע געלב שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' וומסב''ג. מפטיר: הרה"ח ר' יצחק אייזיק זילבערשטיין הי"ו. הגבה: הרה"ח ר' פייבוש מענדלאוויטש הי"ו (ב"פ). גלילה: הרה"ח ר' מנחם בר"ש טייטלבוים הי"ו (וומסב''ג).

מוסף: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו, פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' ארון לייב מארקאוויטש הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית'ן:
לבן הנולד אצל ר' שלמה מארקאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
לבן הנולד אצל ר' שמואל טייטלבוים הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק. מען האט געענדיגט ארום 12:45.

ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האבן מיטגעגעסן די בחורים תלמידי שיעור ג' פון ביידע סניפים, סניף עצי חיים און ישיבה גדולה עסק התורה מאנסי.
במשך די סעודה האבן די בחורים געהאט די געלעגענהייט צו פרעגן שאלות בכמה ענינים בהלכה בהשקפה ובמנהג אויף וואס דער רבי האט געענטפערט און אויסגעשמועסט בטוב טעם ודעת.
נאך די זמירות האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק 'בסוכות תשבו שבעת ימים' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון בנים למקום.
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען בנש"ק הב' שמואל צבי אונגאר ני"ו. מען האט געענדיגט ארום 3:10.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 8:40. מנחה: הרה"ח ר' ישראל יעקב בראך הי"ו. הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ישראל יעקב דייטש הי"ו. כהן: הרה"ג ר' אהרן יעקב כהנא שליט"א (מאנסי). לוי: הר"ר אלכסנדר מייזעלס שליט"א (ב"פ). שלישי: הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א. הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה"ח ר' אלי' יצחק ראזענבערג הי"ו.

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו. שיר המעלות: הרה"ג ר' אהרן יעקב כהנא שליט"א.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אמור אל הכהנים ואמרת אליהם' און געטייטשט אז דורך דעים וואס מען איז נישט נזהר פון שקר האט די יצר הרע א כח מפתה זיין א מענטש צו א עבירה, אז מען איז זיך מדבק צום אמת לאמיתו און מען איז זיך ממאס פון שקר עפענט מען פון הימל די אויגן צו קענען ניצל ווערן פון די איינרעדענישן פון די יצר הרע.
ידיד נפש: הרה"ג ר' נתן דוב שווארטץ שליט"א מו"ץ. קל מסתתר: הרה"ח ר' משה מאיר טייטלבוים הי"ו. דער רבי האט געבענטשט על הכוס.

מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' אברהם פילאפף הי"ו, און דער רבי האט געציילט ספירה פארן עמוד. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 11:00.

נאך הבדלה זענען אריין בקו''פ בביתו נאוה קודש א קבוצה בחורים מתלמידי ישיבה גדולה באבוב פון ב"פ וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש, דער רבי האט אויסגעפרעגט די לימודים און מאציל געווען מברכת קדשו.

אזוי אויך זענען אריין בקו''פ א קבוצה תלמידי ישיבת מאור התורה פון לעיקוואד וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש, דער רבי האט אויסגעפרעגט די לימודים און מאציל געווען מברכת קדשו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
פרייטאג ערש''ק אמור 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' פישל זינגער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר שלמה אהרן סופר הי"ו.
ב"ר אברהם הלל שפיטצער הי"ו.
ב"ר חנני' יו''ט ליפא פייערשטיין הי"ו.
ב"ר משה דוד גוטמאן הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

ווי שוין באריכטעט, ארום 2:30 האט רבינו שליט''א משמיע געווען דב"ק חיזוק והדרכה דורך א הוקאפ צום 'שבת מלכתא' אין אייראפע, אנגעפירט דורך הרבנית הצדיקת תליט"א.

ארום 5:00 נאכמיטאג זענען אריבערגעקומען די וואלענטירן און די קינדער פון די 'אחים ביחד' ארגאנאזאציע לרגל א גרויסע שבת התחזקות וואס איז פארגעקומען שב''ק אין שכונת טשעסטער קר"י, די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים, און דער רבי האט געהערט א באריכט פונעם מנכ''ל הרה"ח ר' הערשל כ"ץ הי"ו איבער די פילע פעולות פונעם ארגענעזאציע, דערנאך האט דער רבי געזאגט קורצע דברי התחזקות און אנגעוואונטשן ברכת קדשו און פארטיילט א תהילים פאר יעדעם באזונדער.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג פרשת אמור 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר אלי' שטיינמעץ הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכע תהילים שיעור אויף קאפיטל כ' פסוק ב', דערנאך זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען פון רבינו שליט"א לקראת זמן החדש, און עס איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג ארום 8:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה בקו''פ ביז 12:10 אויפדערנאכט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים הרה"ח ר' יצחק פאגעל הי"ו - הרה"ח ר' אלי' יצחק ראזענבערג הי"ו.

דערנאך האט דער רבי געדאווענט מעריב און געציילט ספירה פארן עמוד, נאך מעריב האט דער רבי געמאכט קידוש לבנה, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגט' אייר תשפ"ד5/17/2024

אוידיאו
דברות קודש מכ"ק רבינו הגה"ק שליט"א דורך א הוק-אפ פאר די אריבער 150 אלמנות ביי די 'שבת מלכתא' אין אייראפע.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
🎵 אוידיאו · 14:35⬇ אראפנעמען 13.4 MB
מודעה
הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א וויילט אויף דעם שב''ק אויף א שבת התאחדות בקרב קהלתינו הק' אין מאנטרעאל קאנאדע בשליחות הקודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
הערליכע 'שבת מלכתא' פאר אריבער 150 אלמנות פון איבער גאנץ אייראפע, פראכטפול צוגעגרייט אינעם וואדלענד'ס עיווענט סענטער האטעל, אין בערדפארדשייער לעיק, ענגלאנד.
אהנגעפירט דורך הרבנית הצדיקת תחי' און אירע חשובע קינדער - די וומסב"ג'ע רביצין תחי' און רביצין אשכנזי תחי'.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
היינט פרייטאג, ערש"ק אמור, ט' אייר, געפאלט די יארצייט פון הרבני הנגיד הנכבד מוה"ר יצחק ב"ר צבי ראזענבערג ז"ל, ראה"ק דקהלתינו בוומסב"ג יצ"ו.

אנשי שלומינו שיחי' די בכל אתר ואתר וועלן לערנען משניות און צינדן ליכט לטובת נשמתו, ויהא זכרו ברוך!

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דאנערשטאגח' אייר תשפ"ד5/16/2024

פייל
גליון "קול התאחדותינו"
פרשת אמור, שנת תשפ"ד לפ"ק.

(מהדורת ארה"ב)

יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו

גם רצו"פ מדור משולחן מלכים

עם מדור מעשה חש"ב החדש 'שבחי רמב"ן'
ביאורים בדברי הרמב"ן בפרשתן

▫ סאטמאר'ע נייעס 🌴
📄 אמור תשפ''ד חו''ל-19.5 MB
בילדער · 5
הנהלת כולל שומרי החומות בקו''פ ביי כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א דעם דינסטאג בביתו נאוה קודש אין וומסב''ג, מקבל זיין ברכת הקודש לרגל זייער בעפארשטייענדע דינער השנתי קומענדיגן דינסטאג בהר פסח שני.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך פרשת אמור 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ראובן לעווי הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר יודא ארי' ווייס הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ' פסוק ב, דערנאך זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען פון רבינו שליט"א לקראת זמן החדש, און עס איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:30 ביז 11:50 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל בר"ש ראזענפעלד הי"ו (מאנטרעאל) - הרה"ח ר' יוסף מרדכי רובין הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:50 און געציילט ספירה פארן עמוד.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מיטוואךז' אייר תשפ"ד5/15/2024

בילדער · 9
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים מעמד 'הכרת הטוב' צוגעשטעלט דורך די וועד הפעולה שע"י העדה החרדית פאר די צענדליגער עסקנים און די נגידי קהלתינו הק' וועלכע האבן זיך משתתף געווען בגוף ובממון פאר די 'קיום התורה' קאמפיין שע"י קרן תמכין דאורייתא בנשיאות כ''ק מרן פוסק הדור ומרא דארעא קדישא שליט"א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 5
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א ריש מתיבתא רבתי - ביים דרשת פתיחת הזמן לרגל התחלת זמן הקיץ פאר די אריבער 1200 תלמידי המתיבתא, בהיכל הישיבה סניף ויואל משה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 3
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביי ניחום אבלים ביי הרה''ח הישיש ר' יעקב גליק הי''ו ע''פ אחיו הרה''ח ר' משה ע''ה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 2
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביי ניחום אבלים ביי משפחת המנוח הר''ר יעקב פעקעטע ע''ה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג פרשת אמור 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים - שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר עזריאל יאקאבאוויטש הי"ו.
ב"ר יואל שווארטץ הי"ו.
ב"ר פנחס שלמה פערלמוטער הי"ו.
ב"ר יואל ווייזער הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ' פסוק ב', דערנאך זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען פון רבינו שליט"א לקראת זמן החדש, און עס איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

נאכמיטאג ארום 5:10 איז דער רבי אנגעקומען בהיכל המתיבתא סניף 'ויואל משה' צום דרשת פתיחת הזמן פאר די אריבער 1,200 תלמידי הישיבה, דער רבי האט צום ערשט געדאווענט מנחה בהיכל הביהמ"ד, און ארום 5:30 אנגעהויבן די דרשת פתיחת הזמן בדברי דרוש ואגדה אויף די וואכעדיגע סדרה, און ארומגערעדט אז מען לערנט יעצט אין ישיבה פרק המפקיד די הלכות פון שומר חינם און שומר שכיר, און שטארק מעורר געווען אויסצוניצן די בחור'ישע יארן בתורה ויראת שמים און זיין א שומר אויף די נשמה און בויען א פעסטע יסוד פאר די גאנצע לעבן, און דערנאך ממשיך געווען מיט הדרכה ומוסר, זיך צושטעלן צו די סדרי הישיבה, גיין אין מקוה יעדן טאג, לערנען ספרי מוסר וחסידות בקביעות, די שיינקייט פון די שבתים אין ישיבה, און איבער די דערהויבענקייט פון סעודת רעוא דרעוין, טוהן חסד איינער מיטן צווייטן, און איבערגע'חזר'ט די תקנה פון רביה"ק מייסד הישיבה זיע''א נישט צו גיין צו חתונות, און שטארק מעורר געווען איבער די תקנה נישט צו דרייוון, און נאכגעזאגט לשונו הק' פון רביה"ק זיע''א וועלכע האט זיך אויסגעדרוקט זייער שארף איבער דעם ענין אז בחורים זאלן נישט דרייוון, און מסיים געווען בדברי חיזוק פאר די בחורים בעניני השקפה וציונות, און די זכי' וואס די בחורים האבן צו לערנען אין די ישיבה פון רביה"ק זיע''א, און דערנאך צוגעענדיגט מיט דברי ברכה. מען האט געענדיגט ארום 6:20.

פארנאכטס איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
ביים אנקומען קיין וומסב''ג האט דער רבי צום ערשט מנחם אבל געווען משפחת כהנא היושבים ע"פ אמם הישישה ע"ה אלמנת הרה"ח ר' יוסף מרדכי כהנא ע"ה.
דערנאך האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת פעקעטע היושבים ע"פ אביהם הרה"ח הישיש ר' יעקב פעקעטע ע"ה.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:45 ביז 12:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה הנהלת כולל שומרי החומות אפנעמען ברכת הקודש לרגל די בעפארשטייענדע דינער השנתי קומענדיגן דינסטאג בהר פסח שני, דער רבי האט געהערט א באריכט איבער די לעצטערע פעולות און מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 און געציילט ספירה פארן עמוד, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

נאך די זמני כניסה האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' יעקב גליק הי"ו ע"פ אחיו הרה"ח הישיש ר' משה גליק ע"ה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג