בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

זונטאגי"ח אייר תשפ"ד5/26/2024

ווידיאו
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים מעודד זיין די ריקודין פון די רבא רבבות מישראל ביים הדלקה רבתי בעת נעילת החג

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
רבא רבבות מישראל ביי די פייערדיגע ריקודים ביים הדלקה רבתי בעת נעילת החג אין שפיץ פונעם מנהיג העדה כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
נאך פון די הייליגע געהויבענע מינוטען איידערן מדליק זיין די מדורה

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
רבא רבבות מישראל ביי די פייערדיגע ריקודים ביים הדלקה רבתי בעת נעילת החג אין שפיץ פונעם מנהיג העדה כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
לכבוד התנא האלוקי

כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים מדליק זיין די מדורת אש און די פייערדיגע ריקודי קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים גיסן שמן להדלקת המדורה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
געהויבענע מינוטען איידערן מדליק זיין די מדורה

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
רבש''ע האב שוין רחמנות אויף דיינע קינדערליך

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
מדת הרחמים עלינו התגלגלו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
פייערדיגע דברות קודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א איבער די מצב אין אתרא קדישא מירון

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א איז יעצט ארויף אויפן ספעציעלע בימת ההדלקה ווי מען וועט זינגען נגוני התעוררות און דערנאך וועט רבינו שליט''א מדליק זיין די מדורת אש און זיך ארויסלאזן אין פייערדיגע ריקודי קודש לכבוד התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי, אינאיינעם מיט די רבא רבבות מישראל וואס זענען פארזאמעלט אויף די ריזן שטחים ארום ביהמ''ד הגדול אין קרית יואל

תורתו מגן לנו ומאירת עינינו הוא ימליץ טוב בעדינו אדונינו בר יוחאי

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
קול ה' חוצב להבות אש

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
קול ה' חוצב להבות אש

כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א האט אין די יעצטיגע מינוטען אנגעהויבן די פייערדיגע דברי אלוקים חיים איידערן אנצינדן די מדורת אש לכבוד התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי.

צוליב די פלייץ פון צענדליגער טויזענטער אריינריפער מיטצוהאלטן די הוקאפ איז צוגעלייגט געווארן נאך א נאמבער מיט נאך צענדליגער טויזענטער ליינס
6053136528
3518887117


▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
געהויבענע מינוטען ביים מעמד הדלקה רבתי בעת נעילת החג במקהלות רבוא רבבות מישראל

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
תורתו מגן לנו ומאירת עינינו הוא ימליץ טוב בעדינו אדונינו בר יוחאי

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
רבן של ישראל כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים ערשיינען צום מעמד הדלקה רבתי בעת נעילת החג במקהלות רבוא רבבות מישראל

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
יום ל"ג בעומר בעת נעילת החג אין די יעצטיגע מינוטען קומט כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א אריין צום מעמד הדלקה רבתי במקהלות רבוא רבבות מישראל אויף די ריזן שטחים ארום ביהמ"ד הגדול בקרית יואל.

מען קען מיטהאלטן די הוקאפ אויף די בעקאפ נומערן פון קול סאטמאר.
3518887117

לכבוד התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

סובסקרייבט צו 'סאטמאר'ע נייעס' צו זיין פון די טויזענטער צו מיטהאלטן פון דער נאענט די גרעסטע מעמד ההדלקה לכבוד התנא אלוקי רשב"י, בעיר עוז לנו קרית יואל יצ"ו, במקהלות רבא רבבות מישראל בראשות כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א.
ווידיאו
שווערע טויזענטער אידן פילן שוין איבער די ריזן שטחים ארום ביהמ''ד הגדול אין קרית יואל צום מעמד ההדלקה רבתי בעת נעילת החג

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א קומט אין די יעצטיגע מינוטען אריין צו תפילת מנחה ברוב עם אין ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל יצ"ו.

תיכף דערנאך וועט זיך אי"ה אהנהייבן דער מעמד מרומם ההדלקה רבתי בעת נעילת החג, במקהלות רבוא רבבות מישראל בליעה"ר.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

סובסקרייבט צו סאטמאר'ע נייעס צו זיין פון די טויזענטער צו מיטהאלטן פון דער נאענט די גרעסטע מעמד ההדלקה לכבוד התנא אלוקי רשב"י, בעיר עוז לנו קרית יואל יצ"ו, במקהלות רבא רבבות מישראל בראשות כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א.

אין די זעלבע צייט זייט מזכה אייערע חברים מיט די "סאטמאר'ע נייעס" דורכן שיקן די לינק.
נייעס
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א וועט אריינקומען צו תפילת מנחה ברוב עם אין ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל יצ"ו אום 6:45 בדיוק.

תיכף דערנאך וועט זיך אי"ה אהנהייבן דער מעמד מרומם ההדלקה רבתי בעת נעילת החג, במקהלות רבוא רבבות מישראל בליעה"ר.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
לעצט מינוטיגע הכנות אין די שטחים ארום ביהמ''ד הגדול בעיר עוז לנו קרית יואל יצ"ו, לקראת דעם גיגאנטישן מעמד ההדלקה וריקודי קודש במקהלות רבוא רבבות אלפי ישראל היינט יום ל"ג בעומר הבעל"ט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 20
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים שלחן הטהור ומעמד החאלאקעס לכבוד התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי, מוצש''ק ליל ל''ג בעומר במעמד אלפי אנ''ש אין ביהמ''ד הגדול אין קרית יואל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
הרואה אוכלוסי ישראל אומר ברוך חכם הרזים (ברכות נח.)

רבוא רבבות ישראל בליעה"ר ערווארטעט היינט נאכט ביים מעמד הדלקה רבתי פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א בעיר עוז לנו קרית יואל יצ"ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
ערשטע בילדער כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים שלחן הטהור לכבוד ל''ג בעומר היינט מוצש''ק במעמד אלפי אנ''ש אין ביהמ''ד הגדול אין קרית יואל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
כדאי הוא רבי שמעון לסמוך עליו

ביומא דהילולא קדישא פונעם תנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי, נעמט א חלק אין שטיצן דעם חשוב'ן מפעל החסד שע''י קהל יטב לב ד'סאטמאר בני ברק, וואס פארזארגט ברויט און מילך פאר משפחות נצרכות מאנשי שלומינו.

מיט'ן ביישטייערן א נדבה וועט איר קענען שיקן א קוויטל ביומא דהילולא קדישא מיט א שליח וואס האט ערהאלטן א פערמיט צו גיין צום ציון המצוינת.

רופט: 845-907-1107

פרייטאגט"ז אייר תשפ"ד5/24/2024

באריכט
פרייטאג ערש''ק בהר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אינאיינעם מיט תלמידי כתות ו' ז' ח' סניף הר"ר שלמה נח היילברוין שליט"א בבנין הת"ת 'בנין קליין'.
ביים אנקומען איז דער רבי תיכף אריין בהיכל הביהמ"ד זיך אומקוקן אויף די לימודים.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
בן הרה"ג ר' מאיר האלבערשטאם שליט"א רב דביהמ"ד קשאנוב ומו"ץ דקהלתינו הק' וומסב''ג.
ב"ר חנוך דוב הורוויץ הי"ו.
ב"ר יושע דוב שווארטץ הי"ו.
ב"ר בנימין בלעקמאן הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר אלע קינדער, און משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט אז ביי ספירת העומר זעט מען אז מען ציילט יעדן טאג מער ווי די פריערדיגע טאג, דאס קומט אונז זאגן אז מען דארף זיין מוסיף והולך און שטייגן יעדן טאג מער און מער, און מסיים געווען בברכת קדשו.

דערנאך האט דער רבי פארטיילט שיריים פאר די מלמדים צו פארטיילן פאר די קינדער.

▫ סאטמאר'ע נייעס 🌴
באריכט
דאנערשטאג פרשת בהר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' גדלי' דוד זאלדאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר יואל מאסרי הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם סוגיא שיעור בשיעורי הישיבה, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.

ארום 8:40 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש, אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה בקו''פ ביז 12:30 אויפדערנאכט.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ הנהלת התאחדות אברכים שע"י קהלתינו הק' אפנעמען ברכת הקודש לקראת דעם מעמד 'יומא דרבי שמעון' ווי אלפי אנשי שלומינו וועלן אויסניצן דעם גרויסן טאג ל"ג בעומר מיט שעות פון לימוד התורה און אמירת תהילים, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די עסקנים.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים:
הרה"ח ר' יואל בר"ב פיש הי"ו - הרה"ח ר' וואלף גרובער הי"ו.
הרה''ח ר' חיים שרגא פריעד הי"ו - הרה"ח ר' שלמה ברש"י אפפעל הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30 און געציילט ספירה פארן עמוד.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
פייל
גליון "קול התאחדותינו"
פרשת בהר, שנת תשפ"ד לפ"ק.

(מהדורת ארה"ב)

יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו

גם רצו"פ מדור משולחן מלכים

עם מאמר נפלא 'פינת יקרת' בענין:
שיעור פאות הראש (ב).
מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א.

ועם מדור מעשה חש"ב החדש 'שבחי רמב"ן'
ביאורים בדברי הרמב"ן בפרשתן

▫ סאטמאר'ע נייעס 🌴
📄 בהר תשפ''ד חו''ל-3 (1)7.0 MB
נייעס
מזל טוב לכ"ק רבינו הגה"ק שליט"א

לרגל הולדת הבן שיחי'
אצל נכדו הרה''ג ר' זלמן טייטלבוים שליט''א רב דביהמ''ד בית מנחם זאב
חתן חדב''נ הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א

שישו ושמחו בשמחת רבינו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דאנערשטאגט"ו אייר תשפ"ד5/23/2024

באריכט
מיטוואך פרשת בהר פסח שני 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל בר"מ עקשטיין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר מנחם מאיר האפפער הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"א פסוק ב'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

ארום 5:25 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין די זאלן פון כינור דוד ווי דער רבי האט מעריך געווען שלחנו הטהור לרגל פסח שני אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה קטנה סניף היכל התורה וומסב''ג בהנהלת הרה''ג ר' יודא שטאלצבערג שליט"א.
דער רבי האט זיך געוואשן און געגעסן חלה און דערנאך געגעסן א שטיקל מצה, און מען האט אויפגעבן די מאכלים אזוי ווי יו"ט, במשך דעם טיש האט מען געזונגען ניגוני פסח און ניגוני יו"ט, מען האט אויפגעגעבן מצה כרעמזלעך און דער גאנצער ציבור איז אריבער נעמען שיריים.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען דברות קודש א לענגערע דרוש ופלפול לכבוד היום, און דערנאך ארומגערעדט הדרכה פאר די בחורים צו זיצן און הארעווען אין די תורה הקדושה, און מסיים געווען בברכת קדשו.
מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען דעם מנהל הרה''ג ר' יודא שטאלצבערג שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 7:00.

ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה בקו''פ ביז 12:00 אויפדערנאכט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
הרה"ח ר' יואל ברא"ש כ"ץ הי"ו (מאנטרעאל) - הרה"ח ר' יואל בר"ה מיטטעלמאן הי"ו.
הרה''ח ר' מיכל וויינגארטן הי"ו (וומסב''ג) - הרה"ח ר' ישראל יעקב בראך הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00, און געציילט ספירה פארן עמוד.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג