בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Friday1 Sivan 57846/7/2024

Report
פרייטאג במדבר ר"ח סיון 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה קטנה סניף אור החיים בהנהלת הרה''ג ר' יואל פארקאש שליט"א.
ביים אנקומען איז דער רבי אריין אין ביהמ"ד און אומגעקוקט אויף די לימודים מיט א שטארקע קורת רוח, דערביי האט זיך פארמירט א שמועס מיט האדמו"ר מזאבליטוב שליט"א פון שכונת שאגת אריה וועלכע איז געקומען לייגן תפילין פאר בנו הב' הבר מצוה ני"ו, ווי דער רבי האט פארציילט זכרונות מימי קדם פון די סוגיא שיעורים ביי רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א ווי דער רבי פלעגט זיך באטייליגן אינאיינעם מיט להבחל"ח אביו האדמו"ר בעל דובר מישרים מספינקא ז"ל.

פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
בן האדמו"ר מזאבליטוב שליט"א.
ב"ר מנחם שמואל פרענקל הי"ו.

דער רבי איז צוגעגאנגען צו אמירת הלל מיט גרויס התעוררות, און ביים ליינען עולה געווען רביעי.
צו מוסף איז צוגעגאנגען דער מנהל שליט"א.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און מען האט איבערגעגעבן פארן רבי'ן א קוויטל כוללות מיט די נעמען פון די תלמידי הישיבה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים, פאר די מרביצי תורה, און אלע תלמידי הישיבה, און משמיע געווען דב"ק וחיזוק פאר די בחורים אז יעדער דארף און יעדער קען לערנען, און ארויסגעברענגט בשבח פון די חשוב'ע ישיבה, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע בחורים און מרביצי תורה. מען האט געענדיגט ארום 12:30.

ארום 1:00 איז דער רבי אריינגעקומען צו די סעודת ר"ח אינעם זאל בביתו נאוה קודש אינאיינעם מיט 'חבורת תלמידי בידו' שע"י ישיבות קטנות דמוסדותינו הק', דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה און געעפענט די חלה מיט די הענט כנהוג אום עש"ק, נאכן עסן א כזית האט דער רבי אויסגעשמועסט דעם מנהג פון נישט ניצן קיין מעסער עש"ק און פארציילט א מעשה פונעם שינאווע רב זי"ע בנוגע דעם מנהג, במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני ר"ח און ניגוני קבלת התורה, מיט ברכו נפשי האט דער רבי מכבד געווען הרה''ג ר' ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א ראש המנהלים במוסדות קר''י.

דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט אז פון אברהם אבינו לערנט מען זיך ארויס אז טראץ וואס עבודת השם קומט נישט אייביג אן גרינג נאך אלץ דארף מען דינען דעם אייבערשטן אין אלע מצבים, און ארומגערעדט בשבח פון די בחורים פון די חבורה וואס טראץ יעדע בחור דארף הארעווען און לערנען און חזר'ן בלייבט עס אבער נאר ביים וועלן, אבער די בחורים גיבן אוועק זייער זייטיגע צייט צו חזר'ן און זיך פארהערן, כמותכם ירבו בישראל! און דער רבי האט מסיים געווען מיט דברי ברכה פאר די חשוב'ע עסקנים און אלע בחורים.
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הרבני החסיד ר' יצחק שווארטץ הי"ו פטרון החבורה. מען האט געענדיגט ארום 2:40.

▫ סאטמאר'ע נייעס 🌴
Report
דאנערשטאג פרשת במדבר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב דוב קויפמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר יואל אבערלענדער הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט א סוגיא שיעור בשיעורי הישיבה. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג ארום 7:00 זענען אריין בקו''פ בביתו נאוה קודש א קבוצה תלמידי ישיבה קטנה סניף חכמת התורה שע"י מוסדותינו הק' אין וומסב''ג בהנהלת הרה''ג ר' אלעזר פאנעט שליט"א וועלכע האבן אריינגעברענגט גרעסערע סכומים פאר די ישיבה פארגאנגענעם פורים העעל"ט, דער רבי האט אויסגעפרעגט איבער די לימודים און די בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.

ארום 8:10 איז דער רבי אריבער אין בנין הת"ת 'בנין קליין' ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים במסגרת 'מתמידים' דורך די תלמידי כתה ח' פון פון אלע סניפים, דער רבי האט זיך ארומגעדרייט צווישן די קינדער און זיך אומגעקוקט מיט א שטארקע קורת רוח, און משמיע געווען קורצע דברי ברכה.

ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש, אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה בקו''פ ביז 12:30 אויפדערנאכט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים:
הרה"ח ר' יואל בר"ש לעווי הי"ו - הרה"ח ר' אברהם עמרם מארקאוויטש הי"ו.
הרה"ח ר' יואל בר"ש ראזענבערג הי"ו (וומסב''ג) - הרה"ח ר' אלישע יואל ראזענפעלד הי"ו.

נאכ'ן תנאים האט דער רבי האט געדאווענט מעריב און געציילט ספירה פארן עמוד, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער מנהגי וויזניץ און איבער הרה"ק האהבת ישראל מוויזניץ זצ"ל וואס די יארצייט געפאלט דעם שב"ק ב' סיון, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך איז אריין בקודש פנימה הגאון ר' שלום קעלמר שליט"א מראשי ישיבת פילידעלפיע חתן הגאון רבי שמואל קאמינעצקי שליט"א ראש ישיבת פילידעלפיע, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די ישיבה און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 9
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים מסיבת לחיים נאך תפילת שחרית.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 12
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביי תפילת שחרית ואמירת הלל בהיכל ישיבה קטנה סניף אור החיים קרית יואל בהנהלת הרה''ג ר' יואל פארקאש שליט"א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photo
כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א בביקור בקו''פ אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 9
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים זיך אומקוקן ביים מסגרת פון 'מתמידים' פון תלמידי כתה ח' פון מוסדות קרית יואל, בבנין התלמוד תורה בנין קליין.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
File
גליון "קול התאחדותינו"
פרשת במדבר, שנת תשפ"ד לפ"ק.

(מהדורת ארה"ב)

יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו

גם רצו"פ מדור משולחן מלכים

עם מאמר נפלא 'פינת יקרת' בענין:
שיעור פאות הראש (ד).
מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א.

ועם מדור מעשה חש"ב החדש 'שבחי רמב"ן'
ביאורים בדברי הרמב"ן בפרשתן

▫ סאטמאר'ע נייעס 🌴
📄 במדבר תשפ''ד חו''ל3.7 MB

Thursday29 Iyar 57846/6/2024

News
מזל טוב לכ"ק רבינו הגה"ק שליט"א

לרגל הולדת הבן שיחי'
אצל נכדו הרה''ג ר' יואל אשכנזי שליט''א ר''מ בישיבת אהבת התורה
בן חדב''נ הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א וחתן הגה''צ אבד''ק טשאקאווע זצ''ל.

שישו ושמחו בשמחת רבינו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
מיטוואך פרשת במדבר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור, און ארומגערעדט דברי הכנה צום יו"ט שבועות און מעורר געווען צו מאכן א הכנה צו מתן תורה מיט שעות פון לימוד התורה, און אויפגעפאדערט אנ''ש די בכל אתר ואתר אנטייל צו נעמען אין די הכנה לקבלת התורה 'מעמד נעשה ונשמע' זיך צוזאמקומען אין די בתי מדרשים לערנען צוויי שעה רציפות דעם צווייטן טאג יו''ט פארן דאווענען אזוי ווי די פארגאנגענע צוויי יאר.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 12:20 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.

ארום 9:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים הרה"ח ר' חיים מנחם לאקס הי"ו (וומסב''ג) - הרה"ח ר' חיים הערש ראטה הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:20 און געציילט ספירה פארן עמוד.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Show earlier days