בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Monday18 Sivan 57846/24/2024

Photos · 15
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים מעמד יציקת הבורות ומסיבת לחיים בבנין ביהמ"ד החדש 'לב אהרן' אין וומסב''ג.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 12
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים מעמד חתימת שטרות ומסיבת לחיים אינעם אלטן ביהמ"ד אויף סאוט אכט אין וומסב''ג.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 6
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א נעכטן אין וומסב''ג באזוכט דעם שטח הבני' לרגל יציקת היסודות פארן בנין החדש והמפואר פון די ישיבה לצעירים שע"י מוסדותינו הק'.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 5
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א אין באגלייטונג פונעם מנהל המוסדות הרה"ח ר' אהרן וועלץ הי"ו, ביים זיך אומקוקן נעכטן אין בארא פארק אויפן גיגאנטישן שטח החדש וואס איז נארוואס אפגעקויפט געווארן דורך הנהלת מוסדותינו הק' צו בויען א נייעם מאיעסטעטישן בנין פאר די בית רחל הויך שולע.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 10
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א אויף א באזוך נעכטן אין ב''פ ביי הגה"צ רבי משה פריעדמאן שליט"א דומ"ץ דקהלתינו הק' ב"פ לרגל שמחת נשואי בתו למז"ט וואס קומט פאר היינט אויפדערנאכט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
שב''ק פרשת בהעלותך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ערש''ק נאכמיטאג האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן לייב ב"ר חיים ישראל ווידער הי"ו.

פרייטאג צונאכטס ארום 9:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: ר' דוד ברי"מ גלויבער הי"ו (לאנדאן).
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:40. און עס איז פארגעקומען די אפיעל פאר 'מרכז עזרה ויעוץ' בארה"ק. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.

ארום 11:15 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' יואל ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, הגבהת הכוס: נכד רבינו הרב מאיר יודא אשכנזי שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה"ח ר' אברהם שמחה פריעדמאן הי"ו, מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' יעקב לייב סופר הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ותדבר מרים ואהרן במשה' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון טעם כעיקר.

קה אכסוף: הרה"ח ר' שמואל יאקאבאוויטש הי"ו (ירושלים). ברכת המזון: הרה"ג ר' ארי' אשר אינדיג שליט"א מו"ץ ביהמ"ד מהרש"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון זקינו הרה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זיע''א וואס די יארצייט איז געפאלן בו ביום, שב"ק ט"ז סיון.

קה רבון עלם: הרה"ח ר' ישראל הכהן לאנדא הי"ו (וומסב''ג), די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. אז ביום השביעי: הרה"ח ר' עמרם הערמאן הי"ו (לאנדאן). מען האט געענדיגט ארום 2:00.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:30. ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' דוד הכהן לאנדא הי"ו (וומסב''ג), צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם שלום לאנדא הי"ו, פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' שמעי' קעסלער הי"ו (וומסב''ג).

עליות. כהן: החתן נח ב"ר אברהם יושע לאנדא הי"ו - באווארפען. לוי: החתן אשר לעמיל בן הר"ר אברהם יושע ווערצבערגער שליט"א - באווארפען. שלישי: החתן לייב ב"ר חיים ישראל ווידער הי"ו - באווארפען. רביעי: החתן אשר לעמיל ב"ר ברוך יצחק ווייס הי"ו - באווארפען. חמישי: החתן זאב ב"ר יודא שניטצער הי"ו - באווארפען. שישי: רבינו שליט''א.

נאכ'ן עולה זײן האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' שלמה ב"ר יושע יאקאב הי"ו.
ר' שמואל אליעזר ברילל הי"ו.

שביעי: החתן יצחק ב"ר יעקב קעסלער הי"ו - באווארפען. הוספות: החתן אלעזר ב"ר ליפא שפילמאן הי"ו - באווארפען. החתן שמואל מאיר ב"ר יחזקאל משולם גלויבער הי"ו - באווארפען. החתן ב"ר יואל מרדכי גוטמאן הי"ו. החתן אשר לעמיל ב"ר יעקב מרדכי לאנדא הי"ו. החתן יחיאל שלמה ב"ר יחזקאל שרגא שטיין הי"ו. החתן ישעי' ב"ר משה מנחם שלעזינגער הי"ו. החתן אהרן ב"ר עמרם יצחק וויינשטאק הי"ו. אחרון: החתן בן הר"ר אברהם יוסף פריעדמאן שליט"א. מפטיר: הרה"ח ר' דוד שמואל גאלדבערגער הי"ו. הגבה: הרה"ח ר' אייזיק הערש שפילמאן הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' יואל מרדכי גוטמאן הי"ו (ב"פ).

מוסף: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' מענדל בער ווידער הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אשר יצחק ווידער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק. מען האט געענדיגט ארום 12:45.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:05. מנחה: הרה"ח ר' מאיר שפיטצער הי"ו. הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מיכאל משה ברילל הי"ו. כהן: הרה"ח ר' יצחק יעקב כ"ץ הי"ו. לוי: הרה"ח ר' משה ווערצבערגער הי"ו (מאנטרעאל). שלישי: הרה"ח ר' שמואל דוד מארקאוויטש הי"ו (וומסב''ג). הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה"ח ר' יושע צבי פריינד הי"ו (וומסב''ג).

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו. שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'בהעלותך את הנירות' און געטייטשט אז די כח פון אהרן הכהן איז געבליבן עד היום הזה און ער איז עומד ומדליק את הנרות און מחזק לבבות נשברות פאר אידישע קינדער און משפיע אלעס וואס אידישע קינדער דארפן צוקומען.

ידיד נפש: הר"ר אברהם יוסף פריעדמאן שליט"א (וומסב''ג), קל מסתתר: הרה"ח ר' שלום יוסף גאטליעב הי"ו (וומסב''ג), דער רבי האט געבענטשט על הכוס און געזאגט שבע ברכות.

מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 11:15.

▫ סאטמאר'ע נייעס 🌴
Report
פרייטאג ערש''ק בהעלותך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
לבן הנולד אצל ר' יוסף אלעזר ניישטיין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' גדלי' ברמ"י פאלקאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין בנין הת"ת 'בנין קליין' אינאיינעם מיט די תלמידי כתות ו' ז' ח' סניף הר"ר יואל ווערצבערגער שליט"א. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר מרדכי משולם זושא שניטצלער הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר אלע קינדער און מלמדים, און משמיע געווען דב"ק והדרכה פאר די קינדער.

נאך שחרית איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד אהל ישראל מאיר בהנהלת הרה''ג ר' דוד שלמה עקשטיין שליט''א ווי עס איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל נכדו ר' ישראל מאיר בר"י פאלקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל, נאכן ברית איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, און דער רבי איז ארום זיך אומקוקן אינעם ביהמ"ד און אין די מקוה, און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר הרה''ג ר' דוד שלמה עקשטיין שליט"א.

▫ סאטמאר'ע נייעס 🌴
Report
דאנערשטאג פרשת בהעלותך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יואל ב"ר ברוך יצחק ווייס הי"ו.
ב"ר יוסף הערש גרינפעלד הי"ו.
ב"ר מנחם פרידמאן הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט א סוגיא שיעור בשיעורי הישיבה. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.

ארום 7:00 איז געווען אויף א באזוך בקו''פ בביתו נאוה קודש כ"ק אדמו"ר מבית יצחק דספינקא שליט"א אינאיינעם מיט מחותנו כ"ק אדמו"ר מזידיטשוב ב"ב שליט"א לרגל שמחת נשואי נכדיהם למז"ט וועלכע איז פארגעקומען אויפדערנאכט אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די גרויסע יחוס פון די חתן כלה און איבער פרטים פון די היסטארישע חתונה הזמנה פון הגה"ק בעל קדושת יו"ט זיע''א, דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם מאציל געווען מברכת קדשו פארן חתן, זיידעס, און פאר די גאנצע משפחה.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' משה מנחם שלעזינגער הי"ו - הרה"ח ר' מיכאל משה ברילל הי"ו, באולם כינור דוד.

דערנאך איז דער רבי אריבער צו די חופה בבית ספינקא - זידיטשוב פון די מחותנים הרה"ג ר' יהודה הורוויץ שליט"א און הר"ר יוסף דוב ראזענפעלד שליט"א אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס, דער רבי האט מסדר קידושין געווען און אויסגעווארט ביז נאך די חופה און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פארן חתן, מחותנים, די זיידעס און אנוועזנדע רבנים ובני המשפחה.



ארום 8:40 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

דערנאך ארום 9:00 איז דער רבי אריין אין די תנאים זאלן ווי עס איז פארגעקומען די פריוואטע שבע ברכות צוגעשטעלט דורך רבינו שליט"א פאר די בני המשפחה, ווי עס זענען געלאדענט געווארן די גבאים פון די וועדי קרן נשואין פון אלע בתי מדרשים שע"י ק''ק קרית יואל וועלכע שטעלן צוזאם גרויסע געלטער ארויסצוהעלפן אידן בעת שמחתם.
דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודת שבע ברכות, במשך די סעודה האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' יונתן שווארטץ הי"ו וועלכע האט אויסגעשמועסט פארשידענע לעזונגען צו ביליגער מאכן די הוצאות החתונה און מהנה געווען מיט דברי בדחנות לכבוד די שמחה.
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק בדברי דרוש בעניני שמחת חתן כלה און ארויסגעברענגט די שיינקייט פון אלע בתי מדרשים אין קר"י ווי עס איז פארהאן תורה, עבודה, וגמ''ח, און איבער די חשיבות פון גיין נאך געלט פאר א צווייטן, און מחזק געווען די עסקנים ממשיך זיין ביתר שאת, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן פאר א לענגערע צייט, מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען דער מחותן הרה"ג ר' אברהם יושע איגר שליט"א, ברכות ראשונות: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א, ברכה אחריתא: הגה''צ ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א רב דביהמ"ד דברי חיים. מען האט געענדיגט ארום 11:00.

דערנאך האט דער רבי געדאווענט מעריב בביהמ"ד בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מיטוואך פרשת בהעלותך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר יואל ווייסמאן הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ב פסוק ב'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
הרה"ג ר' אברהם יוסף פריעדמאן שליט"א (וומסב''ג) - הרה"ח ר' יואל בר"א ביקעל הי"ו, באולם כינור דוד.
הרה"ח ר' עמרם יצחק וויינשטאק הי"ו - הרה"ח ר' מאיר שפיטצער הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
הרה"ח ר' יואל מרדכי גוטמאן הי"ו (ב''פ) - הרה"ח ר' מרדכי גאלדבערגער הי"ו, באולם גינת קליין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:15 ביז 1:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 9:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הר"ר יעקב יוסף טווערסקי שליט"א בן האדמו"ר מראחמיסטריווקא מאנסי שליט"א וחתן הגה"צ ר' יצחק טווערסקי שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נשואי בנו החתן למז"ט, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת הקודש.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
הרה"ח ר' נחמן קליין הי"ו - הרה"ח ר' משה זאבעל הי"ו.
הרה"ח ר' הלל הירש הי"ו (וומסב''ג) - הרה"ח ר' יהודה מאשקאוויטש הי"ו.

עס איז געווען אויף א באזוך בקו''פ האדמו"ר מ'מיאלען שליט"א פון ארה"ק, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך איז אריין בקודש פנימה העסקן הרה''ח ר' אהרן בנציון ווידער הי"ו אפנעמען ברכת הקודש לקראת די פריימערי וואלן ווי ר' אהרן בנציון הי"ו לויפט יעצט פאר די ראקלענד קאונטי אסעמבלי זיץ, דער רבי האט אויסגעפרעגט איבער די פולע פעולות לטובה פון ר' אהרן בנציון הי"ו און ווארעם מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

Friday15 Sivan 57846/21/2024

File
גליון "קול התאחדותינו"
פרשת בהעלותך, שנת תשפ"ד לפ"ק.

(מהדורת ארה"ב)

יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו

גם רצו"פ מדור משולחן מלכים

עם מאמר נפלא 'פינת יקרת' בענין:
שיעור פאות הראש (ה).
מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א.

ועם מדור מעשה חש"ב החדש 'שבחי רמב"ן'
ביאורים בדברי הרמב"ן בפרשתן

▫ סאטמאר'ע נייעס 🌴
📄 בהעלותך תשפ''ד חו''ל8.2 MB
Show earlier days