בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

דאנערשטאגכ"א סיון תשפ"ד6/27/2024

ווידיאו
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א אין שטוב פון הרה''ח ר' שלום יצחק יאקאבאוויטש הי"ו לרגל שמחת נישואי בנו למז"ט, דינסטאג נאך די זמני כניסה אין וומסב''ג.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביי קביעות מזוזה ומסיבת לחיים בביתו החדש פון האברך הנגיד ר' יחזקאל שרגא בראך הי"ו, דינסטאג נאך די זמני כניסה אין וומסב''ג.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך פרשת שלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יעקב נפתלי קאסירער הי"ו.
ב"ר זאב דוב וויזענפעלד הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ב פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

ארום 4:00 איז געווען אויף א באזוך בקו''פ ביי רבינו שליט"א בביתו נאוה קודש מחותנו כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער פארשידענע מנהגים פון ירושלים, אזוי אויך האט דושינסקיא רבי שליט"א איבערגעגעבן א גריס פון ישיבה גדולה שיעור ד' ווי דער רבי שליט"א האט געדאווענט תפילת שחרית פארגאנגענע וואך, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם מאציל געווען מברכת קדשו.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.

ארום 8:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה בקו''פ ביז 12:45 אויפדערנאכט.

נאך די שקיעה ארום 8:45 (צוליב כ' סיון) האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
הר"ר אברהם יושע בר"מ ווערצבערגער שליט"א - הר"ר יואל פאסטערנאק שליט"א, באולם כינור דוד.
הרה"ח ר' אברהם גאלדבערגער הי"ו - הרה"ח ר' מאיר שאול יחזקאל העכט הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
הרה"ח ר' טובי' גדלי' פאשקעס הי"ו - הרה"ח ר' מענדל הערש ראזענבערג הי"ו, באולם גינת קליין.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים הרה"ח ר' שמעון הערשקאוויטש הי"ו - הרה"ח ר' יואל ברמ"ש ווייס הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג פרשת שלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים - שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר מרדכי שעהר הי"ו.
ב"ר צבי אילאוויטש הי"ו.
ב"ר יחזקאל שרגא הירש הי"ו.
ב"ר דוד מרדכי איידליס הי"ו.
ב"ר שמואל יודא בערקאוויטש הי"ו.
ב"ר נפתלי הירצקא ווייס הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ב פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי. און ארום 5:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.

ביים אנקומען אין וומסב''ג איז דער רבי אריבער צו די שמחת השבע ברכות פון הכלה בת הרה"ג ר' אהרן מייזליש שליט"א רב דביהמ"ד ברך משה ב"פ, בן הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א, פארגעקומען בבית בנו הרב מרדכי דוב מייזליש שליט"א אין וומסב''ג, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס בתולדות רבותינו הק' לבית העצי התמרים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן און מחותנים, פאר גיסו הגה"צ מאנטרעאלער רב שליט"א, און פאר די שוועסטער הרבנית ממאנטרעאל תחי'

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 9:00 ביז 12:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:20 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

נאך די זמני כניסה איז דער רבי אריבער בביתו החדש פון האברך הנגיד ר' יחזקאל שרגא בראך הי"ו, דער רבי האט קובע געווען א מזוזה, געטרינקן לחיים, און עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בקורות גדולי ישראל און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו פאר ר' יחזקאל שרגא הי"ו און פאר אביו הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו, און לרגל שמחת הבר מצוה פון בנו למז"ט האט רבינו שליט"א געגעבן א מתנה פאר'ן בר מצוה בחור ספרו לב אהרן על מס' פסחים.

דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' שלום יצחק יאקאבאוויטש הי"ו לרגל שמחת נישואי בנו למז"ט, ווי ס'איז אויך אנוועזנד געווען הגה"צ ר' יהודא דייטש שליט"א מעיה"ק ירושלים ת"ו, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט מעיין געווען פאר א לענגערע צייט אינעם נייעם הערליכן ספר אוצר גנזי ש"י וואס דער חשובער מחותן האט ארויסגעגעבן לכבוד די חתונה, ווי עס זענען געדריקט געווארן פילע כתבי ידות פון גדולי ישראל צדיקים הקודמים און דאס מעתיק געווען במילואו, דער רבי האט פארציילט גאר אינטערעסאנטע געשיכטע'ס בשייכות מיט עטליכע פון די כתבי ידות, דער רבי האט געטרינקען לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו פארן חתן און מחותנים.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

מיטוואךכ' סיון תשפ"ד6/26/2024

פייל
גליון "קול התאחדותינו"
פרשת שלח, שנת תשפ"ד לפ"ק.
(מהדורת ארה"ב)

יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו

גם רצו"פ מדור משולחן מלכים

עם מאמר נפלא 'פינת יקרת' בענין:
שיעור פאות הראש (ו).
מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א.

ועם מדור מעשה חש"ב החדש 'שבחי רמב"ן'
ביאורים בדברי הרמב"ן בפרשתן

▫ סאטמאר'ע נייעס 🌴

דינסטאגי"ט סיון תשפ"ד6/25/2024

נייעס
מזל טוב לכ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

לרגל אירוסי נכדו למז''ט
הבה"ח הרב דוד דוב מייזליש שליט''א
בן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א.

עב"ג הכלה ב''ק תחי'
בת הגה''צ ר' יואל האלבערשטאם שליט''א
רב ביהמ''ד בית שמואל בשכונת דברי חיים בקר''י
בן כ"ק הגה"צ אבד''ק טשאקאווע זצ''ל
וחתן הגה"צ אבד''ק ב"פ שליט''א.

שישו ושמחו בשמחת רבינו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג פרשת שלח

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' משה יודא ניימאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר יודא ווערצבערגער הי"ו.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"א פסוק ג'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
הרה"ח ר' אלי' צבי משה גאלדבערגער הי"ו - הרה"ח ר' נפתלי יעקב דרעזדנער הי"ו, באולם קרן ויואל משה.
הרה"ח ר' אברהם יושע לאנדא הי"ו - הרה"ח ר' שמואל ברא"מ גאלדשטיין הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
הרה"ח ר' ברוך יצחק ווייס הי"ו - הרה"ח ר' משה לעווינגער הי"ו, באולם גינת קליין.

נאך די חופות ארום 8:15 איז דער רבי אריבער בביתו החדש פון העסקן ר' משה יוסף ברא"ש פריעדלענדער הי"ו, דער רבי האט קובע געווען א מזוזה געטרינקן לחיים, דערביי איז פארגעקומען די חאלאקע פון בנו ני"ו, דער רבי האט אפגעשניטן עטליכע האר אנגעטוהן א קאפל און ציצית און מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה בקו''פ ביז 1:30 אויפדערנאכט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ברי"י רובין הי"ו - הרה"ח ר' מאיר פייערשטיין הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

נאך מעריב איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די חתונה פון החתן יחזקאל שרגא בן העסקן הדגול איש המעש הרה''ח ר' יואל ברמ"ד לאנדא הי"ו עב"ג הכלה בת הרה"ח ר' יואל משה ציק הי"ו (מאנטרעאל), עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער קהלתינו הק' אין מאנטרעאל און איבער דעם הערליכן נייעם פלייש געשעפט וואס שטייט אינער די פירערשאפט פונעם מחותן ר' יואל, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און זיידעס, און עקסטער א ברכת הצלחה פארן מחותן ר' יואל וכל מי שעוסקים בצרכי ציבור באמונה הקב"ה ישלם שכרם.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
זונטאג פרשת שלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' משה יודא ברש"ז ווייס הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר ישכר דוב היימאן הי"ו.
ב"ר אהרן קראוס הי"ו.
ב"ר יצחק שפיטצער הי"ו.
ב"ר יקותיאל אלי' אייגנער הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ב פסוק ב'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

ארום 12:45 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט קיין בארא פארק באשיינען די חומש סעודה פון די תלמידי מוסדותינו הק' אין ב"פ, ארום 2:30 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול, ביים אנקומען אין ביהמ"ד האט זיך דער רבי באגריסט מיט גיסו הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א און ווארעם אנגעוואונטשן לרגל שמחת נשואי נכדתו למז"ט וואס איז פארגעקומען אויפדערנאכט אין ב"פ.
דער רבי איז אריין אין היכל הביהמ"ד ווי עס זענען אנוועזנד געווען די הונדערטער עלטערן און זיידעס פון די קינדער צווישן זיי פילע אדמורי"ם ורבנים צווישן זיי הגה''צ אבד''ק ב''פ שליט"א, הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א, האדמו"ר מבורשטין שליט"א, האדמו"ר מאלכסנדר שליט"א, און נאך פילע רבני העיר, די קינדער האבן געזינגען חרוזים לכבוד המאורע און עס האט אויפגעטרעטן הר"ר יוסף בנימין שטערן שליט"א מנה"ר, דערנאך האבן די קינדער פארגעזאגט די פסוקי חומש פון פרשת ויקרא, אנגעפירט דורכן מלמד מומחה הר"ר יודל ווערצבערגער שליט"א, דערנאך האט דער רבי פארטיילט א סידור פאר אלע קינדער.
דער רבי האט משמיע געווען קורצע דברי ברכה, געטרינקן לחיים, און אנגעוואונטשן פאר די קינדער און זייערע עלטערן. מען האט געענדיגט ארום 3:10.

פון דארט איז דער רבי צוגעפארן צום נייעם גיגאנטישער שטח אויף 18 און 53 וואס איז נארוואס אפגעקויפט געווארן דורך הנהלת מוסדותינו הק' צו בויען א נייעם מאיעסטעטישן בנין פאר די בית רחל הויך שולע, און דערביי געהערט א באריכט פונעם מנהל המוסדות הרה"ח ר' אהרן וועלץ הי"ו און און הרה"ח ר' יעקב לאנדא הי"ו אדמיניסטראטאר, און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.

פון דארט ארום 3:40 איז דער רבי אריבער אויף א באזוך אין שטוב פון הגה"צ רבי משה פריעדמאן שליט"א דומ"ץ דקהלתינו ב"פ לרגל שמחת נשואי בתו הצעירה למז"ט, עס האט זיך פארצויגן א הערליכע שמועס איבער פארשידענע מנהגים ביי ברית'ן און נאך פילע שאלות בהלכה בהלכות מעקה ובהלכות מקוה, דער רבי האט געטרונקען לחיים און ווארעם מאציל געווען מברכות קדשו.

ארום 4:40 איז דער רבי אנגעקומען אין וומסב''ג צו די מעמד יציקת הבורות אין ביהמ"ד החדש 'לב אהרן', צום ערשט אריין אינעם אלטן ביהמ"ד אויף סאוט 8 ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים וחתימת שטרות מיט די נדבנים פונעם ביהמ''ד החדש, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' חיים אהרן אונגאר שליט"א דומ"ץ הביהמ"ד און דערמאנט לשבח די מתפללי הביהמ''ד וואס האבן אין די לעצטע שטיק צייט אויפגעטריבן דעם אסטראנאמישע סכום פון אריבער זעקס מיליאן דאלער צו קענען ענדיגען דעם ביהמ"ד, דערנאך זענען די נדבנים ארויף אויפן אויבנאן און אונטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיט רבינו שליט"א און דער רבי האט יעדעם עקסטער מאציל געווען מברכת קדשו.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק אז ווען מען באנייט א ביהמ"ד פאר תורה און תפילה איז א שמחה פאר יעדעם איינעם, און געזאגט הדרכה ווען מען איז מחנך א ביהמ''ד עס זאל זיין מיוסד אויף די סאטמאר'ע יסודות אז די ביהמ"ד זאל באלאנגען פאר די מחנה אלקים און נישט ווערן נאכגעשלעפט פון די מחנה מגושמים, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר די חשוב'ע נדבנים, פארן חשובן דיין שליט"א וועלכע איז עוסק בדבר ה' זו הלכה א גאנצן טאג, און צוגעענדיגט מיט ברכות קדשו פאר די עסקני הביהמ"ד. מען האט געענדיגט ארום 5:20.
פון דארט איז דער רבי אריבער צום ביהמ"ד החדש ווי דער רבי האט באטראכט דעם שיינעם היכל, מיט די חלקים וואס וועלן גענוצט ווערן פאר די חדרי התפילה, וואס בשבתות וימים טובים וועט דאס געעפענט ווערן צו א פראכטפולער היכל פון קרוב צו 5 טויזענט ס.פ מיט הונדערטער זיצן בליעה"ר.
דערנאך איז דער רבי אראפ צו די מקוה ווי דער רבי האט געגאסן די בורות און דערנאך מכבד געווען צו גיסן הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א, הרה"ג דומ"ץ הביהמ"ד שליט"א, און די נדבני הביהמ"ד, דערנאך איז דער רבי צוריק ארויף צום היכל הביהמ"ד ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לכבוד המאורע, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור און משמיע געווען ביי די דב"ק די חשיבות ביים רבוש"ע ווען א איד וואס איז עוסק על המחיה ועל הכלכלה רייסט זיך אוועק אין ביהמ"ד צו דאווענען און לערנען, און אנגעוואונטשן אז מען באנייט א סאטמארע ביהמ"ד זאל זיין דא תורה עבודה וגמ''ח, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע מתפללי הביהמ"ד. מען האט געענדיגט ארום 5:50.

פון דארט איז דער רבי צוגעפארן צום שטח הבני' פונעם בנין החדש והמפואר פון די ישיבה לצעירים שע''י מוסדותינו הק', דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די בוי ארבעט און דערביי געהערט א באריכט פון הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו יו"ר הנהלת הישיבה, דערנאך האט דער רבי געגאסן די אבן הפינה און מכבד געווען צו גיסן הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א און הרה"ג ר' הערשל הורוויץ שליט"א מנהל הישיבה, און די חברי הנהלה, און דערביי געוואונטשן ברכות לרוב פאר די חברי הנהלה ועוסקים במלאכת הקודש צו בויען דעם שיינעם בנין. ארום 6:10 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין קר"י.

נאכמיטאג ארום 7:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

ארום 9:10 איז דער רבי אריבער צו ביהמ"ד אהל פיגא צו די צענטראלע שבע ברכות צוגעשטעלט דורך די מתפללי הביהמ"ד לכבודו פון רבינו שליט"א און חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד שליט"א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק בדברי תורה בענין שמחת חתן וכלה, און ארומגערעדט בשבח פונעם חתן און פון הגה"צ רב דביהמ"ד שליט"א, און מסיים געווען בברכת קדשו פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן אינאיינעם מיטן חתן און די גאנצע אויבנאן פאר א לענגערע צייט, פארן זמן ר"ת האט מען געבענטשט, מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען חדב"ן הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א און דער רבי האט געזאגט די שבע ברכות.
נאכן בענטשן האט אויפגעטרעטן הר"ר ישראל מאיר פריעדמאן שליט"א בשם די מתפלל הביהמ"ד, און דערנאך הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א, דערנאך האט אויפגעטרעטן בדברי בדחנות הרה"ח ר' אלי' שווייצער הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 10:25.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
הר"ר אברהם יואל גראסבערג שליט"א (מאנסי) - הר"ר מנחם זאב זילבערשטיין שליט"א.
הרה"ח ר' יואל קרויס הי"ו - הרה"ח ר' אלי' שטיינמעטץ הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געדאווענט מעריב בביהמ"ד בביתו נאוה קודש.

נאך מעריב איז געווען זמני כניסה בקו''פ ביז ארום 11:45.

נאך די זמני כניסה האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' אברהם יוסף פריעד ע"ה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 20
חומש סעודה מיט די 150 תלמידים פון די 6 כיתה א' במוסדותינו הק' אין בארא פארק, זונטאג נאכמיטאג בבית מדרשינו הגדול אין בארא פארק בראשות כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג