סיום כתיבת האותיות מוצש''ק בביתו נאוה קודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' חיים אברהם ווייס הי"ו און ווערט אריינגעגעבן דאנערשטאג אין ביהמ"ד בית ברוך.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג פרשת קרח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר יואל הכהן רובין הי"ו. ב"ר ישראל הכהן הארטשטיין הי"ו. ב"ר יעקב שמחה שעהר הי"ו. ב"ר יחיאל אלטר האפמאן הי"ו. ב"ר יצחק אייזיק יעקב גאלדשטיין הי"ו. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ב פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי. און ארום 6:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
ארום 8:35 איז דער רבי אנגעקומען אין שיכון סקווירא צו די שמחת השבע ברכות פון א אור אייניקל ביי גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וועלכע איז פארגעקומען אינעם שאטער נעבן ביהמ"ד, דער רבי האט זיך באגריסט מיט גיסו האדמו"ר מסקווירא שליט"א, און עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט אין א פייערליכן טאנץ מיטן חתן און דערנאך מיט האדמו"ר מסקווירא שליט"א, דערנאך האט דער רבי געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן גרויסן עלטער זיידן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א. דער רבי האט פארלאזט די שבע ברכות ארום 8:50.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 9:30 ביז 12:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
זונטאג פרשת קרח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר יואל ב"ר משה יוסף ווערטהיימער הי"ו. ב"ר עזריאל שפיטצער הי"ו. ב"ר בנימין זאב מארקאוויטש הי"ו. ב"ר משה יחיאל מרדכי אראן הי"ו. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
ארום 12:45 איז רבינו שליט''א אריבער געפארן קיין מאנסי צו באשיינען די יערליכע חומש סעודה דורך די תלמידי המוסדות וועלכע איז פארגעקומען אין די זאלן פון עטרת טשארנא אין מאנסי.
אויפן וועג האט זיך דער רבי אפגעשטעלט ביי ישיבה אור ודעת ווי דער רבי האט מלוה געווען די מטה פון כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצ"ל פאר א שטיק צייט אינאיינעם מיט גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.
דערנאך איז דער רבי אריבער געפארן צו די חומש סעודה, דער רבי איז אנגעקומען ארום 2:00 און זיך באגריסט מיט די רבנים אויפן אויבנאן און מיט הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א, די קינדער האבן פארגעזינגען חרוזים לכבוד המעמד, און דערנאך זענען אלע קינדער אריבער און דער רבי האט פארטיילט א תהילים. דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די קינדער און זייערע עלטערן, און משמיע געווען דברי ברכה. מען האט געענדיגט ארום 2:30.
דערנאך איז דער רבי אריין אין א זייטיגע שטוב ווי עס איז פארגעקומען מעמדי חתימת שטרות פאר די פילע אנ''ש וועלכע האבן אויפגעטריבן סכומים הגונים ביים 'להעמידם' קאמפיין און דערמיט אפגעקויפט זכותים במוסדותינו הק', עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' דוד שלמה לאוב שליט"א מגי''ש בקהלתינו הק', דערנאך זענען ארויף די נדבנים און אונטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיט רבינו שליט"א און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר יעדעם באזונדער, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן פארן מנהל המוסדות הרה"ח ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי"ו.
פון דארט איז דער רבי אריבער צום שטוב פון הרה"ג ר' יודא לייב ניימאן שליט"א, ווי עס איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי זיינע חשוב'ע שוואגערס בני הרה"ח ר' פנחס נחמן גלויבער ע"ה אינאיינעם מיט זייער לשובע מאמע תחי' האבן אפגעקויפט א זכות נכבד במוסדותינו הק' אין מאנסי, צום ערשט זענען אריבערגעקומען די עלטערע תלמידים פון מוסדותינו הק' און דער רבי האט פארטיילט מטבעות און סידורים פאר די וועלכע האבן אריינגעברענגט גרעסערע סכומים לטובת המוסדות פארגאנגענעם יו"ט פורים העעל"ט, דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' דוד שלמה לאוב שליט"א. דער רבי האט אונטערגעשריבן די שטרות און געטרינקן לחיים, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו פאר די גאנצע משפחה.
פון דארט איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' ישראל יעקב קאסירער הי"ו אויף א ביקור תנחימון נאך די פטירה פון אשתו ע"ה, דער רבי האט א לענגערע צייט ארומגערעדט דברי חיזוק פאר די בני המשפחה און די יתומים און מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 4:15 איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון הרה"ח ר' ישראל וויזענפעלד הי"ו ווי בנו הרה"ח ר' חיים הי"ו האט מנדב געווען א גרויסן סכום און אפגעקויפט א 'זכות קומה' בבנין הבית רחל החדש אין מאנסי, עס איז אנוועזנד געווען הרה"צ רבי אהרן טייטלבוים שליט"א רב קהל עצי חיים סיגוט מאנסי, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה אין מאנסי און נאך פארשידענע זכרונות, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' דוד שלמה לאוב שליט"א און מען האט געזינגען עטליכע ניגונים. דער רבי האט אונטערגעשריבן די שטרות געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו. דערנאך איז דער רבי געגאנגען זיך אומקוקן אויפן מקוה וואס הרה"ח ר' ישראל הי"ו האט געבויעט פאר די געגענט און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
פון דארט איז דער רבי צוגעפארן צום נייעם פאבריק פון די 'גאלדן טעיסט' פירמע אונטער די אייגנטומערשאפט פון הרה"ח ר' רפאל פערלמוטער הי"ו מראה"ק במאנסי, דער רבי האט געגאסן די יסודות און ווארעם מאציל געווען מברכות קדשו פאר הרה"ח ר' רפאל הי"ו. דערנאך ארום 5:15 איז דער רבי אריבער אויף א באזוך בהיכל ישיבה גדולה עסק התורה בהנהלת הרה''ג ר' ישראל מרדכי זיידענפעלד שליט"א, דער רבי איז צום ערשט אריין אין ביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים מיט א שטארקע הנאה, און דערנאך געדאווענט מנחה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה. נאך מנחה איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די תלמידי ורמ''י הישיבה, און משמיע געווען דב"ק וברכה פאר די בחורים און אנגעוואונטשן גוטע שידוכים בקרוב. אויפן וועג ארויס האט דער רבי באגריסט הגה''צ ר' משולם נתן שפיגעל שליט"א רב דביהמ"ד תפילה למשה קאלאשין ווי די ישיבה איז סטאנציאנירט, און מיט חותנו בנש"ק הר"ר משה גראס שליט"א מקערעסטיר. ארום 5:50 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין קר"י.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:45 ביז 12:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה זענען ארייין בקו''פ רבני וועד משמרת חומותיך ירושלים אינאיינעם מיט עסקני והנהלת מרכז עזרה ויעוץ שע"י העדה החרדית מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די עפענונג פון די נייע 'זיבעטע' אפיס פונעם מרכז אין שטאט אשדוד, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט איבער די פילצאליגע פעולות פונעם מרכז, און באזונדער האבן די עסקנים געגעבן א באריכט איבער די אנגייענדע 'פודה' קאמפיין אנצושליסן אנ"ש אלץ שותפים אין די הייליגע פעולות פונעם מרכז, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט ביי די רבני וועד משמרת חומותיך ירושלים איבער די פילצאליגע פעולות איבערן ביטערן גזירות הגיוס אין ארה"ק, און די רבנים האבן איבער געגעבן א דעטאלירטע באריכט איבער די היסטארישע עצרת מחאה וועלכע איז פאררופן געווארן דורך די עדה החרדית עפ"י קריאת כ"ק פוסק הדור ומרא דארעא קדישא שליט"א אויף כיכר זופניק וואו אלופי אלפי בני העדה זענען זיך צוזאמען געקומען אויסשרייען דעם זעקת הקודש קעגן די ביטערע גזירת הגיוס, ווי אויך איבער די פילע פלענער אויף להבא למען הצלחת המערכה, דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו פאר די עסקני ורבני המרכז, און במיוחד האט דער רבי ווארעם אנגעוואונטשן פאר האברך ר' הערשל בר"י פריעדמאן הי"ו ראש העסקנים בארה"ב, און פאר הרבני הנגיד ר' יצחק שיפף יו"ר הנהלה בארה"ב.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים הרה"ח ר' שלום משה מנחם עקשטיין הי"ו - הרה"ח ר' יואל ברח"ב פילעפף הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב''ק פרשת שלח מברכים חודש תמוז 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
פרייטאג צונאכטס ארום 9:10 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה"ח ר' אשר זעליג בלייך הי"ו. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:35. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 11:00 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה. אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, הגבהת הכוס: הרה"ח ר' יוסף לייב יאקאב הי"ו (ירושלים).
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה"ח ר' יוסף לייב יאקאב הי"ו, מנוחה ושמחה: ר' יואל ישראל וואגשאהל הי"ו (מאנסי).
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'שלח לך אנשים' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון אין עשה דוחה לא תעשה ועשה.
קה אכסוף: הרה"ח ר' ירמי' דושינסקיא הי"ו (ירושלים), ברכת המזון: נכד רבינו החתן הרב דוד דוב מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק רבי מיכל מקירמא זצ''ל וואס די יארצייט געפאלט מיטוואך כ"ז סיון.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' מרדכי מיטטעלמאן הי"ו (וומסב''ג), די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, אז ביום השביעי: הר"ר מאיר סימאן שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 1:35.
וביום השבת קודש
שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:40. ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' יואל מאיר פריעדמאן הי"ו. דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק און צוגעגאנגען צו שחרית.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יושע ארי' גרינוואלד הי"ו, פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' טובי' שרייבער הי"ו.
עליות. כהן: הרה"ח ר' יואל ברי"ש קאהן הי"ו. לוי: ר' משולם איסר לעווי הי"ו. שלישי: החתן אלעזר ב"ר ליפא שפילמאן הי"ו. רביעי החתן ליפא ב"ר יואל מאיר פריעדמאן הי"ו. חמישי: החתן שמואל מאיר ב"ר יחזקאל משולם גלויבער הי"ו. שישי: רבינו שליט''א.
נאכ'ן עולה זײן האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: ר' אשר זעליג בלייך הי"ו. ר' יואל בר"א אקער הי"ו. ר' אהרן בר"י זילבערשטיין הי"ו.
שביעי: ר' יואל בר"ש לאנדא הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. אחרון: ר' יואל עזרא לעווי הי"ו. מפטיר: הרה"ח ר' חיים קארנבלי הי"ו. הגבה: הרה"ח ר' אהרן שמואל שרייבער הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' אלי' מרדכי בראך הי"ו. נאכן ליינען האט רבינו שליט"א ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעורורות.
מוסף: הרה"ח ר' שלום יצחק שעהר הי"ו. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יעקב יצחק ווינקלער הי"ו (וומסב''ג).
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית'ן: לבן הנולד אצל ר' משולם איסר לעווי הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. לבן הנולד אצל ר' ברוך בר"ל סאמעט הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. מען האט געענדיגט ארום 12:45.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:00. מנחה: הרה"ח ר' יוסף משה גלאנץ הי"ו. הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' בצלאל משה גאלדבערגער הי"ו. כהן: הרה"ח ר' יוסף לייב סאנדער הי"ו (וומסב''ג). לוי: הרה"ח ר' ישראל שמחה לאנדא הי"ו. שלישי: הרה"ח ר' משה דוד גוטמאן הי"ו (וומסב''ג). הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה"ח ר' אברהם שמואל וויינבערגער הי"ו.
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' שלמה צבי בר"מ עקשטיין הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'והתחזקתם ולקחתם מפרי הארץ' און געטייטשט אז מען דארף משים אל הלב זיין עס קומט שוין די זמני תשובה און די תשובה ניצט מכח די אמונה שלימה בביאת המשיח יאר נאך יאר, מען דארף זיך מחזק זיין נישט צו איינשלאפן און ווער עס שלאפט זאל בית אויפוועקן עס קומט א יום הדין וואס מען איז דן אויף יעדע מעשה ומחשבה, ובפרט יעצט בימי הקיץ מען זאל נישט ווערן נאכגעשלעפט נאך די הבלי עולם הזה.
ידיד נפש: הרה"ח ר' יעקב יושע פריעדמאן הי"ו (וומסב''ג), קל מסתתר: הרה"ח ר' שמואל לייב בראך הי"ו (וומסב''ג), דער רבי האט געבענטשט על הכוס און געזאגט שבע ברכות.
מעריב מוצש''ק: הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א מו"ץ, נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 11:20.
ארום 12:30 איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א סיום כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' חיים אברהם ווייס הי"ו און ווערט אריינגעגעבן דאנערשטאג אין ביהמ"ד בית ברוך, דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מאנטאגכ"ה סיון תשפ"ד7/1/2024
בילדער · 24
שמחת התנאים פון החתן נכד כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א הרב דוד דוב מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, עב''ג בת הגה"צ ר' יואל האלבערשטאם שליט''א רב דבית מדרשינו בית שמואל, אין ביהמ''ד בית שמואל אין שכונת דברי חיים אין קר''י.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
זונטאגכ"ד סיון תשפ"ד6/30/2024
בילדער · 7
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א אין מאנסי, ביי די לוי' פון כ''ק אדמו''ר מקאסוב זצ''ל.
(מיט דאנק פארן מאנסי סקופ פארן אריינשיקן די בילדער צו די מערכת.)
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
פרייטאגכ"ב סיון תשפ"ד6/28/2024
נייעס
רייכע אויסגאבע 'היימשטאט' בעיר הגדולה לאלוקים 'קרית יואל' יצ"ו - פרשת שלח תשפ"ד לפ"ק.
פרייטאג ערש''ק שלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג פרשת שלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר אברהם בראך הי"ו. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ב פסוק א'.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צום מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד לרגל שמחת קישור החיתון פון נכדו החתן הרב דוד דוב מייזליש שליט"א ממציוני תלמידי הישיבה, בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, מען האט געזינגען ניגוני שמחה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, פארן בר מצוה בחור, און אלע תלמידי הישיבה, און עס האט אויפגעטרעטן דער מנהל הרה"ג ר' הלל ראבינאוויטש שליט"א. דער רבי האט משמיע געווען דב"ק בדברי אגדה בעניני נישואין און מסיים געווען בברכות לרוב. דערנאך האט דער חתן געזאגט די פשעטיל און מען האט אריינגעזינגען כנהוג, און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן אינאיינעם מיטן חתן. מען האט געענדיגט ארום 12:15.
נאכמיטאג איז פארגעקומען א ברית אין ביהמ"ד הגדול לבן הנולד אצל הר"ר חיים הערש בן הרה"ג ר' יעקב ווייס שליט"א ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד אינאיינעם מיטן בעל ברית.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים: הרה"ח ר' יואל מאיר פריעדמאן הי"ו - הרה"ח ר' אלי' מרדכי בראך הי"ו, באולם כינור דוד. הרה"ח ר' יואל פריינד הי"ו - הרה"ח ר' ישראל אברהם פעדער הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס. הרה"ח ר' יואל בר"ב באכנער הי"ו - הרה"ח ר' נתנאל יאזשעף הי"ו, באולם גינת קליין.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:50 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ברמ"ש איידליס הי"ו - הרה"ח ר' זאב שערצער הי"ו.
נאך די זמני כניסה איז דער רבי אנגעקומען אין בית מדרשינו בית שמואל בשכונת דברי חיים צו די שמחת התנאים פון נכדו החתן הרב דוד דוב מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, עב''ג בת הגה"צ ר' יואל האלבערשטאם שליט''א רב דבית מדרשינו בית שמואל. דער רבי איז אנגעקומען ארום 10:55 און זיך באגריסט מיט די זיידעס און רבנים אויפן אויבנאן, עס האבן אויפגעטרעטן די מחותנים שליט"א, דער רבי האט מסדר געווען די תנאים, און מכבד געווען דעם זיידן הגה"צ אבד''ק ב"פ שליט"א צו ליינען די תנאים, אלץ עדות האבן געדינט הרה"ח ר' הערשל לעווי הי"ו און הרה"ח ר' יצחק עקשטיין הי"ו, ערב קבלן: הרה"ח ר' יואל עפשטיין הי"ו, הרה"ח ר' מאיר הכהן גראס הי"ו. דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק בעניני נישואין, און ארויסגעברענגט די שמחה אז מען איז זיך משדך מיט אן אייניקל פון מר אביו רביה"ק בעל ברך משה זיע''א און מסיים געווען מיט ברכות לרוב. דערנאך האט דער חתן געזאגט די פשעטיל און מען האט אריינגעזינגען כנהוג, מען האט געזינגען ניגוני שמחה און דער גאנצער ציבור איז אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א. מען האט פארענדיגט ארום 12:00, אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די כלה כנהוג.