בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

קהילות הקודש

← ווייזט אלעס

דינסטאגי' תמוז תשפ"ד7/16/2024

בילדער · 12
חומש סעודה מיט די אריבער פינף הונדערט תלמידים בליעה''ר, אין די 21 כיתות פון כתה א' כ"י, פון אלע סניפי מוסדות קרית יואל יצ"ו. נעכטן זונטאג אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס, בראשות נשיא המוסדות כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

זונטאגח' תמוז תשפ"ד7/14/2024

בילדער · 7
הנהלת קרית יואל שליסט פרייעדיגע מקח פאר נייע ביהמ"ד לתורה ותפילה אינעם ניי אויפבליענדע שכונת בריגעדאן אין קרית יואל.
עסקני הביהמ''ד אינאיינעם מיט עסקני וועד הרחבת הגבולים בעיר הגדולה לאלוקים קרית יואל יצ''ו בקו''פ ביי כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א וואו דער רבי האט געהערט א באריכט און מאציל געווען מברכות קדשו.

בורא עולם בקנין השלם זה הבנין

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגו' תמוז תשפ"ד7/12/2024

בילדער · 2
פארשריט בבנין ביהמ''ד החדש דקהלתינו הק' אין לינדען ניו דזשערסי.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דינסטאגג' תמוז תשפ"ד7/9/2024

בילדער · 6
מסיבת לחיים לרגל דעם גמר המקח פון די בניני ישיבה גדולה אין לאנדאן, אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' אליעזר לעוו הי"ו יו"ר הנהלת הישיבה, בהשתתפות הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א זייענדיג צוגאסט אין שטאט.

גרויסער מקח געשלאסן בעידודו ובברכת הקודש פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, אויף צוויי גרויסע בנינים ווי די ישיבה וועט פלאצירט ווערן שוין ביי די פתיחת שערי הישיבה קומענדיגען חודש אלול הבעל''ט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 5
היינט דינסטאג, שוין צום דריטן טאג פון העפטיגע בוי ארבעט, די פאקטישע גראבונגען צוצוגרייטן דעם ריזן באדן אויפן שטח הענקי אין הארץ פון ירושלים, אויפצובויען דעם בנין האדיר והמפואר ד'קהילתינו ומוסדותינו הק' אויף די יונה גאס אין ירושלים עיה''ק.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגכ"ט סיון תשפ"ד7/5/2024

פרייטאגכ"ב סיון תשפ"ד6/28/2024

ווייזט עלטערע נייעס