בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Friday13 Tammuz 57847/19/2024

Report
פרייטאג ערש''ק בלק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד נועם אלימלך ליזענסק אינאיינעם מיט ישיבה קטנה סניף אהבת התורה שע"י מוסדותינו הק' בוומסב"ג, בהנהלת הרה''ג ר' יחיאל מיכל סעקולא שליט"א. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יואל ב"ר זכרי' ראטה הי"ו.
ב"ר אברהם בנימין זאב שפיטצער הי"ו.

נאכן דאווענען זענען אריין בחדר הפרטי תלמידי שיעור א' אינאיינעם מיטן מגי''ש נכד רבינו הרה''ג ר' יואל אשכנזי שליט"א ווי דער רבי האט פארהערט די בחורים אויף שו"ע הלכות ברכת הפירות וואס מען האט געלערנט אין די ישיבה.

דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די מגידי שיעור, בר מצוה בחורים, און פאר אלע תלמידי הישיבה, און משמיע געווען דב"ק אז די בחור'ישע יארן זענען די עיקר יארן פון די לעבן און מען דארף זען צו קונה זיין א 'אהבת התורה', און ארומגערעדט דברי הדרכה, זאגענדיג אז ער הערט צוריק הערליכע גריסן פון די ישיבה, און האט מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט ספרו לב אהרן במדבר פאר אלע תלמידי הישיבה, און דערנאך אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש.

בביתו נאוה קודש איז אריין הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו מראה"ק בוומסב''ג וועלכע איז נארוואס צוריקגעקומען פון זיין באזוך אין ארה"ק בקרב קהלתינו הק' אין ירושלים און בני ברק, און האט איבערגעגעבן א באריכט פון די בוי ארבעט ביים בנין הגדול תל תלפיות דקהלתינו ומוסדותינו הק' בירושלים עיה"ק ווי מען האט די פארלאפענע וואך אנגעהויבן די פאקטישע גראב ארבעט אויפן שטח, און איבער דעם גמר הבנין פונעם בנין המפואר בית חינוך לבנות בנות ארץ ישראל שע"י מוסדותינו אין בני ברק וואס שטייט שוין ביים גמר הבנוי', דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויף פארשידענע פרטים און מאציל געווען מברכות קדשו.

▫ סאטמאר'ע נייעס 🌴
Report
דאנערשטאג פרשת בלק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
לבן הנולד אצל ר' לייבוש פארקאש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' יואל בר"ל אפפעל הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר שלום יוסף לעווינגער הי"ו.
ב"ר מאיר משה שפיטצער הי"ו.
ב"ר יואל בר"ל עפשטיין הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען פארגעלערנט א סוגיא שיעור בשיעורי הישיבה. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאך שחרית האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ג ר' נתנאל ליבערמאן שליט"א מבעסערמין ע"פ אחיו ע"ה.

אין די פארמיטאג שעה'ן זענען אריין בקו''פ תלמידים פון ישיבת בית אברהם פון לעיקוואד בהנהלת הר"ר צבי בוים שליט"א, דער רבי האט פארהערט די לימודים און די בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יחזקאל שרגא כ"ץ הי"ו - הרה"ח ר' דוד זכרי' ראטה הי"ו, באולם כינור דוד.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 1:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 9:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א אסיפה בקו''פ אינאיינעם מיט הנהלת החברה קדישא דקהלתינו הק' ווי מען האט אויסגעשמועסט פארשידענע שאלות און ענינים אויף וואס דער רבי האט געגעבן הוראת קדשו.
אויך זענען אריין בקו''פ הנהלת ק''ק קרית יואל אינאיינעם מיט די עסקנים פון די 27'סטע ביהמ''ד החדש אין קרית יואל אויף די דזשיקוב גאס בשכונת דברי יואל, מקבל זיין ברכות קדשו לרגל פתיחת שערי ביהמ''ד דעם שב''ק, דער רבי האט געהערט א באריכט און דאן קורא שם געווען פארן ביהמ''ד 'ביהמ''ד אמרי נועם', און מאציל געווען מברכות קדשו.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
הרה"ח ר' שמעון שטערן הי"ו - הרה"ח ר' אליעזר זוסיא רייז הי"ו.
הרה"ח ר' מרדכי יצחק כ"ץ הי"ו - הרה"ח ר' יעקב יושע כהנא הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מיטוואך פרשת בלק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יוסף חביב מאסרי הי"ו.
ב"ר ברוך גרויז הי"ו.
ב"ר זלמן לייב פעקעטע הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ב פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאך שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
לבן הנולד אצל ר' יעקב ברא"מ לאנדא הי"ו, בבית הרה"ח ר' בנציון קליין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' אפרים הערש פארקאש הי"ו, בבית אביו הרה"ח ר' חיים הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
הרה"ח ר' יחזקאל וויינגארטן הי"ו - הרה"ח ר' חיים דוד ניישטאדט הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
הר"ר שלמה אלימלך שטיין שליט"א - הרה"ח ר' ישראל ארי' האללענדער הי"ו, באולם כינור דוד.
הרה"ח ר' שמואל מאיר האלצער הי"ו - הרה"ח ר' יעקב קעלנער הי"ו, באולם גינת קליין.

ארום 8:25 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה בקו''פ ביז 1:15 אויפדערנאכט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה נישט פון די פאלגענדע מחותנים.
הרה"ח ר' אהרן פערל הי"ו - הרה"ח ר' דוד יואל כהן הי"ו.
הרה"ח ר' אשר זעליג בלייך הי"ו - הרה"ח ר' שמעון שווארטץ הי"ו.

נאך די תנאים'ס האט דער רבי האט געדאווענט מעריב און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ עסקני וועד קרן הבנין פונעם היכל התורה 'היכל לב אהרן' אין מאנטשעסטער, וועלכע האבן זיך געפונען דאהי אויף 2 טאג, דער רבי האט געהערט א באריכט און איבערגעקוקט די פארשריט פון די בוי ארבעט און איבער די ווייטערדיגע פלענער און מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך איז פארגעקומען א אסיפה בקודש פנימה מיט די רבני 'וועד לטהרינו' שע"י קהלתינו הק' פון איבער גרעיטער ניו יארק, ה"ה
הגה''צ ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א, הרה"ג ר' בנציון לאוב שליט"א, הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א, הגה''צ ר' הערש אלימלך טייטלבוים שליט"א, הגה''צ ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א, הרה"ג ר' ישראל בער שטיין שליט"א, הרה"ג ר' יואל גוטמאן שליט"א, אינאיינעם מיט עטליכע עסקנים לעניני טעכנעלאגיע, מען איז איבערגעגאנגען א לענגערע צייט פארשידענע פרטים בעניני טעכנעלאגיע, און מאציל געווען מברכת קדשו

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

Thursday12 Tammuz 57847/18/2024

File
גליון "קול התאחדותינו"
פרשת בלק תשפ"ד לפ"ק.

(מהדורת ארה"ב)

יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו

גם רצו"פ מדור משולחן מלכים

עם מאמר נפלא 'פינת יקרת' בענין:
ונתנו על ציצית הכנף פתיל תכלת (ב).
מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א.

ועם מדור מעשה חש"ב החדש 'שבחי רמב"ן'
ביאורים בדברי הרמב"ן בפרשתן

▫ סאטמאר'ע נייעס 🌴
📄 בלק תשפ''ד חו''ל7.0 MB

Wednesday11 Tammuz 57847/17/2024

Notice
קאמפיין פאר ישיבת 'אור החיים' קרית יואל יצ"ו. וואס איז איינע פון די סאטמאר'ע ישיבות אין קרית יואל יצ"ו תחת דגלו והדרכתו פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, וואס ווערט געפירט דורך א עקסטערע הנהלה זיכער צו מאכן אז די תלמידים שטייגן אויס די מערסטע וואס שייך, און איז ספעציעל אויסגעצייכנט מיטן זיך אפגעבן פאר יעדע בחור עקסטער, און זיכער צו מאכן אז יעדער איז מצליח זיין כפי יכלתו.

https://fundd.org/194/yoh/7488
Report
דינסטאג פרשת בלק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שאול גרשון ווייס הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים - שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יואל מרדכי בערקאוויטש הי"ו.
ב"ר אברהם שמחה ניסן פריעדמאן ע"ה.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ב פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

ארום 7:00 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יצחק אייזיק פריעדמאן הי"ו - הרה"ח ר' משה גאלדבערגער הי"ו, בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. דער רבי האט געליינט די תנאים, געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פארן זיידן משב"ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו.

דערנאך איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:50 ביז 11:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:30 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Tuesday10 Tammuz 57847/16/2024

Report
מאנטאג פרשת בלק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יואל מאיר טייטלבוים הי"ו.
ב"ר אלעזר ארי' יונגרייז הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכע תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ב פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
הרה"ח ר' יעקב סאאל הי"ו - הרה"ח ר' יוסף חביב מאסרי הי"ו, באולם כינור דוד.
הרה"ח ר' יואל בר"מ וויינבערגער הי"ו (מאנסי) - הרה"ח ר' יואל דוד שווארטץ הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 7:45 ביז 12:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

עס איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הרה"ג רבי ברוך אבערלענדער שליט"א אב"ד הבד"צ דקהילות החרדים דבודאפעסט, ווי ס'האט זיך פארמירט א לענגערע שמועס בעניני הלכה איבער שחיטה און מקואות, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 9:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה אריבער 100 בחורים פון אלע סניפי ישיבות קטנות אין קר"י וועלכע האבן אריינגעברענגט פון טויזענט דאלער און העכער ביים 'פקודת הקודש' קאמפיין פארגאנגענעם בין הזמנים לטובת מוסדות קרית יואל, דער רבי האט געהערט א באריכט פון די הנהלת המוסדות און משמיע געווען ברכת הקודש און פארטיילט פאר אלע בחורים א מתנה ספרו לב אהרן.

אויך זענען אריין בקודש פנימה די עסקנים פון חבורת 'בחרתנו' פון מאנסי, און חבורת 'להעלות' פון קר"י און וומסב''ג פאר בחורי קהלתינו הק', דער רבי האט געהערט א באריכט פון רבני קהלתינו הק' במאנסי איבער די פילע פעולות פון די חבורה וואס גייט שוין אן עטליכע יאר מיט א שטארקע הצלחה, און דערביי אויסגעשמועסט די נחיצות פון לערנען ספרי חסידות און מוסר און איבער אריינגעבן א געשמאק אין אידישקייט פאר בחורים דורך לימוד התורה, און דער רבי האט געגעבן הוראות און אויסגעשמועסט פארשידענע פרטים און נקודות פאר די חבורה אין קר"י וועלכע וועט זיך פארברייטערן אין אלע בתי מדרשים, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די עסקנים.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
זונטאג פרשת בלק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר אהרן פרידריך הי"ו.
ב"ר חיים אלעזר העללער הי"ו.
ב"ר יואל ברא"י רובינשטיין הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ב פסוק ב'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז געווען אויף א באזוך בקו''פ בביתו נאוה קודש כ"ק הגה"צ גאב"ד טענקא שליט"א לרגל די שמחת הבר מצוה פון נכדו למז"ט הב' בן בנו הרה"ג ר' מרדכי פריעדמאן שליט"א רב דביהמ"ד יראי השם אין שכונת ברוך טעם, וואס איז פארגעקומען אין קר"י, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער פארשידענע מנהגים פון מצות תפילין, איטר יד וכו', דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו און פאר בנו הרה"ג רב דביהמ"ד יראי השם שליט"א, און פארן בר מצוה בחור ני"ו.

ארום 1:20 איז דער רבי אריבער אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס צו די חומש סעודה מיט די אריבער פינף הונדערט תלמידים בליעה''ר, אין די 21 כיתות פון כתה א' כ"י, פון אלע סניפי מוסדות קרית יואל יצ"ו.
די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים לכבוד המעמד, און געזאגט די פסוקי חומש ויקרא אנגעפירט דורך די מנהלים הר"ר יואל אקער שליט"א, הר"ר דוד חנני' ווייס שליט"א, און הר"ר דוד פאלקאוויטש שליט"א, דער רבי האט געטרינקן לחיים, און משמיע געווען קורצע דב"ק וברכה, און פארטיילט א מתנה פאר אלע קינדער א קרי"ש שעל המטה זאגער'ל, ווי אויך האט דער רבי איבערגעגעבן א מתנה פאר הרבני הנכבד ר' משה גאלדשטיין הי"ו וועלכע האט אפגעקויפט דעם זכות המעמד, און פארטיילט שיריים פאר די אייניקלעך, דערנאך האבן זיך די קינדער אויפגעשטעלט טאנצן בעת דער רבי האט זיך צוגעקוקט מיט א שטארקע קורת רוח א לענגערע צייט, מען האט געענדיגט ארום 2:40.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.

שפעט נאכמיטאג איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש אן אסיפה מיט הנהלת קהלתינו הק' פון מאנטרעאל אינאיינעם מיט הרב הגאון ר' מענדל ווערצבערגער שליט''א דומ''ץ דקהלתינו מאנטרעאל, איבער די ענדגילטיגע פלענער פון התחדשות המוסדות אין מאנטרעאל וואס וועט געעפענט ווערן אויפן קומענדיגן שנת הלימודים הבעל''ט, דער רבי איז איבערגעגאנגען אלע פרטים און געגעבן הדרכות פאר די הנהלה און מאציל געווען מברכות קדשו.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' מאיר ווערטהיימער הי"ו - הרה"ח ר' יעקב יודא גפן הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 7:50 ביז 12:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה האבן זיך געשטעלט צום פארהער ביי רבינו שליט"א א קבוצה בחורים תלמידי המתיבתא סניף דברי יואל אויף גאנץ הלכות שבת. ה"ה.
הבה"ח ליפא בן הרה"ג ר' מאיר וויינבערגער שליט"א.
הבה"ח אלימלך בן הר"ר חיים ארי' כהנא שליט"א.
הבה"ח יעקב קאפל יוסף ב"ר יואל פריעדריך הי"ו.
הבה"ח שמעון ישראל ב"ר נחמי' ווערצבערגער הי"ו.
הבה"ח געציל ב"ר יואל רובינשטיין הי"ו.
הבה"ח נחמי' צבי ב"ר חיים אברהם ראזענפעלד הי"ו.
הב' מאיר ב"ר אברהם לייב קליין הי"ו.

ארום 8:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים הרה"ח ר' אברהם משה לאנדא הי"ו - הרה"ח ר' יואל ברא"י ווייס הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 12
חומש סעודה מיט די אריבער פינף הונדערט תלמידים בליעה''ר, אין די 21 כיתות פון כתה א' כ"י, פון אלע סניפי מוסדות קרית יואל יצ"ו. נעכטן זונטאג אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס, בראשות נשיא המוסדות כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Monday9 Tammuz 57847/15/2024

Photos · 10
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים אנוואונטשן ברכת הקודש און פארטיילן מתנות פאר די בחורים פון די ישיבות קטנות אין קר''י וועלכע האבן אריינגעברענגט גרעסערע סכומים ביים 'פקודת הקודש' קאמפיין לטובת מוסדות קרית יואל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Sunday8 Tammuz 57847/14/2024

Photos · 7
הנהלת קרית יואל שליסט פרייעדיגע מקח פאר נייע ביהמ"ד לתורה ותפילה אינעם ניי אויפבליענדע שכונת בריגעדאן אין קרית יואל.
עסקני הביהמ''ד אינאיינעם מיט עסקני וועד הרחבת הגבולים בעיר הגדולה לאלוקים קרית יואל יצ''ו בקו''פ ביי כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א וואו דער רבי האט געהערט א באריכט און מאציל געווען מברכות קדשו.

בורא עולם בקנין השלם זה הבנין

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
שב''ק פרשת חקת 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר די חתנים.
החתן מרדכי חנה ב"ר מאיר ווערטהיימער הי"ו.
החתן משה ב"ר יחזקאל כ"ץ הי"ו.
החתן משולם איסר ב"ר יחזקאל וויינגארטן הי"ו.

פרייטאג צונאכטס ארום 9:05 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הר"ר נתנאל מנחם דייטש שליט"א אבד"ק ויצב משה פאטא.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:40. עס איז פארגעקומען א אפיעל פארן כולל ויואל משה דקהלתינו הק' בירושלים עיה"ק. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.

ארום 11:10 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, הגבהת הכוס: נכד רבינו הרב מאיר יודא אשכנזי שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען, כל מקדש: הרה"ח ר' חיים ישעי' ווייס הי"ו (לעיקוואד), מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' ארי' ראטה הי"ו (מאנטשעסטער).

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'זאת חקת התורה' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון מצוה הבאה בעבירה.

קה אכסוף: הרה"ח ר' יואל פרענקל הי"ו (לאנדאן), ברכת המזון: הגה''צ ר' צבי אלימלך טייטלבוים שליט"א רב דביהמ"ד תפילה למשה ב"פ.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט צום ערשט א מעשה פון הרה"ק רבי ר' הערש מרימנוב זיע''א בשייכות צו די פרשת השבוע, און דערנאך פון הרה"ק העטרת צבי מזידיטשוב זיע''א וואס די יארצייט געפאלט מיטוואך י"א תמוז.

קה רבון עלם: הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו (וומסב''ג), די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד דינוב קר"י. מען האט געענדיגט ארום 1:40.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:40. ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר שלמה אלימלך שטיין שליט"א. צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אנטשיל ליכטענשטיין הי"ו, פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' יוסף לייפער שליט"א מבארדיטשוב נדבורנא.

עליות. כהן: הרה"ח ר' שמואל בנימין לאנדא הי"ו (וומסב''ג). לוי: החתן מרדכי אפרים פישל ב"ר ישראל שמחה לאנדא הי"ו. שלישי: החתן זלמן לייב ב"ר אלי' יצחק ראזענבערג הי"ו - באווארפען. רביעי: החתן הערשל בן הר"ר שלמה אלימלך שטיין שליט"א - באווארפען. חמישי: החתן משולם איסר ב"ר יחזקאל וויינגארטן הי"ו - באווארפען. שישי: רבינו שליט''א.

נאכ'ן עולה זײן האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' מאיר יודא פערלמאן הי"ו.
ר' חיים גדלי' שפיטצער הי"ו.
ר' אלי' דוד כ"ץ הי"ו.
ר' יודא הערש ווייזער הי"ו.
ר' יעקב יחזקי' גאנדעל הי"ו.
ר' שלמה יעקב שפיטצער הי"ו.
ר' אליעזר טויב הי"ו.
ר' יושע בר"א שווארטץ הי"ו.

שביעי: החתן מרדכי חנה ב"ר מאיר ווערטהיימער הי"ו - באווארפען. הוספות: החתן בן הרה"ג ר' נתנאל מנחם דייטש שליט"א. החתן יחיאל יעקב ב"ר שמואל לייב פריעד הי"ו. החתן יושע בן הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א. החתן חיים שלמה ב"ר שמואל אהרן זינגער הי"ו. אחרון: הגה''צ ר' צבי אלימלך טייטלבוים שליט"א. מפטיר: הרה"ח ר' מאיר ווערטהיימער הי"ו. הגבה: הרה"ח ר' אברהם יושע ווייס הי"ו (וומסב''ג). גלילה: הרה"ח ר' אלי' יצחק ראזענבערג הי"ו.

מוסף: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו (וומסב''ג), פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יצחק וויינגארטן הי"ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 12:40.
רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:00. מנחה: הרה"ח ר' יעקב יוסף פילאפף הי"ו. הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שמואל לייב פריעד הי"ו. כהן: הר"ר הערשל כהנא שליט"א (ב"פ). לוי: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו. שלישי: הרה"ג ר' ישראל שלום טויב שליט"א אב"ד באלטימאר וומסב''ג. הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה"ח ר' יחזקאל וויינגארטן הי"ו.

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו. שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט אויפן פסוק 'על כן יאמרו המושלים באו חשבון' און געטייטשט אז עס איז דא א בחירה חפשית פון א מענטש אבער נאר מיט די כח פון די תורה, אז מען איז עוסק בתורה קען מען מנצח זיין די יצר הרע ווי שטארק עס זאל נאר נישט זיין.

ידיד נפש: הרה"ג ר' דוד ליבערמאן שליט"א אב"ד שעניא, קל מסתתר: הרה"ח ר' יצחק זינגער הי"ו (וומסב''ג), דער רבי האט געבענטשט על הכוס און געזאגט שבע ברכות.

מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו. נאך הבדלה און דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
נאך הבדלה האט דער רבי געמאכט קידוש לבנה פארנט פון ביהמ"ד הגדול. מען האט געענדיגט ארום 11:20.

נאך הבדלה זענען אריין בקו''פ בביתו נאוה קודש א קבוצה תלמידי ישיבת שער התלמוד פון לעיקוואד, און א קבוצה תלמידי ישיבת יסודי התורה פון לעיקוואד וואס האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש, דער רבי האט אויסגעפרעגט די לימודים און די בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 4
כ''ק הגה''צ אבד''ק טענקא שליט''א בביקור בקו''פ אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Show earlier days