פרייטאגכ"ז תמוז תשפ"ד8/2/2024
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים מסיבה לטובת די ישיבה קטנה דקהלתינו הק' פאר די קביעות'דיגע שטיצער, פארגעקומען בבית הרה"ח ר' יואל פאגעל הי"ו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
דאנערשטאגכ"ו תמוז תשפ"ד8/1/2024
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים מסיבת לחיים וקבלת פנים נאך תפילת שחרית אין ביהמ"ד הגדול דקהלתינו הק' אין אנטווערפען.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביי תפילת שחרית אין ביהמ''ד דקהלתינו הק' אין אנטווערפן, וואו עס האבן מיטגעדאווענט אברכי הכולל ובחורי חמד און די עלטערע כתות ילדי תשב''ר.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים זיך אומקוקן אויף די לימודים פאר'ן דאווענען פון די בחורי אנ''ש אינעם היכל התורה בביהמ''ד הגדול דקהלתינו הק' אין אנטווערפן.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
אנ''ש תושבי אנטווערפן ביים אפווארטן און מקבל זיין פני הקודש כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א אין די באן סטאנציע אין אנטווערפן.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א אהנקומענדיג אין עירפארט אין אמסטערדאם, און ווארטענדיג אויף די יוראו-באן, און אויפן יוראו-באן אינטערוועגנס קיין אנטווערפן.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
דאנערשטאג מטו"מ 6:35 נאכמיטאג אין אנטווערפען (12:35 ניו יארק'ע צייט) אין די יעצטיגע מינוטן האט זיך געהויבן די פריוואטע פליגער פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א, אויפן וועג קיין באניע א וועג פון ארום צוויי שעה, פון דארט וועט רבינו שליט"א צופארן לעיר האבות סיגוט א וועג פון ארום א שעה.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מיטוואךכ"ה תמוז תשפ"ד7/31/2024
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א עוסק בתורה אויפן פליגער אויפן וועג קיין אמסטערדאם, אינטערוועגנס צום שב"ק בעיר האבות סיגוט יצ"ו
▫ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א איז נארוואס ארויף אויפן פליגער דעלטא עירליינס, וואס וועט בעז"ה לויטן פלאן זיך הייבן אום 5:00 אזייגער, אויפן וועג קיין אמסטערדאם, ווי דער רבי וועט צופארן קיין אנטווערפן לביקור קצר בקרב קהלתינו הק'.
▫ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫
מיטוואך פרשת מטו''מ מיטאג צייט האט כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א פארלאזט ביתו נאוה קודש אין ניו העמפשער, און אום 1:30 אנגעקומען אינעם מאונט וואשינגטאן עירפארט, ווי דער רבי האט גענומען א קליינע פליגער וואס האט זיך געהויבן ארום 1:50 קיין באסטאן פון ווי דער רבי איז אפגעפלויגן קיין באסטאן, דער פליגער האט געלאנדעט אין באסטאן אום 2:35.
רבינו שליט"א דאווענט יעצט מנחה אין א פריוואטן צימער אינעם עירפארט, און דערנאך וועט מען ממשיך זיין די נסיעה אויף שב''ק לעיר האבות סיגוט, און זיך אפשטעלן אויף א קורצע באזוך בקרב קהלתינו הק' אין אנטווערפן יצ''ו.
כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך
▫ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫
מיטוואך פרשת מטו''מ פריער מיטאג צייט האט כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א פארלאזט ביתו נאוה קודש אין ניו העמפשער, און אום 1:30 אנגעקומען אינעם מאונט וואשינגטאן עירפארט, ווי דער רבי האט גענומען א קליינע פליגער וואס האט זיך געהויבן ארום 1:50 קיין באסטאן פון ווי דער רבי וועט ממשיך זיין די נסיעה אויף שב''ק לעיר האבות סיגוט, און זיך אפשטעלן אויף א קורצע באזוך בקרב קהלתינו הק' אין אנטווערפן יצ''ו.
כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️