כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א האט געליינט תנאים היינט אינעם תנאים זאל בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע פון די מחותנים ר' ליפא פאלקאוויטש -ק"י ר' יואל זאב שעהר -ק"י
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א האט מסדר קידושין געווען היינט ביי די חופה פון די מחותנים ר' ברוך יודא דרעזנער -ק"י ר' הערש אלימלך גליק -מאנטריאל באולם קרן ויואל משה און ביים חופה פון די מחותנים ר' זלמן פערל -ק"י ר' יעקב כץ באולם בית רחל פאראדייס
News
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א היינט בהיכל ישיבתינו מתיבתא הקדושה סניף ברך משה ביים זיך אומקיקן אויפן קול תורה אינעם היכל הביהמ''ד מיט א קורת רוח און ביים זיך פארטיפען אין א ספר ביים ספרים שענק און ביי תפלת מנחה אין א כתה
Photos · 3Report
היינט איז פארגעקומען א ברית ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א פאר ב"ר שמואל מאיר דייטש - ק"י
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א האט געדאווענט היינט שחרית בישבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף עצי חיים שיעור ג' פארן דאווענען האט די רבי תפילין געלייגט פאר 3 בר מצוה בחורים צווישן אנדערע פאר הבחור החשוב בן הרב יעקב אלי' טורנהיים -ר''מ בישיבה נאכן דאווענען האט די רבי פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור שפעטער איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אין שפיץ פונעם רבין ווי עס האט אויפגעטרעטן הרב יעקב אלי' טורנהיים -ר''מ בישיבה
נאכמיטאג איז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ארויף בישיבתינו "מתיבתא הקדושה" -סניף ברך משה אין ווי די רבי האט זיך אומגעקוקט אינעם היכל הביהמ''ד מיט א קורת רוח דערנאך געלערנט בחדרו הפרטי מיטן חברותא
Report
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א און בנו בכורו מורינו הגה"צ אבד"ק ור"מ וומ"ס שליט"א ביי די לויה פונעם חשובען אימפארגעסליכע ראה"ק הרה"ח ר' מאיר זעליג ריספלער ז"ל ביידע מיט די זעלבע בקשה פון ר' מאיר זעליג ז"ל רייס איין רחמי שמים מען זאל נישט פארשפארן די בתי חינוך !!!
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביים מסע הלוי אין ק"י: "..שטיי מיר יעצט און א שווערע זמן א זמן וואס די רעגורינג האט זיך פארלייגט אויף חינוך הבנים והבנות "בעטן מיר דעם חשובע נפטר גייסט ארויף אויפן עולם האמת טראגסט מיט זיך מיט אזויפיל שעות פון תורה עבודה גמ"ח זאלסט מעורר רחמי שמים זיין" אז מען זאל נישט צושטערן די חינוך הבנים והבנות ..זאלסט זיין א מליץ יושר פאר דיין אלמנה פאר דיין זיהן פאר דיין אייניקליך און פאר די גאנצע קהלה.."
מורינו הגה"צ אבד"ק שליט"א ביים מסע הלוי אין וומ"ס: "..אבער בעיקר ווילן מיר בעטן, אונזער חשובע ראה"ק האט אסאך זכותים די טויערן פון הימל וועט זיך עפענען "ער וועט זעכער האבן א גרויסן כח צוצוגיין צום כסא הכבוד" און פאר די אלע צדיקים וואס ער האט געטיען לכבודם ולזכותם "זאל ער איינרייסן אז עס זאל שוין זיין השלם כל הקרבנות כולם מען האט שוין אזויפיל קרבנות געברענגט די לעצטע צייטן ..ר' מאיר זעליג האסט געבויעט בתי מדרשיות זעה אז סזאל זיין אפען זעה אז מזאל עס נישט פארשפארן האסט געבויט א בית רחל זעה אז די בית רחל זאל זיין אפען מזאל קענען קומען לערנען געהעריג ער האט געגעבן געלט פאר די ת"ת, מקואות זעה מען זאל עס קענען ניצן געהעריג.."
Report
מתוך הספדו של מורינו הגה"צ אבד"ק ור"מ וומ"ס שליט"א לפני מיטתו של הרה"ח ר' מאיר זעליג ריספלער ז"ל -ראה"ק דקהלתינו הק'
"..מקומט זיך דא צוזאם אפגעבן דעם כבוד האחרון פאר אונזער חשובע ראה"ק ע"ה ווי איז נאך געווען אזא איינער אזא איד אינעם לעצטן דור וואס האט אזויפיל אויפגעטיען .."אבער מען קען זאגן אויף ר' מאיר זעליג סאיז געווען זמנים מאיז געשטאנען אין שווערע זמנים ביי אונז ר' מאיר זעליג איז געווען דער ערשטער וואס האט מיט זיין צדקות נישט געקענט צוקיקין די עוולה און איז צוגעקומען צום טאטע'ן זאל זיין געזינט בימים ההם און געגעבן גרויסע סכומים און נאכדעם האט ער אוועקגעשטעלט די מקום תורה וואס מהמיר פריער גערעדט (קרית ויואל משה -איחוד קאנטרי) די מקום נופש דארט אינדרויסן, כהנה וכהנה איז ער געווען די ראש וראשון וואס האט מחזק געווען און אוועקגעשטעלט אז עס זאל בלייבן לעולמי עד.."
Photos · 4NoticeNews
היינט נאכן דאווענען ביים טעגליכע תהילים שיעור בהיכל הישיבה סניף עצי חיים שיעור ג' האט די ראש הישיבה כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א איינגעליידנט די בחורים דעי וואך צום "סעודת יום שב"ק" בביתו נאוה קודש און ארימגערעדט דברי חיזוק והדרכה פאר די בחורים לעבן מיט א סדר, נישט אלעס פארשטייט מען גלייך, און נאך, און אויסגעפירט אז בעז"ה האפט מען איינצוליידענען די בחורים נאך צייטן אין יאר, און געווינטשען בברכות קדשו
News
השבת נועם הנשמות באשטעטיגט געווארן אז דעם שבת תולדות וועט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א פראווענען א היסטארישע דערהויבענע "שבת התאחדות" אינאיינעם מיט חברי הכולולים וועלעכע לערנען שוין אין כולל לכה"פ 2 יאר מער פרטים וועט נאכפאלגן
Tuesday2 Cheshvan 578110/20/2020
Photo
היינט אין וויליאמסבורג האט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח המפורסם ר' מאיר זעליג ריספלער ז"ל אימפארגעסליכע ראה"ק
Photo
מורינו הגה"צ אבד"ק ור"מ וומ"ס שליט"א ביים מנחם אבל זיין הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש -משב"ק על פטירת אחותו און ר' יודל דייטש ומשפחתו על פטירת אשתו /אמם.
Photo
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביים מנחם אבל זיין הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש -משב"ק על פטירת אחותו און ר' יודל דייטש ומשפחתו על פטירת אשתו /אמם.
News
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א האט געדאווענט היינט שחרית בישבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף ויואל משה פארן דאווענען האט די רבי תפילין געלייגט פאר די בחורים ב"ר אלי' משה ראטה -ק"י וב"ר עזריאל פאלאטשעק -וומ"ס נאכן דאווענען האט די רבי פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור נאכן תהילים שיעור זענען די בחורים אריבער שלום נעמען,
NoticeReport
חדש ימינו כקדם
גרויס פרייד הערשט בין עמידי דגירסא דישיבתינו "מתיבתא הקדושה" ווען היינט נאכן דאווענען האבן תלמידי ישיבתינו זוכה געווען אז די ראש הישיבה כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א האט צוריק אנגעהויבן פארלערנען די טעגליכע תהילים שיעורים נאכן דאווענען די תהילים שיעורים וואס געט אריין חיזוק און חיות פאר די בחורים וואס די רבי לערנט שוין פאר אין ישיבה פאר די לעצטע קרוב צו 25 יאר.
-און אין די לעצטערע תקופה בימי המגיפה האט די רבי נישט פארגעלערנט די תהילים שיעורים. ווי סליגט נאך אין די ביינער די לעצטע תהילים שיעור וואס די רבי האט געזאגט אפאר טאג נאך פורים בבכיות נוראות ווי די רבי האט זיך אויסגעדריקט בלש"ק: "..כהאב געהאט זייער א שווערע נאכט כהאב נישט געקענט שלאפן כהאב געדארפט היינט אפשפארן 10,000 אידישע קינדער דא אין קרית יואל ...וואס לערנען תורה "סהאט מיר זייער צובראכן.."
און איז צוריק נתחדש געווארן היינט ווען נאכן דאווענען איז רבינו שליט"א ארויף אויפן ארוה"ק שטייעדיגערהייט און אנגעהויבן אנהייב פונעם ספר תהילים צום צווייטן מאל -טראץ אלע טרדות הזמן וואס כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א טראגט האט דער רבי נישט געואלט אויפגעבן דער לעכטיגע שיעור וואס דער רבי טוט פארלערנען פאר דער באליבטע תלמידים הקרוים בנים מדי יום ביומו.
מים רבים לא יכלו לכבות את האהבה
News
אבן מאסו הבונים היתה לראש פינה!!
א בליק אויף די בוי ארבעט ביי בית מדרשינו הגדול אין לעיקוואד
השלם זה הבנין!!
NoticePhotoNews
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א האט מסדר קידושין געווען היינט ביי די חופה פון די מחותנים ר' יואל ברשנ"צ הירש -ק''י ר' יואל ברש"י שעהר -ק''י באולם כינור דוד און ביים חופה פון די מחותנים ר' יחזקאל לאקס -ק''י ר' משה קרויס -ק''י באולם בית רחל פאראדייס