בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

מאנטאגא' מנחם אב תשפ"ד8/5/2024

בילד
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א באגריסט זיך מיט כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א נאך תפילת שחרית אין שטאט ליזענסק.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 5
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביי תפילת שחרית אין ליזענסק.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 8
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים פוקד זיין ציון קוה''ק פונעם רבי ר' אלימלך זיע''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 8
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים מסיבת לחיים נאך תפילת מעריב אינעם בנין הכנסת אורחים - לינת הצדק אין שטאט צאנז בהנהלת הגה''צ ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א אב''ד צאנז קר"י.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
כ"ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים אנקומען אינעם באסטאן אינטערנעשאנעל עירפארט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 10
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים פוקד זיין די ציון המציונת פון זקינו מרן הגה"ק בעל דברי חיים זיע''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 2
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביי תפילת מנחה אינעם בנין פון בוני צאנז בהנהלת הגה"צ רבי יואל האלבערשטאם שליט"א רב דביהמ"ד בית שמואל בקר"י.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
בריך מתייך לשלם

מאנטאג נאכמיטאג 6:29 - דער פליגער פון כ"ק רבינו הגה''ק שליט"א האט נארוואס געלאנדעט אין באסטאן אינטערנעשאנעל עירפארט, דער רבי וועט דאווענען מנחה מיט אן ענגע מנין פון מקורבים ומשמשים בקודש, און וועט דערנאך אריינפארן קיין בעטלהעם ניו העמפשיר לביתו נאוה קודש.

תיכף נאכן אהנקומען וועט דער רבי אריינקומען צו מעריב אינעם ארטיגן ביהמ"ד.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך

מאנטאג נאכמיטאג אים 4:30 (10:30 ניו יארקער ציייט) - די פליגער פון רבינו שליט"א הייבט זיך בשעה טובה אין מינכן דייטשלאנד, און איז בעז"ה ערווארטעט צו לאנדן אין באסטאן אינטערנעשאנעל עירפארט אים 6:45 נאכמיטאג ניו יארקער צייט, וואו דער רבי וועט דאווענען מנחה און פון דארט אריינפארן א וועג פון צוויי שעה, קיין בעטלהעם ניו העמפשיר לביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים אויפשטייגן אויפן פריוואטן פליגער פון ריישא עירפארט, ווי דער רבי זיך הייבן אין די קומענדיגע מינוטען קיין מיוניק עירפארט, פון ווי דער רבי וועט ממשיך זיין אויפן וועג קיין באסטאן, נאכן געהויבענעם מסע הקודש צום יומדהל''ק פון זקינו הגה''ק הישמח משה זיע''א און שב''ק בעיר האבות סיגוט יצ''ו, און דערנאך אין צאנז און אין ליזענסק.

כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
נאך בילדער כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים מעמד בקשת רחמים און ביים פוקד זיין די ציון הק' פון זקינו רבינו משה איש האלוקים מרן הישמח משה זיע''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 12
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים פוקד זיין די ציון הק' פון זקינו רבינו משה איש אלוקים מרן הישמח משה זיע''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 12
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביי תפילת שחרית, ומעמד בקשת רחמים מסיבת לחיים לפני עלי' לציון הק' פון זקינו הגה''ק הישמח משה זיע''א, אינעם גרויסן שאטער אין איהעל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 2
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א על אם הדרך לעיר ליזענסק.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
מאנטאג דברים 7:05 אינדערפרי אין ליזענסק פוילן:
אין א לעצטע מינוטיגע טויש איז כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ארויסגעפארן פון צאנז אום 5:40 פארטאגס - נאך די מקוה אין בוני צאנז - מען האפט אי''ה אנצוקומען אום 7:40 ביים ציון קוה''ק פונעם רבי ר' אלימלך זיע''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

זונטאגכ"ט תמוז תשפ"ד8/4/2024

ווידיאו
ערשטע בילדער הייליגע מינוטען כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים פוקד זיין די ציון המציונת פון זקינו מרן הגה"ק בעל דברי חיים מצאנז זיע''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 3
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א עוסק בתורה אינטערוועגנס קיין צאנז.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
כי עמך מקור חיי"ם באורך נראה אור

אום 7 אזייגער פארנאכטס (1 מיטאג ניו יארקער צייט) וועט רבינו שליט"א דאווענען מנחה אינעם בנין פון בוני צאנז, בהנהלת הגה"צ ר' יואל הלבערשטאם שליט"א רב דביהמ"ד בית שמואל קרית יואל יצ"ו, און תיכף דערנאך ארויף גיין צום ציון המצויינת פון זקינו מרן הגה"ק בעל דברי חיים זיע"א

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
ווידיאו
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביי קביעות מזוזה מוצש''ק אינעם בנין הכנסת אורחים אין שטאט טשענגער, און ביי קביעות מזוזה אינדערפרי אינעם בנין הביהמ"ד, און דערנאך ביים פוקד זיין די ציון פון הרה"ק בעל מנוחת אשר מטשענגער זצ"ל אין שטאט טשענגער - ווי דער רבי האט זיך אפגעשטעלט אונטערוועגס פון סיגוט קיין אוהעל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 10
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביי של''ש מעריב והבדלה נאכן דערהויבענער שב''ק בעיר האבות סיגוט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 3
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים צינדן די נרות שבת ערש''ק אינעם שוהל הויף בעיר האבות סיגוט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א איז יעצט אויפן וועג צו תפילת שחרית אינעם גרויסן שאטער וואס איז אויפגעשטעלט געווארן ביים ציון הקדוש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
תפילה למשה איש האלוקים

זונטאג דברים 10:15 אינדערפרי - אין די יעצטיגע מינוטען קומט כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א אן אין שטאט אוהעל אונגארן מקום מנוחת קודש פונעם ראש הששולתא קדישא רבינו משה איש אלוקים מרן הישמח משה זיע''א.

רבינו שליט''א וועט צופארן לבית האכסניא, און ארום צוואנציג מינוט אריינקומען צו תפילת שחרית אינעם גרויסן שאטער וואס איז אויפגעשטעלט געווארן ביים ציון הק', און דערנאך פוקד זיין דעם הייליגן ציון המצויינת.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג