בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

פרייטאגי"ב מנחם אב תשפ"ד8/16/2024

באריכט
פרייטאג ערש''ק ואתחנן 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 9:00. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר'ן בר מצוה בחור בן הר"ר אברהם דוד וואגשאהל שליט"א (מאנסי).
בעל תפילה: הב' אליעזר ב"ר יואל ישראל וואגשאהל הי"ו (מאנסי).

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט פארציילט א סיפור פונעם שינאווע רב זיע''א בנוגע תפילין לייגן, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.

דערנאך האט דער רבי אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער פארשידענע מנהגים ביים תפילין לייגן ביי רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א.

זמנים לשב''ק בצל הקודש פון כ"ק רבינו הגה''ק שליט"א בעיר הנופש בעטלעהעם ניו העמפשיר
זמן הדלקה"נ: 7:34.
תפילת מנחה: 8:20.
עריכת שלה"ט: ארום 15 מינוט נאכן גוט שבת זאגן.
סוף זמן קרי"ש: 8:45.
שחרית: 9:30.
דער רבי וועט אריינקומען צו די זמירות ודברי תורה אין ביהמ"ד ארום איינס און אהאלב שעה נאכן דאווענען (ארום 2:30).
מנחה ושל''ס: 8:20.
זמן מוצש"ק 9:00.
מען וועט קענען מיטהאלטן א הוקאפ פון של''ס פון עטליכע מינוט נאכן זמן מוצש"ק אויף קול סאטמאר אויף 3-1-1.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג ואתחנן 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 8:55. בעל תפילה: הב' יואל ב"ר פישל סופר הי"ו (קר"י).
פתיחה: הב' יואל ב"ר יוסף מאסרי הי"ו (קר"י). בעל קורא: הרה"ח ר' שלמה רובינשטיין הי"ו (קר"י).
כהן: הבה"ח יושע ב"ר יצחק פריעדמאן הי"ו (קר"י). לוי: הרה"ח ר' ישעי' ווערצבערגער הי"ו (קר"י). שלישי: רבינו שליט"א. הגבה: הרה"ח ר' ישראל יעקב דייטש הי"ו (קר"י). גלילה: הב' אהרן בהר"ר אשר זעליג סאסמאן שליט"א (לעיקוואד).

נאכן דאווענען האבן שלום גענומען א קבוצה בחורים מתלמידי ישיבה קטנה סניף רב טוב קר"י בהנהלת הרה"ג ר' וואלף לאנדא שליט"א וועלכע זענען ארויסגעקומען זיך פארהערן ביי רבינו שליט"א אויף שו"ע יו"ד ח"א וואס מען האט געלערנט אין ישיבה במשך די פארגאנגענע דריי יאר, דערנאך דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער פארשידענע מנהגים בנוגע די הפטורה ביי די שבעה דנחמתא.

אין די פארמיטאג שעה'ן האבן זיך געשטעלט די תלמידי ישיבה רב טוב צום פארהער בביתו נאוה קודש, דער רבי האט א לענגערע צייט פארהערט די בחורים אויף שו"ע יו"ד ח"א הלכות מליחה, בשר וחלב, און טריפות, און דערביי אויסגעשמועסט פארשידענע שאלות וואס מאכן זיך היינט צוטאגס אין די בתי השחיטה און פארשידענע סיפורים בהלכות טריפות ביי צדיקים אין די אלטע היים, דערנאך זענען די בחורים אריבער מקבל זיין ברכת הקודש און עקסטער האט דער רבי ווארעם אנגעוואונטשן פארן מנהל הישיבה הרה"ג ר' וואלף לאנדא שליט"א און די אנדערע רמ"י הישיבה.

דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה ארום 8:25. בעל תפילה: הב' יוסף ב"ר זלמן מענדלאוויטש הי"ו (קר"י). צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו. און ביים זמן ר"ת האט מען געדאווענט מעריב. בעל תפילה: הב' משה ב"ר זלמן מענדלאוויטש הי"ו (קר"י), נאך מעריב זענען די געסט אריבער שלום נעמען און דער רבי האט אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך פרשת ואתחנן 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 9:00.
בעל תפילה: הבה"ח מאיר מיכאל ב"ר נסים סאאל הי"ו (קר"י).
נאכן דאווענען זענען אריבער שלום נעמען א קבוצה בחורים פון ישיבה 'מתיבתא דלעיקוואד' וועלכע האלטן זיך אויף אין די טעג אין ניו העמפשיר און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו, און דערנאך אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס בדברי פלפול מיט די בחורים אין די סוגיא וואס זיי לערנען אין ישיבה.

דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה ארום 8:25. בעל תפילה: הבה"ח מאיר מיכאל ב"ר נסים סאאל הי"ו. צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו. און ביים זמן ר"ת ארום 9:05 האט מען געדאווענט מעריב. בעל תפילה: הב' שלום אליעזר ב"ר בערל שטיין הי"ו (קר"י). נאך מעריב האט דער רבי אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט מען ארומגערעדט איבער די הרחבת גבולי הקדושה פונעם ארטיגן ביהמ"ד ווי מען בויעט צו לתועלת פון די פילצאליגע אנשי שלומינו וועלכע קומען וויילן בצל הקודש.

בביתו נאוה קודש האט רבינו שליט''א טעלעפאניש משמיע געווען דברי ברכה דורך א לייו הוק-אפ פאר תלמידי ישיבה גדולה עסק התורה אין מאנסי, לקראת זייער נסיעה צו די מקומות הקדושים אין אייראפע, ווי דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
ליל תשעה באב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי איז אריין געקומען אין ביהמ"ד צו תפילת מעריב ארום 9:25. בעל תפילה: הרה"ח ר' עמרם אקער הי"ו (קר"י).
דערנאך האט דער רבי געזאגט מגילת איכה וקינות לליל תשעה באב און מקונן געווען על חורבן ביהמ''ק בבכיות עצומות, עס האט פארגעזאגט הר"ר שמואל קרויס שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 10:50.

דינסטאג ואתחנן תשעה באב

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 9:45. בעל תפילה: הרה"ח ר' עמרם אקער הי"ו.

פתיחה: ר' ישי גאלדבערגער הי"ו (קר"י). בעל קורא: ר' אהרן שמעון מאסרי הי"ו (קר"י).
כהן: ר' ליפא ב"ר ישראל שלום פאללאק הי"ו (קר"י). לוי: ר' משה ארי' פריעדמאן הי"ו (קר"י). שלישי - מפטיר: רבינו שליט"א - עס איז געקויפט געווארן דורך ר' אהרן שמעון מאסרי הי"ו און דער רבי האט זיך באדאנקט. הגבה: הב' שלום אליעזר ב"ר בערל שטיין הי"ו (קר"י). גלילה: ר' משה שמואל שטיין הי"ו (קר"י).
דערנאך האט דער רבי געזאגט די הפטורה וברכותי בקול בכי.

נאכן ליינען האט דער רבי געזאגט די קינות ליום תשעה באב בבכי ומספד, עס האט פארגעזאגט הר''ר שמואל קרויס שליט''א נאך די קינות האט מען געענדיגט אשרי ובא לציון, און עלינו. מען האט געענדיגט ארום 1:00.

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 6:45. דער רבי האט געלייגט טלית ותפילין אין ביהמ"ד, און געזאגט די ד' פרשיות, ווי דער רבי האט גענומען די ציצית ביי קר"ש, און דערנאך משלים געווען דעם שיר של יום און קוה.
בעל תפלה: הרה"ח ר' מיכל פעלדמאן הי"ו (קר"י).
פתיחה: הרה"ח ר' יוסף דוב ראזענפעלד הי"ו (קר"י). בעל קורא: הרה"ח ר' שלמה רובינשטיין הי"ו (קר"י).
כהן: הבה"ח יושע ב"ר יצחק פריעדמאן הי"ו (קר"י). לוי: הב' ירמי' מאיר ב"ר זלמן יוסף גאלד הי"ו (קר"י). שלישי - מפטיר: רבינו שליט''א - עס איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' יוסף מאסרי הי"ו (קר"י) און דער רבי האט זיך באדאנקט. הגבה: הב' יצחק דניאל ב"ר יוסף מאסרי הי"ו. גלילה: הב' יואל ב"ר יוסף מאסרי הי"ו.
נאך מנחה האט דער רבי געזאגט די טעגליכע פינף קאפיטלעך תהילים. מען האט געענדיגט ארום 7:45.

אויפן וועג צו מעריב האט דער רבי פארציילט סיפורים פון אביו רביה"ק בעל ברך משה זיע''א ביים צווייטע וועלט מלחמה. דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מעריב ביים זמן ר"ת אום 9:06. בעל תפילה: ר' אהרן שמעון מאסרי הי"ו.

נאך מעריב האט דער רבי אנגעטוהן די שיך, און דערנאך מחדש געווען די לבנה ביים פארקינג לאט פונעם האטעל מיט גרויס שמחה און דערנאך געוואונטשן 'א גוטן חודש דער אייבערשטער זאל העלפן אז איבער א יאר זאל מען מער נישט דארפן פאסטן'.

ויה"ר שהימים האלו יתהפכו לששון ולשמחה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג פרשת ואתחנן 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 9:00.
בעל תפילה: הבה"ח בערל ב"ר מיכל פעלדמאן הי"ו (קר"י).
פתיחה: הרה"ח ר' אלטר אברהם אליעזר שפיטצער הי"ו. בעל קורא: הרה"ח ר' שלמה רובינשטיין הי"ו (קר"י).
כהן: הב' בערל ב"ר דוד יודא קאהן הי"ו (קר"י). לוי: הר"ר יושע זלמן ווערצבערגער שליט"א (קר"י). שלישי: רבינו שליט"א - עס איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' מיכל פעלדמאן הי"ו און דער רבי האט זיך באדאנקט. הגבה: הרה"ח ר' יוסף דוב ראזענפעלד הי"ו (קר"י). גלילה: הב' רפאל בנימין ב"ר מיכל פעלדמאן הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש.

דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה ארום 7:10. בעל תפילה: הר"ר שמואל קרויס שליט"א (קר"י). נאך מנחה האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

דאנערשטאגי"א מנחם אב תשפ"ד8/15/2024

פייל
גליון "קול התאחדותינו"
פרשת ואתחנן-נחמו תשפ"ד לפ"ק.

(מהדורת ארה"ב)

יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו

גם רצו"פ מדור משולחן מלכים

עם מאמר נפלא 'פינת יקרת' בענין:
ברכת כתיבה וחתימה טובה
מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א

ועם מדור מעשה חש"ב החדש 'שבחי רמב"ן'
ביאורים בדברי הרמב"ן בפרשתן

▫ סאטמאר'ע נייעס 🌴

מיטוואךי' מנחם אב תשפ"ד8/14/2024

דינסטאגט' מנחם אב תשפ"ד8/13/2024

ווידיאו
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביי מעריב וקידוש לבנה מוצאי תשעה באב אין ניו העמפשיר.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 10
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביי תפילת מנחה תשעה באב נאכמיטאג אין ניו העמפשיר.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 5
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א אויפן וועג אהיים פון ביהמ''ד לביתו נאוה קודש אין בעטלהעם ניו העמפשער.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
עַל אֵלֶּה אֲנִי בוֹכִיָּה עֵינִי עֵינִי יֹרְדָה מַּיִם

כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א ביי תפילת שחרית און ביי אמירת הקינות בבכי תמרורים.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביי תפילת מעריב, קריאת מגילת איכה און מקונן זיין על חורבן ביהמ"ק בבכיות נוראות, ליל תשעה באב אין ניו העמפשיר.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
בכו תבכה בלילה

ערשטע בילדער כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים מקונן זיין על חורבן ביהמ"ק בבכיות נוראות, נעכטן ליל תשעה באב אין ניו העמפשיר.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מאנטאגח' מנחם אב תשפ"ד8/12/2024

באריכט
עפ"י הוראת רבני קהלתינו חברי וועד המערכת, וועלן מיר נישט שיקן קיין בילדער/קליפ'ס ביום תשעה באב ביז חצות.
אי"ה נאך חצות וועלן מיר משלים זיין און שיקן אלעס פון ליל ויום תשעה באב.

ויה"ר שיבנה ביהמ"ק במהרה בימינו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

קליק די לינק מיטצוהאלטן בילדער און קליפס תשעה באב ביי כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א אין בעטהלעהעם ניו העמפשער, און זייט אויך פון די טויזענטער וואס האלטן שוין מיט טעגליך די סאטמארע נייעס
זייט אויך מזכה אייערע חברים און נאנטע מיטצוהאלטן פון דער נאענט אלעס מהנעשה והנשמע בצל הקודש.
WhatsApp.comסאטמאר'ע נייעס 🌴 - ג'WhatsApp Group Invite
בילדער · 7
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א גייענדיג צו תפילת מנחה היינט נאכמיטאג בעיר הנופש אין בעטלעהעם ניו העמפשיר.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א היינט ביי תפילת שחרית בעיר הנופש אין בעטלעהעם ניו העמפשיר.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביי מנחה מעריב און עוסק זיין בתורה בעיר הנופש בעטלהעם ניו העמפשער.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים מסיבת לחיים נאך תפילת שחרית, און ביים אהיימשפאצירן בעיר הנופש אין בעטלעהעם ניו העמפשיר.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביי תפילת שחרית בעיר הנופש אין בעטלעהעם ניו העמפשיר.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
זונטאג פרשת ואתחנן 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 9:00. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
בן הר"ר יעקב שלום ווייס שליט"א (קר"י).
ב"ר יואל כהנא הי"ו (קרית טאהש).

בעל תפילה: הרה"ח ר' מרדכי ווידער הי"ו (קרית טאהש).
נאכן דאווענען זענען די געסט אריבער זיך געזעגענען און הב' מרדכי יואל ב"ר צבי אלימלך גליק הי"ו (מאנטרעאל) האט איבערגעגעבן א תירוץ אויפן רבינ'ס קשיא.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער הגה"ק הערוגת הבושם ז"ל וואס איז געווען די יארצייט.

דערנאךהאט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די קשר פון הגה"ק הערוגת הבושם ז"ל מיט רבותינו הק' העצי התמרים זיע''א

דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה ארום 8:35. בעל תפילה: הב' בערל ב"ר דוד יודא קאהן הי"ו (קר"י). צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו. און ביים זמן ר"ת ארום 9:15 האט מען געדאווענט מעריב. בעל תפילה: הב' אהרן בהר"ר דוד לייב קרויס שליט"א (קר"י).

נאך מעריב האט דער רבי טעלעפאניש מנחם אבל געווען האדמו"ר מליסקא שליט"א היושב ע"פ אשתו הרבנית מליסקא ע"ה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג