בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

דאנערשטאגי"ח מנחם אב תשפ"ד8/22/2024

בילדער · 6
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א אויף די יערליכע באזוך אין די מחנות הקיץ במוסדותינו הק' וומסב"ג ב"פ, יום ד' עקב - ילדי תשב''ר ביים ארויסבאגלייטן רבינו שליט''א נאכן דערהויבענעם באזוך.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א אויף די יערליכע באזוך אין די מחנות הקיץ במוסדותינו הק' וומסב"ג ב"פ, יום ד' עקב - מסיבת לחיים ומעמד קבלת פנים מיט די ילדי תשב''ר.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 3
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א באגריסט זיך מיט איר איינקלעך תלמידי המחנות, און גיבט זיי טאשן געלט כפי מנהג אביו רביה''ק זיע''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א אויף די יערליכע באזוך אין די מחנות הקיץ במוסדותינו הק' וומסב"ג ב"פ, יום ד' עקב - ביים זיך אומקוקן און פארהערן די לימודים אין אלע בתי מדרשים פון די סניפי כתות ו' ז' ח'.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך פרשת עקב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי ארום 8:50 האט זיך דער רבי ארויס געלאזט אויפן וועג צום יערליכן באזוך אין די מחנות הקיץ דמוסדותינו הק' פון וומסב''ג און ב''פ.

ארום 9:50 איז דער רבי אנגעקומען אין די בחורים קעמפ מחנה רב טוב אין סוואן לעיק.
רבינו שליט''א האט געדאווענט תפילת שחרית אינאיינעם מיט די הונדערטער תלמידי כתה מכינה לישיבה כתה ט' פון וומסב''ג און ב"פ, דער רבי האט געלייגט טו''ת אין ביהמ"ד. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
בן הר"ר אלעזר מענדל פילאפף שליט"א.
ב"ר יוסף מרדכי כהנא הי"ו.
בעל תפילה: הר"ר אברהם יונה שווארטץ שליט"א מלמד במוסדותינו הק' ב"פ.

נאך שחרית האט דער רבי פארטיילט מטבעות קודש פאר די תלמידים פון מוסדותינו הק' פון וומסב''ג וועלכע האבן אריינגעברענגט גרעסערע סכומים פארגאנגענעם יו"ט פורים לטובת מוסדותינו הק', דערנאך האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים.

פון דארט איז דער רבי אריבער צום שטוב פון הרה"ח ר' אהרן וויינבערגער הי"ו בשכינות פונעם קעמפ אויף פת שחרית.

ארום 12:50 איז דער רבי צוריק אנגעקומען צוריק אינעם בחורים קעמפ, דער רבי איז אריין אין די בתי מדרשים ווי די בחורים לערנען, דער רבי האט זיך אומגעקוקט מיט א שטארקן קורת רוח, דער רבי איז ארום צווישן די טישן און פארהערט די בחורים די לימודים, צום ערשט אין ביהמ"ד פון תלמידי כתה ט' דמוסדותינו הק' פון וומסב''ג בהנהלת הרה"ג ר' יודא בער טעללער שליט"א, איידערן פארלאזן די ביהמ"ד שוין אויפן וועג ארויס, האט דער רבי געבעטן די מייק און איבערגעלאזט א קשיא פאר די בחורים אין די לימודים אין מסכת קידושין. דערנאך איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד פון תלמידי כתה ט' דמוסדותינו הק' פון ב''פ בהנהלת הרה"ג ר' עקיבא יוסף כהנא שליט"א דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים און זיך מפלפל געווען מיט די בחורים א לענגערע צייט.

דערנאך איז דער רבי צוריק ארויף ווי עס איז פארגעקומען די מסיבת לחיים מיט די בחורים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים, דער רבי האט געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בחורים, און משמיע געווען דברות קודש בדברי הכנה לקראת די ימי הרחמים והרצון, און מסיים געווען בברכות קדשו. מען האט געענדיגט ארום 2:05.

פון דארט איז רבינו שליט''א צוגעפארן צו די 'אינגל קעמפ' מחנה רב טוב אין מאנטיסעלא ווי דער רבי איב אנגעקומען ארום 2:20, דער רבי איז ארויף צו די 4 בתי מדרשים פון די עלטערע כתות ו' ז' ח', תלמידי מוסדותינו אין וומסב''ג סניף הר"ר משה אלי' גרין שליט"א, סניף הר"ר יואל שטערן שליט"א, סניף הר"ר אלעזר אייכנשטיין שליט"א, און דערנאך ביי תלמידי מוסדותינו ב''פ בהנהלת הר"ר זרח שפירא שליט"א, און פאר א לענגערע צייט פון אריבער א שעה שפאצירט צווישן די קינדער און זיך אומקוקנדיג מיט א שטארקע קורת רוח אויף די לימודים און פארהערט די קינדער צווישן זיי עטליכע איר-אייניקלך שיחי', וועם דער רבי האט עקסטער באגריסט און זיי געגעבן טאשן געלט כפי מנהג אביו רביה''ק זיע''א.

אויפן וועג ארויס האבן אפגעווארט די ילדי המחנה ווי זיי האבן געזינגען א ניגון און דער רבי האט פארטיילט ממתקים פאר די קינדער.

דערנאך זענען זיך אלע תשב"ר צוזאמגעקומען אינעם חדר האוכל צום מעמד קבלת פנים.
די קינדער האבן מקבל פנים געווען בשירה וזמרה, און דאן פארגעזונגען ווארימע חרוזים לכבוד המאורע, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן פאר די תשב"ר און דערנאך משמיע געווען דב''ק ארויסגעברעגענדיג די גרויסקייט פון תפילות פון תשב"ר ובפרט פון זאגן אמן יהא שמיה רבא, און מסיים געווען בברכות קדשו. דערנאך האט דער רבי פארטיילט שיריים פאר די מלמדים אויסצוטיילן פאר אלע קינדער.

מען האט געענדיגט ארום 4:20 און דער רבי האט פארלאזט די קעמפ און איז אדורכגעפארן צווישן די קינדער בשעת די קינדער שטייען אויסגעשורה'ט אויף די צוויי זייטן פונעם קעמפ און וואונטשן א כתיבה וחתימה טובה.
ארום 5:10 איז דער רבי אנגעקומען אהיים לביתו נאוה קודש אין קר"י.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
הרה"ח ר' יואל ב"ר יושע שמאיע הי"ו - הרה"ח ר' יואל ב"ר יעקב אקער הי"ו, באולם כינור דוד.
הרה"ח ר' ישראל ארי' בערקאוויטש ע"ה - הרה"ח ר' בצלאל חיים באש הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
הרה''ח ר' חיים בער גראד הי"ו - הרה"ח ר' חיים פריעדלענדער הי"ו, באולם גינת קליין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:00 ביז 12:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א וועלכע וויילט אין די יעצטיגע וואכן בשכונת חתם סופר אין קר"י, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים לבית צאנז און וויזניץ, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם מאציל געווען מברכת קדשו און עקסטער אנגעוואונטשן לרגל די שמחת החתונה פון א אייניקל וועלכע קומט פאר קומענדיגע וואך, און דערנאך ארויסבאגלייט ביז אינדרויסן.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
הרה"ח ר' עקיבא צבי געשטעטנער הי"ו - הרה"ח ר' יואל בר"א ראזענבערג הי"ו.
הרה''ח ר' יואל זאב שעהר הי"ו - הרה"ח ר' יונה דוד פערל הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00, און נאך מעריב זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין שיכון סקווירא צו די שמחת החתונה פון החתן בן הרה"צ רבי יעקב יוסף טווערסקי שליט"א בן גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.
דער רבי איז אנגעקומען ארום 12:50 און זיך באגריסט מיט גיסו כ''ק אדמו''ר מסקווירא שליט''א און די רבנים שליט"א, עס האט זיך פארמירט א שמועס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און זיידעס, און זיך דערנאך ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיטן חתן און מחותנים, און עקסטער מיטן שוואגער כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.
דער רבי האט פארלאזט די חתונה ארום 1:15 אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין קר"י.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג פרשת עקב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' משה אהרן שעהנברוין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
תאומים בני הרה"ג ר' יואל טייטלבוים שליט"א ר''מ בישיבת חכמת התורה בן הגה"צ רב דקהלתינו ב"פ 15 שליט"א.
ב"ר יוסף שמעי' פאלאטשעק הי"ו.
ב"ר נפתלי יוסף ווייס הי"ו.
ב"ר אליקים געציל פרענקל הי"ו.
ב"ר יואל ווייס הי"ו.
ב"ר ירחמיאל זאב פריעד הי"ו.
ב"ר שלמה זלמן פוקס הי"ו.
ב"ר משה יצחק זילבערשטיין הי"ו.
ב"ר אליעזר זוסמאן ראטה הי"ו.
ב"ר יואל משה רייז הי"ו.
ב"ר חיים יחזקאל שרגא ראזענבערג הי"ו.
ב"ר משה אלי' עסטרייכער הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
הרה"ח ר' אברהם יששכר כייעם הי"ו (וומסב''ג) - הרה"ח ר' מנחם שלמה ראזענפעלד הי"ו, באולם גינת קליין.
הרה"ח ר' לוי חיים שפיטצער הי"ו - הרה"ח ר' דוד העכט הי"ו, באולם קרן ויואל משה.
הרה"ג ר' יושע שנעבאלג שליט"א - האדמו"ר מחוסט נאדבורנא שליט"א, באולם רחל פאראדייס.

ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה בקו''פ ביז 12:40 אויפדערנאכט.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הרה"צ רבי יעקב יוסף טווערסקי שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש און איינלאדענען רבינו שליט''א צו די שמחת החתונה פון בנו החתן וועלכע איז פארגעקומען נעכטן מיטוואך אין שיכון סקווירא און דער רבי אים מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך איז אריין בקודש פנימה הגה''צ ר' משולם נתן שפיגעל שליט"א אב"ד תפילה למשה קאלאשין מאנסי מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נשואי בנו החתן למז"ט און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו און פאר בנו החתן ני"ו.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
הרה"ח ר' ישראל יודא יעקב גאלדבערגער הי"ו - הרה"ח ר' משה ארי' גוטמאן הי"ו.
הרה''ח ר' יואל כאירה הי"ו און הרה"ח ר' אלי' ראובן סאפדי הי"ו.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל שמחת קישור החיתון פון די מחותנים הרה"ג ר' ישעי' פאנעט שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מדעעש ב"ב שליט"א און הרה''ג ר' בערל מרגליות שליט"א מראשי חברי וועד הרחבת גבולי העיר קר"י, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די צדיקי בית דעעש, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און די גאנצע משפחה, עקסטער האט דער רבי טעלעפאניש אנגעוואונטשן פארן זיידן הגה''צ ר' אשר מרגליות שליט"א אבד"ק אהל משה אין וויען.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:40

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️.
באריכט
מאנטאג פרשת עקב 'בצל הקודש' פון כ''ק כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 8:50.
בעל תפילה: הב' מנחם גרשון ב"ר יואל סימאן הי"ו (קר"י).
פתיחה: הרה"ח ר' שלמה ברוק הי"ו (מאנסי), בעל קורא: ר' דוד אלי' גרינשטיין הי"ו (לעיקוואד).
כהן: ר' יעקב ב"ר שלמה גליק הי"ו (וומסב''ג). לוי: הרה"ח ר' ירוחם ברומבערג הי"ו (לעיקוואוד). שלישי: רבינו שליט"א, הגבה: ר' יצחק שלמה זילבערשטיין הי"ו. גלילה: הב' המשב"ק חנני' יו"ט ליפא דייטש ני"ו.

נאכן דאווענען איז דער גאנצער ציבור אריבער זיך געזעגענען און דער רבי האט אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש.

ארום 2:40 האט דער רבי פארלאזט ביתו נאוה קודש אויפן וועג צום מאונט וואשינגטאן רידזשענעל עירפארט, דער פריוואטע פליגער האט זיך געהויבן ארום 3:25 אויפן וועג אהיים און האט געלאדנט ארום 4:20 אינעם סטוארט לופטפעלד, פון ווי דער רבי איז אהיימגעפארן א וועג פון ארום א האלבע שעה צו ביתו נאוה קודש אין קר"י.
ביים אנקומען האבן אפגעווארט פילע תלמידי הישיבה וועלכע האבן מקבל פנים געווען בשירה וזמרה, און דער גאנצער ציבור איז אריבער שלום נעמען.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
הר"ר אביגדור הערשקאוויטש שליט"א - הרה"ח ר' יקותיאל ישראל פריעד הי"ו, באולם כינור דוד.
הרה"ח ר' וואלף בער לעבאוויטש הי"ו - הרה"ח ר' יואל בר"ע אבערלענדער הי"ו, באולם קרן ויואל משה.

ארום 8:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה בקו''פ ביז 12:30 אויפדערנאכט.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה רבני וועד משמרת חומותיך ירושלים ווי מען איז איבערגעגאנגען און אויסגעשמועסט א לענגערע צייט די ווייטערדיגע פלענער צו באקעמפן די גזירת הגיוס בארה"ק, צווישן אנדערע איז מען איבערגעגאנגען פלענער און דעטאלן פון א גרויסן יום תפילה וזעקה וואס דער רבי האט פאררופן מרעיש עולמות צו זיין איבער די שרעקליכע גזירה.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה נישט פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל כ"ץ הי"ו - הרה"ח ר' אליעזר דוד איצקאוויטש הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
זונטאג פרשת עקב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 9:00.
בעל תפילה: הב' אשר זעליג ב"ר יואל ישראל וואגשאהל הי"ו (מאנסי).

נאכן דאווענען זענען די פילע געסט וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש אריבער זיך געזעגענען.

דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה ארום 8:25. בעל תפילה: הב' מנחם גרשון ב"ר יואל סימאן הי"ו (קר''). צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו. און ביים זמן ר"ת ארום 9:00 האט מען געדאווענט מעריב. בעל תפילה: ר' מאיר שטיינמעץ הי"ו (קר"י). נאך מעריב האט דער רבי אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש.

בביתו נאוה קודש זענען אריין בקו''פ תלמידי ישיבה קטנה תורת אפרים פון מאנסי אינאיינעם מיטן ראש ישיבה הרה''ג ר' יעקב שווארטץ שליט"א, דער רבי האט אויסגעפרעגט די לימודים און משמיע געווען קורצע דברי ברכה, און די בחורים אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב''ק פרשת ואתחנן - שבת נחמו בצל הקודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א בעיר הנופש בעטלעהעם ניו העמפשיר

אויף שב"ק האבן געוויילט בצל הקודש תלמידי המתיבתא סניף דברי יואל און א חלק תלמידי סניף ויואל משה.

ערב שבת נאך די מקוה האבן איבערגעגעבן תירוצים אויף די רבינ'ס קשיא.
הב' נפתלי צבי ב"ר נחום שמשון שווארטץ הי"ו.
הב' יושע ב"ר הערש בער מייזעלס הי"ו.
הב' משה ב"ר יוסף לייב קויפמאן הי"ו.
הב' מרדכי ב"ר שלמה זלמן עפשטיין הי"ו.
הב' יחזקאל שרגא ב"ר יואל וואלף שווארטץ הי"ו.
הב' שמעון ב"ר אברהם מאיר דירענפעלד הי"ו (בית שמש).

פרייטאג צונאכטס ארום 8:20 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ג ר' יוסף דוד לעווי שליט"א ר"מ בישיבה. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:50, דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און שלום נעמען, און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.

ארום 10:10 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה און פילצאליגע געסט אנ''ש און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.

אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער טייטלבוים ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, הגבהת הכוס: נכד רבינו הרב חיים הערש טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הר"ר אברהם דוד וואגשאהל שליט"א (מאנסי), מנוחה ושמחה: הר"ר אברהם יושע בר"מ ווערצבערגער שליט"א ר"מ בישיבה.

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ואתחנן אל ה' בעת ההוא' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא צו ארץ ישראל איז מוחזקת לנו מאבותינו.

קה אכסוף: הרה"ח ר' יוסף חיים מאלח הי"ו (קר"י), ברכת המזון: הר"ר לוי יצחק בארזעסקי שליט"א מנהל ישיבה סניף ויואל משה.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק בעל אך פרי תבואה מליסקא זיע''א וואס די יארצייט געפאלט י"ד אב, קה רבון עלם: הרה''ג ר' אברהם יעקב יאקאב שליט"א ר"מ בישיבה, די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, אז ביום השביעי: הר"ר אברהם יצחק כאירה שליט"א ר"מ בישיבה. מען האט געענדיגט ארום 1:10.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:45. ברכות: הרה"ח ר' אליעזר ווייס הי"ו (קר"י), פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' אלחנן טויב הי"ו (קר"י), צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שמעי' קרויס הי"ו (קר"י), פסוקי שמע ישראל: הרה''ג ר' אברהם יעקב יאקאב שליט"א.
בעל קורא: משב"ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו.

עליות. כהן: הר"ר לוי יצחק בארזעסקי שליט"א. לוי: הר"ר אברהם יושע ווערצבערגער שליט"א. שלישי: הבה"ח משה ארי' ב"ר אהרן אליעזר ווידער הי"ו (לאנדאן). רביעי: הב' המשב"ק חנני' יו"ט ליפא דייטש ני"ו. חמישי: הרה"ח ר' קלמן פילאפף הי"ו (קר"י). שישי: רבינו שליט''א - דעם רבין'ס עלי' איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' משה זושא ניישטאדט הי"ו, דער רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן א מי שברך. שביעי: הרה"ח ר' אליעזר ווייס הי"ו. הוספות: משב"ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו. הרה"ח ר' מרדכי הערש גאלדמאן הי"ו (מאנטרעאל). הרה"ח ר' פישל גאלדבערגער הי"ו (קר"י). הרה"ח ר' יואל בר"מ שאלאמאן הי"ו (מאנסי). הר"ר אברהם דוד וואגשאהל שליט"א. הרה"ח ר' בעריש פרענקל הי"ו (קר"י). הב' משה יודא ב"ר שלמה אלעזר שפילמאן הי"ו (קר"י). הרה"ח ר' יואל ב"ר יושע מענדלאוויטש הי"ו. הרה"ח ר' שלמה רובינשטיין הי"ו (קר"י). הרה"ח ר' טובי' ליפא גראס הי"ו (וומסב''ג). הרה"ח ר' שמעי' קרויס הי"ו. אחרון: הבה"ח יושע ב"ר יצחק פריעדמאן הי"ו (קר"י). מפטיר: הרה"ח ר' יעקב יצחק שטיינמעץ הי"ו (קר"י). הגבה: הר"ר אברהם יצחק כאירה שליט"א. גלילה: הב' יצחק בן הר"ר אברהם יעקב יאקאב שליט"א.

מוסף: נכד רבינו הרב חיים הערש טייטלבוים שליט"א, פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יואל מיטטעלמאן הי"ו (מאנטרעאל). מען האט געענדיגט ארום 12:55.

דער רבי איז אריבערגעקומען אין ביהמ"ד צו זמירות ודברי תורה ארום 2:45, מען האט געזינגען ניגוני גאולה ונחמה, דער רבי האט טועם געווען חלה קוגל און געוואונטשן לחיים.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. ברוך ה' יום יום: הרה"ח ר' אליעזר ווייס הי"ו, ברוך קל עליון: הרה"ח ר' ישראל יעקב דייטש הי"ו (קר"י).

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן מדרש 'אמר משה להקב"ה עצמות יוסף נכנסים לארץ ישראל ואני לא אכנס' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא צו פאר מתן תורה האט מען געהאט א דין ישראל אדער א דין בן נח.

מען האט ממשיך געווען מיט עטליכע ניגונים, ברכת המזון: נכד רבינו הרב חיים הערש טייטלבוים שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 3:40.
רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 8:15. מנחה: הר"ר יעקב יוסף פילאפף שליט"א (קר"י). הוצאה והכנסה: ר' מאיר שטיינמעץ הי"ו (קר"י). כהן: הרה"ח ר' יחזקאל שרגא גלאנץ הי"ו (קר"י). לוי: הרה"ג ר' יוסף דוד לעווי שליט"א. שלישי: הב' ב"ר טובי' ליפא גראס הי"ו. הגבה: רבינו שליט''א - עס איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' טובי' ליפא גראס הי"ו, און דער רבי האט זיך באדאנקט. גלילה: הילד ב"ר טובי' ליפא גראס הי"ו.

זמירות ביי של"ס האט מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' מרדכי הערש גאלדמאן הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' קלמן פילאפף הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'וידעת היום והשבות אל לבבך' און געטייטשט אז פונעם חורבן ביהמ''ק קען מען נעמען א נחמה אז יעדע פעולה לטובה און יעדע ווארט תורה מאכט א הכנה און א רשימה דקדושה אויף שפעטער.

ידיד נפש: הר"ר יושע הערש גליק שליט"א ר"מ בישיבה, קל מסתתר: הרה"ח ר' יואל מיטטעלמאן הי"ו. דער רבי האט געבענטשט על הכוס.

מעריב מוצש''ק: הר"ר חיים דוד פריעד שליט"א ר"מ בישיבה. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 10:45.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
פייל
גליון "קול התאחדותינו"
פרשת עקב תשפ"ד לפ"ק.

(מהדורת ארה"ב)

יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו

גם רצו"פ מדור משולחן מלכים

עם מאמר נפלא 'פינת יקרת' בענין:
מצות הכנסת אורחים וביאורו
מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א

ועם מדור מעשה חש"ב החדש 'שבחי רמב"ן'
ביאורים בדברי הרמב"ן בפרשתן

▫ סאטמאר'ע נייעס 🌴
בילדער · 7
נאך בילדער כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים וועכנטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת קרית יואל, אינאיינעם מיט הגה''צ אבד''ק באבוב-45 שליט''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 6
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים וועכנטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת קרית יואל, אינאיינעם מיט הגה''צ אבד''ק באבוב-45 שליט''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א אויף די יערליכע באזוך אין די מחנות הקיץ במוסדותינו הק' וומסב"ג ב"פ, יום ד' עקב - מסיבת לחיים מיט תלמידי מכינה לישיבה כתה ט'.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 10
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א אויף די יערליכע באזוך אין די מחנות הקיץ במוסדותינו הק' וומסב"ג ב"פ, יום ד' עקב - ביים זיך אומקוקן און פארהערן די לימודים פון די בחורים פון ב''פ.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א אויף די יערליכע באזוך אין די מחנות הקיץ במוסדותינו הק' וומסב"ג ב"פ, יום ד' עקב - ביים זיך אומקוקן און פארהערן די לימודים פון די בחורים פון וומסב''ג.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א אויף די יערליכע באזוך אין די מחנות הקיץ במוסדותינו הק' וומסב"ג ב"פ, יום ד' עקב - תפילת שחרית מיט תלמידי מכינה לישיבה כתה ט', אין מחנה רב טוב אין סוואן לעיק.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 7
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים שמחת החתונה פון נכד גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, פארגעקומען נעכטן אין שיכון סקווירא.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 4
כ''ק אדמו''ר מתולדות אברהם יצחק שליט''א וועלכע וויילט אין דעי טעג אין שכונת חתם סופר אין קרית יואל בביקור אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מיטוואךי"ז מנחם אב תשפ"ד8/21/2024

ווידיאו
ערשטע בילדער כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א ביי די יערליכע באזוך אין די קעמפס פון ילדי מוסדותינו הק' וומסב"ג ב"פ.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
ערשטע בילדער כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א ביי די יערליכע באזוך אין די בחורים קעמפס במוסדותינו הק' וומסב"ג ב"פ.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דינסטאגט"ז מנחם אב תשפ"ד8/20/2024

בילדער · 7
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים מסיבת לחיים נאך תפילת שחרית אינאיינעם מיט די 13 בר מצוה בחורים.
צווישן זיי צווילינג אייניקלעך פון הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א, הב' משה ארי' און הב' אלישע בני הרה''ג ר' יואל ט''ב שליט''א ר''מ בישיבת חכמת התורה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מאנטאגט"ו מנחם אב תשפ"ד8/19/2024

נייעס
בריך מתייך לשלם

מאנטאג עקב 4:24 נאכמיטאג, ברוך הבא בשם ה', אין די יעצטיגע מינוטן האט די פריוואטע פליגער פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א געלאדנט אינעם סטוארט עירפארט פון ווי דער רבי וועט זיך אומקערן לביתו נאוה קודש אין קר"י נאכן וויילן די לעצטערע וואכן אויף מנוחת הנפש.

בזמן שהצדיק בעיר היא הודה היא זיוה והיא הדרה

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג