בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Wednesday15 Elul 57849/18/2024

Report
לפני מלכים ושרים יתיצב:

פרעצעדענטלאזער השתדלות-מיטינג דורך כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א אינעם 'טראפ טאוער' אין מאנהעטן ערשטמאליגער באשלוס אויסצונוצן איינלאדענונג צו שתדל'ען פאר הילף אינעם עתיד איבער גזירת החינוך אין ניו יארק; די גזירות בארה"ק; האוזינג; שחיטה; און בכלליות איבער אוועקשטעלן פעדעראלע קשרים. מיטינג מיט'ן זון און פאליסי-באגלייטער פון פרעזידענט טראמפ ווערט געקרוינט מיט הצלחה נאך שטארקע פארשטענדעניש אין אלע הינזיכטן

אין אן אומגעווענליכע און היסטארישע שריט פון "השתדלות" למען הכלל והפרט ולמען אחב"י תושבי הגולה ותושבי ארה"ק צוגלייך, איז היינט פארקומען א באזוך פון כ"ק רבינו הגה''ק שליט''א אינעם "טראמפ טאוער" אין מאנהעטן, וואו דער רבי איז בטירחא דגברא רבה אראפגעפארן צו האבן א פערזענליכע שתדלנות מיטינג אריינצושטעלן גאר וויכטיגע אידישע אינטערעסן אינעם סדר היום און פאליסי-פלענער פונעם געוועזענעם פרעזידענט און יעצטיגער רעפובליקאנער פרעזידענט קאנדידאט דאנאלד טראמפ.

דער באזוך וואס האט זיך פארצויגן פאר א שעה צייט, איז געווען מיט'ן זון פונעם קאנדידאט, מר. עריק טראמפ, וואס איז דער געהילף פון זיין טאטן ווען עס קומט צו באגלייטן די צוקונפטיגע אדמיניסטראציע פאליסיס און טראנזישאן טיעם.

די פלאן פונעם באזוך האט זיך אנגעהויבן מיט ארום 2 וואכן צוריק, ווען עס איז אריבערגעקומען צום רבי'ן א שתדלן און נאנטער צום טראמפ קאמפיין, הרב יהודה קאפלאן הי"ו פון נארט מיאמי, וועלכע איז א גרויסער געשעפטסמאן אין די פלארידא סטעיט און האט בעבר געהאט אסאך ביזנעס קאנטאקט מיט די טראמפ פאמיליע, און כהיום דינט ער ווי דער פארבינדונגס מאן פונעם קאמפיין צו די חרדישע געזעלשאפטן אויף פארשידענע פראנטן.
הרב קאפלאן האט געבעטן פונעם רבי'ן שליט"א אין נאמען פונעם קאמפיין אז זיי ווילן אויפסעטן א מיטינג צו הערן אונזערע געברויכן, נאכגעפאלגט מיט א פערזענליכע צוזאמענטרעף מיט'ן קאנדידאט, כדי צו ערהאלטן די אינדארסירונג פון סאטמאר'ס בלאק-וואט.
נאך לענגערע דיונים און אויסשמועסונגען מיט שתדלנים און פאליטישע עקספערטן, האט דער רבי שליט"א געמאכט דעם באשלוס אז אין אזא צייט ווען דאס יהדות החרדית איז אזוי אנגעוויזן צו ווערן באשיצט פון די וואס ווילן אונז שלעכטס טון ח"ו, איז כדאי נישט צו ארויסלאזן אזא געלעגנהייט צו שתדל'ען ביים קאנדידאט, נאכדעם וואס ער האט שוין בעבר באוויזן אויסצופירן פארשידענע שווערע שריט לטובת אידן אין אמעריקא בכלל ובפרט.
נאכ'ן באשטעטיגן דעם באזוך איז באשטימט געווארן אז מרן רבינו שליט"א וועט היינטיגן מיטוואך 10 אזייגער פארמיטאג אונטערנעמען דעם היסטארישן פרעצעדענט פון השתדלות למען אחב"י, און פערזענליך אראפפארן צום טראמפ טאוער אין מאנהעטן צו א מיטינג.
*
צום באשטימטן מינוט איז דער רבי אריין צום מיטינג מיט א גאר ענגע באגלייטונג ווי פאראויס באשטימט. עס זענען אריין מיט'ן רבי'ן העסקן הרה"ח ר' גדלי' סעגעדין הי"ו, דער קרית יואל ווילעדזש אדמיניסטראטאר, און העסקן הרב ר' שלום יוסף הערשקאוויטש הי"ו פון וויליאמסבורג, וואס איז א נאנטער פריינט מיט הרב קאפלאן און איז געווען אינסטרומענטאל אין די צוגרייטונגען צו די השתדלות.
אין אנהויב פונעם באזוך, ווען עס איז געווארן ארויסגעברענגט אז דער רבי קומט דא אין נאמען פון צענדליגער טויזנטער סאטמאר'ע אידן פון איבער ניו יארק און ניו דזשערסי, ווי וויליאמסבורג; קרית יואל; בארא פארק; מאנסי; לינדען; לעיקוואד אא"וו, האט דער רבי שליט"א פערזענליך אויסגעדרוקט די שטארקע הכרת הטוב וואס דער חרדישער ציבור אין ניו יארק האט פאר'ן געוועזענעם פרעזידענט, פאר די פילע ערנסטע שריט וואס ער האט גענומען לטובתינו דורכאויס זיין פריערדיגע פרעזידענטשאפט, ובפרטיות פאר'ן העלפן ענדיגן צייטליך די קאוויד לאקדאונס; דאס שענקען אן אויסלייז פאר הר"ר שלום ווייס הי"ו און הר"ר שלום מרדכי רובאשקין הי"ו; די רעלידזשעס פרידאם וואס ער האט פארשטארקט, הויפזעכטליך מיט די נייע סופרים קאורט דזשאדזשעס וועמען ער האט אריינגעשטעלט, וועלכע האבן שוין גאר אסאך אויסגעפייט לטובת רעליגיע; די פריזאן-רעפארם ביל, און די נאכפאלגנדע באפרייאונג פון הר"ר מרדכי יצחק סאמעט הי"ו; די רעטונג הילף וואס די סאטמאר מאנסי מוסדות האבן ערהאלטן ווען זיי האבן זיך געמוטשעט מיט קאורט קלאגעס מטעם די לאקאלע עירמאנט רעגירונג ביז די פעדעראלע US אטורני'ס האבן געברענגט אן ענדע דערצו; און נאך.
עס איז דערביי געווארן אנגעוויזן אז אונזער גאנצער ציבור האט טאקע ארויסגעוויזן דעם הכרת הטוב! דער ווילעדזש אדמיניסטראטאר האט ארויסגענומען דאקומענטן, און געצייגט די ציפערן וואס ווייזן אז ווען טראמפ איז געלאפן צו זיין ערשטע טערמין, האט ער באקומען די שטימען פון סאטמארע געגנטער בכלל און קרית יואל בפרט, פון בערך 50% פון די וויילער. ווידער ווען ער איז געלאפן פאר ווידערוויילונג, ווען ער האט ערהאלטן די אינדארסירונג פון אנ"ש אלס הכרת הטוב, האבן אזויפיל ווי 90% שטימען געגאנגען מיט א לענדסלייד שטימע פאר אים, א זאך וואס האט געברענגט א שטארקע התפעלות און דעמאנסטרירט וויאזוי אונזער מדה פון הכרת הטוב גייט אן גאר שטארק ביי פאליטישע באאמטע, און דער ציבור פאלגט אויס די אינדערסירונגען פון די עסקני הכלל.
*
דאן איז דער שמועס אריבער אויף פאראויס, ווען דער רבי האט אנגעהויבן רעדן איבער'ן עתיד, אויף וואס מיר קוקן ארויס אז טראמפ אלס פרעזידענט זאל אונז קענען ווייטער נאך מער העלפן, בס"ד.
אלס אריינפיר דערצו איז געווארן אויסגעשמועסט אז אונזער וויזיע דא אין אמעריקא איז ווי פאלגנד: אונזער רבי זי"ע, דער גרינדער פון אונזער קהלה און רעטער פון אונזער געמיינדע, איז אהערגעקומען נאך די האלאקאוסט, און אנגעהויבן איבערפלאנצן דא די "אויטענטישע אידישקייט", גענוי ווי אונזערע זיידעס האבן געוואוינט אין אייראפע בעפאר די האלאקאוסט, אין יענע צייטן זענען געווען שווערע טויזנטער ארטאדאקסישע אידן אויסגעשפרייט אין מערערע שטעט און שטעטלעך איבער גאנץ אייראפע. אט דאס, מיט די זעלבע לעבנסשטייגער, האבן מיר איבערגעפלאנצט דאהי אינעם מלכות של חסד, און ווען די צאל ארטאדאקסישע אידן אין אמעריקא וועט האלטן ביי וויפיל עס איז געווען בעפאר די האלאקאוסט אין אייראפע, מיט'ן זעלבן ארגינעלקייט, וועלן מיר זיין נאנט צו א הצלחה אין אונזער וויזיע.
דעריבער, האט דער רבי אויסגעפירט אונזער בקשה, אז די געטרייע באאמטע און די גאנצע רעגירונג זאלן אונז ווייטער העלפן צוקומען צו אונזער ציל צו בויען ווייטערדיגע דורות און משפחות אויף אונזער איידעלער וועג אן קיין שטערונגען, און דערמיט איז מען אריבער צו די קריטישע נושא וואס ליגט יעדן אויפן סדר היום: חינוך.
דער רבי האט געזאגט אז ער בעט בלויז איין זאך: "די עלטערן" זאלן האבן א "טשויס" אויף די קאריקולעם פון זייערע מוסדות. נישט די רעגירונג, נאר די עלטערן, זאלן מאכן דעם אויסוואל וואס דער סדר הלימוד זאל זיין. ווי ר' גדלי' האט עס אנגערופן מיט'ן אפיציעלן לאזונג "פערענטל טשויס אף קאריקולעם".
מיר ווילן לעבן ווי אידן אין אמעריקא, דער פאקט ווייזט אז אן קיין רעגירונג אריינמישונג האט אונז דא גארנישט געפעלט (ב"ה), אונזער קאפ שארפט זיך אויס מיט 'תלמוד', אונזערע אינגעלייט זענען מצליח אין מסחר, אונזער קאמיונעטי פארמאגט יעדע סארט סערוויס וואס פעלט זיך אויס פארן ציבור סיי פאר רעליגיע און סיי פאר ביזנעס, אונז האמיר א כשר'ע און געזונטע עקאנאמיע וואס מ'דארף בלויז צוהעלפן גיין אזוי ווייטער, נישט פרובירן צו שטערן.
דא איז געווארן אויסגענוצט די געלעגנהייט ארויסצוברענגען, אז מיר ארטאדאקסישע אידן דאהי האבן גארנישט מיט די סטעיט אף איזראעל. "אידישקייט איז טויזנטער יאר אלט, און איזראעל איז קוים 75 יאר" האט דער רבי געזאגט. אונזער אינטערעסע איז נישט איזראעלי פאליטיק, נאר דוקא די פרידן און וואוילזיין פון אלע אידן, און פון אונזער וואוינארט, אמעריקא. מיר קוקן מיט גרויס זארג וויאזוי מדינת ישראל, מיט איר סעקולער גאווערמענט און סעקולער קאורט סיסטעם טוט רודפ'ן ארטאדאקסישע אידן, און מיר בעטן אז טראמפ זאל טון השתדלות אז עס זאל זיין פולע טעלעראנץ פאר חרדי'שע אידן אינערהאלב די פרייע מדינת ישראל. יעצט איז דא אקטיווע גזירות אויף רעליגיעזע אידן אין איזראעל, און דער מציאות איז אז "ארטאדאקסטישע אידן אין אמעריקא האבן מער רעכטן ווי ארטאדאקסישע אידן אין אר"י" ווי דער רבי האט ערווענט, און מיר ווילן זען א טויש.
*
די קלארע און ריינע ווערטער זענען ב"ה געווארן אויפגענומען מיט אן אויסטערלישער פארשטענדעניש, און דאן איז מען אריבער ארומצורעדן איבער נאך עטליכע נושאים וועלכע זענען וויכטיג פאר'ן ציבור דא אין אמעריקא, ספעציעל ניו יארק און ניו דזשערסי.
מען האט ארומגערעדט בכלליות איבער דעם מאסיוון וואוקס פונעם הייליגן שטאט "קרית יואל", ארויסברענגענדיג אז זייענדיג אין די ריעל עסטעיט ליין ווייסט די טראמפ משפחה וואס דאס מיינט, אז א פלאץ וואו ס'איז 50 יאר צוריק געווען א מדבר שממה, איז היינט פארהאן א שטאט פון ארום 8,000 משפחות, באלד 50,000 נפשות בליעה"ר, און איבער 20,000 תשב"ר, בלי עין הרע.
כהיום קומט צו פון נאטורליכע וואוקס אזויפיל ווי 500 נייע משפחות יעדעס יאר בליעה"ר, ציפערן וועלכע האבן אויסטערליש עושה רושם געווען זעענדיג אז מען רעדט דא פון א בליענדע וואוקס וועלכע ווערט אזוי שיין באגלייט און פאדערט אודאי אזויפיל.

עס איז געווארן א שמועס איבער די כוחות וואס מען לייגט דא אריין אז ס'זאל זיין אפארדעבל האוזינג, און עס איז געווארן אויפגעברענגט א נייער רעיון איבער "קאלעדזש סעקשאן 8". דהיינו, אז היות ביי אונזער ציבור האט מען שוין חתונה ב"ה פון די 18 יאר און ווייטער, נאך זייענדיג אינמיטן די קאלעדזש יארן, וואס באדייט אז עס זענען דא טויזנטער אינגעלייט וועלכע זענען פאקטיש אין די קאלעדזש יארגאנג אבער באקומען נישט קיין 'דארמיטארי' נאר צאלן רענט פאר א דירה, וואלט געווען פאסיג זיי זאלן כאטש באקומען עפעס א סארט דין קדימה, אדער א ספעציעלע סארט, פון די סעקשאן 8 פראגראם זיי צו העלפן אויסצאלן זייער דאך איבער'ן קאפ.
דערנאך איז געווארן ארומגערעדט איבער די כשר'ע שחיטה, און דער רבי האט ספעציעל געבעטן מען זאל טון השתדלות מבטל צו זיין א געוויסע שווערע רעגולאציע וועלכע הויערט אז די זאלץ וואס מען נוצט צו זאלצן די פלייש זאל מוזן ווערן דעזאלווד בעפאר'ן אריינגיין אינעם דרעינידזש און סוער, עפעס וואס קען טריפלען די פרייזן פאר כשר פלייש אין אמעריקא.
מען האט אויך ארומגערעדט איבער די אלגעמיינע חלל אין קשר צווישן וואשינגטאן און די חרדי'שע אידן, זינט זייער אסאך מאל קומט אויס אז די ווייסע הויז שטעלט אלס אידישע ליעיזאן אזעלכע וואס פארשטייען בכלל נישט די געברויכן פון די ארטאדאקסישע קאמיונעטי, אפגערעדט פון אזעלכע וואס זענען ענדערשט א ליעיזאן פאר די מדינת ישראל לאביאיסטן. ס'איז געווארן ארויסגעברענגט אז דער היימישער ארטאדאקסישער ציבור באשטייען פון צענדליגער טויזנטער מענטשן, און עס איז וויכטיג אז וואשינגטאן זאל האלטן מיט אונז א קשר דורך ליעיזאנס וועלכע האבן שייכות מיט אונז, פארשטייען אונזער לעבנסשטייגער און אונזערע געברויכן, און דאס איז נוגע פאר ערליכע תורה-טרייע אידן אין אלע געגנטער באזונדער.

דער מיטינג האט זיך געענדיגט נאך כמעט א גאנצע שעה פון גאר א פארשטענדליכע שמועס, וועלכע האט ווי עס שיינט געווארפן א שטארקע ליכט אויף אונזערע געברויכן און געברענגט שטארקע קלארקייט און אינפארמאציע אויף אן אופן וואס איז נאכנישט געווען קיינמאל ביז היינט מיט א פרעזידענטליכע אפיס, און עס איז יעדנס האפענונג אז פון רבין'ס מסירת נפש אונטערצונעמען דעם וויכטיגן נסיעה טראץ די פארנומענע זמנים אין וואס מען שטייט, זאל טאקע ארויסגעקומען די געוואונטשענע רעזולטאטן און מען זאל קענען האבן אפענע טויערן בעתיד פאר אלע אונזערע געברויכן בכלל, און די דערמאנטע נושאים בפרט, ועל כולם דער שווערע גזירת החינוך וואס די ניו יארקע עדיוקעישן דעפארטמענט האלט אינמיטן אויספירן מיט א ציל צו צושטערן ח"ו דעם אידישן חינוך אין אמעריקא כמקובל מדור דור, ואנחנו בשם ה' אלוקינו נזכיר, ובשם ה' נעשה ונצליח.
ותטה לב המלכות עלינו לטובה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 4
כ''ק אדמו''ר ממעליץ-ליזענסק שליט''א בביקור בקו''פ אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בביתו נאוה קודש אין וומסב''ג לברך ולהתברך בברכת השנים.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 14
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א מפאר בראש שמחת השבע ברכות פון החתן בן הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי''ו, פארגעקומען אין זיין חדר אוצר הספרים וכתבי קודש, צוגעשטעלט פאר די אברכי הכולל פון בית מדרשינו בנין בראך.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Tuesday14 Elul 57849/17/2024

Report
מאנטאג פרשת כי תבא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר קלמן אליעזר עג'מי הי"ו.
ב"ר יוסף ישראל זעגלבוים הי"ו.
ב"ר נתן דוד שפיטצער הי"ו.

ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען געבלאזן שופר און פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ג פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעה'ן זענען אריין בקודש פנימה תלמידי כתות ו' ז' ח' סניף הר"ר יואל שטערן שליט"א שע"י מוסדותינו הק' פון וומסב''ג וועלכע האבן זיך אויסגעצייכנט מיטן אויפשטיין פארטאגס און נישט רעדן ביים דאווענען, דער רבי האט פארטיילט מטבעות קודש פאר אלע קינדער און משמיע געווען קורצע דב"ק איבער די חשיבות פון זיך מקבל זיין קבלת טובות בעניני תפילה און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די מלמדים און די קינדער.

ארום 1:45 איז דער רבי אנגעקומען בהיכל המתיבתא סניף ברך משה ווי דער רבי האט פארגעלערענט דעם צווייטן סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'מצות לאו ליהנות נתנו' אלץ הכנה צום שבת שובה דרשה. מען האט געענדיגט ארום 2:30

נאכמיטאג ארום 6:00 איז פארגעקומען - ווי שוין ברייט באריכטעט - א לענגערע אסיפה בביתו נאוה קודש איבער דעם בעפארשטייענדע יום תפילה ועצרת 'זעקת הגולה', וואו עס זענען אריבערגעקומען די ראשי ישיבות הגאון הגדול ר' אלי' בער וואכטפויגל שליט"א ראש ישיבת סאוט פאלסבורג, און הגאון ר' יעקב הורוויץ שליט"א ראש ישיבת בית מאיר.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 7:00 ביז 12:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 7:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ לברך ולהתברך לקראת די ימי הרחמים והרצון הגה"צ רבי שמואל בנימין קרויס שליט"א לרפו"ש, נשיא ישיבת תורת חסד לאנדאן וועלכע פארט מארגן אהיים קיין לאנדאן נאכן וויילן פאר די פארגאנגענע זומער וואכן אויף אפרוה אין קר"י, דער רבי האט דורש געווען בשלומו און מאציל געווען מברכת קדשו.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים פון די פאלגענדע מחותנים.
הרה"ח ר' יואל ברד"ל האלפערט הי"ו - הר"ר יונתן בנימין בוכינגער שליט"א.
הרה"ח ר' אברהם ג'ברא הי"ו - הרה"ח ר' נסים סאאל הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 6
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים זיך אומקוקן אויף די שטאטישע מקוה טהרה דלינדען בראשות הרה"ג ר' יעקב מנחם שטייף שליט"א דומ"ץ בהתאחדות הרבנים.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 4
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביי קביעות מזוזה ומסיבת לחיים אינעם סי-בלוי פיש געשעפט אין לינדען אונטער די אייגנטומערשאפט פון הרה"ח ר' חיים הערש ובנו ר' ליפא וועכטער הי"ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 2
אנ''ש תושבי לינדען ביי די זמני כניסה בקו''פ לקראת הימי הרחמים והרצון להפקד בדבר ישועה ורחמים.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 5
כ''ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא לינדען שליט"א בביקור בקו''פ אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א בבית האכסניא אין לינדען.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 7
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים זיך אומקוקן אויף די בוי ארבעט בבית מדרשינו הגדול והחדש אין לינדען.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 23
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים חומש סעודה פון מוסדותינו הק' אין לינדען, נעכטן זונטאג באולם בראך אין לינדען.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Monday13 Elul 57849/16/2024

Photos · 5
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים ארויסבאגלייטן די ראשי הישיבות הגאון הגדול ר' אלי' בער וואכטפויגל שליט"א ראש ישיבת סאוט פאלסבורג און הגאון ר' יעקב הורוויץ שליט"א ראש ישיבת בית מאיר, נאך די אסיפה בביתו נאוה קודש איבער דעם בעפארשטייענדע יום תפילה ועצרת זעקת הגולה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א איז זיך מפלפל בריתחא דאורייתא מיט תלמידיו הנאמנים בעומק הסוגיא נאכן שיעור און אויפן וועג אהיים.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 10
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים געבן די סוגיא שיעור היינט בהיכל המתיבתא סניף ברך משה אלס הכנה צום דרשת שבת שובה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
היינט נאכמיטאג ארום 6:00 איז פארגעקומען א אסיפה בביתו נאוה קודש פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א אויף צאנז קט. איבער דעם בעפארשטייענדע יום תפילה ועצרת 'זעקת הגולה', וואו עס זענען אריבערגעקומען די ראשי ישיבות הגאון הגדול ר' אלי' בער וואכטפויגל שליט"א ראש ישיבת סאוט פאלסבורג, און הגאון ר' יעקב הורוויץ שליט"א ראש ישיבת בית מאיר.

רבינו שליט''א האט זיך באגריסט מיט די ראשי ישיבות און א לענגערע צייט דן געווען איבער אלע פרטים.
עס איז בס"ד באשטימט געווארן צו גיין פאראויס מיט די פלענער פאר איין גרויסע עצרת פון אלע שיכטן און קרייזן בחוצות העיר, לויט די פאראויס באשטימטע פארשריפטן וואס מען האט באשלאסן אינמיטן זומער ווען מען האט מחליט געווען אינאיינעם אויפ'ן געמייזנאמער עצרת, אז עס וועט זיין מיוחד פאר תפלה ובקשה ברוב עם, אהן קיין דרשות.

אנשטאט דרשות וועט מען ענדערשט צוגרייטן א פראפעסיאנאלע סטעיטמענט פאר די פרעסע וואס זאל אויסרופן דעם שטערקסטן קול מחאה וקידוש שם שמים אין די ברייטע גאס, אין די זעלבע צייט וואס מיר רייסן איין פאר רחמי שמים מיט פסוקי תהלים וסליחות מיט א תפילת רבים פון רבוא רבבות ישראל!

מ'האט דערביי שטארק באטאנט מען זאל שפענדן עקסטערע געלטער דערויף, זיכער צו מאכן אז די פרעסע באקומט דעם ריכטיגן מעסעדזש וואס זאל אפהילכן מסוף העולם ועד סופו.

ביי די אסיפה האט מען אויך דן געווען א לענגערע צייט איבער א טויש וואס טייל האבן געוואלט מאכן אנדערש ווי אפגעשמועסט, אז ס'זאל יא זיין דרשות פון פארשידענע רעדנער פון דאהי אדער אויסלאנד. די החלטה איז געבליבן בהסכמת פון יעדן פון די אנוועזנדע אז מ'זאל בלייבן מיט'ן פלאן וואס מ'האט אינאיינעם אפגעשמועסט ביי די ערשטע אסיפה אינמיטן זומער ווי געזאגט, לתועלת הענין בכדי נישט אריינצופאלן אין קיין שוועריקייטן מכמה צדדים ווי יעדער פארשטייט.

אויך איז געווארן באשטימט עפ"י בקשת די גדולי ראשי ישיבות, אז די עצרת זאל פארקומען אין ניו דזשערסי, נענטער צו די ישיבה'ישה שטעט וואו די בני תורה האלטן אצינד אין אן אנהויב זמן.

אצינד וועלן די עסקנים פון אלע קהילות שפאנען פאראויס און מסדר זיין אלע טעכנישע דעטאלן אויסצופירן דעם רצון פון אלע גדולי ישראל, און אהערשטעלן דעם ריזן פארזאמלונג לעורר רחמי שמים על אחינו בני ישראל תושבי ארץ הקודש הנתונים בצרה ובשבי' אונטער די ביטערע גזירה ווען דער ממשלת הרשעה האט דערגרייכט א פולקאמע גזירת גיוס וואס באדראעט אלע חרדישע בחורים מיט טורמע אדער שמד רח"ל.

דאס יהדות החרדית איז געשפאנט און האפט צו קענען באווייזן דעם היסטארישן געשעעניש, און קיין שום מכשולות וועלן נישט אריינקומען צו ח"ו שטערן די פלענער, ווען דער שטן האט אין די לעצטע וואכן אין טעג פרובירט מיט אלעם מעגליך צו לייגן שטיינער אין וועג.

נאך די אסיפה האט רבינו שליט"א זיך אפגעזעגנט פון די חשובע ראשי ישיבה שליט"א בידידות ורב ברכות און ארויסבאגלייט ביז אויף די גאס.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
זונטאג פרשת כי תבא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' הלל ראובן האלפערט הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול, פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר מנחם הלל גראס הי"ו.
ב"ר אברהם יושע טעללער הי"ו.
ב"ר יואל ברי"מ פריעדמאן הי"ו.
ב"ר גדלי' אפפעל הי"ו.
ב"ר חיים ברוך מרדכי גאלדבערגער הי"ו.
ב''ר יואל ענגלענדער הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און עס איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

מיטאג ארום 1:00 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין לינדען ניו דזשערסי צו באשיינען די חומש סעודה פון תלמידי מוסדותינו הק' אין לינדען, וואס איז פארגעקומען אין די זאל פון אולם בראך, מיט די באטייליגונג פון די עלטערן און זיידעס פון די קינדער.

דער רבי איז אנגעקומען ארום 2:10 און זיך באגריסט מיט די רבנים אויפן אויבנאן, די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים לכבוד המאורע, עס האט אויפגעטרעטן דער מנהל הר"ר דוד הלברשטאם שליט"א בן האדמו"ר מקיוויאשד שליט"א וואס האט מקבל פנים געווען רבינו שליט"א מיט פאסיגע דיבורים, דערנאך האט אויפגעטרעטן הגה''צ ר' אלעזר מרדכי סופר שליט"א רב דקהילתינו לינדען, די קינדער האבן געזאגט די פסוקי חומש פון פרשת ויקרא כנהוג, און געזינגען ניגוני תורה, דערנאך זענען די חתני המקרא אריבער און דער רבי האט פארטיילט א סידור פאר אלע קינדער, אויך האט דער רבי פארטיילט פאר די עלטערע תלמידי התלמוד תורה א געבענטשטע מטבע.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען דב''ק און ארויסגעברענגט די התרגשות אז אין לינדען זענען דא אזויפיל קינדער תשב"ר וואס הייבן אן צו לערנען חומש, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר די חתני המקרא און זייערע עלטערן און זיידעס, און פאר די מלמדים און די הנהלת המוסדות. מען האט געענדיגט ארום 3:05.

דערנאך איז דער רבי אריבער ביי די בוי ארבייט פןן בית מדרשינו הגדול והחדד אין שטאט, דער רבי איז ארומגעגאנגען אינעם גאנצן בנין א לענגערע צייט און געהערט א באריכט איבער די ווייטערדיגע פלענער צו בויען א היכל התורה און א מקוה מפואר אינעם ביהמ"ד, און דערביי האט זיך פארמירט א לענגערע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה אין די גאנצע שטאט און די אומגעגנט.

דערנאך איז דער רבי אריבער בבית האכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' אברהם הערש טייטלבוים הי"ו ווי עס איז געווען זמני כניסה בקו''פ לקראת הימי הרחמים והרצון פאר אנ''ש אין שטאט פון 3:20 ביז 5:45.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ כ''ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא לינדען שליט"א אינאיינעם מיט חתנו החתן בן הרה"ג ר' אברהם לייפער שליט"א ר"י נדבורנא, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס בסיפורי צדיקים, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו און עקסטער געוואונטשן לרגל שמחת נשואי בתו למז"ט, און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, אויך האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר חתנו הר"ר דוד הלברשטאם שליט"א מנהל רוחני דמוסדותינו הק' און דער רבי האט ארויסבאגלייט ביז צו די גאס.

נאך די זמני כניסה ארום 5:45 איז דער רבי אריבער צום נייעם לינדען סי-בלו פיש געשעפט, אונטער די אייגנטימערשאפט פון הרה"ח ר' חיים הערש ובנו ר' ליפא וועכטער הי"ו מגדולי עסקני הקהלה והמוסדות, דער רבי האט קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג, געטרינקן לחיים, און עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די בעלי בתים.

דערנאך איז דער רבי אריבער זיך אומקוקן אויף די שטאטישע מקוה טהרה החדש וואס האלט שוין ביים גמר הבני' בראשות הרה"ג ר' יעקב מנחם שטייף שליט"א דומ"ץ בהתאחדות הרבנים, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די בוי ארבייט און דערביי האט הרה"ג ר' יעקב מנחם שליט"א געצייגט פארן רבי'ן די פולע חומרות והידורים פון די מקוה, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו ער זאל בקרוב קענען ענדיגן די גאנצע מקוה להרבות טהרה בישראל.
אום 6:15 האט דער רבי פארלאזט דעם שטאט אויפ'ן וועג אהיים קיין קרית יואל.
אינטערוועגנס האט דער רבי זיך פארבינדן מיט כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א און געגעבן א ווארימע גרוס פון די תלמידי הישיבה וואס האבן זיך פארהערט ביי רבי'ן הלכות בשר וחלב דעם פארגאנגענעם דאנארשטאג און האבן גאר פיין געקענט, און דער וויזניצער רבי שליט"א האט זיך זייער באדאנקט אויף די צייט און טירחא וואס דער רבי האט זיך אפגעגעבן מיט די וויזניצער בחורים.
ביים אנקומען אין קר"י ארום 7:10 האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
הרה"ח ר' וואלף ברי"ד לאנדא הי"ו - הרה"ח ר' הערש אלימלך קליין הי"ו, באולם כינור דוד.
הרה"ח ר' חיים יחזקאל שרגא שטיינמעטץ הי"ו (וומסב''ג) - הרה''ח ר' יואל בריח גוטמאן הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
הרה"ח ר' הערש אלימלך רובינפעלד הי"ו - הרה''ג ר' יואל בר"מ סימאן שליט"א, באולם גינת קליין.

נאך די חופות ארום 7:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה בקו''פ ביז 12:15 אויפדערנאכט.

רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די פאלגענדע מחותנים.
הרה"ח ר' ארי' שווארטץ הי"ו - הרה"ח ר' אליעזר זוסיא צין הי"ו.
הרה"ח ר' אשר זעליג בלייך הי"ו - הרה"ח ר' יעקב אליעזר ווערצבערגער הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
שב''ק פרשת כי תצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן דעם שטריימל פאר החתן אברהם יושע ב"ר יצחק אייזיק שווארטץ הי"ו.

פרייטאג צונאכטס ארום 7:45 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הר"ר אברהם לייב לאנדא שליט"א. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:20, און עס איז פארגעקומען אן אפיעל פאר ישיבת עטרת אברהם עטה"ק בצפת. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.

ארום 9:55 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, הגבהת הכוס: הרה"ח ר' יצחק אייזיק ברב"ז ווייס הי"ו (בני ברק).

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הר"ר נחמן בראך שליט"א (בית שמש), מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' יצחק אייזיק ווייס הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'גדילים תעשה לך' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא צו מען דרש'נט סמוכין.

קה אכסוף: הרה"ג ר' אהרן שמואל פרענקל שליט"א רב דביהמ"ד חוג חתם סופר ירושלים, ברכת המזון: הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הגה''ק מנאסאד זיע''א וואס די יארצייט איז געווען שב"ק י"א אלול. קה רבון עלם: הרה"ח ר' משה שפיגל הי"ו (ביתר). די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. אז ביום השביעי: הר"ר אלעזר אייכנשטיין שליט"א רב דביהמ"ד בורשטין וומסב''ג בן האדמו"ר מבורשטין שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 12:30.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:40. ברכות ופסוקי דזמרה: ר' הלל פאגעל הי"ו, צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' בערל הארטשטיין הי"ו (ב"פ), פסוקי שמע ישראל: משב"ק הרה''ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו.
עליות. כהן: החתן יצחק ב"ר ישראל הארטשטיין הי"ו. לוי: הרה"ח ר' חיים הערש ראטה הי"ו. שלישי: הרה"ח ר' גרשון מענדל ניימאן הי"ו. רביעי: החתן אשר לעמיל ב"ר וואלף ברי"ד לאנדא הי"ו - באווארפען. חמישי: החתן חיים מרדכי ב"ר ליפא ברמ"א שטיינבערג הי"ו - באווארפען. שישי: רבינו שליט''א.

נאכ'ן עולה זײן האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' יואל בר"א ראלניצקי הי"ו.
ר' יואל ברא"ש פוקס הי"ו.
ר' יואל בר"ב בערקאוויטש הי"ו.
ר' משה ברוך ליכטענשטיין הי"ו.
ר' אלטר הערש וויינגארטן הי"ו.
ר' יוסף זונדל אפפעל הי"ו.
ר' יצחק זילבערשטיין הי"ו.
ר' ברוך ארי' פאגעל הי"ו.
ר' יעקב בר"ה קאהן הי"ו.

שביעי: הרה"ח ר' בערל פאלאטשעק הי"ו. הוספות: החתן יעקב קאפיל יוסף ב"ר יואל ברמ"ז פריעדריך הי"ו. החתן יואל בן הרה''ג ר' נתן דוב ברש"ז שווארטץ שליט"א. החתן אברהם שלמה ב"ר יואל בר"ע וויינשטאק הי"ו. אחרון: החתן ברוך בענדיט ב"ר יעקב ברז"ל גליק הי"ו. מפטיר: הרה"ח ר' אברהם יהושע העשיל הכהן גלאנץ הי"ו. הגבה: הרה"ח ר' משה אהרן שטיינבערג הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' וואלף ברי"ד לאנדא הי"ו.

מוסף: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' מרדכי שווארטץ הי"ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 12:35.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 7:45. מנחה: הרה"ח ר' גרשון מענדל פעלדמאן הי"ו. הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם בר"ב פאלאטשעק הי"ו. כהן: הרה"ח ר' יעקב ברז"ל גליק הי"ו (וומסב''ג). לוי: הרה"ח ר' יושע מרדכי ווערצבערגער הי"ו. שלישי: הרה"ח ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי"ו (מאנסי). הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה"ח ר' יצחק אייזיק ווייס הי"ו.

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' שלמה הערש בר"מ עקשטיין הי"ו. שיר המעלות: הרה"ג ר' שמעון יואל בראך שליט"א (בני ברק).

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'כי ה' אלקיך מתהלך בקרב מחניך ל'הצילך ו'לתת א'ויביך ל'פניך' און געטייטשט אז אין די ימי אלול ווערט נתעורר א רוח טהרה ממרום אויף תשובה ותיקון המעשים מען זאל נישט דארפן צוקומען צו א התעוררות דורך גזירות רעות ח''ו און יעדע איד קען דאס זעהן און שפירן, און מאריך געווען בדברי התעוררות לקראת די ימי הרחמים והרצון.

ידיד נפש: הרה"ח ר' זלמן לייב גליק הי"ו (וומסב''ג), קל מסתתר: הרה"ח ר' בערל הארטשטיין הי"ו. דער רבי האט געבענטשט על הכוס און געזאגט שבע ברכות.

מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' גרשון מענדל ניימאן הי"ו. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. דערנאך האט דער רבי געמאכט קידוש לבנה פארנט פון ביהמ"ד הגדול, און געוואונטשן 'א גוטע וואך און א גוטע חודש' פארן גאנצן ציבור. מען האט געענדיגט ארום 10:10.
ארום 12:00 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין מאנסי. דער רבי איז אנגעקומען ארום 12:25 אין ביהמ"ד סערעדנא אויף ניחום אבילים ביי הרה"ג ר' אשר אדלער שליט"א אב"ד סערעדנא, און די ברודערס משפחת קליינמאן שיחי' היושבים ע"פ אשתו /אחותם הרבנית ע"ה - לאנגיעריגע מנהלת בבית רחל שע"י מוסדותינו הק' אין מאנסי, עס האט זיך פארצויגן א שמועס איבער זכרונות פון די באזוכן פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א אין תלמוד תורה און אין די קעמפס, און דער רבי האט געוואונטשן ברכת תנחומין.

דערנאך איז דער רבי געפארן קיין שיכון סקווירא אויף א באזוך ביי גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א לרגל די חתונה פון זיינע אייניקלעך וואס איז פארגעקומען פארגאנגענע וואך, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים און איבער פארשידענע מנהגי חודש אלול, האדמו"ר מסקווירא שליט"א האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט פירות און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.

פון דארט איז דער רבי צוגעפארן אויף א ביקור גומלין ביי כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א בבית האכסניא פון הרבני הנגיד הנכבד ר' יהודא דוד רובינשטיין הי"ו אין די מאנטעבעלא געגענט אין מאנסי, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בדברי פלפול אין פארשידענע סגיות הש"ס, מאקאווא רב שליט"א האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו, און פאר אחיו הגה"צ אב"ד מאקאווא אשדוד שליט"א און פאר בניו הרבנים שליט"א.
ארום 1:30 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין קר''י.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
פרייטאג ערש''ק כי תצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אפרים פישל מענדלאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין בנין הת"ת 'בנין קליין' אינאיינעם מיט די תלמידי כתה ט' חלק ב' בהנהלת הרה''ג ר' בנימין בער בערקאוויטש שליט"א. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
בן הגה"צ ר' יואל האלבערשטאם שליט"א רב דביהמ"ד בית שמואל בשכונת דברי חיים.
ב"ר הערשל בראדער הי"ו.
ב"ר שמעי' שווארץ הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר, און עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים לכבוד המאורע, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים, און אלע בחורים, און פארטיילט שיריים פאר די אייניקלעך, און משמיע געווען דב"ק צו אויסניצן חודש אלול כראוי, און בפרט מיטן חזר'ן די לימודים אין מסכת קידושין זיך צו קענען שטעלן צום פארהער אויף די גאנצע מסכת סוף יאר, און מסיים געווען בברכת קדשו.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז געקומען אויף א באזוך בקו''פ בביתו נאוה קודש כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א פון ארה"ק, אינאיינעם מיט אחיו הגה"צ אב"ד מאקאווא אשדוד שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בדברי תורה אין די סוגיא פון חצי שיעור און נאך, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו און עקסטער געוואונטשן לרגל נשואי נכדו למז"ט, דער רבי האט געגעבן פאר די רבנים שליט"א דעם נייעם באנד ספרו לב אהרן אויף סוגיות, און הגה"צ מאקאווא רב שליט"א האט געגעבן פאר רבינו שליט"א א ספר תהילים עם פירוש עטרת משה פון אביו הגה"צ גאב"ד מאקאווא זצ"ל, און דער רבי האט ארויסבאגלייט דעם מאקאווער רב שליט"א בחיבה וידידות ביז די גאס.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Show earlier days