Friday24 Elul 57849/27/2024
פרייטאג ערש''ק נצו''י 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר שמעון עוזר מיטטעלמאן הי"ו.
ב"ר אפרים יצחק אדלער הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און ס'איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעה'ן זענען אריין בקודש פנימה תלמידי ישיבה קטנה סניף דרכי התורה פון מאנסי בהנהלת הר"ר שאול פערלשטיין שליט"א, דער רבי האט פארהערט די בחורים אויף די לימודים אין מסכת פסחים און דערנאך פארטיילט פאר די בחורים ספרו לב אהרן חידושי סוגיות אויף ראש השנה סוכה, און מאציל געווען מברכת קדשו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דאנערשטאג פרשת נצו"י 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם יקותיאל זלמן שטיין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר קלמן אליעזר בבור הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען געבלאזן שופר, און עס איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדר הפרטי, אויך זענען אריין די בחורים המצטיינים וועלכע האבן זיך געשטעלט צום פארהער אויף גאנץ מסכת בבא מציעא און דער רבי האט פארטיילט א י"ב חלה און מאציל געווען מברכת קדשו.
נאך א קורצע צייט איז דער רבי צוריק אריין אין ביהמ"ד ווי דער רבי האט פארגעלערענט די ניינטע און לעצטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'מצות לאו ליהנות נתנו' אלץ הכנה צום שבת שובה דרשה, און דערנאך ממשיך געווען מיט הכנה לקראת די ימי הרחמים והרצון און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע בחורים.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 6:30 ביז 12:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 7:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' חיים אליעזר ווייס הי"ו - הרה"ח ר' משה שמחה קויפמאן הי"ו.
בעת די זמני כניסה האט רבינו שליט"א משמיע געווען דב"ק וברכה דורך א הוקאפ פאר אנ"ש תושבי מאנטרעאל ביים 'אסיפת אנ"ש' וועלכע איז פארגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול אין מאנטרעאל, קודם האט אויפגעטרעטן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א מיט א לענגערע דרשה בשליחות מרן רבינו שליט"א, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען די דב"ק און ארויסגעברענגט אז מען גרייט זיך צו עפענען א תלמוד תורה אויף דעם קומענדיגן ווינטער הבעל"ט דארף מען זיך זעהן צו האלטן צו די תקנות פון מייסד קהלתינו ומוסדותינו הק' רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א, אזוי אז די מוסדות זאל זיין א שטאלץ פאר מאנטרעאל אזוי ווי בית מדרשינו הגדול וואס איז א שטאלץ און א פראכט פאר די גאנצע שטאט, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר די עסקנים וועלכע שטייען בראש און פארן גאנצן ציבור.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

מיטוואך פרשת נצו"י 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' מענדל גוטמאן הי"ו (מאנטרעאל), ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר משה אברהם שעהנברוין הי"ו.
ב"ר משה העניך פריעדמאן הי"ו.
ב"ר יוסף ראזענבערג הי"ו.
ב"ר יואל פראמאוויטש הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ג פסוק א', און ממשיך געווען מיט הדרכה לימי בין הזמנים הבעל"ט. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 1:45 איז דער רבי אנגעקומען אין ישיבה גדולה סניף ברך משה ווי דער רבי האט פארגעלערענט די אכטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'מצות לאו ליהנות נתנו' אלץ הכנה צום שבת שובה דרשה. מען האט געענדיגט ארום 2:20.
אין די נאכמיטאג שעה'ן איז אריין בקו''פ הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א ווי דער רב שליט"א האט איבערגעגעבן א באריכט פון ישיבה קטנה "דרך התורה" וועלכע האט אצינד פארענדיגט שוין דאס דריטע יאר בס"ד מיט הצלחה, און גרייט זיך שוין בשעטו"מ אריין צו שיקן די תלמידים אין ישיבה גדולה, און דערביי האט רבינו שליט"א קורא שם געווען אויפן צווייטן סניף פון די ישיבה וואס מהאט יעצט פארענדיגט די ערשטע יאר, "ישיבת בשבילי התורה", אזוי אויך האט מען אויסגעשמועסט פארשידענע פרטים פון מוסדותינו הק', ישיבות קטנות, און ישיבה לצעירים אין וומסב''ג, ווי דערביי האט דער רבי ארויסגעברענגט מיט א שטארקע קורת רוח די גוטע גרוסן וואס מען הערט צוריק פון אלע סניפי הישיבות נאך א שטארק מוצלח'דיגע יאר וואס איז אדורך בכי טוב.
נאכמיטאג ארום 6:00 איז פארגעקומען א סיום כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך הנגיד ר' חיים אברהם ב"ר ירמי' בראך הי"ו פון לעיקוואד און ווערט אריינגעגעבן ערב יוה''ק אין שטאט ראצפערט אונגארן, דערביי איז אויך פארגעקומען א חתימת שטרות ווי ר' חיים אברהם הי"ו האט אפגעקויפט א זכות נכבד בבית מדרשינו הגדול אין לעיקוואד, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות, געטרינקן לחיים עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער הרה"ק רבי הירצקא'לע ראצפערט'ער זיע''א און די הרחבת גבולי הקדושה פון קהלתינו הק' אין לעיקוואד, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און ווארעם מאציל געווען מברכות קדשו.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 6:30 ביז 11:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 7:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
נאך מנחה האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הר"ר נתן נטע הויזער שליט"א - הרה"ח ר' שלום אליעזר בערגער הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס, און דערנאך ממשיך געווען די זמני כניסה.
רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל בר"מ ווערצבערגער הי"ו - הרה"ח ר' דוד אונגאר הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:45.
נאך מעריב איז דער רבי אריבער אין בית החיים דקרית יואל צו די לויה פון הרה"ח ר' טובי' שרייבער ע"ה.

רייכע אויסגאבע 'היימשטאט' בעיר הגדולה לאלוקים 'קרית יואל' יצ"ו - פרשת נצו''י תשפ"ד לפ"ק.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
preview.heimshtut.com/heimshtut035…
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
preview.heimshtut.com/heimshtut035…
preview.heimshtut.comHeimshtut 0350 Nitzuvim
Thursday23 Elul 57849/26/2024
Wednesday22 Elul 57849/25/2024
סיום כתיבת האותיות בביתו נאוה קודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך הרה''ח ר' חיים אברהם בראך הי''ו פון לעיקוואד, אין ווערט אריינגעגעבן ערב יוה''ק אין שטאט ראצפערט אונגארן, אינאיינעם מיט א חתימת שטרות ווו ער האט אפגעקויפט א זכות נכבד אין בית מדרשינו הגדול אין לעיקוואד.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א בבית הרה"ח ר' מיכאל דוב קרויס הי"ו אין ב"פ ווי בנו הנגיד ר' אברהם בנימין אלימלך הי"ו פון קר"י האט מנדב געווען א גרויסן סכום לטובת מוסדות יטב לב בארה"ק.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
הרב הגאון ר' יוסף מאיער שליט''א ראש ישיבת מאור התורה בקו''פ אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א לברך ולהתברך בברכת השנים.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביי תפילת שחרית ומסיבת לחיים לרגל סיום הזמן אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה גדולה עסק התורה מאנסי בהנהלת הרה''ג ר' ישראל מרדכי זיידענפעלד שליט"א, אין ביהמ"ד אמרי נועם אין שכונת דברי יואל.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
דינסטאג פרשת נצו"י 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ברש"י שטיינמעטץ הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד אמרי נועם בשכונת דברי יואל אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה גדולה עסק התורה מאנסי בהנהלת הרה''ג ר' ישראל מרדכי זיידענפעלד שליט"א. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר יואל בר"ב בערקאוויטש הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ג פסוק א', און דערנאך ממשיך געווען בדברי חיזוק לרגל סיום הזמן, בדברי שבח פון די ישיבה וואס מען האט געענדיגט דאס יאר בכי טוב און דעם שם טוב וואס די ישיבה האט זיך קונה געווען, ווי מען האט דורכגעטוהן פילע מקצועות התורה און בפרט הלכות מקוואות, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב און גוטע שידוכים פאר אלע תלמידי הישיבה.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד לרגל סיום הזמן, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחור און פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה. הרה''ג ר' יעקב אלי' טורנהיים שליט"א ר''מ בישיבה האט אויפגעטרעטן, דערנאך האט דער רבי פארטיילט ספר דברי חיים מקוואות פאר אלע תלמידי הישיבה און מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 1:50 איז דער רבי אנגעקומען אין ישיבה גדולה סניף ברך משה ווי דער רבי האט פארגעלערענט דעם זיבעטן סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'מצות לאו ליהנות נתנו' אלץ הכנה צום שבת שובה דרשה. מען האט געענדיגט ארום 2:30.
אין די נאכמיטאג שעות איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
ביים אנקומען אין וומסב''ג איז דער רבי צוגעפארן אויף א קורצע באזוך צו בית מדרשינו החדש 'ביהמ"ד לב אהרן' אויף סאוט אכט וועלכע איז זייער שיין פארענדיגט געווארן און וועט בעז"ה עפענען אירע טויערן אויף דעם שב"ק הבעל"ט, דער רבי האט ארומשפאצירט אינעם גאנצן בנין ביהמ"ד מיט א קורת רוח פונעם הערליכן ביהמ"ד וואס מ'האט אהערגעשטעלט און מאציל געווען מברכת קדשו פאר די הנהלת ועסקני הביהמ"ד.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 5:30 ביז 11:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
ארום 7:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הרב הגאון ר' יוסף מאיער שליט''א ראש ישיבת מאור התורה לברך ולהתברך בברכת השנים עס האט זיך פארצויגן א שיינע ידידות'דיגע שמועס אין די סוגיות וואס מהאט יעצט אהנגעהויבן צום אלול זמן במסכת בבא בתרא און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו, און ארויסבאגלייט ביז די טיר.
אזוי אויך האט דער רבי געבענטשט פלעשלך האניג וואס איז געשיקט געווארן קיין ארה"ק, פאר די עסקנים בקרב קהלתינו הק' אין בני ברק, וואס האבן זיך אועקגעגעבן בלו"נ טעג און נעכט, אהערצושטעלן דעם פארברייטערטן היכל ביהמ"ד הגדול אין שיכון קרית יואל, ס'זאל זיין גרייט אויף די הייליגע טעג הבעל"ט לשם ולתפארת.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:10 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
נאך די זמני כניסה איז דער רבי געפארן קיין ב"פ ווי דער רבי איז ארויף אין שטוב פון הרה"ח ר' מיכאל דוב קרויס הי"ו ווי בנו הנגיד ר' אברהם בנימין אלימלך הי"ו פון קר"י האט מנדב געווען א גרויסן סכום לטובת מוסדות יטב לב בארה"ק, דער רבי איז אנגעקומען ארום 12:15, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער הגה"ק רבי דוד דייטש זצ"ל בעל אהל דוד פון וועם דער נדבן איז א אייניקל, און דער רבי האט פארציילט זכרונות פון הרה"ח ר' ישראל דוד ווייס ע"ה זיידע פונעם נדבן וועלכע האט נאך זוכה געווען להסתופף בצל קדשו פון הרה"ק ר' שלום אליעזר'ל מראצפערט זצוק"ל און באקומען א הבטחה ניצול צו ווערן פון די הענט פון די רשעים, און איבער פארשידענע זכרונות מימי רביה"ק זי"ע. דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן, און געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו, און פארטיילט פלעשלעך האניג פאר אלע בני המשפחה לכבוד ראש השנה הבעל"ט. דערנאך ארום 12:45 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין קר"י.

Tuesday21 Elul 57849/24/2024
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א אויף א קורצע באזוך אין בית מדרשינו החדש לב אהרן אין וומסב''ג, צו זעהן פון דער נאנט דעם ביהמ''ד המפואר וואס ווערט געעפענט אויף דעם שב''ק.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
הרה''ג ר' משה לעבל שליט"א ראש ישיבת תורת חיים ומראשי קהילת אהלי יעקב אין מאסקעווע בקו''פ אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מאנטאג פרשת נצו"י 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
לבן הנולד אצל ר' יואל ב"ר ירחמיאל ביטמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' משה ב"ר יחזקאל פייוול בראך הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר מרדכי יעקב סאאל הי"ו.
ב"ר ישראל דוד פארקאש הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען געבלאזן שופר און פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ג פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 1:50 איז דער רבי אנגעקומען אין ישיבה גדולה סניף ברך משה ווי דער רבי האט פארגעלערענט די זעקסטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'מצות לאו ליהנות נתנו' אלץ הכנה צום שבת שובה דרשה. מען האט געענדיגט ארום 2:30.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 6:30 ביז 12:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
פארנאכטס ארום 7:15 האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
הרה"ח ר' מאיר ברד"ש בערגער הי"ו - הרה"ח ר' חיים זלמן שעהר הי"ו, באולם כינור דוד.
הרה"ח ר' יוסף דערמער הי"ו (מאנסי) - הרה"ח ר' חיים אפרים ווייס הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
הרה"ח ר' יואל ברי"ל סופר הי"ו (מאנסי) - הרה"ח ר' ישראל משה שטוהל הי"ו, באולם גינת קליין.
פאר די חופה אין בית רחל פאראדייס האט דער רבי געדאווענט מנחה בבנין הבית רחל בנין ברכה סימא.
נאך די חופות האט דער רבי מנחם אבל געווען הר''ר אברהם שמחה ואחיו הר''ר אלכסנדר נחום גאטליעב שליט"א היושבים ע"פ אביהם הרה"ח ר' שלום יוסף גאטליעב ע"ה, און דערנאך ממשיך געווען די זמני כניסה.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' משה לעבל שליט"א ראש ישיבת תורת חיים ומראשי קהילת אהלי יעקב אין מאסקעווע אינאיינעם מיטן הר"ר בצלאל מאנדעל שליט"א מנה"ר ת"ת ראשית חכמה, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער אידישקייט אין מאסקעווע און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די פאלגענדע מחותנים:
הרה"ח ר' דוד שמואל ברמ"י גאלדבערגער הי"ו - הרה"ח ר' חיים הערש ב"ר אלי' גאלדבערגער הי"ו.
הרה''ח ר' יצחק שלמה פאלאטשעק הי"ו - הרה"ח ר' שבתי יעקב ווערטהיימער הי"ו.

זונטאג פרשת נצו"י 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר משה מנחם שלעזינגער הי"ו.
ב"ר לייב ברש"א פרענקל הי"ו.
ב"ר יעקב שמעון קויפמאן הי"ו.
ב"ר יואל גליק הי"ו.
ב"ר ישכר בער הירש הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ג פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי, אויך זענען אריין בקו''פ א קבוצה בחורים מתלמידי הישיבה אינאיינעם מיטן מנהל הרה"ג ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א מצאנז מקבל זיין ברכות הקודש לרגל זייער נסיעה למקומות הקדושים אין אייראפע, דער רבי האט אויסגעפרעגט די פרטי הנסיעה און פארטיילט שליח מצוה געלט און מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 1:45 איז דער רבי אנגעקומען אין ישיבה גדולה סניף ברך משה ווי דער רבי האט פארגעלערענט די פינפטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'מצות לאו ליהנות נתנו' אלץ הכנה צום שבת שובה דרשה. מען האט געענדיגט ארום 2:20.
נאכמיטאג ארום 4:00 איז פארגעקומען - ווי שוין ברייט באריכטעט - א ספעציעלע זיצונג בביתו נאוה קודש מיט הויכראנגיקע פאליטישע באאמטע, קאנגרעס מינאריטעט פירער האקים דזשעפריס דער לאקאלער קאנגרעסמאן פעט רייען, אנוועזנד געווען הרה"ח ר' שמחה אייכנשטיין הי"ו אסעמבלימאן פון ב"פ, ראשי והנהלת קרית יואל.
אויך זענען אריין בקו''פ הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו און הרה"ח ר' שלמה יעקב ניישטאדט הי"ו חברי הנהלת מבצר הכוללים קר"י אינאיינעם מיט עסקני הכולל וועלכע האבן געברענגט פלעשער האניג וועלכע וועלן פארטיילט ווערן לכבוד יו"ט ראש השנה הבעל"ט פאר די גרעסערע תומכי הכולל, דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו פאר די תומכים און פאר די עסקני הכולל.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 6:30 ביז 12:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די סיום הש"ס פון החתן משה אליעזר ב"ר הערש אלימלך רובינפעלד הי"ו עב"ג הכלה בת הר"ר יואל בר"מ סימאן שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער פארשידענע סוגיות הש"ס דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און די גאנצע משפחה.
פארנאכטס ארום 7:15 האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
הרה"ח ר' יואל וואלף שווארטץ הי"ו - הרה"ח ר' יוסף לייב בר"א קויפמאן הי"ו, באולם כינור דוד.
הרה"ח ר' מאיר יודא פערלמאן הי"ו (וומסב''ג) - הרה"ח ר' יואל כייעם הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
הרה''ח ר' משה אליעזר לאנדא הי"ו (וומסב''ג) - הרה"ח ר' יואל שטיינמעטץ הי"ו, באולם גינת קליין.
נאך די חופה אין כינור דוד האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ביהמ"ד בית מרדכי דקהלתינו הק', און נאך אלע חופות ממשיך געווען די זמני כניסה.
רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' שמואל טובי' ליכטמאן הי"ו - הרה"ח ר' יוסף שמואל ראזענפעלד הי"ו.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ לברך ולהתברך בברכת השנים כ''ק אדמו"ר מסקאליע 18 שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס זכרונות פון ימים נוראים ביי רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
אויך איז געווען אויף א באזוך הרה''צ מהרי''ש מקאסוב לעיקוואד שליט''א, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בסיפורי בית קאסוב, דער רבי האט ארויסגעברענגט דאס ידידות מיט להבחל"ח אביו כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצ"ל, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו, און הרה''צ שליט"א האט געגעבן פארן רבי'ן דעם ספר שרגא דנהרא פון אביו זצ"ל וועלכע איז יעצט ארויסגעקומען.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15.