דאנערשטאג ברכה א' שלש עשרה מידות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א איז אריינגעקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ"ד הגדול אום 5:45. בעל תפילה: הגה"צ ר' חיים יוסף ווערצבערגער שליט"א אב"ד הוניאד. מען האט געענדיגט ארום 6:45, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 9:25 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר יואל בר"א היילברוין הי"ו. דערנאך האט דער רבי געצינדן 5 ליכט לרגל די יומדהל''ק פון זקינו מרן הגה"ק רבי אלעזר ניסן זיע''א, און ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, נאכן ליינען האבן גומל געבענטשט פילע געסט פון ארה"ק און אייראפע וועלכע זענען געקומען וויילן אויף חודש תשרי בצל הקודש, און נאכן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין דרבינו תם בחדרו הפרטי.
ארום 11:05 איז רבינו שליט''א צוריק אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו אמירת כל ספר תהילים. בעל תפלה: הרה"ח ר' יהושע טעללער הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 1:15. נאך תהילים האט דער רבי געזאגט דעם וידוי הגדול פון רבינו ניסים מיט שטארקע בכיות א לענגערע צייט, דערנאך האט מען געליינט די קרבנות, בעל קורא: הגה"צ אב"ד הוניאד שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 2:10
דערנאך איז רבינו שליט"א אריבער צו די לעיק אויף די קוויקוועי גאס צו אמירת תשליך ברוב עם, און געזאגט די סדר אמירת תשליך בהשתפכות הנפש, מען האט געענדיגט ארום 2:25.
רבינו שליט''א האט געדאווענט מנחה ארום 6:50 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט, דער רבי האט געצינדן 5 ליכט און געזאגט קדיש לרגל די הילולא קדישא. דערנאך איז געווען זמני כניסה בקו''פ בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:00.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
News
רייכע אויסגאבע 'היימשטאט' בעיר הגדולה לאלוקים 'קרית יואל' יצ"ו ברכה תשפ"ה לפ"ק.
שלש עשרה מידות בצל הקודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א - תשליך.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 8
שלש עשרה מידות בצל הקודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א - קריאת הקרבנות.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
שלש עשרה מידות בצל הקודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א - אמירת ווידוי הגדול.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
שלש עשרה מידות בצל הקודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א - אמירת ספר תהילים ברוב עם.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
NoticeNoticePhotos · 19
סופער איטענדעט פון די ניו יארק סטעיט פאליס דעפארטמענט אויף א באזוך אין שטאט קרית יואל אינאיינעם מיט ראשי והנהלת הקריה, און אויף א זיצונג בביתו נאוה קודש פונעם מרא דאתרא כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
מיטוואך ברכה א' 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 5:45 איז רבינו שליט''א אריין געקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ''ד הגדול, בעל תפילה: הרה"ח ר' יושע שמואל ווידער הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 6:35, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר משה ב"ר יואל קויפמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ''ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר יוסף בנימין ווידער הי"ו. ב"ר אלי' פאוועל הי"ו. ב"ר יודא היימאן הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער מקום מנוחת קדשו פון זקינו מרן הגה"ק רבי אלעזר ניסן זיע''א וואס די יארצייט געפאלט שלוש עשרה מידות, און דער רבי האט א לענגערע צייט דערציילט זכרונות פון עטליכע נסיעות אין אייראפע מיט פערציג יאר צוריק.
אין די נאכמיטאג שעה'ן ארום 4:30 איז אריבערגעקומען בביתו נאוה קודש דער סופפער איטענדענט פון די ניו יארק סטעיט פאליס דעפארטמענט אינאיינעם מיט נאך הויכראנגיגע פאליציי אפיצירן נאכן אפהאלטן א לענגערע באזוך אין קר"י ווי זיי זענען ארומגעגאנגען אין שטאט אין באגלייטונג פון די הנהלת הקריה הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו, הרה"ח ר' גדלי' סעגעדין הי"ו, און הרה"ח ר' משה לייב וויטריאל הי"ו, אלץ א שריט צו פארמערן זיכערהייט אין די אידישע געגענטער צוליב די פארמערטע אנטיסעמיטישע אינצידענטן איבערן לאנד און דערביי זענען זיי אריבערגעקומען צו רבינו שליט"א אפצונעמען ברכת הקודש, הרה"ח ר' גדלי' הי"ו האט זיי פארגעשטעלט פארן רבי'ן און עס האט זיך פארצויגן א שמועס און דערביי האבן זיי אויסגעדריקט די התפעלות פון די שטאט קרית יואל, און שטארק ארויסגעהויבן די נידריגע פארברעכן ראטע אין קרית יואל, און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 6:15 ביז 12:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:00 און מעריב ארום 10:30, פאר מעריב האט דער רבי געצינדן 5 ליכט און געזאגט קדיש נאך מעריב לרגל די הילולא קדישא פון זקינו מרן הגה"ק רבי אלעזר ניסן זיע''א, און נאך מעריב ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דינסטאג ברכה א' 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אום 5:45 איז רבינו שליט''א אריין געקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ''ד הגדול, בעל תפלה: הר"ר חיים הערש מענדלאוויטש שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 6:30, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 9:45 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו תפילת שחרית. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר שמחה פנחס פריעדמאן הי"ו. ב"ר משה שטערן הי"ו. ב"ר יחזקאל שרגא בר"ב שטיין הי"ו. ב"ר חיים מרדכי מיטטעלמאן הי"ו. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
אין די נאכמיטאג שעה'ן איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
אויפן וועג האט זיך דער רבי אפגעשטעלט אין ענגלוואד ניו דזשערסי אויף ניחום אבילים ביי משפחת ש"ב הרה"ח ר' יוקל גראס ע"ה, עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער די גרויסע זיידעס לבית וואלאווע און דער רבי האט געוואונטשן ברכת תנחומין.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 5:30 ביז 11:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א סיום כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' יעקב הערש היימאן הי"ו און ווערט אריינגעגעבן קומענדיגן דאנערשטאג נח אין ביהמ"ד לב אהרן אין וומסב''ג, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
ארום 7:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
עס איז אריין בקו''פ הרה"צ ר' מנשה כ"ץ שליט"א אב"ד פריימאן וומסב''ג לברך ולהתברך בברכת השנים, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:30, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מאנטאג ברכה א' 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אום 5:45 איז רבינו שליט''א אריין געקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ''ד הגדול. בעל תפלה: הרה"ח ר' משה מאיר גאטליעב הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 6:30, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן: לבן הנולד אצל ר' שלמה מנשה בר"י פאלקאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. לבן הנולד אצל ר' זלמן לייב זופניק הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ''ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר הערשל ב"ר מאיר ווערטהיימער הי"ו. ב"ר שמואל שמעון זילבער הי"ו. ב"ר יצחק לעווי הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 6:00 ביז 11:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 7:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' גרשון מענדל פעלדמאן הי"ו - הרה"ח ר' ליפא הערשקאוויטש הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
זונטאג ברכה א' צום גדלי' 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אום 5:45 איז רבינו שליט''א אריין געקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ''ד הגדול. בעל תפלה: משב"ק הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 6:35, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 9:45 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו תפילת שחרית. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. בן הר"ר חיים הערש קאהן שליט"א. ב"ר אהרן שמואל גלאנץ הי"ו. ב"ר יוסף לייב סאנדער הי"ו. ב"ר חיים דייטש הי"ו. ב"ר יואל לאנדא הי"ו (אנטווערפן). ב"ר ישראל מייער הי"ו. ב"ר יעקב משה ווערצבערגער הי"ו. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
ארום 5:40 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אן ביהמ''ד הגדול צו תפילת מנחה ודרשת שבת שובה. בעל תפילה: הרה"ח ר' אברהם משה פאלקאוויטש הי"ו. פתיחה: הרה"ח ר' אברהם דוד גאטליעב הי"ו (וומסב''ג). כהן: הרה"ח ר' ליפא פריעדמאן הי"ו (וומסב''ג). לוי: הגה''צ ר' חיים יוסף ווערצבערגער שליט"א אב"ד הוניאד. שלישי - מפטיר: רבינו שליט"א. הגבה: הרה"ג ר' יוסף לייב קאהן שליט"א. גלילה: הר"ר שלמה זלמן וויינבערגער שליט"א.
נאך מנחה איז דער רבי ארויף אויפן ארון קודש צום דרשת שבת שובה במעמד אלפי אנ''ש וועלכע האבן איבערגעפילט דעם גאנצן ביהמ''ד הגדול מיט אלע אירע פליגלען, און האבן זוכה געווען צו א שעה של קורת רוח מיטצוהאלטן די דב''ק דרשת שבת שובה. דער רבי האט מתפלל געווען א תפילה חרישית און אנגעהויבן די דרשה אויפן פסוק 'האזינו שמים ואדברה ותשמע הארץ אמרי פי' מיט לענגערע דרוש ופלפול ובדרך אגדה פון אריבער א שעה צייט אין די סוגיא פון מצות לאו ליהנות ניתנו, און דערנאך ממשיך געווען בדברי מוסר וחיזוק איבער לימוד התורה, קביעות עתים לתורה, עניני תפילה ועניני צניעות, כח הקדושה פון שטאט קרית יואל וואס צווואקסט זיך אין אלע זייטן, און ארויסגעברענגט די הצלחה פון די תקנות וואס מען האט געמאכט פון די דירות אין קר"י פאר בלויז דריי הונדערט דאלער א סקווער פוס, און געבעטן דעם גאנצע ציבור זיך צו האלטן צו דעם און נישט קויפן פאר טייערער, און ארומגערעדט איבער די שווערע מצב המלחמה אין ארה''ק מען דארף מתפלל זיין פאר אחב''י און נזהר זיין נישט חלילה משבח זיין די רשעים נישט אריינצופאלן מיט קיין קעלבערנע התפעלות, נישט ליגן אזויפיל אין די נייעס איבער די וואלן אין אמעריקע, מתפלל זיין איבער די גזירות החינוך אין ניו יארק. דערנאך ארומגערעדט זיך צוצוגרייטן צו יום הקדוש מיט משניות מס' יומא, וליתר שאת דעם רא"ש סוף מס' יומא ווי ער שרייבט אראפ בקיצור די סדר העבודה, טראץ וואס עס איז מצוות לאו ליהנות נתנו איז עס אבער נישט אסור און מען מעג הנאה האבן און איז נישט שייך קיין געשמאקערע זאך ווי זיך צוצוגרייטן צו א מצווה מיט אלע פרטי הלכות און געוואונטשן מען זאל זאל זוכה זיין צו א תשובה שלימה און מסיים געווען ברוב ברכות.
מען האט געענדיגט די דרשה אום 7:35, נאך עטליכע מינוט ביים זמן ר"ת האט דער רבי געדאווענט מעריב בהיכל הביהמ"ד, בעל תפילה: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Wednesday7 Tishrei 578510/9/2024
NoticeNews
מזל טוב לכ"ק רבינו הגה"ק שליט"א
לרגל הולדת הבן שיחי' אצל נכדו הרב אשר אנשיל אשכנזי שליט''א (מאנטשעסטער) בן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א, וחתן הגה"צ ר' חיים מאיר ארנסטער שליט''א אב''ד וויזניץ מאנטשעסטער.
שישו ושמחו בשמחת רבינו
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Monday5 Tishrei 578510/7/2024
NoticeNoticeNoticePhotos · 10
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים דרשת שבת שובה נעכטן צום גדלי' במעמד אלפי אנ''ש אין ביהמ''ד הגדול דקרית יואל יצ''ו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 9
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביי נעילת ימי ראש השנה במעמד אלפי אנ''ש אין ביהמ"ד הגדול דקרית יואל יצ''ו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
ליל שב"ק פרשת האזינו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
פרייטאג צונאכטס ארום 7:05 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו. בעל תפילה: הרה"ג ר' דוד פערל שליט"א, קבלת שבת: הרה"ח ר' שלמה הערש בר"מ עקשטיין הי"ו. ביי לכה דודי האט די קאפעליע געזינגען די נייע ניגונים, מען האט געענדיגט דאווענען ארום 8:30. און דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת דערנאך איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 11:00 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה, מען האט געזינגען רבון העולמים ביז מלך תמים דרכו. אשת חיל: נכד רבינו הרב דוד טייטלבוים שליט"א.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: נכדו הרב ליפא טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א. מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'כי שם ה' אקרא' געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון מצוה הבאה בעבירה.
קה אכסוף: הרה"ח ר' קאפיל שעהנברוין הי"ו. ברכת המזון: הרב ליפא טייטלבוים שליט"א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון זקינו הגה''ק הייטב לב זיע''א בעניני ראש השנה.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' אלי' ניישטאדט הי"ו. די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. אז ביום השביעי: הרה"ח ר' יצחק צבי קליין הי"ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 12:30.
וביום השבת קודש
שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:40. ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' אלי' שאול כ"ץ הי"ו (ב"פ). שחרית: הר"ר שלום האלפערט שליט"א.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם ישעי' ווייס הי"ו. כהן: הב' הבר מצוה ב"ר אהרן שמואל גלאנץ הי"ו. לוי: הרה"ח ר' בעריש אפפעל הי"ו. שלישי: הרה"ח ר' דוד שמואל גאלדבערגער הי"ו. רביעי: הרה"ח ר' שלמה הערשקאוויטש הי"ו. חמישי: הרה"ח ר' ישראל פערל הי"ו. שישי: רבינו שליט''א. שביעי: הרה"ח ר' שמואל אהרן לאנדא הי"ו. אחרון: הרה"ח ר' נחמי' ב"ר יושע ווערצבערגער הי"ו. מפטיר: הר"ר מאיר לייב קטינא שליט"א. הגבה: הרה"ח ר' יצחק פרענקל הי"ו (מאנטרעאל). גלילה: הרה"ח ר' יוקל שלעזינגער הי"ו (לאנדאן).
מוסף: הרה"ח ר' יעקב מיטטעלמאן הי"ו. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יואל בר"ש בוים הי"ו (מאנסי). מען האט געענדיגט ארום 12:10. רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז דער רבי איז אריינגעקומען ארום 7:05. מנחה: הרה"ח ר' מאיר פערל הי"ו (וומסב''ג). הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מיכל פעלדמאן הי"ו. כהן: הרה"ח ר' משה אליעזר כ"ץ הי"ו. לוי: הרה"ח ר' אהרן מתתי' מערמלשטיין הי"ו. שלישי: הרה"ג ר' אברהם שלום פריעדמאן שליט"א. הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה"ח ר' שמעון שטערן הי"ו (מאנסי).
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה און שיר המעלות הרה"ח ר' שלמה הערש עקשטיין הי"ו, און די קאפעליע האט געזינגען די נייע ניגונים. ידיד נפש: נכדו הרב חיים הערש טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א. קל מסתתר: נכדו הרה"ג ר' זלמן טייטלבוים שליט"א רב דביהמ"ד בית מנחם זאב.
דערנאך איז פארגעקומען די נעילת ימי ראש השנה. מען האט געזינגען ניגוני ראש השנה וימים נוראים פאר א לענגערע צייט, און דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס.
נאכן בענטשן האט דער רבי משמיע געווען דב"ק אויף א מייק און האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'אשרי העם יודעי תרועה' און געטייטשט אז ווען עס איז דא דריי טעג יו''ט ע''ב שעות ווערט נמשך 'חסד', וואס איז מער פון רחמים, פאר כלל ישראל, און עס ווערט נתכפר אפילו די עבירות הנשכחות און מען ווערט געהאלפן אפילו אויף וואס מען בעט נישט לטב ולחיין ולשלם, 'והי"ה טר"ם יקרא"ו ואנ"י אענ"ה' איז בגי' תשפ"ה, עס קומט בעז"ה א גוט יאר חסד ורחמים פאר גאנץ כלל ישראל און הקב"ה וועט משפיע זיין כל טוב אפילו אויף די זאכן וואס מען בעט נישט, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
מעריב מוצש"ק: הרה"ח ר' ישראל פערל הי"ו. נאך הבדלה האט דער רבי געוואונטשן 'א גוטע וואך און א גוט יאר' פארן גאנצן ציבור צוזאמען. מען האט געענדיגט ארום 9:20.
יה"ר שיתקבלו תפילתינו לרחמים ולרצון א שנה טובה ומבורכת לנו ולכל ישראל
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
ליל ב' דראש השנה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 7:50 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו מערבית. בעל תפילה איז געווען הר"ר דוד חנני' ווייס שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 8:30, דער רבי איז ארויף אויפן ארון קודש און געוואונטשן "א גוט יו"ט א גוט געבענטשט יאר" פארן גאנצן ציבור, און אהיים לביתו נאוה קודש.
פארן טיש האט דער רבי געצינדן די נרות יו"ט בביתו נאוה קודש, און דערנאך ארום 11:10 אריבער צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות ווי דער רבי האט געצינדן די איבריגע לעכט. הגבהות הכוס: נכד רבינו הרב דוד טייטלבוים שליט"א. דער רבי האט אנגעטוהן א נייעם קאפטן פאר שהחיינו און אויפן טיש איז געווען שהחיינו פירות, דער רבי האט געמאכט א ברכה אויף א טייטל און טועם געווען פון די שהחיינו פירות, און דערנאך געטיילט שיריים פון די מילגרוימען פארן גאנצן עולם.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א מו"ץ.
רבינו שליט"א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ישא ברכה מאת ה' און געטייטשט אז אינעם שופר איז מרומז דעם שם הוי''ה און איז משפיע עשירות וואס אזוי שאדט נישט דער נסיון העושר.
ברכהמ''ז: הרה"ח ר' אהרן הערש בערקאוויטש הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 12:20.
כמעשהו בראשונה האט דער רבי אפגעראכטן די עבודת הקודש, דער רבי האט פארגעזאגט ברכות, און דער בעל תפילה אנגעהויבן זינגען אדון עולם. פסוקי דזמרה: הרה"צ ר' יצחק צבי ווייס שליט"א אב"ד איהעל ב"פ. שחרית: הרה"ח ר' בעריש אפפעל הי"ו.
נאך א קורצע הפסקה איז דער רבי אריינגעקומען מלובש מיטן קיטל, זילבערנע קאפל, און די ווייסע סטראקעס בעקיטשע. הוצאה והכנסה זענען נתכבד געווארן נכדי רבינו הרב דוד טייטלבוים שליט"א און הרב ישראל דושינסקיא שליט"א. פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' יואל מייזליש שליט"א בן הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א. רבינו שליט"א איז געווען בעל קורא, און געליינט בהתעוררות רב ובהשתפכות הנפש. עליות. כהן: הרה"צ ר' יצחק צבי ווייס שליט"א. לוי: הרה"ח ר' חיים הערש אפפעל הי"ו. שלישי: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א. רביעי: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי''ו (ב"פ). חמישי: רבינו שליט"א. הגבה די ערשטע ספר: הרה"ח ר' שמעון הירש הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' מרדכי סטרולאוויטש הי"ו. דער רבי האט געהייסן מאכן א מי שברך לחולה פאר הרבנית הצדיקת תליט"א לרפו"ש. מפטיר: הרה''ג ר' וואלף בראווער שליט"א. הגבה די צווייטע ספר: הרה"ח ר' פנחס שפירא הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' שלום אלי' מארקאוויטש הי"ו. מען האט געענדיגט 11:45.
עס איז געווען פּויזע, דער רבי איז געגאנגען אין מקוה און אריין לחדרו הפרטי.
ארום 12:35 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף אינעם טלית, קאפל און קיטל פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א, דער רבי איז ארויף אויפן ארון קודש און מתפלל געווען א תפילה חרישות, און אנגעהויבן די פייערדיגע דרשה אויפן פסוק 'תקעו בחודש שופר' און געטייטשט מען בלאזט שופר דריי מאל ביי די תקיעות דמיושב, ביי די שטילע שמו"ע, און ביי די הויכע שמו"ע, צו אויסבעטן פאר זיך צו זיין ערליך האבן ערליכע קינדער און און ערליכע אייניקלעך, און מאריך געווען בבכיות נוראות וזכנו לראות בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות יעדער זאל איינרייסן ביי די תפילות און תקיעת שופר אז די קינדער און אייניקלעך זאלן נישט פארפאלן גיין אין אזעלכע שווערע נסיונות וואס איז דא אינעם היינטיגן דור, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור. נאך די דרשה האט דער רבי געזאגט קדיש דרבנן, מען האט געענדיגט ארום 12:55. דערנאך איז דער רבי ארויף אויפן באלעמער, די ספרי תורה האבן געהאלטן הרה"ח ר' חיים פאלאטשעק הי"ו, און הרה"ח ר' אהרן שפיטצער הי"ו. דער רבי האט פארגעזאגט מן המיצר און פאר די ברכה אנגעטוהן א נייעם שאהל, און געמאכט די ברכות באש קודש און געבלאזן די תקיעת דמיושב, בעל מקריא איז געווען הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
רבינו שליט''א איז צוגעגאנגען צו תפילת מוסף און געזאגט הנני העני ממעש, קדיש איז געווען 1:25, בעל תוקע ביי די תקיעת דמעומד איז געווען הגה''צ ר' שלמה זאבעל שליט''א דומ''ץ ביהמ''ד בית דוב. שלוחי עמך בית ישראל העומדים לבקש תפילה ותחנונים, ולהתחנן על עמך ישראל, כמעשהו בראשונה זענען די תפילות זענען געווען איין שטיק רגש דקדושה, מיט בכיות מפעם לפעם און מיט א קול חוצב להבת אש, וואס האט מעורר געווען דעם גאנצן היכל בית המדרש.
פתיחות ביי מוסף זענען נתכבד געווארן. הרה"ח ר' אברהם שלום לאנדא הי"ו, הרה"ח ר' גרשון מענדל ניימאן הי"ו, הרה"ח ר' שלמה היימאן הי"ו, הרה"ח ר' נפתלי ליכטענשטיין הי"ו.
הרה"ח ר' וואלף גליק הי"ו און הרה''ח ר' בנציון קליין הי''ו זענען מכובד געווען אויפהייבן דער רבי'ן ביי כורעים.
צו קוה איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יצחק עהרנפעלד הי"ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' מענדל מאיר הכהן גליק הי"ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 4:15.
ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק 'תקעו בחודש שופר' און געטייטשט אז אויב איז נישט דא קיין מליצי יושר דארף מען מאכן צוויי טעג יו"ט, דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס.
נאך די סעודה איז דער רבי געגאנגען אין מקוה לכבוד שב"ק, פארן זמן הדלקה"נ איז דער רבי אריבער בהיכל השלחנות ווי דער רבי האט געצינדן די נרות שבת, דער רבי האט געמאכט די ברכה און געצינדן די לעכט און דערנאך אהיים לביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט ממשיך געווען און אנגעצינדן די איבריגע לעכט.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
יום תרועה יהיה לכם 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דעם ערשטן טאג יו''ט אינדערפרי ארום 7:55 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית.
רבינו שליט''א האט אפגעראכטן זיינע הייליגע תפילות בינו לבין קונו בלב קרוע ומרתח ובקש רחמים כעני בפתח, מיט בכיות נוראות וואס האט זיך געהערט אינעם גאנצן ביהמ''ד וואס האט אויפגעציטערט די הערצער פון די טויזענטער מתפללים. דער רבי האט פארגעזאגט ברכות, און דערנאך האט דער בעל תפילה אנגעהויבן זינגען אדון עולם. פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' אברהם שלום פריעדמאן שליט"א מראשי הכוללים. דער רבי האט געזאגט 'וכרות' פסוק בפסוק. שחרית: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 11:10.
נאך א קורצע הפסקה איז דער רבי אריינגעקומען מלובש מיטן קיטל, זילבערנע קאפל, און ווייסע סטראקעס בעקיטשע. הוצאה והכנסה זענען נתכבד געווארן הרה"ג ר' יוסף הערש סופר שליט"א מו"ץ, און הרה"ג ר' ארי' אשר אינדיג שליט"א מו"ץ. פסוקי שמע ישראל: הר"ר אלי' גרויס שליט"א מבערבעשט.
דער רבי איז געווען בעל קורא, און געליינט די קריאה בבכיות ובהתעוררות רב. עליות. כהן: משב"ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו. לוי: הרה"ח ר' אלעזר גרובער הי"ו. שלישי: הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו. רביעי: הרה"ח ר' ליפא גראס הי"ו. חמישי: רבינו שליט"א.
נאכ'ן עולה זײן האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: ר' משה ישעי' פריעדמאן הי"ו. ר' וואלף בר"ש לאנדא הי"ו. ר' פנחס נחמן ברא"ל גלויבער הי"ו. ר' יואל ברמ"ש ווייס הי"ו. אויך האט דער רבי געהייסן מאכן א מי שברך לחולה פאר הרבנית הצדיקת תליט"א לרפו"ש.
הגבה דעם ערשטע ספר: הרה"ח ר' חיים אהרן קליין הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' שמחה כ"ץ הי"ו. מפטיר: הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו. הגבה דעם צווייטע ספר: הרה"ח ר' ארי' אשר שטעסל הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' שמואל לאנדא הי"ו. מען האט געענדיגט 11:50.
נאכ'ן ליינען זענען פארגעקומען די ברית'ן: לבן הנולד אצל ר' בערל פישער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. לבן הנולד אצל ר' יואל נתן פריעדמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. לבן הנולד אצל ר' אלעזר יואל גליק הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
עס איז געווען פּויזע, דער רבי איז געגאנגען אין מקוה און אריין לחדרו הפרטי.
אום 12:55 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף אינעם טלית, קאפל און קיטל פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א, און אינטער'ן קיטל א ווייסן קאפטן. דער רבי איז ארויף אויפן ארון קודש און מתפלל געווען א תפילה חרישה און אנגעהויבן די פייערדיגע 'תקיעת שופר דרשה' אויפן פסוק 'בחצוצרות וקול שופר הריעו' וואס איז ר"ת בוש"ה כמובא בחת"ס, מען שטייט ראש השנה דארף מען תשובה טוהן הן אויף די עצם עבירה און הן אויפן פארשפעטיגן די תשובה ביז יעצט, אז מען שטייט פארן הייליגן באשעפער דארף מען שפירן אז פחד כעומד לפני מלך, אז עס איז כאטש דא די בושה, עס איז אזיל סימקא ואתי חיוורא איז ווי מען ווערט נסתלק מן העולם איז דא כפרות עוונות, און ממשיך געווען בבכיות עצומות הקב''ה איז א מבי"ט ומקשיב ער קוקט אהן די פנימער צו ס'איז טאקע מתבייש בה, מבין ומאזין, מבי"ן איז די אותיות בני"ם און איז ר''ת ב'ל י'דח מ'מנו נ'ידח יעצט איז דער זמן מתפלל זיין אויף ערליכע אידישע דורות און די אלע פארפאלענע נשמות זאלן זיך צוריקקערן און נתעורר ווערן צו תשובה, און מסיים געווען ברוב ברכות בכל ענינים פארן גאנצן ציבור. נאך די דרשה האט דער רבי געזאגט קדיש דרבנן, מען האט געענדיגט ארום 1:25.
עס איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יושע כהנא הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דערנאך איז רבינו שליט''א ארויף אויף די בימה, די ספרי תורה האבן געהאלטן הרה"ח ר' ישראל שפילמאן הי"ו, און הרה"ח ר' אהרן שפיטצער הי"ו. דער רבי האט פארגעזאגט מן המיצר און געמאכט די ברכות באש קודש און געבלאזן די תקיעת דמיושב, בעל מקריא איז געווען הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
רבינו שליט''א איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מוסף און געזאגט הנני העני ממעש, און אנגעהויבן קדיש בערך אום 2:00.
בעל תוקע ביי די תקיעת דמעומד איז געווען הגה"צ ר' שלמה זאבעל שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד בית דוב. רבינו שליט"א האט געדאווענט אין א מחזור נוסח תפלה ישרה. גשים מול ארון הקודש באימה, ועמך מסביבים אותם כחומה, מיטצוהאלטן די עבודת הקודש באימה וביראה בהתעוררות וברגש קודש ביי תפילת מוסף ובפרט ביי די פסוקי מלכיות זכרונות ושופרות, ובקול חוצב ובלב שופך כמים, עיני עמך תליות ועינים לך מיחלות מיט די פתיחות ביי מוסף זענען נתכבד געווארן. הרה"ח ר' בערל פאלאטשעק הי"ו, הרה"ח ר' מרדכי לאנדא הי"ו, הרה"ח ר' ישראל הערשקאוויטש הי"ו, הרה"ח ר' מרדכי הערש פארקאש הי"ו, הרה"ח ר' חיים הערש ברי"מ שווארטץ הי"ו.
הרה"ח ר' וואלף גליק הי"ו, און הרה"ח ר' אורי יהודה קויפמאן הי"ו זענען מכובד געווארן אויפהייבן דער רבי'ן ביי כורעים. צו קוה איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יצחק ערעהנפעלד הי"ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' ישראל ארי' פישער הי"ו (ב"פ). מען האט געענדיגט ארום 5:15, און מען האט תיכף געדאווענט מנחה, פארן עמוד האט געדאווענט הרה"ח ר' אהרן שפיטצער הי"ו, שמו"ע האט דער רבי געדאווענט מיטן טלית אויפן קאפ, מען האט געענדיגט ארום 5:45.
ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק 'אשרי העם יודעי תרועה' און געטייטשט אז דער כח פון יעקב אבינו איז דא אין יעדן איד און אזוי ווערט מען נישט נדחה. מיטן ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' אברהם משה פאלקאוויטש הי"ו.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
'תחל שנה וברכותיה'
יו"ט ראש השנה תשפ''ה - שב''ק פרשת האזינו-שבת שובה, בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בקרב ק''ק קרית יואל יצ"ו. ע''ב שעות של קדושה והתרוממות הנפש וואס איז משפיע 'חסד' ורחמים
ערב יו"ט ארום 5:10 פארטאגס איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו אמירת סליחות 'זכור ברית' אין ביהמ''ד הגדול. רבינו שליט''א האט יורד געווען לפני התיבה בהתעוררות רב מעוטף אינעם טלית און קאפל פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א. מיט די פתיחות זענען נתכבד געווארן הרה"ח ר' עקיבא וויינשטאק הי"ו און הרה"ח ר' יצחק משה פראנקל הי''ו. מען האט געענדיגט ארום 7:30, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן: לבן הנולד אצל ר' שלמה משולם ברא"מ לאנדא הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. לבן הנולד אצל ר' יצחק ב"ר אפרים טייטלבוים הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
ארום 10:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו תפילת שחרית. פאר'ן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר יעקב יואל גליק הי"ו. ב"ר ישראל פישער הי"ו.
ליל יו''ט פארנאכטס ארום 7:05 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה בהתעוררות רב, און דערנאך האט מען געזאגט דעם פיוט 'אחות קטנה' כנהוג.
נאך מנחה איז פארגעקומען דער יערליכער אפיעל פארן 'מבצר הכוללים דקרית יואל' מיט אירע טויזענט לומדי הכולל, עס האט אויפגעטרעטן דער מנהל הכוללים הרה"ג ר' וואלף אהרן טעלער שליט"א.
דערנאך ארום 8:00 איז דער רבי צוגעגאנגען צו מערבית, און נאכן דאווענען פארגעזאגט כנהוג 'לדוד מזמור' באש קודש.
נאכן דאווענען איז רבינו שליט"א ארויף אויפן ארון הקודש צום 'ברכת הקודש' און געזאגט תורה אויפן פסוק 'ישא ברכה מאת ה'' און נאכגעזאגט בקול חינוק בדמעות בשם זקינו הרה"ק רבי מאטעלע האנרסטייפלער זיע"א וואס האט נאכגעזאגט פון זיין גרויסן שווער דער הייליגער צאנזער זיידע זיע''א, אז עס איז דא א ברכה אין אידישע שטיבער איז א כבוד פארן הייליגן באשעפער און דעמאלטס איז הקב''ה א מלך הכבוד, און געוואונטשן לכל הקהל הקודש ברכות לרוב, 'לשנה טובה תכתבו ותחתמו לאלתר לחיים טובים ולשלום' ויענו כל העם בקול 'אמן' ולעומתו ברוך יאמרו, האבן די אלפי ישראל צוריקגעוואונטשן פארן רבי'ן לשנה טובה ואף הוא ענה כנגד המברכים אמן, און דערנאך געוואנטשן א גוט יו''ט. נאכן אראפגיין האט דער רבי עקסטער געוואונטשן לשנה טובה פאר הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א און די אנדערע רבנים, און דערנאך אריבער בהיכל השלחנות ווי דער רבי האט געצינדן די נרות יו"ט, דער רבי האט געמאכט די ברכה און געצינדן די לעכט אין היכל און דערנאך אהיים געגאנגן לביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט ממשיך געווען און אנגעצינדן די איבריגע לעכט.
ארום 11:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות. הגבהת הכוס: נכד רבינו הרב דוד טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א נאך קידוש האט דער רבי אויפגעשניטן די רינדעכיגע חלה מיט א נייע מעסער און איינגעטונקען אין האניג דבש חי, און געמאכט א ברכת העץ אויף עפל, איינגעטונקען אין האניג און געזאגט דעם יהי"ר שתתחדש עלינו שנה טובה ומתוקה, און פארטיילט שיריים פון די עפל פארן גאנצן ציבור. דערנאך האט מען אריינגעברענגט א ראש כבש, דער רבי האט געזאגט דעם יהי"ר שנהיה לראש ולא לזנב, און נאכן טועם זיין געטרינקן לחיים און געוואונטשן 'א גוט געבענטשט יאר א שנה טובה ומתוקה', נאך די פלייש האט מען אויפגעגעבן זיסע מייערן און דער רבי האט געזאגט דעם יהי"ר שירבו זכיותינו.
במשך דעם טיש האט מען מאריך געווען מיט ניגוני ימים נוראים, מיטן זינגן לדוד מזמור האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב ישראל דושינסקיא שליט"א (ב"פ).
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אשרי העם יודעי תרועה' און געטייטשט אז דורך די תקיעות דמעומד וואס איז שמחה של מצוה ווערט נתכפר סיי די עבירות און סיי דער חשבון פון די זמנים וואס מען האט געקענט טוהן מצוות.
ברכהמ''ז: נכד רבינו הרב דוד טייטלבוים שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 12:25.