בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

בילדער

← ווייזט אלעס

דינסטאגכ' תשרי תשפ"ה10/22/2024

בילדער · 4
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים צינדן לעכט פאר מנחה לרגל די יארצייט פון די באבע הרבנית רחל ע"ה מחברתה הטהורה פון הגה"ק הייטב לב זיע''א, און דערנאך ביי תפילת מעריב 'ליל הושענא רבא' בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 10
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א היינט ביי די עבודת הקודש ביי די נענועים און הושענות.
ווערט געזעהן כ''ק אדמו''ר מבית יצחק ספינקא שליט''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 7
הגה''צ ר' מנחם מאיר ווייסמאנדל שליט''א אבד"ק נייטרא מאנסי אויף א ביקור חג היינט ביי כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 10
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים שלחן הטהור לכבוד חוה"מ אינאיינעם מיט הונדערטער בחורי אנ''ש, היינט נאך תפילת שחרית אין די סוכה הגדולה שע''י ביהמ''ד הגדול דקרית יואל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 10
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים די עבודת הקודש ביי די נענועים און ביים אהיימשפאצירן נאכן דאווענען מיטן לולב בימי חוה''מ.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 8
מעמד 'שמחת בית השואבה' רבתי, נעכטן ליל אושפיזא דאהרן כהנא קדישא, נאכן שלחן הטהור בהיכלי ביהמ''ד הגדול דקרית יואל בראשות כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים שלחן הטהור נעכטן ליל אושפיזא דאהרן כהנא קדישא, במעמד אלפי אנ''ש בסוכה הגדולה שע''י ביהמ''ד הגדול בקרית יואל.

▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️

מאנטאגי"ב תשרי תשפ"ה10/14/2024

ווידיאו
הונדערטער תלמידי כתה ט' מכינה לישיבה פון ביידע סניפים פון מוסדות קרית יואל ביים זיך שטעלן צום פארהער ביי כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א אויף גאנץ מסכת קידושין, היינט נאכמיטאג בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
אין ווייטערדיגע מאסיווע השתדלות-מיטינגען פון כ"ק רבינו הגה''ק שליט"א פאר'ן קאמף קעגן די גזירת החינוך, און אויך פאר דירות פאר'ן ציבור, איז היינט פארגעקומען צוויי באזונדערע זיצונגען מיט הויכראנגיקע פאליטישע באאמטע לרגל די בעפארשטייענדע וואלן.

ארום 12:30 איז אריין בקו''פ בביתו נאוה קודש קאנגרעסמאן 'פעט רייען' אינאיינעם מיט'ן אסעמבלימאן ר' שמחה אייכנשטיין פון ב"פ, אין באגלייטונג פון די ראשי והנהלת העיר הרה"ח ר' גדלי סעגעדין הי"ו און הרה"ח ר' אברהם ווידער ראה"ק, מען האט א לענגערע צייט ארומגערעדט איבער די גזירת החינוך אין ניו יארק, און וואס זיי קענען ארויסהעלפן מיט אלעס וואס איז בידם, און ער האט פארשפראכן צו מיטארבעטן מיט אלע זאכן וואס וועלן אויפגעברענגט ווערן אנבאלאנגט די גזירת החינוך צו צעשטערן די גזירה, און רבינו שליט"א האט אים מאציל געווען מברכת קדשו לרגל די בעפארשטייענדע וואלן.

דערנאך ארום 1:00 איז אריין בקו''פ סטעיט סענאטער 'דזשעימס סקופס' אינאיינעם מיט'ן אסעמבלימאן פון קרית יואל געגנט 'קריס עיקוס' אין באגלייטונג פון ר' שמחה אייכנשטיין פון ב"פ, און די ראשי והנהלת העיר הרה"ח ר' גדלי סעגעדין הי"ו און הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו ראה"ק, מען האט א לענגערע צייט דורכגעטון די נושא פון די גזירת החינוך אין ניו יארק, און רבינו שליט"א האט נאכאמאל אויפגעפאדערט ער זאל שטיין צו הילף צו די חרדי'שע אידנטום, אלעס ארויסצוהעלפן צעשטערן די גזירת החינוך, דערנאך האט מען ארומגערעדט איבער די שטאט קרית יואל, מיט וואס ער קען בייהילפיג זיין פאר אנ"ש תושבי העיר, און בפרט איבער די ביליגע דירות, און רבינו שליט"א האט אים מאציל געווען מברכת קדשו לרגל די בעפארשטייענדע וואלן.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

זונטאגי"א תשרי תשפ"ה10/13/2024

בילדער · 4
סיום כתיבת האותיות בביתו נאוה קודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך הרה''ח ר' שמחה נפתלי צבי קלאגסברוין הי''ו, און ווערט אריינגעגעבן אין ביהמ''ד בית אלעזר אין שכונת ויואל משה דעם חוה''מ סוכות.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 4
סיום כתיבת האותיות בביתו נאוה קודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך הרבני הנגיד ר' אברהם יודא גאלדבערגער הי"ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 4
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים לייגן סכך אין די סוכה בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
יום הקדוש תשפ''ה בצל הקודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בקרב קהלתינו הק' בוומסב''ג - שלחן הטהור מוצאי יום הקדוש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 9
יום הקדוש תשפ''ה בצל הקודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בקרב קהלתינו הק' בוומסב''ג - תפילת מעריב קידוש לבנה מוצאי יו''ט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 8
יום הקדוש תשפ''ה בצל הקודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בקרב קהלתינו הק' בוומסב''ג - רבינו שליט''א ביים בענטשן אנ''ש און ביי תפילת מנחה ערב יום הקדוש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 16
יום הקדוש תשפ''ה בצל הקודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בקרב קהלתינו הק' בוומסב''ג - דערהויבענעם שלחן הטהור ערב יום הקדוש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 6
ערשטע בילדער כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים שלחן הטהור מוצאי יום הקדוש, בתופים ובמחולות במעמד אלפי אנ''ש, בהיכל בית מדרשינו הגדול בוומסב"ג.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגט' תשרי תשפ"ה10/11/2024

בילדער · 10
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביי קביעות מזוזה בביתו נאוה קודש החדש אין ביהמ"ד הגדול אין וומסב''ג, און דערנאך ביים מסיבת לחיים נאך קביעות מזוזה ווי דערביי האט דער משמש הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער הי"ו געגעבן לקח כנהוג אום ערב יום כיפור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 4
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים זיך אומקוקן אינעם נייעם צוגעלייגטן היכל בבית מדרשינו הגדול אין וומסב''ג היינט נאך תפילת שחרית.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 10
שחיטת הכפרה, ומצוות כיסוי הדם ע"י כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א נאכן מקיים זיין מנהג כפרות היינט ערב יום הקדוש בבית השחיטה המהודרת בקרית יואל יצ"ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג