בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

פרייטאגז' מרחשון תשפ"ה11/8/2024

באריכט
פרייטאג ערש''ק לך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפ איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יוסף בר"א סימאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' אברהם לייב בראך הי"ו לרפו"ש, ווי עס איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל נכדו ר' יצחק מרדכי כ"ץ הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד אמרי נועם בשכונת דברי יואל אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה קטנה סניף מעיין התורה פון ב"פ בהנהלת הרה''ג ר' ישראל יצחק זינגער שליט"א. ביים אנקומען אין ביהמ"ד האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די לימודים מיט א שטארקע קורת רוח.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר משה יוסף בר"ד פריעדלענדער הי"ו.
ב"ר יעקב זאב האלצמאן הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, און דערנאך האט דער רבי פארהערט די בחורים די לימודים אין מסכת בבא קמא וואס מען האט געלערנט פארגאנגענע יאר, דער רבי האט פארהערט די בחורים א לענגערע צייט, און די בחורים אריבער מקבל זיין ברכת הקודש און דער רבי האט פארטיילט פאר אלע בחורים די ספר דרשת חתם סופר.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג פרשת לך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יצחק חיים שאלילאף הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
בן הרה"ג ר' הערשל אשכנזי שליט"א מנה"ר ישיבה קטנה סניף באר התורה וומסב''ג.
ב"ר יואל לעפקאוויטש הי"ו.

ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט א שיעור סוגיא בשיעורי הישיבה אין מסכת שבת. די תלמידי הישיבה זענען אריבער שלום נעמען לרגל די נייע זמן, און עס איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת. דערנאך איז דער רבי אריבער אויף א באזוך אינעם מצה בעקעריי דקהלתינו הק'.

נאכמיטאג ארום 3:15 איז געווען אויף א באזוך בקו''פ בביתו נאוה קודש הגאון הגדול רבי מיכל זילבער שליט"א ראש ישיבת זוועהיל בארה"ק, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס בדברי תורה און איבער די חרדישע ישוב אין טבריה, און די גזירה פון גיוס בני ישיבות בארה"ק, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו, און אים געגעבן ספרו החדש לב אהרן - סוגיות און עס האט זיך פארצויגן א לומדישע שמועס בדברי פלפול, און דער רבי האט אים ארויסבאגלייט ביז צו די גאס.

ארום 5:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל הערש פויגעל הי"ו - הרה"ח ר' ישכר דוב מאירוביץ הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:20 ביז 11:25 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ברש"ד מארקאוויטש הי"ו - הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א מו"ץ.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הרה"ג רבי יעקב יוסף האגער שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א אינאיינעם מיט בנו החתן ני"ו מקבל זיין ברכות קדשו און איינלאדענען רבינו שליט''א לרגל די שמחת החתונה וועלכע קומט פאר קומענדיגן מאנטאג וירא אין מאנסי, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער מנהגי נשואין בבית וויזניץ און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו און פאר בנו החתן ני"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:25.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 4
הרה"ג רבי יעקב יוסף האגער שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א בקו''פ אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א מקבל זיין ברכות הקודש און איינלאדענען און רבינו שליט"א לרגל נשואי בנו קומענדיגן מאנטאג וירא הבעל"ט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 6
הגאון הגדול רבי מיכל זילבער שליט"א ראש ישיבת זוועהיל ארה"ק בביקור בקו''פ אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א היינט אין די נאכמיטאג שעה'ן בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דאנערשטאגו' מרחשון תשפ"ה11/7/2024

פייל
גליון "קול התאחדותינו"
פרשת לך תשפ"ה לפ"ק.
(מהדורת ארה"ב)

יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו

גם רצו"פ מדור משולחן מלכים

עם מאמר נפלא 'פינת יקרת' בענין:
שלא ישנה אדם אכסניא שלו.
מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א

ועם מדור מעשה חש"ב החדש 'שבחי רמב"ן'
ביאורים בדברי הרמב"ן בפרשתן

▫ סאטמאר'ע נייעס 🌴
📄 לך לך תשפ''ה חו''ל6.5 MB
נייעס
מזל טוב לכ"ק רבינו הגה"ק שליט"א

לרגל הולדת הבן שיחי'
אצל נכדו הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט''א
בן הגה''צ ר' אברהם מאיר שליט''א דומ''ץ בית מדרשינו 18, וחתן הגה"צ אב''ד סיגוט שליט''א.

שישו ושמחו בשמחת רבינו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 17
נאך בילדער. כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' אברהם יודא מאנדל הי"ו לרגל שמחת נשואי בנו למז"ט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך פרשת לך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
בן הרה"ג ר' סיני טייטלבוים שליט"א, נכד הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א.
ב"ר ישעי' באש הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק א'. די תלמידי הישיבה זענען אריבער שלום נעמען לרגל די נייע זמן, און עס איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי, דערביי האט דער רבי געגעבן דרשה געשאנק פארן בר מצוה בחור בן הרה"ג ר' סיני ט"ב שליט"א א סעט פון ספרו לב אהרן - סוגיות לכבוד די בר מצוה.

ארום 1:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו די מעמד דרשת פתיחת הזמן פאר די נאנט צו 1500 בחורי חמד כ''י פון די 7 סניפי המתיבתא.
דער רבי האט אנגעהויבן מיט לענגערע דברי דרוש ואגדה אויף די וואכעדיגע סדרה, און דערנאך ממשיך געווען בדברי מוסר וחיזוק בתורה עבודה וגמ"ח, און ארויסגעברענגט די זכי' צו קענען לערנען דא אין אזא הייליגע ישיבה אוועק פון די גוי'אישע גאסן, איבער די שיינקייט פון די שבתים אין ישיבה, די דערהויבענקייט פון סעודת רעוא דרעוין, און מחזק געווען די תקנת הישיבה זיך צוצושטעלן אין אלע ענינים ובפרט זיך אפהיטן פון די כלים, און די תקנה פון רביה"ק מייסד הישיבה זיע''א נישט צו גיין צו חתונות, און מסיים געווען הדברי חיזוק ורוב ברכות.

מען האט געענדיגט די דרשה ארום 2:20 און דער רבי האט אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
הר"ר יצחק יאזשעף שליט''א (וומסב''ג) - הר"ר יוסף שמואל פילאפף שליט"א, באולם כינור דוד.
הרה"ח ר' יואל ברא"י ווידער הי"ו - הרה"ח ר' שמעון ישראל חיים ווערצבערגער הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 ביז 12:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:25 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מיטוואךה' מרחשון תשפ"ה11/6/2024

בילדער · 15
מעמד דרשת פתיחת הזמן פאר די נאנט צו 1500 בחורי חמד כ"י פון די 7 סניפי המתיבתא הק' תורה ויראה, געזאגט געווארן היינט מיטאג צייט, דורך כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א ריש מתיבתא רבתי, אין די היכלי בית המדרש הגדול בקרית מלך רב קרית יואל יצ"ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
והעמידו תלמידים הרבה!

אריבער 4 און א האלב טויזענט בחורי סאטמאר בלעיה"ר הויבן אהן דעם שנת הלימודים בשטומ"צ אינערהאלב די 36 סאטמארע'ר ישיבות איבער דער וועלט.
צווישן די פאריגע וואך און די היינטיגע וואך זענען געעפענט געווארן בסייעתא דשמיא ובשטומ"צ צום נייעם זמן די 36 ישיבות הקדושות דמוסדותינו הק', וואו די אריבער "פיר און א האלב טויזנט" בחורי חמד וועלן לערנען און שטייגן בעבודת ה' תחת נשיאות הקודש פונעם נשיא הישיבות כ"ק מרן רבינו הגה''ק שליט"א.

"די הייליגע מתיבתא תורה ויראה דרבינו יואל" אין קרית יואל בראשות פונעם ריש מתיבתא קדישא כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, דער גולת הכותרת פון ממלכת סאטמאר בכל קצוי תבל, עפענט אירע זיבן היכלי הישיבות הקדושות: סניף דברי יואל, סניף ברך משה, סניף קדושת יואל, סניף ויואל משה, סניף עצי חיים, סניף עסק התורה, סניף שיעור ד' - מיט א היסטארישן ציפער פון 1,487 בחורי חמד בליעה"ר, כן ירבו.
היינט מיטוואך וועט דער ריש מתיבתא רבתי מרן רבינו הגה"ק שליט"א זאגן די דרשת פתיחת הזמן בהיכלי ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל

די 9 סניפי ישיבות קטנות שע"י מוסדותינו הק' אין קרית יואל: רב טוב, ייטב פנים, אבני צדק, קדושת יו"ט, ישמח משה, השיב משה, דברי חיים, זרע קודש, אור החיים – האבן געעפענט אירע טויערן מיט אריבער 1,000 בחורי חמד בליעה"ר, כן ירבו.

די 7 סניפי ישיבות קטנות שע"י מוסדותינו הק' אין וויליאמסבורג, אונטער די קערפערשאפט פון "ממלכת התורה": באר התורה, היכל התורה, מבצר התורה, נזר התורה, חכמת התורה, אהבת התורה, ישיבה לצעירים - עפענט אירע טויערן מיט אריבער 750 בחורי חמד בליעה"ר, כן ירבו.

די 3 סניפי הישיבות שע"י מוסדותינו הק' אין בארא פארק: ויואל משה, מעיין התורה, ישיבה גדולה ויואל משה - עפענט אירע טויערן מיט קרוב צו 400 בחורי חמד בליעה"ר, כן ירבו.

די 2 ישיבות קטנות שע"י מוסדותינו הק' אין מאנסי: קנין תורה, דרכי התורה – האט געעפענט אירע טויערן מיט 170 בחורי חמד בליעה"ר, כן ירבו.

די 2 סניפי ישיבה קטנות: דרך התורה, שביל התורה מחוץ לעיר, עפענען אירע טויערן מיט קרוב צו 200 בחורים בליעה"ר.

די נייע ישיבה קטנה ברך משה אין לעיקוואד עפענט אירע טויערן מיט 25 בחורי חמד בליעה"ר.

ישיבה קטנה תורה ויראה שע"י מוסדותינו הק' אין לאנדאן האט געעפענט אירע טויערן מיט 80 בחורים בליעה"ר, כן ירבו.

די נייע ישיבה גדולה תורה ויראה אין לאנדאן האט בס"ד געעפענט אירע טויערן מיט 40 בחורים בליעה"ר, כן ירבו.

ישיבה קטנה שע"י מוסדותינו הק' אין מאנטשעסטער האט געעפענט אירע טויערן מיט 75 בחורים בליעה"ר, כן ירבו.

ישיבה קטנה דקהלתינו הק' אין אנטווערפן האט געעפענט אירע טויערן מיט 48 בחורים בליעה"ר, כן ירבו.

די 3 ישיבות בארה"ק: ישיבה קטנה יטב לב שע"י מוסדותינו הק' אין ירושלים עיה"ק, ישיבה קטנה שע"י מוסדותינו הק' אין בני ברק, ישיבה גדולה מהרי"ט אין בני ברק - עפענט אירע טויערן מיט בערך 200 בחורים בליעה"ר, כן ירבו.

והיה זרעך כעפר הארץ אשר לא יספר מרוב, ורוח הקודש אומרת כן ירבה וכן יפרוץ!

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 13
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' אברהם יודא מאנדל הי"ו לרגל שמחת נשואי בנו למז"ט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג פרשת לך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יחזקאל בר"מ גאלדבערגער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים - שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר שלמה ארי' ברי"מ עקשטיין הי"ו.
ב"ר דוד ארי' שווארץ הי"ו.
ב"ר יודא הערש בערגער הי"ו.
ב"ר מאיר דוד גאלדבערגער הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק א'. די תלמידי הישיבה זענען אריבער שלום נעמען לרגל דעם נייעם זמן, און עס איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 4:40 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

נאך מנחה האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' משה אהרן ברד"י רייך הי"ו ובניו היושבים ע"פ בנו /אחיהם ר' יוסף מאיר נחמן ע"ה.

דערנאך איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
ביים אנקומען אין וומסב''ג האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' אברהם יצחק פראנצאז ע"ה. און דערנאך איז דער רבי אריבער צו די זאלן פון קאנטינענטאל ווי דער רבי האט מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי"ו מנהל מוסדותינו הק' מאנסי, און הרה"ח ר' יצחק ברש"י אפפעל הי"ו.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 7:45 ביז 12:20 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א וועלכע האט איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א דעם הערליכן נייעם איבערגעדריקטע שו"ת עצי חיים וואס איז נארוואס ארויסגעקומען פון דרוק דורכ'ן רב שליט"א, דער רבי האט מעיין געווען א לענגערע צייט אינעם ספר און זיך באדאנקט פאר אחיו הגה"צ שליט"א, און עקסטער אנגעוואונטשן לרגל די שמחת הבר מצוה פון א אייניקל הב' בן בנו הרה"ג ר' סיני שליט"א וועלכע איז פארגעקומען אויפדערנאכט.

אויך זענען אריין בקו''פ א קבוצה תלמידי ישיבה קטנה סניף ויואל משה פון ב"פ בהנהלת הרה''ג ר' יצחק אהרן גרין שליט"א דער רבי האט פארהערט די לימודים פון פארגאנגענע יאר, א לענגערע צייט און מאציל געווען מברכת קדשו פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:20 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

נאך די זמני כניסה ארום 12:30 איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' אברהם יודא מאנדל הי"ו לרגל שמחת נשואי בנו למז"ט דעם זונטאג העעל"ט, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס און ר' אברהם יודא הי"ו האט געוויזן פאר רבינו שליט"א פארשידענע היסטארישע אנטיק ספרים פון ראשונים ואחרונים און דערנאך די מפרשי התורה והש"ס, ביז שפעטער צו די תלמידי בעשטה"ק, און פארשידענע כתבי ידות יקרי ערך וואס געפונט'זיך באוצר גנזיו, צווישן אנדערע דעם 'גנזי יהודה' פראיעקט וואס ער האט ארויסגעגעבן לכבוד די חתונה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און די גאנצע משפחה, און זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיט די חתן און מחותנים.
ארום 1:15 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין קר"י.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דינסטאגד' מרחשון תשפ"ה11/5/2024

בילדער · 7
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים מעמד קבלת פנים ביי די שמחת החתונה בבית סערדאהעלי - בורשטין אין די זאל פון בית רחל פאראדייס.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג פרשת לך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יודא אשר ראטה הי"ו.
ב"ר פנחס ווייס הי"ו.
ב"ר יואל מנחם יודא גאנדל הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ג פסוק א', די תלמידי הישיבה זענען אריבער שלום נעמען צום נייעם זמן, און עס איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל וועבערמאן הי"ו - הרה"ח ר' יואל בר"י ראזענבערג באולם פון כינור דוד.

דערנאך איז דער רבי אריבער צו די זאלן פון בית רחל פאראדייס ווי דער רבי האט באשיינט די מעמד קבלת פנים ביים שמחת החתונה בבית סערדאהעלי - בורשטין, החתן בן הרה"ג ר' ישכר דוב כ"ץ שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א עב"ג הכלה בת הרה"ג ר' אלטר טייטלבוים שליט"א ר"מ במתיבתא, בן הגה"צ דומ"ץ ביהמ"ד ויואל משה וומסב''ג זצ"ל וחתן כ"ק אדמו"ר מבורשטין שליט"א.
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט די רבנים שליט"א, מען האט געזינגען ניגוני התעוררות, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, די זיידעס האדמורי"ם שליט"א, און פארן גאנצן ציבור.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 7:45 ביז 11:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 8:45.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים פון די פאלגענדע מחותנים.
הרה"ח ר' אברהם יואל לעפפלער הי"ו (וומסב''ג) - הרה"ח ר' משה יקותיאל שווארטץ הי"ו.
הר"ר יוסף דוד לעווי שליט"א - הרה"ח ר' יואל ברא"מ פאלקאוויטש הי"ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מאנטאגג' מרחשון תשפ"ה11/4/2024

בילדער · 4
כ''ק אדמו"ר מחוג חתם סופר שליט"א בביקור בקו''פ אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
זונטאג פרשת לך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בבית האכסניא. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יוסף יששכר דוב פארקאש הי"ו.
ב"ר שלמה ברוך ברי"מ לאנדא הי"ו.
ב"ר אליקים געציל פיש הי"ו (ב"פ).
ב"ר שמעון גערטנער הי"ו (מאנסי).

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים.

נאכמיטאג ארום 5:00 אזייגער האט זיך רבינו שליט''א אומגעקערט לביתו נאוה קודש נאכן וויילן די פארגאנגענע וואך בבית הרה"ח ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו אויף מנוחת הנפש. ביים אהנקומען לביתו נאוה קודש האט דער רבי געדאווענט מנחה .

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
הרה"ח ר' פנחס מנחם ביקסנשפאן הי"ו - הרה"ח ר' אביגדור מערמלשטיין הי"ו, באולם קרן ויואל משה.
הרה"ח ר' מיכל פעלדמאן הי"ו - הר"ר הערשל קאהן שליט"א , באולם כינור דוד.
הרה"ח ר' יואל ברי"מ בלייך הי"ו - הרה"ח ר' משה דוד וויינגארטן הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 ביז 12:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים פון די פאלגענדע מחותנים.
הרה"ג ר' יעקב אלעזר מענדלאוויטש ז"ל - הרה"ח ר' יואל ברש"ח פיש הי"ו.
הרה"ח ר' אליעזר גאלד הי"ו - הרה"ח ר' יושע בער שווארטץ הי"ו.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ כ''ק אדמו"ר מחוג חתם סופר שליט"א פון בני ברק, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די דרך הלימוד פונעם כתב סופר זיע''א, דער רב שליט"א האט ארויסגעברענגט לשבח פון די היכלי התורה איבער דער גארער וועלט וועלכע זענען נתייסד געווארן דורך רבינו שליט"א, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:20 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג