כ''ק אדמו''ר מתולדות אהרן שליט''א בביקור אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 16
מעמד התחלת לימוד גמרא דורך די קרוב צו 500 תלמידי כתה ד' פון די פיר סניפים פון מוסדות קרית יואל, פארגעקומען היינט פארמיטאג בבנין התלמוד תורה ווידער פאלאטשעק בראשות נשיא המוסדות כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Sunday16 Cheshvan 578511/17/2024
Notice
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 13
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א היינט נאך שחרית ביים שמחת חאלאקע פון נכדו בן הרב יושע מרדכי אלעזר לאבין שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, ונכד כ''ק אדמו''ר מזידיטשוב חרדים שליט''א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photo
נעכטן מוצש''ק איז אריין בקו"פ אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א הרב בנימין ארי' גליק שליט"א מראשי מערכת הכשרות OU, אויסצושמועסן פארשידענע ענינים אינעם פעלד פון כשרות, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 7
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים זיך אומקוקען אויף די לימודים במסגרת אבות ובנים - ושננתם לבניך, אין היכל התורה מוצש''ק נאך הבדלה.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
שב''ק פרשת וירא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן יודא ב"ר חיים הערש כהנא הי"ו.
פרייטאג צונאכטס ארום 5:10 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה''ג ר' יואל בר"מ עקשטיין שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 6:40, עס איז פארגעקומען א אפיעל פאר כולל דוויליאמסבורג תפארת בחורים, דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 8:20 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה. אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרב אלעזר האלבערשטאם שליט"א נכד כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א והגה"צ אבד''ק ב"פ שליט"א. מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' אליעזר ווייס הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ואקחה פת לחם' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון חצי שיעור.
קה אכסוף: הרה''ג ר' חיים יחזקאל בר"מ ווערצבערגער שליט"א. ברכת המזון: נכד רבינו הרב נחמן כהנא שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק רבי שלום מקאמינקא זיע''א וואס די יארצייט געפאלט דאנערשטאג כ' חשון. קה רבון עלם: הרה"ח ר' יושע טעללער הי"ו. די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. אז ביום השביעי: הרה"ח ר' משה כהנא הי"ו (ב"פ). מען האט געענדיגט ארום 10:50.
וביום השבת קודש
שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:20. ברכות ופסוקי דזמרה: הרה''ג ר' איתמר טובי' קויפמאן שליט"א. צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ברוך מרדכי מארקאוויטש הי"ו. פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' מענדל עקשטיין הי"ו.
עליות. כהן: ר' חיים אברהם מאשקאוויטש הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. לוי: החתן יוסף בן הר"ר שלמה לייב גרובער שליט"א. שלישי: החתן יונתן ב"ר בערל גאלד הי"ו - באווארפען. רביעי: החתן ליפא בן הר"ר פישל קויפמאן שליט"א - באווארפען. חמישי: החתן הערשל בהר"ר יואל בר"מ עקשטיין שליט"א - באווארפען. שישי: רבינו שליט''א.
נאכן עולה זײַן האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: ר' יואל ב"ר מאיר ווערטהיימער הי"ו. ר' שמעון בערגער הי"ו. ר' שמעון גפן הי"ו. ר' יואל ב"ר קאפיל שעהנברוין הי"ו. ר' מרדכי יודא בר"י פריעדמאן הי"ו. הר"ר ישראל יודא יעקב ווערצבערגער שליט"א. ר' ישראל מרדכי שטערן הי"ו. ר' אליעזר זוסיא מיטטעלמאן הי"ו. ר' אליעזר גפן הי"ו.
שביעי: הרה"ח ר' מאיר ווערטהיימער הי"ו. אחרון: הרה"ח ר' אביגדור ראזענבערג הי"ו. מפטיר: הרה"ח ר' יודא ווייס הי"ו. הגבה: הר"ר מאיר זאב שטערן שליט"א. גלילה: הרה"ח ר' בערל גאלד הי"ו.
מוסף: הרה"ח ר' חיים הערש גאלד הי"ו (וומסב''ג). פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' ארון לייב מארקאוויטש הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 12:10.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 5:05. מנחה: הרה"ח ר' יחזקאל בראך הי"ו. הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יוסף שלמה מארקאוויטש הי"ו. כהן: הר"ר הערשל כהנא שליט"א (ב"פ). לוי: הר"ר שלמה לייב גרובער שליט"א. שלישי: הרה"ח ר' משה כהנא הי"ו (ב"פ). הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הר"ר יואל ברי"ש וויינבערגער שליט"א.
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו. שיר המעלות: הרה"ח ר' שלמה כ"ץ הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ואקחה פת לחם' און געטייטשט אז פת לחם גייט ארויף אויף די תורה 'וסעדו לבכם' דאס מיינט עבודה שבלב זו תפילה, דורך תורה וואס כשר'ט די מויל פון די מענטש קען מען תשובה טוהן מיט תפילה אויף אלע ד' חילוקי כפרה, דאס דארף זיך יעדער מתבונן זיין ווי ער האלט מיט דעם ענין און זעהן צו עוסק זיין בתורה פארן זיך שטעלן דאווענען מען זאל זיין ראוי צו מתפלל זיין.
ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק מארקאוויטש הי"ו. קל מסתתר: הרה"ח ר' ברוך מרדכי מארקאוויטש הי"ו. דער רבי האט געבענטשט על הכוס און געזאגט שבע ברכות.
מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' פנחס טייכמאן הי"ו. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
ביים ענדיגן איז דער רבי אראפ אין היכל התורה ווי עס קומען פאר די לימודים מוצש''ק במסגרת אבות ובנים - ושננתם לבניך, דער רבי איז ארום צווישן די טישן א לענגערע צייט און זיך אומגעקוקט ברוב קורת רוח. מען האט געענדיגט ארום 7:20. נאך הבדלה זענען אריין בקו''פ בביתו נאוה קודש א קבוצה בחורים פון ישיבה גדולה באבוב 45 פון ב"פ וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש, דער רבי האט אויסגעפרעגט די לימודים און מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 10:15 איז דער רבי אריינגעפארן אין מאנסי צו די די מעמד חנוכת הבית פארן נייעם בנין הבית רחל "בנין אלי' ניישטאדט" אינאיינעם מיט א שמחת השבע ברכות פון החתן ב"ר עקיבא יוסף ניישטאדט הי"ו בן הרה"ח ר' אלי' ניישטאדט הי"ו נדבן הבנין. דער רבי איז אנגעקומען אינעם בנין הבית רחל ארום 10:40. דער יו''ר הרה''ג ר' דוד שלמה לאוב שליט"א האט אויפגעריפן הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א וועלכע האט אויפגעטרעטן בשם די הנהלת המוסדות. מען האט פארגעזינגען חרוזים לכבוד המאורע, און דער חשובער נדבן הרה"ח ר' אלי' הי"ו האט אויפגעטרעטן און ארויסגעברענגט זיינע הרגשים און געמאכט א ברכת שהחיינו בשם ומלכות לרגל די חנוכת הבית. רבינו שליט''א האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן נדבן, חתן, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט די שמחה מיטן באנייען די בנין הבית רחל און ארומגערעדט בשבח פונעם חשוב'ן נדבן הי''ו, ובשבח פון מוסדותינו הק' אין מאנסי, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
נאכן בענטשן האט דער רבי געזאגט די שבע ברכות, און דערנאך זיך אויפגעשטעלט טאנצן. מען האט געענדיגט ארום 11:30. און דער רבי איז אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קר"י.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Friday14 Cheshvan 578511/15/2024
News
רייכע אויסגאבע 'היימשטאט' בעיר הגדולה לאלוקים 'קרית יואל' יצ"ו - פרשת וירא תשפ"ה לפ"ק.
פרייטאג ערש''ק וירא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' משה כהנא הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט תפילת שחרית אין ביהמ''ד אמרי נועם אין שכונת דברי יואל, אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה גדולה עסק התורה מאנסי, בהנהלת הרה''ג ר' ישראל מרדכי זיידענפעלד שליט''א. פאר'ן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב''ר משה חיים קאהן הי''ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בר מצוה בחור פארן מנהל און די תלמידי הישיבה, און דערנאך משמיע געווען לענגערע דב''ק צום ערשט בשבח הישיבה וועלכע האט אנגעהויבן די זמן מיט א שטארקע הצלחה. דער רבי האט ארויסגעברענגט אז די תלמידי הישיבה זענען עוסק אין די סוגיות פון מקוואות וואס איז א נושא פון מציאות פון אידישקייט, און דערביי א לענגערע צייט ארומגערעדט איבער זיין נסיעה צו די שחיטה אין מדינת אורעגוויי און די באזוך אין ארגענטינע ביי די הערליכע קהילה אנ''ש, און מסביר געווען די גאנצע סדר השחיטה און די חלקי כשרות הבשר און די מעלות און פראקטישקייט פון די בית השחיטה המהודרת אין אורעגוויי, און מסיים געווען בברכות קדשו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דאנערשטאג פרשת וירא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית'ן: לבן הנולד אצל ר' יואל סאקס הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. לבן הנולד אצל ר' משה בערגער הי"ו (מאנסי), ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. בן הר"ר משה הורוויץ שליט"א חתן הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א. תאומים בני ר' שמואל שענהברוין הי"ו. ב"ר מאיר ישכר הכהן קאהן הי"ו. ב"ר חיים הערש פארקאש הי"ו. ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי, און גומל געבענטשט נאכן זיך צוריקקערן פון די נסיעה קיין ארגענטינע און אורעגוויי.
נאכן דאווענען איז דער גאנצער ציבור אריבער שלום נעמען פון רבינו שליט"א און עס איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
נאכמיטאג ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים. הרה"ח ר' נסים סאאל הי"ו - הרה"ח ר' רפאל דוד ג'ברא הי"ו, אין די זאלן פון כינור דוד. הרה"ח ר' יואל ברח"א בלייער הי"ו (מאנסי) - הרה"ח ר' איתמר טובי' ברש"צ ווידער הי"ו, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 ביז 11:25 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א אינאיינעם מיט חתנו הגה''צ ר' משה טייטלבוים שליט"א דומ''ץ ביהמ"ד בית שמואל בנימין, לרגל שמחת נשואי בתו למז"ט וועלכע קומט פאר קומענדיגע וואך דינסטאג חיי שרה אין קר''י, עב"ג החתן נכד כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, דער דיין שליט"א האט שלום גענומען פון רבינו שליט"א נאך די באזוך אין ארגענטינע און אין אורעגוויי, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די שחיטה ווי דער רבי האט א לענגערע צייט אויסגעשמועסט פילע פרטים פון די שחיטה מיטן דיין שליט"א און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.
רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל שמעון רובין הי"ו (וומסב''ג) - הרה"ח ר' יואל בר"מ גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:25.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Notice
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photo
היום יום ו' ערש"ק - י"ד מרחשון חל הארצייט של הרבנית הצדיקת מרת חי'ה רויזא בת רבינו יואל ע"ה הרבנית מסעמיהאלי - סאסוב
היות שלא הניחה זש"ק נא ללמוד משניות, לומר פרקי תהלים, להדליק נר או לעשות איזה דבר טוב לעילוי נשמתה. ת.נ.צ.ב.ה.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Thursday13 Cheshvan 578511/14/2024
File
גליון "קול התאחדותינו" פרשת וירא תשפ"ה לפ"ק. (מהדורת ארה"ב)
יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו
גם רצו"פ מדור משולחן מלכים
עם מאמר נפלא 'פינת יקרת' בענין: שש אנוכי על אמרתיך, זו מילה. מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א
ועם מדור מעשה חש"ב החדש 'שבחי רמב"ן' ביאורים בדברי הרמב"ן בפרשתן
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א עוסק בתורה אויפן פליגער.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
באריכט מיטוואך פרשת וירא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א - נסיעה צו באזוכן די שחיטה אין מדינת אורעגוויי
פארטאגס אום 6:30 איז רבינו שליט''א צוגעפארן פונעם אכסניא צו די בית השחיטה המהודרת.
צום ערשט איז רבינו שליט''א אריין זיך אומקוקן אויפן גיגאנטישן שטח פונעם פלענט ביי די פעקידזשינג און מיט געהאלטן אלע חלקים דערפון, דער רבי איז מורא'דיג נתפעל געווארן סיי פון די פראקטישע חלק און סיי פון די אלע חלקים וואס רירן אן די הלכה אין כשרות און ווערט דורכגעפירט מיטן גרעסטן מאס הידור.
פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער צו די בדיקת כריסים ווי דער רבי און די רבנים האבן א לענגערע צייט אבזערווירט וויאזוי מען איז דאס בודק.
פון דארט איז מען אריבער צו די שחיטה אפאראט, דער רבי האט בודק געווען די חלפים וועלכע זענען חד וחלק לויט די הויכע סטאנדארטן וואס רבינו שליט''א האט איינגעפירט, דער רבי האט א לענגערע צייט באטראכט דעם גאנצן סדר השחיטה מיט אלע חלקים, די דאבל באקס ווי צוויי בהמות גייען אריין, און באטראכט ווי עס זענען געשטאנען אויפן סטענד די דריי שוחטים און א בודק יבש מיט אלע חומרות והידורים וואס דער רבי האט איינגעפירט ביי די שחיטה גסות דקהלתינו הק'.
דערנאך איז דער רבי אריבער צו די חלקי הבדיקות, בדיקת פנים און בדיקת חוץ, און דערנאך ממשיך געווען ביי די ניקור חם, אלעס איז געווען אויפן העכסטן סטאנדארט בס"ד.
סאיז שוין געווען אים 10:45, נאך העכער פיר שעה ווי דער רבי איז ארום אינעם גאנצן פלענט בטירחא דגופא רבא האט דער רבי פארלאזט די פלאץ און צוריק לבית האכסניא.
דאנערשטאג פר' וירא 9:25 אינדערפרי אין די יעצטיגע מינוטען איז כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א אנגעקומען צוריק אין קרית יואל, נאך די נסיעה צו באזוכן די שחיטה אין מדינת אורעגוויי, און א באזוך בקרב אנ''ש אין בוענאס איירעס ארגענטינע.
רבינו שליט''א וועט אריינקומען צו תפילת שחרית ארום 10:30 אין ביהמ''ד הגדול. בזמן שהצדיק בעיר היא הודה היא זיוה והיא הדרה
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 6
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א באזוכט בקרב אנ''ש אין בוענאס איירעס ארגענטינע - מעמד צאתכם לשלום ומסיבת לחיים לרגל גמר המקח פונעם נייעם בנין הגדול פאר די מוסדות.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 19
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א באזוכט בקרב אנ''ש אין בוענאס איירעס ארגענטינע - מעמד קבלת פנים ומסיבת לחיים.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 10
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א באזוכט בקרב אנ''ש אין בוענאס איירעס ארגענטינע - ביקור בבית הגה''צ גאב''ד קהל חרדים בוענאס איירעס ארגענטינע שליט''א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 10
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א באזוכט בקרב אנ''ש אין בוענאס איירעס ארגענטינע - תפילת שחרית אין ביהמ''ד הגדול דקהל חרדים.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 10
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א באזוכט בקרב אנ''ש אין בוענאס איירעס ארגענטינע - בני הקהילה וילדי תשב''ר ביים מקבל זיין פני קדשו אין ביהמ''ד הגדול דקהל חרדים.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 7
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א באזוכט בקרב אנ''ש אין בוענאס איירעס ארגענטינע - בני הקהילה אין שפיץ פון הגה''צ גאב''ד קהל חרדים ארגענטינע שליט''א ביים מקבל זיין פני קדשו אין עירפארט.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 8
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א באזוכט בקרב אנ''ש אין בוענאס איירעס ארגענטינע - הכנות אין שטאט מקבל זיין פני קדשו.