כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א אין שטוב פון בנו הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א אין שכונת ויואל משה ווי עס איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך זיין שווער הגה"צ אבד''ק בית אהרן שליט"א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
מיטוואך פרשת חיי שרה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' חיים יודא פריעדמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק ה'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים. הר"ר פישל קויפמאן שליט"א - הרה"ח ר' משה נתן נחום ראזענבערג הי"ו, אין די זאלן פון כינור דוד. הרה"ח ר' חיים הערש כהנא הי"ו - הרה"ח ר' ישראל ענגלענדער הי"ו, אין די זאלן פון גינת קליין.
נאך די חופות ארום 8:00 איז דער רבי אריבער אין שטוב פון בנו הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א אין שכונת ויואל משה ווי עס איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך זיין שווער הגה"צ אבד''ק בית אהרן שליט"א און ווערט אריינגעגעבן קומענדיגע וואך בבית מדרשו 'ביהמ"ד בית אהרן' אין וומסב''ג, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בעניני כתיבת ספר תורה און עניני נשואין, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הגה"צ אבד''ק בית אהרן שליטא פאר בנו הגה''צ ר' הערש אלימלך ט"ב שליט"א רב דביהמ"ד תפילה למשה ב"פ, פאר הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א און פאר די גאנצע משפחה, מען האט געענדיגט ארום 8:30. אויפן וועג ארויס האט דער רבי אראפשפאצירט און זיך אומגעקוקט אויף די בוי ארבעט ביי 'ביהמ"ד ישראל שלום' דקהלתינו הק' און עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה אין שכונת ויואל משה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:35 ביז 11:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ברד"ל גרינפעלד הי"ו - הרה"ח ר' ליפא ברא"י סאנדעל הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דינסטאג פרשת חיי שרה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב ב"ר יודא פריעדמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים - שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר ישראל משה בערקאוויטש הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף א באזוך אינעם מצה בעקערי דקהלתינו הק'.
נאכמיטאג ארום 4:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
פארנאכטס איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה.
אינטערוועגנס איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין ב''פ צו די שמחת החתונה פון אן אייניקל פון מחותנו הגה"צ אבד"ק בית אהרן שליט"א החתן בן בנו הגה''צ ר' הערש אלימלך טייטלבוים שליט"א רב דבית מדרשינו תפילה למשה ב''פ חתן כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א.
ביים אנקומען אין ב"פ ארום 7:00 האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' אברהם משה לעווי ע"ה. דערנאך איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד הגדול ראחמיסטריווקא צו די חתונה, דער רבי האט זיך באגריסט מיט די רבנים המחותנים שליט''א און ס'האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און די זיידעס, און דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים.
ארום 7:45 איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:20 ביז 12:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגה"צ רבי שלמה זלמן אונסדארפער שליט"א אדמו"ר מזלאזיץ פון ארה"ק, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מאנטאג פרשת חיי שרה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. בן הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א - מו"ץ. בן הר"ר יוסף הערש באנעט שליט"א. ב"ר שלמה לאנדא הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 1:15 איז דער רבי אנגעקומען צום בנין הת"ת 'בנין ווידער פאלאטשעק' ווי עס איז פארגעקומען די מעמד 'התחלת לימוד גמרא' פאר די קרוב צו פינף הונדערט תלמידי כתה ד' פון די פיר סניפים פון מוסדות קרית יואל, די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים לכבוד המעמד, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די מנהלים, מלמדים, און אלע קינדער, און פארטיילט שיריים פאר די אייניקלעך, און משמיע געווען קורצע דברי ברכה פאר די קינדער און ארויסברענגענדיג די שמחה פון די קינדער אז מען הייבט שוין אן צו לערנען גמרא, און מסיים געווען בברכות לרוב. דערנאך האט דער רבי פארטיילט שיריים פאר די מלמדים צו פארטיילן פאר די קינדער, מען האט געענדיגט ארום 1:40.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים. הרה"ח ר' יואל נתן וויזענפעלד הי"ו (ב''פ) - הרה"ח ר' משה אליעזר כ"ץ הי"ו, אין די זאלן פון כינור דוד. הרה"ח ר' בערל גאלד הי"ו - הרה"ח ר' יודא ווייס הי"ו, אין די זאלן פון גינת קליין. הרה''ח ר' יוסף יוזפא ווייסמאן הי"ו - הרה"ח ר' יעקב זוסמאן סופר הי"ו, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 ביז 12:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א וועלכע וויילט די יעצטיגע טעג אין קר"י לרגל די שמחת החתונה פון נכדו החתן וועלכע קומט פאר היינט דינסטאג אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס, עב"ג הכלה נכדת הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער אידישקייט אין ארץ ישראל און איבער דעם אהנגייענדיגן גזירת הגיוס בארה"ק, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו און ארויסבאגלייט ביז צו די גאס.
רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' מיכל פריעדמאן הי"ו - הר"ר אלעזר רובינפעלד שליט"א.
אזוי אויך איז פארגעקומען א סיום כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה''ח ר' יעקב בר"ל עפשטיין הי"ו און ווערט אריינגעגעבן דעם מוצש"ק אין ביהמ"ד נועם אלימלך אויף ליזענסק, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
זונטאג פרשת חיי שרה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. בן הר"ר יואל זילבער שליט"א מפריימאן. ב"ר יעקב זושא גוטמאן הי"ו. בן העסקן ר' משולם צבי בנציון זילבערשטיין הי"ו. ב"ר מרדכי אפרים פישל סופר הי"ו. ב"ר יונתן בנימין דוב וויינגארטן הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאך תפילת שחרית איז דער רבי אריבער אין שטוב פון נכדו הרב יושע מרדכי אלעזר לאבין שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א ונכד כ''ק אדמו''ר מזידיטשוב חרדים שליט''א, צו די שמחת החאלאקע פון בנו הילד כמר חנני' יו"ט ליפא ני"ו. דער רבי האט אפגעשניטן עטליכע האר במקום התפילין כנהוג, און אנגעטוהן די קאפל און ציצית. דערנאך האט זיך דער רבי געוואשן צו פת שחרית, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס מיטן זיידן האדמו"ר מזידיטשוב חרדים שליט"א בסיפורי צדיקים לבית זידיטשוב, מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען האדמו"ר מזידיטשוב חרדים שליט"א, מען האט געענדיגט ארום 1:00.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים. הרה"ח ר' יעקב קאפל ליכטענשטיין הי"ו (וומסב''ג) - הרה"ח ר' יואל בר"א ווייס הי"ו, אין די זאלן פון כינור דוד. הרה"ח ר' ירמי' פאגעל הי"ו (מאנסי) - הרה"ח ר' ישראל איסר מארקאוויטש הי"ו, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס. הרה"ח ר' ראובן ראטטער הי"ו - הרה"ח ר' יואל בר"ל גראס הי"ו, אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:10 ביז 12:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א סיום כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הר"ר מאיר יוסף טייטלבוים שליט"א און ווערט אריינגעגעבן מאנטאג תולדות אין ביהמ"ד בית מרדכי, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים פון די פאלגענדע מחותנים. הרה"ח ר' הלל ראזענבערג הי"ו - הרה"ח ר' יואל בר"ש אבערלענדער הי"ו. הרה"ח ר' יואל בר"י ביטמאן הי"ו - הרה"ח ר' אברהם יודא וויינפעלד הי"ו.
אזוי אויך איז אריין בקו''פ הרה"ג ר' יוסף דוד טירנויער שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מחוסט שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מתולדות צבי דספינקא שליט"א אינאיינעם מיט בנו החתן ני"ו מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די שמחת החתונה וועלכע קומט פאר דעם מיטוואך אין קר"י, און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
נאך מעריב איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בקו''פ לרגל די קישור החיתון פון די מחותנים הרה"ח ר' יקותיאל ישראל פריעד הי"ו - הרה"ח ר' יחיאל אלטר טויב הי"ו, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
אויך האבן זיך געשטעלט צום פארהער ביי רבינו שליט''א אויף שו"ע יו"ד ח"א, הבה"ח יושע בן הנגיד ר' וואלף פערל הי"ו, הב' שמעון ב"ר חיים אפרים ווייס הי"ו, הב' שמעון ישראל ב"ר משה מנחם פאלאטשעק הי"ו - ממציוני תלמידי המתיבתא סניף ויואל משה.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Wednesday19 Cheshvan 578511/20/2024
Photo
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photo
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביי ניחום אבילים נעכטן אין ב"פ ביי משפחת הרה"ח ר' אברהם משה לעווי ע"ה.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photo
האדמו"ר מזלאזיטץ שליט''א בביקור בקו''פ אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בביתו נאוה קודש אין וומסב''ג.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 5
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים שמחת החתונה פון החתן בן הגה''צ ר' הערש אלימלך טייטלבוים שליט"א רב בית מדרשינו תפילה למשה ב"פ, בן הגה"צ אבד''ק בית אהרן שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול ראחמיסטריווקא אין ב"פ.