הרה"ג ר' הערשל ראטענבערג רב ד'חסידי גור בארה"ב, אינאיינעם מיט הגאון ר' ישראל משה אולבסקי שליט''א ראש ישיבת גור בארה''ב בקו''פ אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בשליחות כ''ק אדמו''ר מגור שליט''א מקבל זיין ברכות הקודש לרגל די חתונה פון א אייניקל ביי האדמו''ר מגור שליט''א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביי ניחום אבלים אצל הרה''ח ר' סנדר גאלדבערגער הי''ו ע''פ אשתו ע''ה.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
מזל טוב לכ"ק רבינו הגה"ק שליט"א
לרגל הולדת הבן שיחי' אצל נכדו הרב יחזקאל שרגא מייזליש שליט''א בן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א, וחתן הגה"צ ר' יושע רובין שליט''א אב''ד ראדאוויץ ב''פ.
שישו ושמחו בשמחת רבינו
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 5
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים מסיבת לחיים לרגל די שמחת קישור החיתון פון הכלה בת חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 2
הרה"צ ר' חיים מאיר טווערסקי שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א בקו''פ אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א איינצולאדענען און מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די שמחת החתונה פון בתו הכלה, וועלכע קומט פאר קומענדיגע וואך דינסטאג וישלח אין שיכון סקווירא.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג פרשת ויצא ב' דר"ח כסלו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד אמרי נועם אין שכונת דברי יואל אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה קטנה סניף מעיין התורה פון ב"פ בהנהלת הרה''ג ישראל יצחק זינגער שליט"א. ביים אנקומען אין ביהמ"ד האט זיך דער רבי באגריסט מיטן ראש ישיבה הרה"ג ר' יצחק ראזענבוים שליט"א אבד"ק קאליש מאנסי, און דער רבי איז אריין זיך אומקוקן אויף די לימודים פון די תלמידי הישיבה. דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל און ביים ליינען עולה געווען רביעי.
נאך שחרית איז דער רבי אריבער אין די זאלן בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. ווי דער רבי האט מעריך געווען שלחנו הטהור לכבוד ר"ח אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה. דער רבי איז אנגעקומען ארום 12:00 און זיך געוואשן צו די סעודה, במשך די סעודה האט מען מאריך געווען מיט ניגוני ר"ח. מיט ברכו נפשי האט דער רבי מכבד געווען הר"ר שלום הערש מאשקאוויטש שליט"א ר"מ בישיבה. רבינו שליט''א האט משמיע געווען דב"ק בדברי דרוש ופלפול אין די לימודי הישיבה אין מסכת פסחים, און דערנאך ממשיך געווען מיט מוסר והתחזקות אין לימוד התורה ותפילה און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר די בחורי ורמ"י הישיבה. מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען דער מנהל הגה"צ אבד"ק קאליש מאנסי שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 1:20.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים. הרה"ח ר' אהרן שמואל פוקס הי"ו - הר"ר דוד בר"מ עקשטיין שליט"א, אין די זאלן פון כינור דוד. הרה"ח ר' שלמה מייער הי"ו - הרה"ח ר' יחזקאל הערשקאוויטש הי"ו, אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 ביז 11:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ברא"מ מערמעלשטיין הי"ו - הרה"ח ר' יואל ברא"א גאנדל הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:40 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפצנעמען דעם ציבור.
ארום 11:45 איז אריין בקו''פ בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. הרה"צ ר' חיים מאיר טווערסקי שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א איינצולאדענען און מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די שמחת החתונה פון בתו הכלה, עב"ג החתן בן הרה"ג ר' ארי' לייבוש טייטלבוים שליט"א חתן הרה"צ רבי אהרן מענדל שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, וועלכע קומט פאר קומענדיגע וואך דינסטאג וישלח אין שיכון סקווירא, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס זכרונות פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא זצ"ל און איבער דעם שבת וואס רבינו שליט"א האט געוויילט בצילו אין שיכון סקווירא מיט קרוב צו זעכציג יאר צוריק, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 1:15 איז רבינו שליט''א אריבער אין שטוב פון חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א צום קישור החיתון פון בתו הכלה למז"ט, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער דעם גרויסן יחוס פון חתן וכלה, ובסיפורי צדיקים פון די זיידעס. מען האט געמאכט דעם קבלת קנין, און מען האט געזינגען ניגוני שמחה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פארן חתן מחותנים און די בני המשפחה, אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די כלה. מען האט געענדיגט ארום 2:00.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
מזל טוב לכ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
לרגל אירוסי נכדתו למז''ט הכלה בת חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א.
עב"ג החתן בנש''ק הרב מרדכי זאב רובין שליט''א בן הגה''צ ר' יהושע שלום נתן שליט''א אבד''ק גלאגוב בן הגה''צ אבד''ק גלאגוב זצ"ל וחתן כ''ק אדמו"ר מצאנז ב"פ זצ"ל.
שישו ושמחו בשמחת רבינו
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מאנטאגא' כסלו תשפ"ה12/2/2024
באריכט
זונטאג פרשת ויצא א' דר"ח כסלו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' חיים אברהם פראנקל הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר שלום לעווי הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל און ביים ליינען עולה געווען רביעי. און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
נאך שחרית איז דער רבי אריבער אין די זאלן בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. ווי דער רבי האט מאריך געווען שלחנו הטהור לכבוד ר"ח אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה גדולה עסק התורה מאנסי בהנהלת הרה''ג ר' ישראל מרדכי זיידענפעלד שליט"א. דער רבי איז אנגעקומען ארום 12:45 און זיך געוואשן צום סעודת ר"ח, במשך די סעודה האט מען מאריך געווען מיט ניגוני ר"ח ניגונים פון הרה''ק רבי ר' הערש מרימנוב זיע''א וואס איז געווען די יארצייט.
נאך ברכו נפשי האט דער רבי משמיע געווען דב"ק און נאכגעזאגט פון חתם סופר אז עס איז דא פערציג טעג פון ר"ח אלול ביז יום כיפור, און פערציג טעג פון הושענא רבא ביז ר"ח כסלו וואס ר"ח כסלו איז דא א בחינה פון יו"כ, 'לא היו ימים טובים בישראל כחמשה עשר באב ויום הכיפורים שבהם בנות ישראל יוצאות וכו', במילא זענען די צייטן מסוגל פאר שידוכים, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב און אנגעוואונטשן שידוכים פאר אלע בחורים. מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען דער מנהל שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 1:45.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל עפשטיין הי"ו - הרה"ח ר' אהרן דוד יצחק רובינשטיין הי"ו, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:15 ביז 12:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים פון די פאלגענדע מחותנים. הרה"ח ר' אלי' קרויס הי"ו - הרה"ח ר' משה שמואל סאמעט הי"ו. הרה"ח ר' אשר יצחק ווידער הי"ו - הרה"ח ר' יואל חיים משה מיללער הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב''ק פרשת תולדות מברכים חודש כסלו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר די חתנים. החתן קלמן ב"ר אברהם יושע גפן הי"ו. החתן מענדל ב"ר יואל עפשטיין הי"ו. החתן אלימלך ב"ר שלמה קליין הי"ו.
פרייטאג צונאכטס ארום 5:00 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' שלמה קליין הי"ו. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 6:30. עס איז פארגעקומען א אפיעל פאר ת"ת אין קוממיות עטה"ק. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 8:25 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה. אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, הגבהת הכוס: הר"ר אברהם וואלף פריעדמאן שליט"א.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה"ג ר' יואל מייזליש שליט"א רב דביהמ"ד סיגוט קרית יואל. מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' אברהם הייס הי"ו (לאנדאן).
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'וירח את ריח בגדיו' און געטייטשט אז רבינו גרשום ווערט אנגערופן 'מאור הגולה' ווייל זיינע גרויסע תקנות זענען מעורר כלפי מעלה אז כביכול זאל נישט ח''ו אוועקווארפן אידישע קינדער בע''כ און נישט נעמען אן אנדערע אומה אנטשטאט.
קה אכסוף: הרה"ח ר' מאיר סימאן הי"ו. ברכת המזון: נכד רבינו הרב ישראל דושינסקיא שליט"א (ב"פ).
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק רבי ר' הערש מרימנוב זיע''א וואס די יארצייט געפאלט היינט זונטאג ל' חשון. קה רבון עלם: הרה"ג ר' דוד ליבערמאן שליט"א אב"ד שעניא ב"פ. די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. אז ביום השביעי: הרה"ח ר' יעקב האללענדער הי"ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 11:00.
וביום השבת קודש
שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:20. ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' אלחנן טויב הי"ו. צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען צום עמוד.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' קאפיל שעהנברוין הי"ו. פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר יצחק אייזיק פוקס שליט"א מו"ץ.
עליות. כהן: הרה"ח ר' יואל דוד דרעזדנער הי"ו. לוי: הרה"ח ר' יואל בר"ש בערגער הי"ו. שלישי: החתן קלמן ב"ר אברהם יושע גפן הי"ו - באווארפען. רביעי: החתן אלימלך ב"ר שלמה קליין הי"ו - באווארפען. חמישי: החתן הערשל ב"ר אהרן שמואל פוקס הי"ו - באווארפען. שישי: רבינו שליט''א.
נאכן עולה זײן האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: ר' משה בר"ל הערשקאוויטש הי"ו. ר' שמואל אליעזר פערל הי"ו. ר' אברהם דוד ראזענבערג הי"ו. ר' יואל עמרם גאלדבערגער הי"ו. ר' יודא ברא"מ לאנדא הי"ו. ר' שלמה מנשה דייטש הי"ו.
שביעי: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו. אחרון: הרה"ח ר' יעקב קליין הי"ו (ב"ב). מפטיר: משב"ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו. הגבה הרה"ח ר' אהרן שמואל פוקס הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' אברהם יושע גפן הי"ו.
נאכן ליינען האט רבינו שליט"א ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעורורות.
מוסף: משב"ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' אהרן שמואל פישער הי"ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 12:20.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 5:00. מנחה: הרה"ח ר' ישראל יעקב בראך הי"ו. הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' פנחס יואל פריינד הי"ו (ב"פ). כהן: הרה"צ ר' יצחק צבי ווייס שליט"א אב"ד איהעל ב"פ. לוי: הרה"ח ר' אברהם יצחק לאנדא הי"ו (וומסב''ג). שלישי: הרה"ח ר' שלמה יעקב ניישטאדט הי"ו. הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה"ח ר' יודא אוגנשטיין הי"ו (מאנסי).
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו. שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'וירח את ריח בגדיו ויברכהו' און געטייטשט אז ביי תשובה איז דא א מדת החסד אז עס איז דא כפרות עוונות אפילו אויף וואס מען געדענקט נישט, דורך לימוד התורה בלילה ווערט נמשך א חוט של חסד אויפן מענטש בפרט ווען עס קומט אן ביגיעה, און דורך דעם איז מען זוכה צו חסד ורחמים אויפן גאנצן טאג.
ידיד נפש: הרה"ח ר' אברהם שווארטץ הי"ו (לאנדאן). קל מסתתר: הרה"ח ר' משה ארי' פריינד הי"ו (ב"פ) דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
מוצש''ק ארום 10:30 איז דער רבי אריבער אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הר"ר משה בן הרה"ג ר' חיים יוסף ווערצבערגער שליט"א (אנטווערפען) און הר''ר לוי יצחק בארזעסקי שליט"א.
פון דארט איז דער רבי אריבער צו בית מדרשינו 'בית חיים דוד' אין קרית יואל ווי עס איז פארגעקומען א מעמד התמנות ווי דער רבי האט אויפגענומען הרה"ג ר' יוסף שמואל בערקאוויטש שליט"א בן הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א וחתן הגה"צ אבד"ק אשוי שליט"א אלץ דומ"ץ הביהמ"ד. דער רבי איז אנגעקומען ארום 10:45, עס האט אויפגעטרעטן הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, און דער יו''ר הרה"ח ר' שמעון וויינבערגער הי"ו האט אויפגערופן הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו מראה"ק, דערנאך האט אויפגעטרעטן דער נייער דומ"ץ הביהמ"ד הרה"ג ר' יוסף שמואל שליט"א. דער רבי האט געטרינקן א לחיים און אנגעוואונטשן פארן הגאון הדומ''ץ שליט"א פאר בנו הרה"ג דומ"ץ הביהמ"ד שליט"א פאר הגה"צ אבד"ק אשוי שליט"א און פארן גאנצן ציבור, און עקסטער פאר הרה"ח ר' יודא זאב קליין הי"ו מגדולי נדיבי הביהמ"ד וחבר וועד הרחבת גבולי העיר.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען דבר"ק אויפן פסוק 'ויתן לך אלקים מטל השמים' און געטייטשט אז דורך די תורה הקדושה ווערט ארץ ישראל גרעסער און ארויסגעברענגט די שמחה אז קר"י פארשפרייט זיך ב"ה אויף אלע זייטן מיט גרויס הצלחה און מען נעמט אויף אזא חשוב'ע דיין אינעם ביהמ"ד וואס געפונט זיך אין אזא שיינע געגענט ווי די תושבים ווילן ח"ו נישט אנטלויפן פון קר"י נאר ווילן זיין א חלק פון קר"י, און דערביי האט דער רבי קורא שם געווען פאר די געגענט ( קוועקיר הילל) אלס 'שכונת פרי מגדים', און דער רבי האט ממשיך געווען מיט דברי הדרכה פאר די תושבים אז מען זאל זען אנצוהאלטן אלעס אזוי ווי אין קר"י און בפרט בעניני צניעות און מלבושים ביי אינגלעך און מיידלעך, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן דומ"ץ הביהמ"ד און פארן גאנצן ציבור. מען האט געענדיגט ארום 11:30, אויפן וועג ארויס האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויפן נייע פארענדיגטע מקוה אין ביהמ''ד.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים סעודת ראש חודש אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה קטנה סניף מעיין התורה פון ב"פ אין די זאלן בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 8
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א היינט ביי תפילת שחרית ואמירת הלל אין ביהמ"ד אמרי נועם אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה קטנה סניף מעיין התורה פון ב"פ בהנהלת הרה''ג ר' ישראל יצחק זינגער שליט"א.