בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Monday15 Kislev 578512/16/2024

Photos · 4
אסיפה בביתו נאוה קודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א פאר אלע שמשים פון בתי מדרשינו אין קר"י, ווי דער רבי האט אוועקגעשטעלט תקנות בנוגע די וויין שטיבלעך אין קר"י.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 8
כ''ק רבינו אשליט"א ביים פוקד זיין די ציונים פון רבותינו הק' זיע''א לרגל די שמחת החתונה פון נכדו וואס קומט פאר היינט מאנטאג אין ביהמ"ד הגדול קר"י.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 4
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים מלוה זיין די מטה פון הר"ר אברהם דוד וואגשאהל ז"ל מוצש''ק פארנט פון ביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
זונטאג פרשת וישב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' משה ארי' פריעדמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר לוי יצחק לעווי הי"ו.
- ב"ר משה אברהם ווייס הי"ו.
- ב"ר יוסף רפאל האפער הי"ו.
- ב"ר יצחק הערשקאוויטש הי"ו.
- ב"ר אביגדור בלייך הי"ו.
- ב"ר יחזקאל שרגא מויזקאפף הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאך שחרית ארום 12:15 איז דער רבי אריבער צום ציון פון רבותינו הק' לרגל די שמחת החתונה פון נכדו החתן בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, ביים אנקומען אין בית החיים האט דער רבי געמאכט די ברכה, אריין אין אהל און געצינדען די ליכט ביי די ציונים פון רבותיה"ק בעל דברי יואל ובעל ברך משה זיע''א און ביי ציון אמו הרבנית ע"ה, דערנאך האט דער רבי געזאגט די תפילה פונעם ישמח משה זיע''א און פארגעזאגט די קאפיטלעך פון ספר רביעי כנהוג און געזאגט קדיש, און דערנאך געליינט קוויטלעך א לענגערע צייט בשעת מען האט געזינגען ניגוני התעורורות, דערנאך האט זיך דער רבי משתטח געווען אויף די ציונים פון רבותינו הק' און פון אמו הרבנית ע"ה. מען האט געענדיגט ארום 1:00.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
- הרה"ח ר' משה טאמבור הי"ו - הרה"ח ר' יואל ברא"מ מערמלשטיין הי"ו, אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' יצחק פאגעל הי"ו - הרה"ח ר' אלי' יצחק ראזענבערג הי"ו, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:15 ביז 11:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 9:30 איז פארגעקומען אן אסיפה בביתו נאוה קודש מיט אלע שמשים און אייגענטומערן פון די וויין שטיבלעך פון די בתי מדרשים אין קר"י, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' הערש לייב בערנשטיין שליט"א יו"ר וועד הכשרות קרית יואל וועלכע האט ארויסגעברענגט די פראבלעמען און מכשולות וואס מאכן זיך כסדר און די לעזונג וואס וועד הכשרות וועט אוועקשטעלן בפקודת רבינו שליט"א, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב''ק והדרכה און אראפגעשטעלט תקנות וועלכע הכשרים און וויינען און ברוינפענס עס קען ווערן פארקויפט אין קר"י, און ארויסגעברענגט דעם אחריות וואס ליגט אויף די שמשים, און מסיים געווען בברכת קדשו.

רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די פאלגענדע מחותנים.
- הר"ר יצחק וואלף גרינוואלד שליט"א - הר"ר שלמה אלי' ווייס שליט"א.
- הרה''ח ר' סנדר משה קליין הי"ו - הרה"ח ר' יואל בר"א ברוין הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מוצש''ק איז פארגעקומען דער גרויסארטיגער דינער לטובת די הייליגע 'מוסדות קרית יואל' מיט אירע 12,500 קינדער בליעה''ר כן ירבו, אינעם גיגאנטישן בית רחל אודיטאריום מיט אירע צוגעלייגטע גאלעריען במעמד אלפי תושבי העיר קר''י בראשות מרא דאתרא ונשיא המוסדות כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א.

ארום 10:50 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום דינער. דער יושב ראש הרה"ח ר' אהרן יוסף לאנדא הי"ו האט ממשיך געווען און אויסגערופן דער מנהל המוסדות הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו צו איבערגעגעבן דעם דבר המוסדות.

דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דברות קודש וחובת השעה צום ערשט בדברי אגדה אויף די סדרה, און דערנאך ארומגערעדט א לענגערע צייט איבער די גרויסע הצלחה פון 'מוסדות קרית יואל' וועלכע איז די גרעסטע מוסד איבער דער גארער וועלט בכמות ובאיכות! מיט אירע אריבער 12,500 תלמידים ותלמידות, און ארויסגעברענגט לשבח פון אלע חלקים פון די מוסדות ובפרט די נייע איינפיר פון די מלבושי צניעות ביי די תלמידי בית רחל, און ארומגערעדט איבער די געוואלדיגע הרחבת גבולי הקדושה פון 'מוסדות קרית יואל' מיט אירע עקזיסטירנדע 18 בנינים אדירים, און איבער די צוויי נייע מבצרים אדירים וואס מען האלט אינמיטן בויען פאר די בית רחל און פארן תלמוד תורה, און געזאגט אז איך האב אליינס געקויפט א כתה אינעם בנין און מעורר ומעודד געווען אנ"ש זיך אנצושליסן אלס אן שותף און אויך קויפן א שבת דירה מען זאל קענען ענדיגן בויען די בנינים.
דער רבי האט ממשיך געווען איבער די הרחבת גבולי הקדושה פון שטאט 'קרית יואל', די צענטער פון שטאט און סיי אין 'קרית יואל המורחבת' ווי עס בויען זיך און עס וועלן זיך בויען במשך די קומענדיגע יארן טויזענטער דירות, קיינער דארף זיך נישט זארגן אז ער וועט נישט האבן קיין דירות פאר די קינדער, און דערביי מחזק געווען די תקנה וואס מען האט מתקן געווען אז די פרייז זאל נישט זיין מער ווי $300 א סקווער פיס, און מען טוט ווייטער פעולות אז דאס זאל ווערן א מציאות ביי אלע דירות בלי יוצא מן הכלל, מען זאל האבן שכל און אויסווארטן ביז די פרייזן וועלן זיך סטאביליזירן, און דערביי אויפגעפאדערט ביי די דירות אין קרית יואל המורחבת ווי די פרייזן פון די קרקעות זענען סאך ביליגער טאר מען נישט בעטן מער ווי $250 א סקווער פיס! און בקרוב ווען מען וועט אנעקסירן די שטחים צום ווילעדזש אין קר"י וועט מען נאר נעמען שטחים פון מענטשן וואס שטעלן זיך צו און פארקויפן נישט פאר טייערער וויבאלד עס איז נישט קיין יושר צו ארויסרייסן געלטער פונעם ציבור, במילא זאלן די אינוועסטירער דאס נעמען אין באטראכט און נישט קויפן יעצט קיין קרקעות פאר טייער וויבאלד דאס וועט נישט זיין ווערד אזויפיל אין עטליכע יאר ארום. לסיום דבריו האט דער רבי מעורר געווען זיך צוגרייטן צום הייליגן יו"ט חנוכה און אדורכלערנען די קדושות לחנוכה אין ספה"ק קדושת לוי אזוי ווי דעם פארגאנגענעם יאר, וואס דורך דעם קען מען שפירן א טעם אינעם יו"ט און אין די הייליגע מצוה פון צינדן די חנוכה ליכט, און מסיים געווען בברכות לרוב פאר די הנהלת המוסדות און פארן גאנצן ציבור.

דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואנטשן פארן גאנצן ציבור. מען האט געענדיגט ארום 12:20.

ארום 1:00 איז דער רבי ארויס פארנט פון ביתו נאוה קודש ווי עס איז אריבערגעפארן די מטה פון בנש"ק הר"ר אברהם דוד וואגשאהל ז"ל מפארי קהלתינו הק' מאנסי און דער רבי האט מלוה געווען די מטה ביזן עק גאס.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
שב''ק פרשת וישלח - שבת של שמחת עלי' לתורה פון נכד רבינו החתן הרב דוד דוב מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, עב"ג הכלה בת הגה"צ רבי יואל האלבערשטאם שליט"א רב דביהמ"ד בית שמואל בשכונת דברי חיים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן הערשל בן הר"ר יואל גרובער שליט"א.

ארום א האלבע שעה נאכן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן דעם שטריימל פאר נכדו החתן הרב דוד דוב שליט"א און געגאנגען אין ביהמ"ד אין באגלייטונג פון די חתן און מחותנים בשירה וזמרה.

ארום 4:55 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה.
נאך מנחה האט אויפגעטרעטן הר"ר אלי' שלמה קאהן שליט"א מנהל בית רחל, לקראת דעם דינער השנתי פון מוסדות קרית יואל וואס איז פארגעקומען מוצש"ק.
קבלת שבת: נכד רבינו הר"ר חיים יעקב רוקח שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 6:30. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 8:30 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א. הגבהת הכוס: הגה''צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ וומסב''ג.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען.
- כל מקדש: הגה"צ ר' מענדל הערש כהנא שליט"א דומ"ץ קארלסבורג וומסב''ג.
- מנוחה ושמחה: הרה"צ האדמו''ר מלייפניק ב"ב שליט"א.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אחי יהי לך אשר לך' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון מין במינו.

מען האט געזינגען ניגוני שמחה לכבוד די שבת עלי לתורה, קה אכסוף: הרב אלעזר האלבערשטאם שליט"א בן הגה"צ רב דביהמ"ד בית שמואל שליט"א. ברכת המזון: הגה"צ רב דביהמ"ד בית שמואל שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק רבי ר' בער ממעזריטש זיע''א וואס די יארצייט געפאלט פרייטאג י"ט כסלו. קה רבון עלם: הגה''צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א. די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות.
אז ביום השביעי: הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד דינוב קר"י. מען האט געענדיגט די טיש ארום 11:10.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:25. ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' ברוך עקשטיין הי"ו. צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען, און צוגעשיקט צו חזרת הש"ץ הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שמואל זאנוויל פאלאטשעק הי"ו. פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' אברהם יושע ווייס הי"ו (וומסב''ג) .

עליות.
- כהן: הגה"צ ר' מענדל הערש כהנא שליט"א.
- לוי: החתן הערשל בן הר"ר יואל גרובער שליט"א - באווארפען.
- שלישי: נכד רבינו החתן הרב דוד דוב מייזליש שליט"א, מען האט געזינגען ניגוני שמחה כנהוג.
- רביעי: הגה"צ רב דביהמ"ד בית שמואל שליט"א.
- חמישי: החתן משה יודא ב"ר יואל פישל פריעד הי"ו - באווארפען.
- שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
- ר' וואלף ברא"י בערגער הי"ו.
- ר' שמואל מאיר שרייבער הי"ו.
- ר' שניאור זלמן גאלדמאן הי"ו.

- שביעי: החתן שמעון יודא ב"ר משה טאמבור הי"ו - באווארפען.
- הוספות: החתן יושע ב"ר ברוך עקשטיין הי"ו - באווארפען.
- החתן אשר לעמיל ב"ר יואל ברי"ד לאנדא הי"ו.
- החתן דוד ב"ר אליעזר זוסיא סופר הי"ו.
- אחרון: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א.
- מפטיר: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
- הגבה: הרה"ג ר' ברוך טאמבור שליט"א (לאנדאן).
- גלילה: הרה''ג ר' יואל ברשא"מ גרובער שליט"א.

מוסף: הגה"צ רב דביהמ"ד בית שמואל שליט"א. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יושע ארי' גרינוואלד הי"ו.

נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צום שמחת הקידושא רבא אין ביהמ"ד הגדול צד צפון, דער רבי האט קידוש געמאכט, מען האט געזינגען לכבוד די שמחה און עס האט אויפגעטרעטן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור, און געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויבא יעקב שלם' און געטייטשט אז ווען מען האט חתונה איז עס משפיע סיי ברוחניות און סיי בגשמיות אלע השפעות טובות. מען האט געענדיגט ארום 12:55.

מיטאג טיש איז געפראוועט געווארן אינאיינעם מיט די בני המשפחה אינטן אינעם זאל בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני שמחה. מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען.
- ברוך ה' יום יום: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו.
- ברוך קל עליון: הרב אלעזר האלבערשטאם שליט"א.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אחי יהי לך אשר לך' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא צו מען גייט בתר מעשה אדער בתר מחשבה.

ברכהמ''ז: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 5:00. מנחה:הר"ר יואל בר"ע הירש שליט"א.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מיכל פריעדמאן הי"ו (וומסב''ג).
- כהן: הרה"ח ר' זושא רובין הי"ו (וומסב''ג).
- לוי: הר"ר משה בער לאנדא שליט"א.
- שלישי: הרה"ג ר' שניאור זלמן פערלמוטער שליט"א (וומסב''ג).
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה''ג ר' שלום לוי יצחק ווייסמאן שליט"א (וומסב''ג).

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען.
- אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
- שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויבא יעקב שלם' און געטייטשט אז מען האנדעלט ערליך און מען איז שלם בגופו איז מען מצליח בלימוד התורה ויראת שמים, ווייל ביידע ענינים בין אדם למקום און בין אדם לחבירו גייען צוזאמען, מען קען נישט איינס אן דעם צווייטן, בפרט זאל מען זעהן נזהר צו זיין נישט צורירן חלילה צו יענעם'ס א פרוטה.


- ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק דוד לאנדא הי"ו (וומסב''ג).
- קל מסתתר: הרה"ח ר' זושא רובין הי"ו.
פארן בענטשן האט מען געזינגען ניגוני שמחה, דער רבי האט געבענטשט על הכוס און געזאגט שבע ברכות.

מעריב מוצש''ק: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א. נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 7:15.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 30
דינער השנתי לטובת וועלט'ס גרעסטע מוסדות 'מוסדות קרית יואל' מיט אירע 12,500 קינדער בליעה''ר כן ירבו.
פארגעקומען דעם מוצש''ק אינעם גיגאנטישער בית רחל 'אודיטאריום' אין אירע צוגעלייגטע גאלעריען במעמד אלפי תושבי העיר קר''י בראשות מרא דאתרא ונשיא המוסדות כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Shabbos Kodesh13 Kislev 578512/14/2024

Report
פרייטאג ערש''ק וישלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' משה מויזקאפף הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר שלמה יודא פריעדמאן הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
דאנערשטאג פרשת וישלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר קלמן אליעזר לעווי הי"ו.
- ב"ר חיים יוסף לייב מארקאוויטש הי"ו.
- ב"ר מנחם יעקב קליין הי"ו.
- ב"ר חיים בערגער הי"ו.

ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק ז', ווי דער רבי האט מעורר געווען די בחורים זיך צוצוגרייטן צום יו"ט חנוכה הבעל"ט מיטן לערנען חסידישע ספרים ובפרט ספה"ק קדושת לוי און מאכן מיט די א ריכטיגע הכנה. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון החתן המשב"ק חנני' יו"ט ליפא ב"ר ישראל יעקב דייטש הי"ו עב"ג הכלה בת הרה"ח ר' זלמן לייב פאלקאוויטש הי"ו, אין די זאלן פון כינור דוד.
דערנאך ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים
- הרה"ח ר' יצחק אייזיק פאוועל הי"ו - הרה"ח ר' שמואל יודא שטיין הי"ו, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' ישראל נחמי' שווארטץ הי"ו - הרה"ח ר' יוסף וועבער הי"ו, אין די זאלן פון קרן ויואל משה.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:15 ביז 11:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה חברי 'וועד הכשרות קרית יואל' אין שפיץ פון הרה"ג ר' הערש לייב בערנשטיין שליט"א יו"ר הוועד, מען האט אויסגעשמועסט פארשידענע שאלות וואס האבן זיך געמאכט אין די לעצטערע תקופה און איבערגעגאנגען פארשידענע פלענער אויף ווייטער צו פארזיכערן אז אלע פראדוקטן וואס ווערן פארקויפט אין קר"י זענען אויסגעהאלטן בתכלית הכשרות און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.

רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די פאלגענדע מחותנים
- הרה"ח ר' משולם שמעי' פריעדמאן הי"ו - הרה"ח ר' ליפא ראזענפעלד הי"ו.
- הרה"ח ר' יעקב מרדכי בר"י טייטלבוים הי"ו - הרה"ח ר' חיים לייב מארקאוויטש הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30.

נאך מעריב איז דער רבי אריבער צו די שמחת החתונה פון החתן המשב"ק חנני' יו"ט ליפא דייטש ני"ו, דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור, און דערנאך אפגעראכטן די ריקודי קודש לפני הכלה און דערנאך געטאנצן מיטן חתן.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מיטוואך פרשת וישלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן :
- לבן הנולד אצל ר' יואל נחמי' ראלניצקי הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' ראובן אוריאל מאוואס הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- בן הר"ר דניאל דוד שטיינבערג שליט"א.
- ב"ר משה יעקב וועלץ הי"ו.
- ב"ר יואל ווערצבערגער הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
- הרה"ח ר' יואל ברי"ד לאנדא הי"ו - הרה"ח ר' יואל ברש"ז פאלאטשעק הי"ו, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' יואל בר"ש ראזענפעלד הי"ו - הרה"ח ר' יוסף מרדכי רובין הי"ו, אין די זאלן פון גינת קליין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:15 ביז 12:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א חתימת שטרות בקו''פ ווי הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו ראה"ק דקרית יואל האט אפגעקויפט א זכות אינעם בנין הת"ת שע"י מוסדותינו הק' אין מאנטשעסטער, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און מאציל געווען מברכת קדשו.

רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' משה שרגא פויגעל הי"ו - הר"ר יחזקאל שרגא ברי"א שטיין שליט"א.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.


▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
דינסטאג פרשת וישלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' עקיבא יונתן ווייס הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד ישמח משה לרגל די שמחת ברית מילה ביי נכדו בן הנולד אצל הרב יחזקאל שרגא מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א וחתן הרה"ג ר' יושע רובין שליט"א אב"ד ראדאוויץ בן הגה"צ אבד"ק בריזדאוויץ שליט"א וחתן האדמו"ר מפאפא ב"פ שליט"א.

פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר ירמי' צבי ראטה הי"ו.
- ב"ר יואל ראטה הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה בהיכל הביהמ"ד, רבינו שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות.
- מוהלות: האדמו"ר מפאפא ב"פ שליט"א.
- סנדק מעומד: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
- ברכות וקריאת השם: הגה"צ אבד"ק בריזדאוויץ שליט"א, ויקרא שמו בישראל: 'יקותיאל יודא' נאכן עלטער זיידן הגה"צ אבד"ק סיגעיט זצ"ל.
נאכן ברית איז דער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א, און עס איז פארגעקומען א לחיים פאר די בר מצוה בחורים בחדר הפרטי.

נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צו די סעודת ברית בהיכל הביהמ"ד, ביי די סעודה האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה אבי הבן הרב יחזקאל שרגא שליט"א, און די זיידעס הגה"צ אבד"ק בריזדאוויץ שליט"א און חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
מיט יום ליבשה האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב מאיר אליעזר מייזליש שליט"א.

רבינו שליט''א האט משמיע געווען דברות קודש בעניני ברית מילה, און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה שליט"א, און פאר די חשובע זיידעס, און פארן גאנצן ציבור.
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען דעם מוהל האדמו"ר מפאפא ב"פ שליט"א און מיט די הרחמן'ס די בני המשפחה, מען האט געענדיגט ארום 1:30.
דערנאך איז דער רבי ארויף אין שטוב פון חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א ווי דער רבי האט אנגעוואונטשן פאר די יולדות.

נאכמיטאג ארום 4:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

נאך מנחה האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין שיכון סקווירא ווי דער רבי האט זיך משתתף געווען במעמד החופה ביי די שמחת החתונה פון חתן כלה נכדי גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, דער רבי איז אנגעקומען ארום 5:20, נאך די חופה האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א פאר מחותנו הגה"צ אבד''ק בית אהרן שליט"א און פאר די אנוועזנדע רבנים שליט"א.
דערנאך ארום 5:45 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.

ביים אנקומען אין וומסב''ג ארום 7:00 איז דער רבי צום ערשט אריבער אויף קביעת מזוזה אין וומסב''ג בבית דירתו וביהמ''ד החדש פון הרבני הנגיד הנכבד איש החסד ר' שלמה זלמן פעדער הי"ו מגדולי תומכי מוסדות רבינו די בכל אתר ואתר.
דער רבי האט קובע געווען א מזוזה און דערנאך זיך אומגעקוקט אינעם ביהמ"ד, דער רבי האט געטרינקן א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר ר' שלמה זלמן הי"ו ובניו משפחתו.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 7:30 ביז 11:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגה"צ אב"ד איבראן שליט"א, עס האט זיך פארמירט א שיינער שמועס בעניני סופרות און איבער דעם נייעם מהודר'דיגן פעדער פון שטיין לכתיבת סת"ם און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:30 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מאנטאג פרשת וישלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב דוד פעלבערבוים הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק א'.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
- הרה"ח ר' אליעזר זוסיא סופר הי"ו - הר"ר דוד חנני' ווייס שליט"א, אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' משה דאנא הי"ו - הרה"ח ר' מרדכי יעקב סאאל הי"ו, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' יצחק אהרן ברייער הי"ו - הרה"ח ר' נפתלי יואל סופר הי"ו, אין די זאלן פון גינת קליין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 ביז 12:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' דוד לייב גליק הי"ו - הרה"ח ר' פנחס מענדלאוויטש הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:40 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

Friday12 Kislev 578512/13/2024

File
גליון "קול התאחדותינו"
פרשת וישלח תשפ"ה לפ"ק.
(מהדורת ארה"ב)

יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו

גם רצו"פ מדור משולחן מלכים

עם מאמר נפלא 'פינת יקרת' בענין:
סמיכת גאולה לתפילה אצל תפילת ערבית (ב).
מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א

ועם מדור מעשה חש"ב החדש 'שבחי רמב"ן'
ביאורים בדברי הרמב"ן בפרשתן

▫ סאטמארע נייעס 🌴
📄 וישלח חו''ל תשפ''ה (1)8.4 MB

Wednesday10 Kislev 578512/11/2024

Photo
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

Tuesday9 Kislev 578512/10/2024

Photos · 8
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א ביי קביעת מזוזה אין וומסב''ג בבית דירתו החדש פון הרבני הנגיד הנכבד איש החסד ר' שלמה זלמן פעדער הי"ו מגדולי תומכי מוסדות רבינו די בכל אתר ואתר.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 5
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים מעמד החופה ביים שמחת החתונה פון חתן כלה נכדי גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, היינט פארנאכטס אין שיכון סקווירא.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 4
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים פארלאזן די שטוב פון חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א נאכן אנוואונטשן פארן יולדות.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 16
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים סעודת ברית מילה אין ביהמ"ד ישמח משה.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 9
שמחת ברית מילה פון נכד כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בן הנולד אצל הרב יחזקאל שרגא מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, אין ביהמ"ד ישמח משה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Show earlier days