בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

דאנערשטאגי"ח כסלו תשפ"ה12/19/2024

פייל
גליון "קול התאחדותינו"
פרשת וישב תשפ"ה לפ"ק.

(מהדורת ארה"ב)

יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו

גם רצו"פ מדור משולחן מלכים

עם מאמר נפלא 'פינת יקרת' בענין:
סמיכת גאולה לתפילה אצל תפילת ערבית (ג).
מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א

ועם מדור מעשה חש"ב החדש 'שבחי רמב"ן'
ביאורים בדברי הרמב"ן בפרשתן

▫ סאטמאר'ע נייעס 🌴
📄 וישב חו''ל תשפ''ה16.4 MB
בילדער · 18
שמחת נישואי נכד כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, החתן הרב דוד דוב מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, יום ב' וישב בביהמ''ד הגדול דקרית יואל יצ''ו - מצוה טאנץ פונעם זיידן הגה''צ אבד''ק ב''פ שליט''א און פונעם אבי החתן און אבי הכלה שליט''א.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
בילד
שמחת נישואי נכד כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, החתן הרב דוד דוב מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, יום ב' וישב בביהמ''ד הגדול דקרית יואל יצ''ו - רבינו שליט''א אין א עקסטערע ריקוד מיט אחיו הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 9
שמחת נישואי נכד כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, החתן הרב דוד דוב מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, יום ב' וישב בביהמ''ד הגדול דקרית יואל יצ''ו - רבינו שליט''א טאנצט מיט'ן חתן און חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א ובני משפחתו און די גאנצע משפחת המלוכה נכדי רביה''ק זיע''א.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 15
שמחת נישואי נכד כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, החתן הרב דוד דוב מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, יום ב' וישב בביהמ''ד הגדול דקרית יואל יצ''ו - מצוה טאנץ ברשפי אש קודש במקהלות אלופי אלפי אנ''ש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 7
שמחת נישואי נכד כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, החתן הרב דוד דוב מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, יום ב' וישב בביהמ''ד הגדול דקרית יואל יצ''ו - ברכהמ''ז.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 15
שמחת נישואי נכד כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, החתן הרב דוד דוב מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, יום ב' וישב בביהמ''ד הגדול דקרית יואל יצ''ו - ריקודין.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 6
שמחת נישואי נכד כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, החתן הרב דוד דוב מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, יום ב' וישב בביהמ''ד הגדול דקרית יואל יצ''ו - כ''ק אדמו''ר מוויזניץ מאנסי שליט''א מפאר ביים סעודה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 20
שמחת נישואי נכד כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, החתן הרב דוד דוב מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, יום ב' וישב בביהמ''ד הגדול דקרית יואל יצ''ו - סעודת החתונה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 10
שמחת נישואי נכד כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, החתן הרב דוד דוב מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, יום ב' וישב בביהמ''ד הגדול דקרית יואל יצ''ו - מעמד החופה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 19
שמחת נישואי נכד כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, החתן הרב דוד דוב מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, יום ב' וישב בביהמ''ד הגדול דקרית יואל יצ''ו - מעמד קבלת פנים, בהשתתפות כ''ק אדמו''ר מדושינסקיא שליט''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 5
שמחת נישואי נכד כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, החתן הרב דוד דוב מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, יום ב' וישב בביהמ''ד הגדול דקרית יואל יצ''ו - תפילת מנחה וברכות הקודש ביום החופה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מיטוואךי"ז כסלו תשפ"ה12/18/2024

ווידיאו
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביי ניחום אבילים נעכטן אין וומסב''ג ביי משפחת הרה''ח ר' משה יואל מזרחי הי''ו היושב ע''פ אמו ע''ה.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 4
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביי ניחום אבילים נעכטן אין מאנסי ביי משפחת בנש"ק הר"ר אברהם דוד וואגשאהל ז"ל מפארי קהלתינו הק' מאנסי.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג פרשת וישב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט, שחרית אין ביהמ"ד הגדול.

ארום 4:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

נאך מנחה איז דער רבי געפארן קיין מאנסי ווי דער רבי האט מנחם אבל געווען משפחת בנש"ק הר"ר אברהם דוד וואגשאהל ז"ל מפארי קהלתינו הק' מאנסי.

דערנאך איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
ביים אנקומען אין וומסב''ג האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' משה יואל מזרחי הי"ו בעל אכסניא פון רבינו שליט"א אין ארגענטינא, היושב ע"פ אמו ע"ה.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 7:45 ביז 11:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגה"צ ר' בערל וויעדער שליט"א אב"ד לינז ב"פ, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, דער רב שליט"א האט געגעבן פאר רבינו שליט"א ספר צבא אהרן אויף חנוכה פון אביו הגה"צ גאב"ד לינז זצ"ל און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:00 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

דינסטאגט"ז כסלו תשפ"ה12/17/2024

באריכט
מאנטאג פרשת וישב - שמחת החתונה פון נכד רבינו החתן הרב דוד דוב מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, עב"ג הכלה בת הגה"צ רבי יואל האלבערשטאם שליט"א רב דביהמ"ד בית שמואל בשכונת דברי חיים בן הגה"צ אבד"ק טשאקאווע זצ"ל וחתן הגה"צ אבד''ק ב"פ שליט"א 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ברב"ש וויינבערגער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יואל בר"ש איידליס הי"ו.
- ב"ר יודא לייב לאנדא הי"ו.

ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק ה'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

ארום 5:00 איז רבינו שליט"א אריין געקומען אין ביהמ"ד הגדול צד דרום ווי דער רבי האט געדאווענט מנחה, בעל תפילה: הרה"ח ר' יעקב יוסף פילאפף הי"ו, נאך מנחה איז די גאנצער ציבור זקנים עם נערים אריבער לברך ולהתברך ביי רבינו שליט"א ביום החופה.

נאך מנחה ארום 5:45 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום מעמד קבלת פנים בהיכל ביהמ"ד הגדול. במשך די קבלת פנים האט מען געזינגען ווארימע ניגוני התעוררות, און הר"ר שמואל קרויס שליט"א האט אויפגעטרעטן בדברי כיבושין אויסגערעכענענדיג דערביי דעם גרויסן יחוס פון חתן וכלה און די הייליגע זיידעס וואס קומען אראפ זיך מיטפרייען ביי די שמחה.
ביים קבלת פנים האט זיך אויך מפאר געווען דער גרויסער פעטער כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען ווארעמע דברות קודש און מעורר געווען זכות אבות, און צום סיום מאציל געווען רב ברכות פארן גאנצן ציבור.
מען האט מסדר געווען די כתובה, עדי כתובה: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו און הרה"ח ר' בערל פאלאטשעק הי"ו. דערנאך איז מען געגאנגען צום באדעקן אין די זאלן פון קרן ויואל משה.

ביי די חופה האט רבינו שליט''א מכבד געוועהן.
- סידור קידושין: גיסו הגה"צ אבד''ק ב"פ שליט"א.
- קריאת הכתיבה: הגה"צ ר' שמעון שמואל האלבערשטאם שליט"א אב"ד דברי משה בירושלים עיה"ק, עלטער פעטער פון די כלה.
- ברכות ראשונות: הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א.
- ברכה אחריתא: הגה"צ רבי יעקב אלי' אונסדארפער שליט"א אבד''ק ראשית חכמה מאנטריאל, פעטער פונעם חתן.
- עדי קידושין: הרה"ג ר' יואל גוטמאן שליט"א און הרה"ג ר' יואל קאהן שליט"א.
- עדי יחוד: הרה"ח ר' יואל עפשטיין הי"ו און הרה"ח ר' מאיר גראס הי"ו.
נאך די חופה האט רבינו שליט"א געוואונטשן ברכות הקודש פארן גאנצן ציבור, און זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט די זיידעס ומחותנים.

נאך א קורצע צייט איז דער רבי אריין געקומען אין ביהמ"ד הגדול צד דרום ווי דער דער רבי האט געדאווענט מעריב. בעל תפילה: הרה"ח ר' אהרן צבי וועבער הי"ו.

ארום 8:00 איז דער רבי איז אריינגעקומען צו די סעודת החתונה, דער רבי האט געטאנצען עטליכע מינוט אויפן פלאץ און דערנאך זיך געוואשן צו די סעודה, נאך די פיש האט דער רבי געטרינקן א לחיים און געוואונטשן לכל העם הנאספים.

ארום 8:50 איז דער חתן אריינגעקומען און דער רבי האט געטאנצן מיטן חתן א לענגערע צייט, און מכבד געווען די זיידעס און די מחותנים הרבנים הגאונים שליט"א צו טאנצן מיטן חתן, און דערנאך געטאנצן מיטן גאנצן אויבנאן. דערנאך איז דער גאנצער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א.
ביי די סעודת החתונה האט זיך אויך מפאר געווען דער גרויסער עלטער פעטער כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, דער רבי האט אים מכבד געווען צו טאנצן מיטן חתן און דערנאך זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט די מחותנים און זיידעס און דערנאך עקסטער דער רבי מיט האדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א. דער רבי האט פארלאזט דאס ביהמ"ד ארום 9:30, און אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 11:15 איז רבינו שליט''א אריין געקומען אין ביהמ"ד צו ברכת המזון ומצוה טאנץ. מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען בנו הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א, ברכות ראשונות: הגה"צ ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א רב דבית מדרשינו 18'טע עוו. ב"פ. ברכה אחריתא: הגה"צ רבי אנטשיל שעהר שליט"א אבד"ק קלעסאן.

בדחנא דמלכא ר' משה יושע ווייס הי"ו האט אויסגערופן רבינו שליט"א צו די ריקודין לפני הכלה מיט ווארעמע חרוזים און מעורר געווען זכות אבות הק', מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני התעורורות, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, וכל העם הנאספים, און דערנאך אפגעראכטן די ריקודי קודש לפני הכלה בהתלהבות אש קודש א לענגערע צייט, און דערנאך געטאנצן מיטן חתן, מיט חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א ובני משפחתו, און מיט די גאנצע משפחת המלוכה נכדי רביה"ק בעל ברך משה זיע''א. דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א עקסטערע פייערליכע טאנץ מיט אחיו הגה"צ דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א.

דערנאך האט מען אויסגערופן צו מצוה טאנץ דעם זיידן הגה"צ אבד''ק ב"פ שליט"א, דעם אבי החתן און אבי הכלה. דערביי האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיט יעדע פון די זיידעס און מחותנים באזונדער.

דערנאך האט האברך ר' חיים מענדל אקער הי"ו געזאגט דברי בדחנות און דער בדחן האט אויסגערופן חתן וכלה און מען האט געטאנצן אשת חיל, אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די חתן כלה כנהוג. דער רבי האט פארלאזט די ביהמ"ד אום 2:10.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג