מעמד המרומם סעודת הודאה ביום ההצלה כ"א כסלו בקרב קהלתינו הק' אין מאנטרעאל יצ"ו. נואם הכבוד: הגה''צ ר' צבי אלימלך טייטלבוים שליט''א רב בית מדרשינו תפילה למשה ב''פ.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 3
הגה''צ רב דביהמ''ד בית ברוך שליט''א האט געפראוועט א געהויבענע שבת אין קענווי איילענד בקרב אנ''ש. זונטאג האט דער רב שליט"א באזוכט די בניית המקוה החדש.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 9
מעמד המרומם סעודת הודאה ביום ההצלה כ"א כסלו קאמבאנירט מיט'ן דינער השנתי לטובת די תלמוד תורה, בקרב קהלתינו הק' אין לאנדאן יצ"ו. נואם הכבוד: הגה''צ רב דביהמ''ד בית ברוך שליט''א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
מעמד המרומם סעודת הודאה ביום ההצלה כ"א כסלו קאמבאנירט מיט'ן דינער השנתי לטובת די בית רחל, בקרב קהלתינו הק' אין מאנטשעסטער יצ"ו. נואם הכבוד הרה''ג ר' שמואל שלמה טעללער שליט''א פון קרית יואל.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 7
מסיבת הודאה כ’’א כסלו בקרב מוסדותינו הק' אין בית שמש יצ''ו - דרשת חינוך פאר די חשובע מלמדים דורך הרה"ג ר' מאיר צוויבל שליט"א מרבני קהילתינו הק' וומסב''ג ַ
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 10
מעמד המרומם סעודת הודאה ביום ההצלה כ"א כסלו קאמבאנירט מיטן ערשטמאליגן דינער לטובת מוסדותינו הק', בקרב קהלתינו הק' בבית שמש יצ''ו. יו''ר המעמד: הרה"ג רבי אהרן שלום פרידמאן שליט"א רב ק"ק לעלוב רמב"ש ד'. שבח המוסדות: הרב הגאון רבי דוב ראבינאוויטש שליט"א אב"ד שכו' רמב"ש ד'. נואם הכבוד: הגאון רבי מנחם מענדל פוקס שליט"א אב"ד קרית שומרי החומות ודומ"ץ העדה החרדית.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
מעמד המרומם סעודת הודאה ביום ההצלה כ"א כסלו, בקרב קהלתינו הק' בני ברק יצ"ו, בהשתתפות הגאון הגדול ר' יעקב מאיר שטערן שליט''א רב שכונת קהילות יעקב ב''ב, און הגאון הגדול ר' משה שאול קליין שליט''א רב שכונת אור החיים ב''ב, וועלכע האבן אויפגעטרעטן מיט דרשות. נואם הכבוד: הגה''צ ר' מאיר צוויבל שליט''א מרבני קהלתינו הק' וומסב''ג.
בהתאסף ראשי עם יחד שבטי ישראל איז געפייערט און אפגעצייכענט געווארן דעם 80'טע יום הצלה והשחרור פון רביה''ק בעל דברי יואל זיע"א ביים צענטראלן מעמד אדיר ונשגב סעודת הודאה בליל ההודאה מוצש''ק כ"א כסלו, במקהלות רבבות אלופי אלפי ישראל אין שפיץ פון צענדליגער רבניים ודיינים שליט''א ובראשם דער מנהיג העדה כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, אינעם גיגאנטישן ריזן העכער 70 טויזענט סקווער פיס 'בנין ההודאה' וואס איז אויפגעשטעלט געווארן אויפן וואטער פראנט סקווער אין וומסב"ג, קאמבאנירט מיט'ן דינער 'גדלו והצליחו' לטובת מוסדותינו הק' בוומסב''ג מיט אירע טויזענטער קינדער בליעה''ר
דער ריזן בנין ההודאה איז מייסטערהאפטיג אויסגעשטעלט געווארן צו קענען אקאמאדירן די שווערע טויזענטער אנ''ש פון איבער גרעיטער ניו יארק און ארום.
לרגל דעם געהויבענעם מעמד איז ארויסגעקומען א גאר רייכע קונטרס מיט היסטארישע ארטיקלען און בילדער און פרטי הרחבת גבולי הקדושה אינערהאלב מוסדותינו הק' בוומסב''ג, און א הערליכע זמירות למוצש''ק ולחנוכה מיט ליקוט דברי תורה פון כ''ק רבינו שליט''א. אזוי אויך איז פארטיילט געווארן פאר אלע נדיבים בעם די צענטע באנד פונעם הערליכען רייכן ספר 'משולחן מלכים' שיחות קודש פון רבינו הגה"ק שליט"א משנת תשע"ח לפ"ק.
דורכאויס דעם מעמד האבן מהנה געווען בפרקי שירה וזמרה דער בעל מנגן נפלא הרב יעקב דאסקאל הי''ו פון ארה''ק, באגלייט דורך די בארימטע חברה שירה און אנגעפירט דורכן דעם בארימטן מנצח על כלי שיר ר' מענדי הערשקאוויטש הי''ו.
אלס יו''ר המעמד האט געדינט הרב הגאון פמ''מ ר' יואל דאסקאל שליט"א מנה"ר ישיבת ביאלא בארה"ק ת"ו ומראשי חבורות בישיבתינו הק' בבני ברק יע"א, וועלכע האט בטוב טעם ודעת אנגעפירט דעם געהויבענעם מעמד און אויפגעטרעטן מיט זיין גלענצענדע לשון לימודים לכבוד היום.
ארום 9:55 האט אויפגעטרעטן הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א וועלכע האט ארומגערעדט בגדולת היום און איבער די הערליכע פירות וואס קומען ארויס פון מוסדותינו הק' אין וומסב''ג.
ארום 8:45 איז רבינו שליט"א ארויסגעפארן פון קרית יואל אויפן וועג קיין וומסב''ג צום מעמד ההודאה. ביים אנקומען אין וומסב''ג איידערן מעמד ההודאה איז דער רבי אריבער מנחם אבל זיין משפחת הרה"ח ר' אפרים פריעדמאן ע"ה.
דערנאך איז דער רבי אריבער צום גיגאנטישער בנין ההודאה ווי דער רבי איז צום ערשט אריין אין א זייטיגן צימער ווי עס זענען אריין צו רבינו שליט"א הויכראנגיגע פאליטישע באאמטע, צווישן אנדערע דער הויכגעשעצטער מעיאר פון ניו יארק סיטי 'עריק עדעמס' און קאנגרעסמאן פון מאנסי 'מייק לאולער' און נאך פילע אנדערע, און דער רבי האט זיך באדאנקט פארן שטיין צו הילף פאר קהלתינו ומוסדותינו הק'. ארום 10:35 האבן רבוא רבבות אנ"ש געהאט די זכי' מקבל זיין פני קדשו פון מרן רבינו שליט''א, דער רבי איז אריינגעקומען אין דער ציבור האלפים האט אויסגעבראכן אין פייערדיגע ריקודין 'חסדי השם' על הנסים שעשית בימים ההם ובזמן הזה. דער רבי האט זיך באגריסט מיט די צענדליגער רבנים און דערנאך געטאנצן און פייערדיגע ריקודי קודש בהתרגשות עילאה פאר לענגערע מינוטן לכבוד היום.
דערנאך האט זיך רבינו שליט''א געוואשן צום שלחן הטהור לכבוד היום, און נאך די פיש געוואונטשן לחיים וברכת קדשו פאר די רבבות ישראל, און דערנאך זיך אויפגעשטעלט און זיך ארויסגעלאזט אין א פייערליכע טאנץ אויף ניגוני הודאה חסדי ה', בך בטחו, אשרי העם, והיא שעמדה, און נאך.
במשך דעם מעמד האט אויפגעטרעטן מיטן דבר הנהלת המוסדות הרה"ח ר' מרדכי אלעזר הירש הי"ו און זיך באדאנקט פאר די גרויסע נדיבים בעם און פאר די עסקנים וועלכע געבן זיך אוועק פאר די מוסדות בכלל און יעצט ביים מעמד ההודאה, און ארויסגעהויבן די פולע לייסטונגען דורך נדיבי לב ונגידי קהלתינו הק' וואס נאר דורך דעם קענען די מוסדות אנגיין, און אויסגערעכנט די נעמען פון די נדיבים החשובים וואס האבן בייגעשטייערט גרעסערע סכומים לטובת המוסדות, און ארומגערעדט איבער די הרחבת גבולי הקדושה במוסדותינו הק' בוומסב''ג.
דערנאך האט הרה"ח ר' מרדכי אלעזר הי"ו אויפגערופן דעם איש מפורסם בנש"ק הרב אהרן דוד טווערסקי שליט"א וועלכע האט אסאך ארויסגעהאלפן די מוסדות אויפן לעגאלן פראנט אין די פארגאנגענע אכט יאר. דערנאך האט אויפגעטרעטן דער רוח החיים ויו"ר הנהלת המוסדות הרה"ח ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו און אפעלירט צום עולם מען זאל ארויסהעלפן די הנהלה טראגן די עול פון די גרויסע הוצאות אין אזעלכע שווערע זמנים, און דערנאך אויפגערופן הרב משה סילק הי"ו זאל אויפטרעטן און אראפגעבן די השתלשלות הדברים פון די לעגאלע קאסטן פון די מוסדות אין די פארלאפענע יארן.
ארום 12:00 האט מען געהאט די זכיה צו הערן דעם פייערדיגע דב''ק דבר ה' והדרכת השנה פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א. צום ערשט האט דער רבי ארומגערעדט דברי אגדה בעניני הודאה און ארויסגעברענגט אז מען דארף לויבן אויף דעם אליינס אז מען קען לויבן הקב"ה, ובפרט אז מען זעט יעדעס יאר מער די הצלה ווי די פארגאנגענע יאר וויבאלד די הרחבת גבולי הקדושה פון די כוחות הקדושה פון רביה"ק בעל הנס זיע''א שפרייט זיך אויס מער און מער, סיי מיט בויען בנינים און סיי בעניני צניעות וקדושה, דערביי האט רבי דערמאנט דעם נייעם איינפיר פון בית רחל אין קרית יואל מיט די ספעציעלע מלבושי צניעות מיט וואס די תלמידות גייען אנגעטוהן, און מבשר געווען א בשורה טובה אז אויפן קומענדיגן יאר וועט עס בעז"ה איינגעפירט ווערן אויך אין וומסב''ג, און ממשיך געווען בשבח מוסדותינו הק' אין וומסב''ג און געבעטן דעם גאנצען ציבור זיך ווארעם משתתף זיין מיט שיינע סכומים. דער רבי האט דערמאנט לשבח חבורת תורתך שעשועי וועלכע גרייט זיך שוין צום סיום הש''ס דעם זומער הבעל"ט און מעורר געווען אנ"ש זיך אנצושליסן יעצט ביי די לעצטע מסכת פון ש"ס און מסיים זיין ש"ס אינאיינעם מיט פילע אנ"ש און דערנאך אנהייבן פון אנהייב להגדיל תורה ולהאדירה און אזוי אויך מחזק געווען חבורת יסודי התורה און די אנדערע חבורת פון קהלתינו הק', און דערנאך ארומרעדענדיג איבער די מלחמה לה' בעמלק פון רביה"ק בעל הנס זיע''א בטומאת הציונית און מען דארף דאס ממשיך זיין און חלילה נישט צו האבן א קשר מיט די מדינה אדער צו נעמען געלט פון די מדינה הטמאה, און מען דארף זען מחזק זיין אלע מוסדות עטה"ק און אלע חשובע מנהלים אז זיי זאלן קענען ווייטער אנגיין. באזונדער האט דער רבי דערמאנט די ביטערע גזירה פון גיוס בני ישיבות בארה"ק און אויסגערופן צו די רבנים און עסקנים וועלכע ארבעטן צו באקעמפן די גזירה חזקו ואמצו! און שארף ארויסגעטרעטן אנטקעגן די וועלכע ווילן ח"ו מאכן פשרות עד כדי כך אז זיי ווילן מפקיר זיין פופציג פראצענט בחורים חס ושלום, און עס ליגט אויף אונז א פליכט צו מתפלל אז די גזירה זאל וואס שנעלער בטל ווערן, אזוי אויך איבער די גזירת החינוך אין ניו יארק מען דארף אסאך מתפלל זיין אז מען זאל קענען ווייטער מחנך זיין די תשב"ר ע"ד המסורה לנו מדור דור.
דער רבי האט ממשיך געווען און מעורר געווען איבער די נושא פון כשרות המזוזות וואס ליידער ווערן פארקויפט אסאך פסול'ע מזוזות, און שטארק מעורר געווען נזהר צו זיין צו קויפן א מזוזה נאר פון א סופר וואס האט עס אליינס געשריבן, און מעורר געווען צו געבן בודק זיין די מזוזות פון שטוב פאר אן ערליכן סופר זיכער צו מאכן אז עס איז כשר לכתחילה, און דערנאך מעודד געווען זיך צוצוגרייטן צום יו"ט חנוכה הבעל"ט מיט ספרי חסידות ובפרט מיט ספה"ק קדושת לוי. דערנאך האט דער רבי שטארק ארומגערעדט איבער די נייע תקנה וואס מען האט מתקן געווען בנוגע די דירות אין קרית יואל אראפצוברענגען די פרייז פון א דירה פאר נישט מער ווי $300 א סקווער פיס אין קר"י, און $250 א סקווער פיס אין קרית יואל המורחבת, און אויפגעפאדערט אנ"ש פון וומסב''ג און ארום וועלכע זוכן צו קויפן א דירה אין קר"י זאלן נישט צאלן אפילו איין דאלער מער און זיך נישט איינרעדן אז מען כאפט א מציאה וויבאלד עס איז סאך ביליגער ווי אין שטאט, והחכם עיניו בראשו. צום סוף ארויסגעברענגט די פולע קרבנות וואס סאשעל מידיע האט שוין אפגעקאסט ה"י און מעורר געווען אלע אנ"ש זיך אפצושיידן דערפון, און באזונדער ארויסגעברענגט אז מען זאל אויסניצן די גוי'אישע חגאות אויף לימוד התורה ברבים אבות ובנים, און מסיים געווען בברכות קדשו לכל העם הנאספים די זכות פון רביה"ק זיע''א זאל מגין זיין אויפן גאנצן ציבור און מען זאל געהאלפן ווערן מיט כל מילי דמיטב.
נאך די דב''ק ארום 12:40 האט דער רבי געבענטשט אויפן כוס, און נאכן בענטשן געזאגט שבע ברכות פאר די חתנים מאנ"ש, אויפן וועג ארויס האט זיך דער רבי באדאנקט פאר די עסקנים וועלכע האבן ארויסגעהאלפן למען הצלחת המעמד, און דער רבי איז אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קר"י.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
שב''ק פרשת וישב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
פרייטאג צונאכטס ארום 5:00 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הר"ר יצחק מיטטעלמאן שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 6:30. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 8:30 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה. אשת חיל: נכד רבינו הב' יואל ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א. הגבהת הכוס: הרה"ג ר' אברהם יעקב יאקאב שליט"א.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה"ג ר' יעקב ישראל ישורין כהנא שליט"א (וומסב''ג). מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' יוסף שמואל ראטטענבערג שליט"א מו"ץ.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'וישב יעקב בארץ מגורי אביו' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון יש אם למקרא או למסורת.
קה אכסוף: הרה"ג ר' אברהם מאיר דירנפעלד שליט"א מנה"ר במוסדותינו הק' (בית שמש). ברכת המזון: הר"ר בערל לויפער שליט"א (מאנסי) נכד כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק רבי משהלע דעעש'ער זיע''א וואס די יארצייט געפאלט מיטוואך כ"ד כסלו.
קה רבון עלם: הרב הערשל כהנא שליט"א (מאנסי). די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. אז ביום השביעי: הרב שלמה כהנא שליט"א. דערנאך האט מען ממשיך געווען צו טאנצן חסדי השם און בך בטחו לרגל כ"א כסלו. מען האט געענדיגט ארום 11:10.
וביום השבת קודש
שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:20. ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר שמואל קליין שליט"א (וומסב''ג), צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שלום אלי' מארקאוויטש הי"ו. פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' משה חיים ווערצבערגער הי"ו (מאנטרעאל).
עליות. - כהן: הרב שלמה כהנא שליט"א - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. - לוי: הרה"ח ר' יואל ברא"מ מערמלשטיין הי"ו. - שלישי: הרה"ח ר' חיים אליעזר גראס הי"ו (וומסב''ג). - רביעי: החתן ישראל ב"ר יצחק פאגעל הי"ו. - חמישי: החתן יואל בן הר"ר בעריש גראס שליט"א. - שישי: רבינו שליט''א.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל ר' יצחק ברצ"א עקשטיין הי"ו.
- שביעי: החתן יושע ב"ר ברוך עקשטיין הי"ו. - אחרון: החתן שמעון יודא ב"ר משה טאמבור הי"ו. - מפטיר: הרה"ג ר' ברוך טאמבור שליט"א (לאנדאן). - הגבה: הרה"ח ר' יואל בר"מ גראס הי"ו. - גלילה: הרה"ח ר' אלי' יצחק ראזענבערג הי"ו.
מוסף: הרה"ח ר' דוד שמואל גאלדבערגער הי"ו. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' אברהם אליעזר עקשטיין הי"ו (ב"ב). מען האט געענדיגט ארום 12:15.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 5:00. - מנחה: הר"ר מענדל וואלף טייטלבוים שליט"א. - הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' אברהם מאיר דירנפעלד שליט"א. - כהן: הרה"ח ר' חיים משה אלימלך כ"ץ הי"ו. - לוי: הרה"ח ר' וואלף גרובער הי"ו. - שלישי: הר"ר בערל לויפער שליט"א. - הגבה: רבינו שליט''א. - גלילה: הר"ר מאיר יוסף טייטלבוים שליט"א.
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו. שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט אויפן פסוק 'וישב יעקב בארץ מגורי אביו' און געטייטשט אז די עיקר איז די התחלת המצוה, אזוי ווי מען זעהט ווען ראובן האט געוואלט מציל זיין יוסף, אזוי אויך זעהט מען עס ביי די נרות חנוכה ביי די פתילות ושמנים.
- ידיד נפש: הרה"ג ר' אנשיל גרובער שליט"א (מאנסי). - קל מסתתר: הרה"ח ר' יוסף גרובער הי"ו (וומסב''ג). דער רבי האט געבענטשט על הכוס און געזאגט שבע ברכות.
מעמד ההודאה ביום ההצלה כ"א כסלו בהיכל המתיבתא - ישיבה של רביה''ק בעל הנס זיע''א, בראשות ריש מתיבתא כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 10
מעמד ההודאה רבתי כ"א כסלו במקהלות רבבות אלפי ישראל ובראשינו מלכינו כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, אינעם גיגאנטישער ריזן בנין ההודאה אויפן וואטער פראנט סקווער אין וומסב"ג - ציבור האלפים שטראמען ארויס נאכן מעמד האדיר.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 9
מעמד ההודאה רבתי כ"א כסלו במקהלות רבבות אלפי ישראל ובראשינו מלכינו כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, אינעם גיגאנטישער ריזן בנין ההודאה אויפן וואטער פראנט סקווער אין וומסב"ג - ברכהמ''ז ושבע ברכות.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 29
מעמד ההודאה רבתי כ"א כסלו במקהלות רבבות אלפי ישראל ובראשינו מלכינו כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, אינעם גיגאנטישער ריזן בנין ההודאה אויפן וואטער פראנט סקווער אין וומסב"ג - דברות קודש והדרכת השנה.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Sunday21 Kislev 578512/22/2024
Photos · 10
מעמד ההודאה רבתי כ"א כסלו במקהלות רבבות אלפי ישראל ובראשינו מלכינו כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, אינעם גיגאנטישער ריזן בנין ההודאה אויפן וואטער פראנט סקווער אין וומסב"ג - פאליטישע באאמטע ביים מעמד.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 24
מעמד ההודאה רבתי כ"א כסלו במקהלות רבבות אלפי ישראל ובראשינו מלכינו כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, אינעם גיגאנטישער ריזן בנין ההודאה אויפן וואטער פראנט סקווער אין וומסב"ג - ראשי פני העדה וחברי אהבת קדומים ביים מעמד.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 26
מעמד ההודאה רבתי כ"א כסלו במקהלות רבבות אלפי ישראל ובראשינו מלכינו כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, אינעם גיגאנטישער ריזן בנין ההודאה אויפן וואטער פראנט סקווער אין וומסב"ג - הופעת רבינו.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 10
מעמד ההודאה רבתי כ"א כסלו במקהלות רבבות אלפי ישראל ובראשינו מלכינו כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, אינעם גיגאנטישער ריזן בנין ההודאה אויפן וואטער פראנט סקווער אין וומסב"ג - דרשות במשכ'ן מעמד האדיר.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 10
מעמד ההודאה רבתי כ"א כסלו במקהלות רבבות אלפי ישראל ובראשינו מלכינו כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, אינעם גיגאנטישער ריזן בנין ההודאה אויפן וואטער פראנט סקווער אין וומסב"ג - ציבור האלפים ביים אנקומען צום גיגאנטישער בנין ההודאה.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 20
מעמד ההודאה רבתי כ"א כסלו במקהלות רבבות אלפי ישראל ובראשינו מלכינו כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, אינעם גיגאנטישער ריזן בנין ההודאה אויפן וואטער פראנט סקווער אין וומסב"ג - הכנות צום מעמד האדיר.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 20
במקהלות רבבות עמך בית ישראל ברנה יתפאר
ערשטע בילדער פונעם צענטראלע מעמד ההודאה, יעצט ליל כ"א כסלו, במקהלות רבבות אלופי אלפי ישראל, ובראשינו מלכינו כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴▫️
News
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א הייבט יעצט אן די דברות קודש והדרכת השנה ביים מעמד המרומם סעודת הודאה כ"א כסלו.
מען קען מיטהאלטן די הוק-אפ אויף די קול סאטמאר בעקאפ נאמבערס, ווי עס איז צוגעשטעלט טויזענטער ליינס. 3518887117 6053136528