בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Wednesday8 Teves 57851/8/2025

Photos · 4
הגה"צ אבד"ק בריזדאוויץ שליט"א בקו''פ אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א אין וויליאמסבורג, ווי ער האט געברענגט דעם ספר 'שמע יעקב' פונעם אלגאזי וואס ער האט איבערגעמאכט אין א הערליכן דרוק און פארמאט, ע"פ עצתו פון רבינו שליט"א.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Photo
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

Tuesday7 Teves 57851/7/2025

Notice
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מאנטאג פרשת ויחי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר אסף וואהלבערג הי"ו.

דער רבי האט געצינדן 5 ליכט לרגל די הילולא קדישא פון הגה''ק בעל דברי יחזקאל מ'שינאווא זיע''א, און ביים ליינען געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק א'.

נאכן דאווענען האט דער רבי אריינגערופן בחדרו הפרטי תלמידי הישיבה תושבי ארה"ק וועלכע האבן פראבלעמען צו באקומען א פטור פון מיליטער פון די רשעי הציונים און קענען נישט אהיימפארן קרוב צו א יאר צייט, דער רבי האט שטארק מחזק געווען די בחורים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר יעדעם באזונדער אז מען זאל בקרוב פטור ווערן פון די צרה און די גזירה פון גיוס בני ישיבות זאל בטל ווערן אינגאנצן.

דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור, און נאכן לחיים האט דער רבי פארטיילט מטבעות פאר די בחורים מזמרים וועלכע פירן אן מיט די ניגונים ביים שלחן הטהור פון רבינו שליט"א ליל שב"ק מידי שבוע בשבוע.
אזוי אויך זענען אריין תלמידי הישיבה וועלכע האבן אריינגעברענגט העכער טויזענט דאלער פאר קופת זכרון משה לטובת מוסדות עטה"ק בארה"ק, דער רבי האט פארטיילט א סעט ספרי שו"ת עצי חיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף א באזוך אינעם מצה בעקערי דקהלתינו הק'.

נאכמיטאג ארום 4:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש. און פארן דאווענען געצינדן 5 ליכט לרגל די הילולא קדישא פון הגה''ק משינאווא זיע''א.

נאך מנחה ארום 5:15 איז דער רבי אריבער אינעם בנין הבית רחל 'בנין לאה אסתר' ווי דער רבי האט מעריך געווען שלחנו הטהור לרגל די הילולא קדישא אינאיינעם מיט תלמידי ישיבתינו הק' ישיבה גדולה ויואל משה ד'סאטמאר פון ב"פ, דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה, במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני התעורורות, דער רבי האט מכבד געווען דער ראש ישיבה הגה"צ ר' חיים יעקב רובין שליט"א אבד''ק ציעשנוב צו פארציילן סיפורים פונעם בעל הילולא זיע''א.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען סיפורי קודש פונעם בעל הילולא א לענגערע צייט.
מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען דער מנהל הרה''ג ר' דוד שלמה טייטלבוים שליט"א, און מיט ברכת המזון דער ר''י הגה"צ אבד''ק ציעשנוב שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 6:45.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 12:40 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ בחורים עסקנים וועלכע האבן ארויסגעהאלפן ביי פילע מעמדים בחצרות קדשינו במשך די פארגאנגענע יאר העעל"ט, דער רבי האט פארטיילט י"ב חלות און מאציל געווען מברכת קדשו.

רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' אברהם יצחק טאבאק הי"ו - הרה"ח ר' יואל בר"י יאקאב הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:50, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
זונטאג פרשת ויחי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- בן הר"ר משה הערש בערקאוויטש שליט"א בן הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
- ב"ר יקותיאל יושע בוידעק הי"ו.
- ב"ר יואל ב"ר מענדל בער פאוועל הי"ו.
- ב"ר יצחק זאב לאנדא הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

נאכמיטאג ארום 3:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

נאך מנחה איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג ווי עס איז פארגעקומען א גאר סוקסעספולע מסיבה מפוארה בבית הרבני הנגיד הנכבד ר' יואל ברא"ש שווארץ הי"ו, ווי עס איז געשאפן געווארן דעם פאנטאסטישן סכום פון נאנט צו דריי און א האלב מיליאון דאללאר צום גמר הבנין פונעם בית חינוך לבנות - בית פיגא, שע"י מוסדותינו הק' אין בני ברק יע"א.

עס זענען געלאדענט געווארן פילע נגידי אנ''ש וועלכע האבן זיך נאך נישט געהאט אנגעשלאסן אינעם קרן הבנין, און האבן יעצט מנדב געווען ברוח נדיבה צו קענען גומר זיין דעם בנין גדול ומפואר.

במשך דעם רייכן באנקעט האבן אויפגעטרעטן הרה"ח ר' מנחם גרשון לעבאוויטש הי"ו חבר הנהלת המוסודת אין וומסב"ג, וואס איז געווען פון די נחשונים ביים דאון-פעימענט פארן שטח, וועלכע האט האציג אפעלירט מ'זאל ארויסהעלפן צו קענען פארענדיגן דעם בנין בקרב הימים, און האט דערביי מוסיף געווען א פאנטאסטישן סכום צו זיין ערשטע נדבה. און הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א מרבני קהלתינו הק' וומסב''ג.

צווישן די דרשות און די הערליכע ניגונים זענען די נגידים איינציגווייז אריבער חתמ'נען די שטרות אינאיינעם מיט רבינו שליט''א, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.

רבינו שליט''א האט משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט די חשיבות פון שטיצן די בית רחל אין בני ברק וואס איז געווען מחמד ליבו פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א, און איבער די שטארקע דחקות וואס הערשט אינעם יעצטיגן בנין הבית רחל, און מאריך געווען בשבח פון די חשובע נגידים און בפרט פון די חברי ועד קרן הבנין און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.

נאך דריי שעה - ארום 8:00 אזייגער - האט דער רבי פארלאזט די מסיבה און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל אכסניא הרה"ח ר' יואל שווארטץ הי"ו און זיין גאנצע משפחה, און פאר די איבעריגע מארגני המסיבה, הרבני הנגיד ר' יחזקאל שרגא בר"א בראך הי"ו און הרבני הנגיד ר' משה אברהם לעפקאוויטש הי"ו, און דאן אהיימגעפארן קיין קר"י.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 9:15 ביז 1:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די פאלגענדע מחותנים.
- הרה''ג ר' חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א - הרה"ח ר' חיים שלמה אקערמאן הי"ו.
- הרה''ח ר' שלמה מאשקאוויטש הי"ו - הרה"ח ר' שלמה קליין הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:50 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.


▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
שב''ק פרשת ויגש 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ערש''ק פארנאכטס ארום 5:15 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' יצחק פייערשטיין הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 6:45.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען אן אפיעל פארן מגבית 'חבר נאמן' לטובת ועד הפעולה שע"י העדה החרדית. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 8:30 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, הגבהת הכוס: הרה"ח ר' יואל יאקאב הי"ו (ירושלים).

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען נכדיו בני הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א. כל מקדש: הרב חיים הערש טייטלבוים שליט"א מראצפערט. מנוחה ושמחה: הרה''ג ר' יקותיאל יודא טייטלבוים שליט"א ר"מ בישיבת חכמת התורה.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ובני דן חושים' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא צו מען האט געהאט פאר מתן תורה א דין ישראל אדער א דין בן נח.

קה אכסוף: הרה"ג ר' עקיבא יוסף כהנא שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א. ברכת המזון: האדמו"ר מ'סערעדנא בני ברק שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הגה''ק משינאווא זיע''א וואס די יארצייט געפאלט מאנטאג ו' טבת.

קה רבון עלם: נכדו הרב יואל טייטלבוים שליט"א. די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות.
אז ביום השביעי: הר"ר יודא גרינפעלד שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 11:20.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:25. ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ג ר' עקיבא יוסף כהנא שליט"א, צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מיכאל דוב קרויס הי"ו (ב"פ).
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' אברהם שלום פריעדמאן שליט"א מראה"כ.

עליות.
- כהן: הרה"ח ר' אברהם מתתי' קאהן הי"ו (וומסב''ג).
- לוי: הרה"ח ר' דוד יערמיאש הי"ו.
- שלישי: ר' אהרן אפרים קארנבלי הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- רביעי: ר' חיים ברא"ז ראטה הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- חמישי: ר' ישי בוכינגער הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- שישי: רבינו שליט''א.
- שביעי: ר' מאיר הערש שפיטצער הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- אחרון: נכד רבינו הרב חיים הערש טייטלבוים שליט"א.
- מפטיר: הרה"ח ר' אברהם מאיר איצקאוויטש הי"ו.
- הגבה: הרה"ח ר' חיים קארנבלי הי"ו.
- גלילה: הרה"ח ר' יושע חיים שפיטצער הי"ו.

מוסף: האדמו"ר מ'סערעדנא שליט"א. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' ליפא פוקס הי"ו (לאנדאן). מען האט געענדיגט ארום 12:15.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 5:15.
- מנחה: הרה"ח ר' מאיר נפתלי פערל הי"ו (וומסב''ג).
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ברוך מרדכי ראזענבערג הי"ו.
- כהן: הרה"ח ר' יצחק מרדכי בר"ש כ"ץ הי"ו.
- לוי: הרה"ח ר' שמואל דוד וויינבערגער הי"ו.
- שלישי: הרה"ח ר' זלמן עפשטיין הי"ו.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה"ח ר' יעקב בר"ש פריעדמאן הי"ו.

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' אייזיק הערש בערקאוויטש הי"ו (וומסב''ג). שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'וישלחנו אלקים לפניכם לשום לכם שארית בארץ' און געטייטשט אז יוסף הצדיק האט נישט מודיע געווען פאר יעקב אבינו אז ער לעבט ווייל די שבטים האבן אזוי גוזר געווען און יוסף האט איינגעהאלטן אלע תקנות חז''ל, ובזכות זה וועט הקב''ה אויך אויך מקיים זיין אלע חיובי בעל לאשה וואס איז מתקנת חז"ל און משפיע זיין פרנסה און רפואה פאר כלל ישראל, און שטארק מעורר געווען נזהר צו זיין אין אלע מצוות דרבנן ובפרט די יעצטיגע קורצע ווינטער טעג צו דאווענען מנחה און אין דעם זכות וועט הקב"ה מקיים זיין אלע חיובי בעל האשה און אויסלייזן כלל ישראל פון גלות.

ידיד נפש: הרה"ח ר' משה שווארטץ הי"ו (וומסב''ג). קל מסתתר: הרה"ח ר' חיים יאקאב הי"ו (וומסב''ג). דער רבי האט געבענטשט על הכוס.

מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' חיים יאקאב הי"ו. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 7:20.

נאך הבדלה האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' מרדכי מתתי' האלפערט הי"ו און הרה"ח ר' שלמה היימליך הי"ו היושבים ע"פ בתו /אשתו ע"ה.

בביתו נאוה קודש זענען אריין בקו''פ קבוצה בחורים פון ישיבת נועם התורה פון מאנסי וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש, דער רבי האט אויסגעפרעגט די לימודים און די בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

Monday6 Teves 57851/6/2025

Video
גאר סוקסעספולע מסיבה מפוארה פארגעקומען אין וויליאמסבורג, בראשות כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, בבית הרבני הנגיד הנכבד ר' יואל ברא"ש שווארץ הי"ו, ווי עס איז געשאפן געווארן דעם פאנטאסטישן סכום פון אריבער דריי מיליאון דאללאר צום גמר הבנין פונעם בית חינוך לבנות - בית פיגא, שע"י מוסדותינו הק' אין בני ברק יע"א.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Show earlier days