הגה"צ רבי משה קרעמער שליט"א נשיא מוסדות ברסלב בארה"ק בביקור בקו''פ אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a
…
preview.heimshtut.comHeimshtut 0416 Vachi
פרייטאג ויחי עשרה בטבת 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
- לבן הנולד אצל ר' אהרן גרינוואלד הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' מנחם נחום ראזענבערג הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
- לבן הנולד אצל ר' מרדכי לייב וויינשטאק הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
דאנערשטאג פרשת ויחי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' חנני' לעווי הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר משה יאקאב הי"ו.
- ב"ר יעקב יוסף האפמאן הי"ו.
- ב"ר יואל ב"ר משה טייכמאן הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 1:10 איז דער רבי אנגעקומען אין ת"ת 'בנין קליין' צום מעמד 'התחלת לימוד משניות' דורך די קרוב צו 450 תלמידי כתה ג' פון אלע פיר סניפים פון מוסדות קרית יואל, די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים לכבוד המעמד אנגעפירט דורך די מנהלים הר"ר יחיאל יצחק שפיטצער שליט"א, הר"ר יושע זלמן ווערצבערגער שליט"א, הר"ר פישל קויפמאן שליט"א, און הר"ר יואל האלפערט שליט"א.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען קורצע דברי ברכה ארויסברענגענדיג די שמחה פון די קינדער אז מען הייבט שוין אן לערנען משניות און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט שיריים פאר די אייניקלעך, און פאר אלע מלמדים צו פארטיילן פאר די קינדער, דערנאך האבן די קינדער פארגעזינגען דעם 'ואני' בשעת דער רבי הערט זיך צו מיט א שטארקע קורת רוח. מען האט געענדיגט ארום 1:40.
אויפן וועג ארויס איז דער רבי אריין אין איינע פון די עלטערע כיתות ווי דער רבי האט פארהערט די קינדער אויף די לימודים מיט גרויס הנאה.
נאכמיטאג ארום 4:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
נאך מנחה האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' עמרם כהן הי"ו היושב ע"פ אחותו ע"ה.
דערנאך איז דער רבי געפארן קיין מאנסי ווי דער רבי האט מנחם אבל געווען כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א ובניו החשובים און גיסו הגה"צ אבד''ק ב"פ שליט"א היושבים ע"פ אשתו /אמם /אחותו הרבנית מוויזניץ מאנסי ע"ה.
דער רבי איז אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול וויזניץ מאנסי ארום 5:15, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי בית וויזניץ און איהעל. ארום 5:45 האט דער רבי פארלאזט דאס ביהמ"ד און אהיימגעפארן קיין קר"י.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 7:45 ביז נאך 1:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' לוי יצחק געשטעטנער הי"ו - הרה"ח ר' שרגא אלחנן ווערצבערגער הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:50 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
מיטוואך פרשת ויחי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
- לבן הנולד אצל ר' דוד יודא האלפערט הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
- לבן הנולד אצל ר' מאיר פריעד הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר משה יואל קויפמאן הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
ארום 11:30 איז דער אריבערגעפארן קיין מאנסי צו די לויה פון הרבנית ע''ה אשת חבר פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א וועלכע איז פארגעקומען ביים ביהמ"ד הגדול דק"ק וויזניץ אין מאנסי, דער רבי האט אויסגעווארט ביים מאכן די הקפות און דערנאך באגלייט די מטה אויפן וועג צום בית החיים.
אין די נאכמיטאג שעה'ן זענען אריבער געקומען בקו''פ בביתו נאוה קודש חברי וועד הכשרות קרית יואל אין שפיץ פון הרה"ג ר' הערש לייב בערנשטיין שליט"א יו"ר, אינאיינעם מיט הרה"ח ר' מיכאל דוב הי"ו ואחיו ר' נתן מרדכי הי"ו ממשפחת הערצאג הנכבדה, די בעלי בתים פון די 'קדם' פירמע וועלכע פראדוצירט און ברענגט אריין קיין אמעריקע פילע וויינען און ברוינפנס, אינאיינעם מיט הר"ר נחום ראבינאוויטש שליט"א פון די OU כשרות ארגענעזאציע און עטליכע עקספערטן און מבינים אויף וויין און ברוינפן פון די קדם פירמע, וועלכע זענען געקומען אויסשמועסן און זיך נאכפרעגן וויאזוי זיי קענען נאכקומען די כשרות סטאנדארטן וועלכע רבינו שליט"א האט אוועקגעשטעלט אין קרית יואל, און עס איינפירן אויף די פילע וויינען און ברוינפנס וואס זיי פראדוצירן און ברענגען אריין.
מען האט אויסגעשמועסט פאר קרוב צו אנדערטהאלבן שעה פולע פרטים און דעטאלן פון אלע מיני ברוינפנס קלארצושטעלן וועלכע זאכן און וועלכע כשרות סטאנדארטן עס ווערן פארלאנגט כדי א זאך זאל קענען פארקויפט ווערן אין קרית יואל, צווישן אנדערע האבן עטליכע מבינים פון די פירמע פארגעשטעלט דעטאלן איבער וויאזוי פילע ברוינפנס ווערן געמאכט, ביים פארענדיגן די אסיפה האט דער רבי אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר די בעלי בתים און אלע אנוועזנדע.
נאכמיטאג ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
- הרה"ח ר' הלל הירש הי"ו - הרה"ח ר' יודא מאשקאוויטש הי"ו, אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' יואל ברד"ש גאלדבערגער הי"ו - הרה"ח ר' יושע הערש פריעדמאן הי"ו, אין די זאלן פון גינת קליין.
נאך די חופות איז דער רבי אריבער בבנין הבית רחל בנין הירש ג"ב לאנדא ווי עס קומט פאר די לימודים דורך מתמידים רץ למשנה, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים מיט א שטארקע קורת רוח און הנאה און מאציל געווען מברכת קדשו.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 ביז 1:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די פאלגענדע מחותנים.
- הר"ר דוד לייב קרויס שליט"א - הרה"ח ר' ישראל פישער הי"ו.
- הרה''ח ר' אברהם גברא הי"ו - הרה"ח ר' מרדכי טוויל הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:50, נאך מעריב האט דער רבי געמאכט קידוש לבנה און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
דינסטאג פרשת ויחי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' הערש לייב ברי"מ לאנדא הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים - שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר שמואל דייטש הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
ביים אנקומען אין וומסב''ג האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' יעקב יודא ווייס הי"ו היושב ע"פ בנו ע"ה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 1:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ ביי רבינו שליט''א מחותנו הגה"צ אבד"ק בריזדאוויץ שליט"א, ווי ער האט געברענגט דעם ספר 'שמע יעקב' פונעם אלגאזי וואס ער האט איבערגעמאכט אין א הערליכן דרוק און פארמאט ע"פ עצתו פון רבינו שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:50 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️