בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

דינסטאגי"ד טבת תשפ"ה1/14/2025

בילדער · 10
הרה"ג רבי פנחס גאלדשמידט שליט''א אב"ד אירופה ונשיא ועידת רבני אירופה, אינאיינעם מיט בנו רב דקהילת אלטנוי אין מאנהעטן, בביקור בקו''פ אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א דן צו זיין איבערן גזירת השחיטה אין אייראפע.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 2
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א עוסק בתורה צווישן מנחה מעריב בעיר הנופש פאלם ספרינגס קאליפארניע.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מאנטאגי"ג טבת תשפ"ה1/13/2025

נייעס
ברוך הבא בשם ה'

מאנטאג פר' שמות אום 4:43 נאכמיטאג אין פאלם ספרינגס קאליפארניע האט בשעטו''מ געלאנדעט די פריוואטע פליגער פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בעיר הנופש פאלם ספרינגס.

רבינו שליט''א וועט אריינקומען צו תפילת מנחה 5:30 אינעם ארטיגן ביהמ''ד און ביים זמן דאווענען מעריב.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 7
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים פארלאזן ביתו נאוה קודש אינאיינעם מיט'ן חברותא הגה''צ אבד''ק ראשית חכמה מאנטרעאל שליט''א, און אינעם סטוארט עירפארט אויפן וועג קיין פאלם ספרינגס קאליפארניע.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
בילד
היינט פארמיטאג ארום 1:15 האט כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א פארלאזט ביתו נאוה קודש אין קרית יואל צום סטוארט עירפארט פון ווי דער רבי'נס פריוואטע פליגער האט זיך געהויבן אום 2:35 אויפן וועג קיין פאלם ספרינגס קאליפארניע ווי דער רבי וועט וויילן למנוחת הנפש די קומענדיגע וואכן.

די פליגער איז ערווארטעט צו לאנדען אינעם ארטיגן עירפארט ארום 4:45 ארטיגע זייגער.

כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 10
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים סיום ששה סדרי משנה דורך 'מתמידים רץ למשנה', מוצש''ק אין בית רחל אדוטאריום.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 18
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים זיך אומקוקן אויף די לימודים פון 'מתמידים רץ למשנה' בבנין הבית רחל בנין הירש ג"ב לאנדא.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 7
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א מוצש''ק ביי יציקת הבורות און דערנאך ביים שמחת השבע ברכות אין ביהמ"ד אמרי נועם בשכונת דברי יואל.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
זונטאג פרשת שמות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר לוי יצחק קליין הי"ו.
- ב"ר ירמי' מאיר גאלדבערגער הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהדורת.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה''ג ר' אברהם יואל גראסבערג שליט"א (מאנסי) - הר"ר מנחם זאב זילבערשטיין שליט"א, אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' יואל בר"ש לעווי הי"ו - הרה"ח ר' אברהם עמרם מארקאוויטש הי"ו, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 7:40 ביז 12:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגה"צ רבי משה קרעמער שליט"א נשיא מוסדות ברסלב בארה"ק, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער זיינע מוסדות עטה"ק בארה"ק און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:50 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב''ק פרשת ויחי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ערש"ק צום עשרה בטבת פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימלך פאר די חתנים.
- החתן יואל בן הרה"ג ר' זלמן לייב פריעדמאן שליט"א.
- החתן שלום ב"ר יחזקאל פרענקל הי"ו.
- החתן שמעון ב"ר בעריש פעלדמאן הי"ו.

פרייטאג צונאכטס ארום 4:55 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו, צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"צ ר' בערל גלאנץ שליט"א מבארדיוב.

- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' וואלף פארקאש הי"ו.
- בעל קורא: הר"ר חיים בנימין כהנא שליט"א מספינקא קר"י.
- כהן: משב"ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו.
- לוי: הר"ר חיים יחזקאל ווערצבערגער שליט"א.
- שלישי - מפטיר: רבינו שליט"א.
- הגבה: הרה"ח ר' מאיר ווערטהיימער הי"ו.
- גלילה: הרה"ח ר' מרדכי מיטטעלמאן הי"ו (וומסב''ג).

קבלת שבת: הרה"ח ר' יואל ברש"ח פיש הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 6:20.נאכן דאווענען איז דער רבי ארויף אויפן ארון הקודש און געוואונטשן א גוט שבת פארן גאנצן ציבור, און אריין לחדרו הפרטי.

ארום 6:40 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, הגבהת הכוס: הר"ר חיים בנימין כהנא שליט"א.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הב' משה בן הרה"ג ר' שמעון זאב מייזליש שליט"א נכד הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א. מנוחה ושמחה: הר"ר משה יודא עקשטיין שליט"א.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ועתה שני בניך הנולדים לך בארץ מצרים' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא צו עס ניצט תשובה אויף די ג' עבירות חמורות.

קה אכסוף: הרה"ח ר' יודל שטיינמעץ הי"ו. ברכת המזון: הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הגה"ק בעל ערך ש"י זצ"ל ראב"ד סיגוט וואס די יארצייט איז געווען שב"ק י"א טבת.

קה רבון עלם: הרה"ח ר' אהרן פרענקל הי"ו. די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות.
אז ביום השביעי: הרה''ג ר' איתמר טובי' קויפמאן שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 9:45.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:25. ברכות ופסוקי דזמרה: ר' בערל אקער הי"ו. צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יצחק משה פרענקעל הי"ו. פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' זלמן לייב פריעדמאן שליט"א מדייני ביד"צ קרית יואל.

עליות.
- כהן: החתן יואל בן הרה"ג ר' זלמן לייב פריעדמאן שליט"א - באווארפען.
- לוי: החתן נפתלי צבי ב"ר יושע קלאגסברוין הי"ו.
- שלישי: החתן משה ב"ר וואלף פארקאש הי"ו - באווארפען.
- רביעי: החתן שלום ב"ר יחזקאל פרענקעל הי"ו - באווארפען.
- חמישי: החתן שמעון ב"ר בעריש פעלדמאן הי"ו - באווארפען.
- שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
- ר' יואל שלמה זלמן כ"ץ הי"ו.
- ר' יואל ברש"ח פיש הי"ו.
- ר' יואל ברצ"א וויינבערגער הי"ו.
- ר' אשר לעמיל ברי"י ווערצבערגער הי"ו.
- ר' משולם איסר קאהן הי"ו.
- ר' משה משולם טויב הי"ו.

- שביעי: הרה"ח ר' בעריש פעלדמאן הי"ו.
- אחרון: הרה"ג ר' יוסף משה שטויבער שליט"א מו"ץ.
- מפטיר: הרה"ח ר' יצחק אייזיק זילבערשטיין הי"ו.
- הגבה: הרה"ח ר' אהרן ישעי' שניטצלער הי"ו (ב"פ).
- גלילה: הרה"ח ר' שאול פיש הי"ו.

מוסף: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יושע קלאגסברוין הי"ו (מאנסי). מען האט געענדיגט ארום 12:10.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 5:20.
- מנחה: הרה"ח ר' פנחס פראנקעל הי"ו - (וומסב''ג).
- הוצאה והכנסה: ר' חיים אלעזר טעללער הי"ו.
- כהן: הרה"ח ר' ליפא פריעדמאן הי"ו (וומסב''ג).
- לוי: הרה"ח ר' יושע מרדכי ווערצבערגער הי"ו.
- שלישי: הגה''צ ר' מאיר צוויבל שליט"א מרבני קהלתינו הק' וומסב''ג.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה"ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי"ו.

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו. שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויקרא יעקב אל בניו ויאמר האספו' און געטייטשט אז בימינו אלה איז יעדע מינדערסטע עבודה פון א איד חשוב ביים אייבערשטן, און עס ווערט גערעכנט אין הימל אפילו אמאל וואלט עס נישט געווארן גערעכנט, בפרט בימי השובבי''ם וואס איז מסוגל לתשובה ולתיקון המעשים ווען די שערי שמים זענען אפן לקבל שבים.

ידיד נפש: הרה"ח ר' דוד שמואל גאלדבערגער הי"ו. קל מסתתר: הרה"ח ר' יושע קלאגסברוין הי"ו. דער רבי האט געבענטשט על הכוס און געזאגט שבע ברכות.

מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' שאול פיש הי"ו. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 7:45, און מען האט ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה מיט כי מלאכיו לרגל דאס אפרייזן קיין פאלם ספרינגס קאלעפארניע.

ארום 9:15 איז דער רבי אריבער געפארן צו די נייע פראכטפולע לאקאציע פון 'קרית יואל פלייש געשעפט' אויפן 208 אין שכונת זרע קודש. דער רבי איז ארום אינעם גאנצן געשעפט אין די קאך און אין אלע שטובער און דערביי געהערט א באריכט פון הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכות קדשו פאר אלע משתתפים און ספעציעל פארן בריח התיכון פונעם פראיעקט הרבני הנגיד מוה"ר חיים הערש אבערלאנדער הי"ו, דערנאך האט דער רבי קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג, מען האט געענדיגט ארום 9:40.

פון דארט איז דער רבי אריבער צו די בית רחל אודיטאריום ווי עס איז פארגעקומען א סיום ששה סדרי משנה דורך 'מתמידים רץ למשנה', ביים אנקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט, עס האט אויפגעטרעטן דער יושב ראש הר"ר חיים הערש לעבאוויטש שליט"א, און די קינדער האבן פארגעזינגען חרוזים לכבוד המעמד, דערנאך האט נכד רבינו הב' בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א געמאכט די סיום אויף ששה סדרי משנה, און אלע קינדער געזאגט אינאיינעם די הדרן און מען האט געזאגט קדיש, דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן א לענגערע צייט.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור און עקסטער פארן מנהל הר"ר אלימלך שווארטץ שליט"א און פאר אלע מלמדים, און דאן פארטיילט כתבים פאר די אייניקלעך, און משמיע געווען דב"ק עס מען מאכט א סיום זאגט מען 'חזק חזק ונתחזק' און מחזק געווען אלע קינדער צו צו לערנען א סדר נאך א סדר ביז מען איז מסיים גאנץ ששה סדרי משנה, און מסיים געווען בברכת קדשו פאר די קינדער און זייערע עלטערן און פאר די הנהלת המתמידים. מען האט געענדיגט ארום 10:30.

דערנאך איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד אמרי נועם בשכונת דברי יואל ווי עס איז פארגעקומען א יציקת הבורות פאר די מקוה וואס ווערט געבויעט אינעם ביהמ"ד אינאיינעם מיט א שמחת שבע ברכות צוגעשטעלט דורך די מתפללי הביהמ"ד לכבודו פונעם דומ''ץ הביהמ''ד הרה"ג ר' ישראל בער שטיין שליט"א.
דער רבי איז צום ערשט אראפ אינעם אינטערשטן שטאק און זיך אומגעקוקט אויפן גאנצן פלאץ און דערביי האט הרה"ג ר' ישראל בער שליט"א אנגעוויזן אויפן שטח ווי עס וועט געבויעט ווערן א היכל התורה, דערנאך האט דער רבי געגאסן די בורות און מכבד געווען די אנוועזנדע רבנים שליט"א צו גיסן.
דערנאך איז דער רבי ארויף אין היכל הביהמ"ד צום שמחת השבע ברכות, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק און נאכגעזאגט פון הרה"ק האמרי נועם זיע''א וואס די ביהמ"ד איז נקראת על שמו אז 'האספו' איז בגי' 'מקוה' און ארויסגעברענגט אז 'ישא אשה ואח"כ ילמוד תורה בטהרה' במילא איז א שטארקע שמחה אז מען איז דא ביי א שבע ברכות און מען בויעט א מקוה וואס איז מרבה טהרה, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב, און ארומגערעדט בשבח פונעם ביהמ"ד וואס איז א שיין ווינקל אין קר"י און אנגעוואונטשן אז עס זאל זיין 'אמרי נועם' פארן גאנצן ציבור, דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן אינאיינעם מיטן גאנצן אויבנאן מען האט געענדיגט ארום 11:00.

פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער בביתו החדש פון נכדו הרב משה מייזליש שליט''א, דער רבי האט קובע מזוזה געווען געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 6
האדמו"ר הגה"צ רבי רפאל אבוחצירא שליט"א נשיא מוסדות מאיר וישראל בארה"ק בביקור בקו''פ אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בביתו נאוה קודש איידערן אפרייזן למנוחת הנפש אין פאלם ספרינגס, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס בדברי תורה וחסידות און איבער די מצב אין ארה''ק, און ער האט געלאדענט רבינו שליט''א צו קומען באתרא קדישא מירון, דער רבי האט אים געגעבן א מתנה ספרו לב אהרן און מאציל געווען מברכת קדשו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג